בערל קאָטלערמאַן
3
טאָמאַשינסקי האָט זיך אויפֿגעהויבן און זיך גערוקט צום אַרויסגאַנג. אַנטקעגן אים האָט זיך מגושמדיק אַדורכגעקוועטשט פֿון דער טיר אַ מאָגערער ייִד אין האָרנברילן. צוגעגאַנגען צום רביס טיש, האָט ער געוואָלט אַראָפּנעמען פֿונעם קאָפּ זײַן ווינטערדיקן קאַרטוז מיט אויערן־לעפּלעך, אָבער געבליבן שטיין מיט דער האַנט אין לופֿטן. דער רבֿ האָט אים אָנגעוויזן אויף אַ בענקל. דער מאָגערער ייִד האָט זיך צוגעזעצט, האַלטנדיק זײַן רוקן אומנאַטירלעך גלײַך.
— צי אײַער נאָמען איז יקותיאל-יצחק בן משה פֿורסמאַן?
— יאָ, יקותיאל-יצחק…
דער סופֿר נפֿתּלי האָט אויפֿגעהערט צו שרײַבן און אויפֿגעהויבן פֿרעגנדיקע אויגן אויף פֿורסמאַנען, וועלכער האָט גיך צוגעגעבן:
— יקותיאל, יאָ, יצחק. דער זון פֿון משה און דבֿרה פֿורסמאַן פֿון אָדעס. אין מאַנזשוריע בין איך ניט לאַנג, אין גאַנצן צוויי יאָר. ביז דעם האָב איך געוווינט אין אירקוטסק, געווען גאָר אָפֿט אי אין אורגאַ, אי, אַוודאי, דאָ.
— וואָס ווייסט איר וועגן דעם טויט פֿון אַבֿרהם בן נטע רבינאָוויטש?
— רבינאָוויטש? כ’האָב אים געזען דאָס לעצטע מאָל בײַ דאַווינדאַל, אַ מאָנגאָלישער פֿי-סוחר פֿון יענער זײַט גרענעץ. מיר האָבן אָפּגערעדט, אַז איכ׳ל ברענגען זײַן שאָפֿנפֿעל אַהער, און ער וועט מיר אויך מיטהעלפֿן אין עפּעס אַ געשעפֿט. נאָכדעם איז ער אַוועקגעפֿאָרן, געזאָגט — אַהיים. שפּעטער, אין אַ טעג דרײַ אַרום, איז מען צוגעפֿאָרן אויף אַן אויטאָמאָביל פֿון דעם אײַמאַק, הייסט עס, פֿון דער גובערניע, מיט איינעם אַ מאָנגאָלישן מיליציאָנער פֿון אורגאַ, פֿון די רויטע. מ’האָט אַלץ נאָכגעפֿרעגט פֿון רבינאָוויטש וועגן. דער מיליציאָנער האָט מיר אָנדערציילט וועגן דעם געפֿונענעם שאַרבן, וואָס די בוריאַטן האָבן שפּעטער מיטגענומען. ער’ט מיר אויך געוויזן אַן אַרבל פֿון אַ לײַבהעמד און אַ שטיקל שטאָף פֿון דעם זעלבן העמד, וואָס מ’האָט, לויט זײַנע ווערטער, געפֿונען גראָד לעבן דעם שאַרבן. איך האָב באַלד דערקענט דעם-אָ אַרבל — ס’איז רבינאָוויטשעס אַרבל, אַלע זײַנע העמדער זענען אַזעלכע, פֿון סעראַפֿינקע, מיט פּאַסן און מיט קניפּלעך. ער איז געווען פּונקט אין אַזאַ העמד, ווען כ’האָב אים לעצטנס געזען. אַזוי אָט.
— ווי אַזוי זשע האָט איר געזען רבינאָוויטשעס לײַבהעמד, וואָס מע טראָגט אונטער אַלע בגדים?
— ס’איז דאָך געווען הייסלעך אין דער יורטע, און ער’ט צעקנעפּלט דעם קאָלנער. אַלע זײַנע העמדער, ווי כ׳האָב שוין געזאָגט, זענען פֿון סעראַפֿינקע, מיט פּאַסן און אַזעלכע קניפּלעך.
— און פֿון וואַנען ווייסט איר, אַז אַלע העמדער בײַ רבינאָוויטשן זײַנען אַזעלכע?
— ער פֿלעג זיי תּמיד קויפֿן טוצנווייז. די-אָ האָט ער אײַנגעקויפֿט מיט אַ יאָר צוריק, ווען כ’האָב אים געטראָפֿן אין כאַרבין, אין פֿעלדבערגס גאַלאַנטעריע.
— נו, גוט. און יענער מיליציאָנער האָט אײַך מסתּמא אויך געזאָגט, וווּ פּונקט האָט מען געפֿונען דעם אַרבל?
— אָט-אָ דאָרטן, וווּ דעם שאַרבן… זיי האָבן ספּעציעל מיטגעבראַכט יענע מאָנגאָלן, וואָס האָבן געפֿונען דעם שאַרבן.
— גוט. איר קענט גיין. און זײַט אַזוי גוט, רופֿט צו עמעצן פֿון די רובינטשיקעס.
שוין זײַענדיק לעבן דער טיר, האָט פֿורסמאַן זיך אָפּגעשטעלט פֿאַרטראַכט און אַ פֿרעג געטאָן:
— צי האָט כּבֿוד הרבֿ געהערט די רכילות, אַז רבינאָוויטשן האָט מען געהרגעט ווי אַ נקמה? ער האָט דאָך געהאַלטן אין מישפּטן זיך מיט אַ געוועזענעם אָפֿיציר צוליב אַ טשערעדע שאָף, וואָס מע האָט אַוועקגענומען בײַ אים. נאָר קיין סך ווייס איך ניט פֿון דעם.
פֿורסמאַן האָט געעפֿנט די טיר. אויף דער שוועל זײַנען שוין געשטאַנען צוויי גוט-געבויטע יאַטן, די ברידער רובינטשיק.
— ס’וועט זײַן גענוג, אויב נאָר איינער פֿון אײַך וועט אַרײַנגיין, — האָט געזאָגט רבי דײַנאָ מידלעך.
— אָבער וואָס זשע… — האָט פּראָטעסטירט אויפֿגעבראַכט איינער פֿון די ברידער. — מיר זענען דאָך געווען זאַלבענאַדן, מע האָט אונדז כּמעט דערהרגעט! ביידע!
דער רבי האָט אַ שאָקל געטאָן דעם סופֿר: זאָל זײַן אַזוי, פֿאַרשרײַבט ווײַטער, און געבעטן די ברידער זיך פֿאָרשטעלן.

— איך בין שמעון, שמעון בין איך, און ער איז ראובֿן. אונדזער פֿאָטער, זאָל ער זײַן געזונט ביז הונדערט-און-צוואַנציק, איז פֿרוים רובינטשיק פֿון שעפּעטאָווקע.
— וואָס איז אײַך באַוווּסט וועגן דעם געפֿינס־אָרט פֿון אַבֿרהם רבינאָוויטש?
— ברוך דיין אמת… מע האָט אונדז אָפּגעשטעלט ערגעץ בײַם קערולען-נידערפֿלוס — צי קאָלטשאַקאָווצעס [1], צי אונגעראָווצעס [2], גיי ווייס. מכבד געווען מיט נאַהײַקעס, געסטראַשעט מיטן הרגענען, ווי זייער טבֿע איז צו ריידן מיט אונדזעריקע. איינער פֿון זיי האָט געזאָגט: „מיר האָבן איינעם אָקאָרשט געענדיקט, פֿון אײַער בייזן שטאַם‟. צום סוף, האָבן זיי צוגענומען בײַ אונדז דאָס גאַנצע געלט און אַפֿילו די וואַרעמע בגדים, צונויפֿגעבונדן און אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַ גאָרן. צום אָוונט איז געקומען אַ מאָנגאָלישער בעלעבאָס, געעפֿנט די טירן, צעבונדן אונדז און געמאָלדן, אַז די „אָראָסן‟, טפֿו, זענען שוין אַוועק.
— איר האַלט, אַז יענער דערהרגעטער ייִד, וואָס די באַנדיטן האָבן דערמאָנט, איז טאַקע געווען רבינאָוויטש?
די ברידער האָבן זיך איבערגעקוקט.
— ע, ווער קאָן עס נאָך זײַן, אייגענטלעך? מיר קענען אַלעמען, וואָס פֿירן געשעפֿטן מיט מאָנגאָלן, מע קען זיי אָנרופֿן אויף די פֿינגער. קיינער פֿון זיי איז ניט נעלם געוואָרן אין אָט דער צײַט, אַ חוץ רבינאָוויטשן.

* * *
רבינאָוויטש האָט גיך אויסגעלערנט די היגע געאָגראַפֿיע. די סטאַנציע מאַנזשוריע איז געווען אַ טויער אין אַ ריזיק גרויס לאַנד מיט דעם זעלבן נאָמען, מאַנזשוריע, וווּ רוסלאַנד האָט אַרענדירט אַ לאַנגן און ענגן, 15 וויאָרסט ברייט, פּאַס לענגויס דער אײַזנבאַן-ליניע, וואָס האָט געדאַרפֿט שטאַרק פֿאַרקירצן דעם וועג פֿון טשיטאַ צו וולאַדיוואָסטאָק. אַמאָל האָט זיך די ליניע אָפּגעצווײַגט אויך אויף דרום, ביז דעם האַלב-אינדזל קוואָטענצזי אויף דעם געלן ים, נאָר דער יאַפּאַנישער צעשמעטערנדיקער נצחון אין פּאָרט-אַרטור אין 1905 האָט אָפּגעקילט די רוסישע אַמביציעס. זינט דעמאָלט אָן האָט רוסלאַנד זיך געפֿירט מער דיפּלאָמאַטיש און געפּרוּווט זיך ניט קריגן אומזיסט מיט קיינעם. דערווײַל האָט זי שטילערהייט באַוווינט דעם „פּאַס‟. אַ חוץ דער פֿילטויזנטדיקער „הויפּטשטאָט‟ פֿון דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן — כאַרבין, זײַנען דאָ, איינער נאָך דער צווייטער, זיך צעוואַקסן אַנדערע שטעט און סטאַנציעס — ציציקאַר, כײַלאַר, מוקדען.
אויך די סטאַנציע מאַנזשוריע איז געוואַקסן: פֿון אַ ניט-וויכטיקן גרענעץ-פּונקט איז זי געוואָרן אַ שטעטל פֿון מער ווי פֿינף טויזנט אײַנוווינער. פֿונעם כאַאָטישן מישמאַש פֿון מאָנגאָלישע יורטעס, רוסישע כאַטעס און לאַנגע הילצערנע באַראַקן האָט זיך פּאַמעלעך אויסגעפֿורעמט דער באַקאַנטער רוסלענדישער פּראָווינציעלער פּייזאַזש: דער מאַסיווער וואַסער-טורעם — הויך איבער דער שטאָט, דער גרינער שפּאַציר-פּאַרק מיט קלומבעס אינעם צענטער, דער צוויי-שטאָקיקער שפּיטאָל און די אָנהייב-שול, ביידע געבויט פֿון רויטן ציגל. הגם די כינעזער, ווי אויך די בוריאַטן, מאָנגאָלן און באַרגוטן האָבן פֿאָרגעשטעלט מיט זיך דרײַ פֿערטלען פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָבן דווקא די רוסישע בירגער אָנגעפֿירט מיט דער מוניציפּאַלער אַדמיניסטראַציע, מיטן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן און אויך מיטן מיסחר. בראָש דער אַדמיניסטראַציע איז געשטאַנען דער געשמדטער ייִד יעווגעני עמיליעוויטש בערג, פֿון די אײַזנבאַן-אָנגעשטעלטע. זײַנע געוועזענע שטאַמברידער האָבן זיך ניט איבעריק געפֿרייט מיט דעם-אָ פֿאַקט, אָבער טיף אין האַרצן געהאָפֿט, אַז בעת אַ צרה קען זיי אויך דאָס צו נוץ קומען.
די סטאַנציע מאַנזשוריע האָט זיך געפֿונען אויף דער טעריטאָריע פֿון דער אַזוי גערופֿענער אינערן-מאָנגאָליע — גאָר ניט קיין נאָכגיביקע כינעזישע פּראָווינץ. די אינער-מאָנגאָליע האָט געגרענעצט מיט דער אומאָפּהענגיקער אויסערן-מאָנגאָליע, וועלכע מען האָט דאָ גערופֿן כאַלכאַ. אין שפּיץ פֿון כאַלכאַ איז געשטאַנען אין די לעצטע יאָרן דער בודהיסטישער אויטאָריטעט באָגדאָ-כאַן, וועלכער האָט אויף צו להכעיס די כינעזער, פּראָקלאַמירט זײַן לאַנד אומאָפּהענגיק און זיך אַליין געמאָלדן פֿאַר אַן אימפּעראַטאָר און אַ „לעבעדיקער בודהאַ‟.
אַ לאַנגער, פֿילהונדערט-וויאָרסטיקער סוחרישער טראַקט, לענגויס דעם טײַך קערולען, האָט פֿאַרבונדן מאַנזשורישע און אינער-מאָנגאָלישע ייִשובֿים מיט דער שטאָט אורגאַ, די רעזידענץ פֿון באָגדאָ-כאַן. פֿון די גרויס-כינגאַן-בערג און ביזן מידבר גאָבי איז כאַלכאַ-מאָנגאָליע געווען פֿול מיט אומצאָליקע סטאַדעס פֿי, טשערעדעס שאָף, טאַבונען פֿערד און צוויי-הויקערדיקע קעמלען. דאָס איז געווען ממש אַ מלכות פֿון פֿלייש.
רבינאָוויטש איז פֿאַרפֿאָרן קיין מאָנגאָליע צום ערשטן מאָל צוזאַמען מיט מנחם-מענדל טאָמאַשינסקי, יענעם ייִד, וועלכן ער האָט אַזוי מזלדיק געטראָפֿן אין זײַן ערשטן מאַנזשורער פֿרימאָרגן. טאָמאַשינסקי, אַ גאַליציאַנער אַ בעל-בטחון, האָט זיך געדרייט אַרום דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן שוין יאָרן-לאַנג און אָנגעשטעלט דאָרטן געוויסע ניצלעכע קאָנטאַקטן. די רוסן אָבער האָט ער ניט איבעריק ליב געהאַט, נאָך געדענקט זײַן נסיעה קיין וולאַדיוואָסטאָק, אַוווּ עס האָט אים געשיקט צוליב אַ „סודותדיקן ענין‟ דער אָרטיקער קאָמענדאַנט בערג. אין וולאַדיוואָסטאָק, וווּ מ’האָט ניט געהאַלטן פֿון ייִדן, כאָטש היגע, כאָטש פֿרעמדע, האָט מען אים אָפּגעשטעלט און אַרויסגעשיקט, ניט קוקנדיק אויף דעם קאָמענדאַנטס בריוו.
טאָמאַשינסקי האָט ניט פֿאַרטרויט רבינאָוויטשן זײַנע פּלענער, און יענער, וואָס האָט אויך געהאַלטן זײַן מויל פֿאַרשלאָסן, האָט גאָרניט געפֿרעגט. און פֿאָרט, ווײַל דער וועג קיין כאַלכאַ איז געווען אַ ווײַטער, מערסטנס דורך אַ ניט-באַוווינטער סבֿיבֿה, האָט טאָמאַשינסקי פֿאָרגעלייגט רבינאָוויטשן שוין אויף זייער ערשטער טרעפֿונג צו באַגלייטן אים קיין אורגאַ. יענער האָט מיט שׂימחה מסכּים געווען. דער קאַראַוואַן-וועג פֿון מאַנזשוריע צו באָגדאָ-כאַן האָט כּסדר גענומען אַרום צוועלף טעג, ס’ווענט זיך פֿון וועטער און סעזאָן. פֿון די סאַמע בעסטע וועגן ווערט דאָ אַ בלאָטע אינעם רעגן-פּעריִאָד — אַ געפֿערלעכע פּאַסטקע פֿאַר פֿערד, קעמלען און אפֿילו מענטשן. די באַרג-דורכגאַנגן זײַנען געווען בוכשטעבלעך באַדעקט מיט אַ שיכט ביינער און צעבראָכענע אַקסן און רעדער, הגם כּמעט תּמיד האָט מען געקענט געפֿינען ערגעץ ניט-ווײַט אַן אַרײַנפֿאָר-הויף — „אורטאָן‟ אויף היגיש, וווּ פֿאַר עטלעכע מאָנגאָלישע ליאַנען האָט מען געקענט פֿאַרריכטן דעם רײַזערס וואָגן צי טעליגע און דינגען פֿערד. די אמתע סכּנה אָבער האָבן פֿאָרגעשטעלט די פֿילצאָליקע באַנדעס, וואָס האָבן גענישטערט אין דער געגנט.
זײַענדיק אינגאַנצן אָן אַ סחורה און בײַטנדיק פֿערד אויף יעדער שטרעקע, האָבן די נײַע שותּפֿים טאָמאַשינסקי און רבינאָוויטש דערגרייכט אורגאַ בלויז אויפֿן פֿינפֿטן טאָג. די שטאָט האָט זיך פֿאַר זיי געעפֿנט פֿון איינעם פֿון די באַרגנייגן ווי אַ ריזיקע טונקל-גרויע פּאָדקאָווע. פֿון צווישן דער כאַאָטישער אָנזאַמלונג פֿון כאַטעס, פֿאַנזעס און יורטעס האָבן זיך דאָ און דאָרטן אויסגעטורעמט אַזשורנע שפּילן און „ציבעלעס‟ פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע „טיפֿלות‟. רבינאָוויטש האָט זיך געחידושט, ווי די-אָ ציבעלעס זײַנען ענלעך צו די קיִעווער צערקוועס — אַ זיכערער עדות צו דער אוראַלטער, פֿון די אָרדאַ-צײַטן אָן פֿאַרבינדונג צווישן מאָנגאָלן און רוסן.

אינעם סאַמע צענטער שטאָט, צופֿוסנס פֿונעם אָרטיקן הייליקן באַרג מיט דעם ווײַסן בודהיסטישן „מקדש‟ אויבן, האָט זיך געפֿונען דער סוחרישער קוואַרטאַל, דער ציל פֿון זייער רײַזע. אויך דאָ זײַנען געווען ניט ווייניק ייִדן: אַ טייל פֿון זיי „אונדזעריקע‟, רוסישע, און אַ טייל האָבן געפֿירט זייער שטאַם עפּעס כּמעט פֿון בבֿל. „אָט יענער, אינעם סויבל-הוט, מיט אַ טונקלעוואַטער הויט, איז אַזש פֿון די באָמבייער שׂשׂונס‟, האָט גערוימט אין רבינאָוויטשעס אויער מנחם-מענדל, ווען זיי האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט צום מעריבֿ אין אַ ברייטער הילצערנער „רוסישער‟ שטוב.
רבינאָוויטשן איז געווען שווערלעך מיטן אָריענטאַלן נוסח פֿון די אורגינצעס, אָבער יעדעס מאָל האָט ער התלהבֿותדיק אונטערגעכאַפּט דעם קדיש. די אורגינצעס האָבן געקוקט אויף אים און אויף זײַן חבֿר גאָר גוטמוטיק. נאָך דער תּפֿילה האָט טאָמאַשינסקי אַ שעפּטשע געטאָן רבינאָוויטשן אַרויסצונעמען אַ מאה אין גאָלדענע טשערוואָנצעס. רבינאָוויטש האָט אים אָנגעמאָסטן מיט אַן אָנגעשטרענגטן בליק, אַ קוק געטאָן אַרום זיך — אויף די אָרטיקע ייִדן און אויף די קעמל-פֿעלן, וואָס זײַנען געווען צעהאָנגען אויף די ווענט, אַרויסגעשלעפּט פֿון אונטער דער פּאָלע אַ לעדערן זעקל, ניט צעבינדנדיק, געוואָרפֿן אים אין טאָמאַשינסקיס הענט און אַרויס אין דרויסן.
פֿון הינטער דעם טורעם פֿונעם מאַיעסטעטישן ווײַסן „מקדש‟ האָט אַרויסגעקוקט די פֿלאַכע מאָנגאָלישע לבֿנה, וואָס האָט באַלויכטן דינע קרײַזלדיקע רויכעלעך איבער די קאָנוס-אַרטיקע יורטעס. די שאָטנס פֿון די רויכעלעך האָבן געשוועבט איבער דעם לבֿנה־געזיכט, און עס האָט זיך געדאַכט צומאָל, אַז די לבֿנה שמייכלט.
אויף מאָרגן האָבן זיי זיך געלאָזט צוריק, ניט איבערריידנדיק מיט קיינעם און ניט פֿאַרבלײַבנדיק אויף שבת. אין חדשים דרײַ אַרום האָט מען צוגעטריבן קיין מאַנזשוריע אַ טשערעדע שאָף, וואָס צענדליקער קעפּ פֿון זיי האָבן שוין געהערט רבינאָוויטשן.
* * *
רבי דײַנאָ האָט פֿאַרטראַכטערהייט געקוקט אויפֿן שער-בלאַט פֿון דער כאַרבינער צײַטשריפֿט „סיביר-פּאַלעסטינאַ‟, וואָס עמעצער האָט אים לעצטנס געבראַכט. דער רבינאָוויטש-ענין איז געווען ניט אַזאַ לײַכטער, ווי עס האָט זיך לכתּחילה אויסגעדאַכט. אָנערקענען אַ מענטש ווי אַ טויטן איז גאָר אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכע זאַך. לאָמיר זאָגן, ער וועט זיך יאָ אַנטשליסן און אָנרופֿן רבֿקה אַן אלמנה. זי וועט זיכער באַלד חתונה האָבן, האָבן קינדער. און דאָ וועט זיך פּלוצים יאַווען דער לעבעדיקער אַבֿרהם רבינאָוויטש. וואָס וועט זײַן מיט זײַן רבנות, מע וועט לאַכן פֿון אים ביז ירושלים! נאָך וויכטיקער: וואָס וועט זײַן מיט די קינדער? זיי וועלן אויף שטענדיק בלײַבן אומגעזעצלעכע ממזרים, אָפּגעשטויסענע פֿון קהל־ישׂראל…
המשך קומט
[1] קאָלטשאַקאָווצעס — די סאָלדאַטן פֿונען צאַרישן גענעראַל אַלעקסאַנדר קאָלטשאַק
[2] אונגעראָווצעס — סאָלדאַטן פֿון באַראָן אונגערן