דער פּראָזאַיִקער הערשל פּאָליאַנקער איז געבוירן געוואָרן אין אומאַן, קיִעווער געגנט, אין אַ משפּחה פֿון אַ שנײַדער. צו 17 יאָר איז ער געקומען קיין קיִעוו, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ פֿאַכשול, וואָס האָט געגרייט שוסטערס, און נאָכן פֿאַרענדיקן זי אָנגעקומען אַרבעטן אין אַ שוך־פֿאַבריק. אין יאָר 1932 דערשײַנט זײַן ערשט בוך „קוילן‟. אין גיכן ווערט ער איינער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטישע ליטעראַטור‟. אין יוני 1941, נאָכן אויסבראָך פֿון דער מלחמה אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, גייט דער שרײַבער אַוועק אויפֿן פֿראָנט, באַטייליקט זיך אין די שלאַכטן און שרײַבט קאָרעספּאָנדענצן פֿאַר דער צײַטונג „אייניקײַט‟. נאָך דער מאָביליזאַציע קערט פּאָליאַנקער זיך אום קיין קיִעוו, שרײַבט און רעדאַגירט דעם אַלמאַנאַך פֿון די ייִדישע שרײַבער אין אוקראַיִנע „דער שטערן‟ (1947־1948).
אין 1948 ווערט פּאָליאַנקער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אויף 10 יאָר קיין ווײַטן צפֿון. אין 1955 נאָך דער רעהאַביליטאַציע קערט ער זיך אום אַהיים קיין קיִעוו. אין 1971 דערשײַנט זײַן ערשטער נאָך־מלחמהדיקער ראָמאַן „דער בעקער פֿון קאָלאָמיי‟. דערנאָך גייען אַרויס זײַנע אַנדערע דערציילונגען און ראָמאַנען: „שמײַע גזלן‟, „יצחק סאַנטאָס און זײַנע יורשים‟, „דער לערער פֿון מעדזשיבאָזש‟ און אַנדערע ווערק.
פֿאַרן שרײַבערס רעאַליסטישן און פֿאָלקסטימלעכן סטיל זײַנען כאַראַקטעריסטיש מעשׂהדיקייט און פֿאָלקלאָרישקייט. הומאָר אין שלום־עליכמס טראַדיציע איז די גרונט־אייגנשאַפֿט פֿון זײַן שאַפֿן. דאָס האָבן טאַקע אויסגעטיילט פּאָליאַנקערס ווערק צווישן די ייִדישע פּראָזאַיִקער פֿון זײַן צײַט.
לייענט דעם עסיי, געווידמעט דעם וויצלער הערשעלע אָסטראָפּאָליער, פֿון הערשל פּאָליאַנקערס זאַמלבוך „דער אוצר‟ (פֿריילעכע און אומעטיקע מעשׂיות), אַרויסגעלאָזט אין קיִעוו, אין 1996.
הערשעלע אָסטראָפּאָליער
ביזן הײַנטיקן טאָג זײַנען נאָך פֿאַראַן מענטשן, וואָס זאָג איך, נודניקעס, וועלכע גלייבן ניט, אַז עס האָט געלעבט אויף אונדזער ערד אַזאַ פֿריילעכער מענטש, וואָס האָט געטראָגן דעם גרויסהאַרטיקן נאָמען — הערשעלע אָסטראָפּאָליער. אפֿשר דער פֿריילעכסטער ייִד אויף דער וועלט, אַ גרויסער לץ, אַ „כאָכמאַטש‟, פֿאָלקס־חכם, וועלכער האָט געבראַכט אַ סך פֿרייד, שאַרפֿע וויצן, ווערטלעך, מעשׂיות, שפּריכווערטער, אַפֿאָריזמען, וואָס האָבן פֿאַרשאַפֿן דעם מענטשן אָן אַ ברעג פֿאַרגעניגן, און אַליין האָט ער פֿאַר דעם געהאַט ניט ווייניק צרות און ווייטיקן. אַליין דערפֿון באַקומען מקות, געהאַקטע וווּנדן.
די וועלט האָט געלאַכט און ער, דער אומגליקלעכער לץ, האָט אָפֿט געוויינט, זיך באַגאָסן מיט ביטערע טרערן.
אַנדערע זאָגן, אַז דאָס איז אַן אויסגעטראַכטע פּערזאָן, וועלכן מ׳האָט צוגעשריבן אַ ים מיט חכמות, וויצן, שטיקלעך, מעשׂיות, ווײַל עס איז, קלומרשט ניטאָ אַזאַ מענטש אויף דער ערד, וואָס זאָל זײַן מיט אַלע מעלות — אויף אַלץ זײַן פֿעיִק, דער עיקר, מאַכן דעם עולם לעבעדיק און פֿריילעך, גרינגער אויף דער נשמה.
אַזאַ מעשׂה! אָבער יענע, וואָס האָבן אַ גוטן זכּרון און געדענקען אַ סך, דערציילן, אַז הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָט געלעבט מיט זיי בשכנות. מ׳האָט אים געקענט אויסגעבונדן. שטענדיק, ווען מ׳האָט אים אין גאַס באַגעגנט, האָט מען אים אַרומגערינגלט, באַגלייט און מיט פֿאַרגעניגן זיך צוגעהערט צו זײַנע וויצן, מעשׂיות, זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן פֿון פֿאַרגעניגן, געקײַכט פֿאַר געלעכטער, ווײַל דאָס איז געווען איינער פֿון יענע מענטשן, וועגן וועלכע מע זאָגט: וואָס אויף דער לונג, דאָס אויף דער צונג!
אמת, ס׳איז שוין אַוועק אַ שיין ביסל יאָרן זינט ער איז אַרומגעגאַנגען און אַרומגעפֿאָרן איבער אָן אַ שיעור שטעטלעך און ייִשובֿים פֿון אונדזער וואָלינער און פּאָדאָליער ערד, און געפֿרייט זײַנע ברידער און שוועסטער מיט זײַנע שפּיצלעך און וויצן, ממש געקערט וועלטן און נישט געלאָזט דער עולם זאָל אַרומגיין מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, פֿאַרמורה־שחורהדיקע, געפֿאַלענע, אומעטיקע.
וויפֿל איז שוין אַוועק זינט יענער צײַט, ווען דער באַרימטער לץ האָט געוועלטיקט, וועט איר געוויס פֿרעגן?
כּמעט צוויי הונדערט יאָר. דאָס איז אַ ווײַלע, אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער פֿילדורותדיקער ייִדישער געשיכטע.
פֿון דור צו דור גייען איבער זײַנע חכמות, וויצן, אײַנפֿאַלן און זיי ווערן ניט אַלט…
נאָר אַ מאָדנע זאַך: צוויי הונדערט איז אויך ניט ווייניק, נאָר הערשל אָסטראָפּאָליער ווערט ניט עלטער! ניט ווייניק געשוווירענע שרײַבער, וועלכע האָבן געלעבט מיט הערשעלען אין איין צײַט, זײַנען שוין לאַנג פֿאַרגעסן געוואָרן. כאָטש זיי האָבן אָנגעשריבן אַ סך ביכער, איז קיין זכר פֿון זיי ניט פֿאַרבליבן, און ער לעבט און אין פֿאָלק גייט אַרום זײַן לעבעדיק וואָרט, זײַן עכטער געלעכטער, דער שטראַלנדיקער, דער זויבערער. פֿון דור צו דור גייען איבער זײַנע חכמות, וויצן, אײַנפֿאַלן און זיי ווערן ניט אַלט. זיי זײַנען אַלץ יונג און געניסן פֿון דער אייביקייט.
דער באַרימטער לץ האָט קיין מאָל ניט גערוט — געמאַכט פֿריילעך דעם פֿאָלק. ער איז תּמיד געווען פֿאַרדאגות, פֿאַרנומען. ער האָט אַפֿילו וועגן זיך ניט באַוויזן אָנשרײַבן ווער איז ער און פֿון וואַנען קומט ער. וועגן זיך האָט ער זעלטן ווען דערציילט. קיינער ווייסט ניט, ווען איז ער פּינקטלעך געבוירן געוואָרן, וווּ און וואָס האָט ער איבערגעלעבט; מע ווייסט אַפֿילו ניט זײַן אמתע פֿאַמיליע, ווער זײַנען געווען זײַנע אָבֿות. און אַזוי ווי ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ קליינינק שטעטעלע, וואָס האָט געהייסן אָסטראָפּאָל, האָט מען אים גערופֿן, אָסטראָפּאָליער. אַזוי ווי מ׳האָט געוווּסט, אַז זײַן אָרעמע מאַמע האָט אים ליב געהאַט, ווי דאָס לעבן, האָט זי אים אָנגערופֿן — הערשעלע.
איז אַוועק איבער דער וועלט — הערשעלע אָסטראָפּאָליער.
נאָך איין זאַך ווייסט די וועלט. ניט ווײַט פֿון אָסטראָפּאָליע שטייט אַן אוראַלט שטעטל מיטן נאָמען מעדזשיבאָזש. דאָרטן האָט געוווינט אַ באַרימטער אין דער גאַנצער וועלט צדיק, פֿילאָסאָף, דענקער ישׂראל בעל־שם־טובֿ. אָדער פּשוט, בעשט. און אַזוי ווי הערשעלע איז געווען זײַן גרויסער אָנהענגער, אַ חסיד און געשטרעבט צו אים, האָט ער געטראַכט, אַז ער וואָלט מיט פֿאַרגעניגן גענומען דאָס ווײַב און קינדער און איבערגעפֿאָרן מיט האָקל־באָקל קיין מעדזשיבאָזש, כּדי צו זײַן נעטנטער צום בעל־שם־טובֿ. נאָר ווי אַזוי טוט מען עס?
דאַרף אַזוי טרעפֿן, אַז אין מעדזשיבאָזש זאָל וווינען אַ חסידישער רבי מיטן נאָמען ר׳ באָרעכל. דאָס איז געווען אַ שרעקלעכער מרה־שחורהניק. אויף זײַן פּנים האָט מען קיין מאָל ניט געזען אַ שמייכעלע. קיינער האָט דעם פּאַרשוין ניט געקאָנט צעלאַכן, אַרויספֿירן, כאָטש אויף אַ רגע, פֿון דער מרה־שחורה. האָט עמעצער געעצהט: מע דאַרף צום רבין אַרויסרופֿן דעם לץ הערשעלע אַסטראָפּאָליער און יענער וועט אים מאַכן פֿריילעך, צווינגען לאַכן.
און אַזוי איז טאַקע געווען. מ׳האָט אַראָפּגעבראַכט הערשעלען און ער איז געוואָרן אינעם רבינס הויף דער לץ. און מיט אַ מאָל איז געוואָרן פֿריילעך ניט בלויז אין הויף, נאָר אויך אין מעדזשיבאָזש.
דער עיקר, האָט הערשעלע געמאַכט פֿריילעך דעם רבין. יענער האָט אַפֿילו ביסלעכווײַז אָנגעהויבן לאַכן. פֿאַרלוירן זײַן מרה־שחורה. נאָר אַזוי איז געווען ביז אַ געוויסער צײַט. כּל־זמן הערשעלע האָט אויסגעלאַכט אַנדערע, געשפּאַסט איבער פֿאַרשיידענע מענטשן, נאָר מיט אַ מאָל האָט הערשעלע זיך גענומען צום רבין אַליין און גענומען איבער אים שפּאַסן, אויסלאַכן, דערלאַנגען מיט זײַנע וויצן ביזן זיבעטן ריפּ. ער איז יענעם דערגאַנגען די יאָרן מיט זײַן געלעכטער און דער סוף איז געווען אַ ביטערער.
הערשעלע האָט אַזוי געשפּאַסט איבער זײַן באַלעבאָס, אַז יענער האָט ניט אויסגעהאַלטן און אין איינעם אַ פֿרימאָרגן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף אים מיטן שטעקן. צענעריקט שטאַרק דעם לץ, וואָס האָט אויסגעטראַכט אויפֿן רבין ווילדע מעשׂיות, און יענער האָט מיט זײַנע באַהעלפֿער אַראָפּגעוואָרפֿן דעם לץ פֿון אַלע טרעפּ. מ׳האָט דעמאָלט הערשלען קוים אָפּגעראַטעוועט פֿונעם טויט. אַ צעבראָכענער, אַ דערשלאָגענער איז ער לאַנג געלעגן ביז ער האָט אָפּגעגעבן גאָט די נשמה.
מע האָט אים מקבר געווען אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם, ניט ווײַט פֿון דעם בעל־שם־טובֿס קבֿר…
אַזוי האָט פֿאַרענדיקט זײַן פֿריילעך לעבן הערשעלע אָסטראָפּאָליער. נאָר זײַנע חכמות זײַנען אייביק געבליבן לעבן. און דאָס פֿאָלק פֿאַרגעסט ניט אין אים און לאָזט ניט מע זאָל פֿאַרגעסן אים. מע האָט אים מקבר געווען אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם, ניט ווײַט פֿון דעם בעל־שם־טובֿס קבֿר…
צײַטן זײַנען געקומען גרויזאַמע. אַהער האָבן זיך אַרײַנגעריסן דײַטשישע תּלינים. פֿאַרטריבן קינד־און־קייט אַלע ייִדן אין געטאָ און שפּעטער זיי אַוועקגעטריבן צו די גריבער, וואָס ניט ווײַט פֿון מעדזשיבאָזש און אַכזריותדיק צעשאָסן. אָבער אויך טויטע האָבן די הענקער אויפֿגעטאָרעט פֿון זייער אייביקער רו. זיי זײַנען געקומען אויפֿן בית־עולם, צעוואָרפֿן די קבֿרים, צעקלאַפּט די מצבֿות און אויפֿגערודערט די ערד. די הייליקע שטיינער האָבן זיי אַרויסגעפֿירט צו ברוקירן און מאָסטען די וועגן, בויען פֿעסטיקונגען. עס זײַנען איבערגעבליבן אָן אַ שיעור בערגלעך, פֿאַרוואַקסענע מיט אָסאָקע און ווילדגראָז. אָנשטאָט הייליקע קבֿרים — צעמזיקטע, צעקלאַפּטע שטיינער — אָנשטאָט מצבֿות מיט מנורות און מגן־דודן.
די מלחמה האָט זיך געענדיקט. און לויט אַ נס, זײַנען עטלעכע מעדזשיבעזשער געקומען אויף קבֿר־אָבֿות און מער ניט געטראָפֿן דאָס אַ מאָל לעבעדיק און פֿריילעך שטעטל. נאָר רויִנעס… גריבער, וווּ עס איז געלעגן באַגראָבן דאָס גאַנצע שטעטל, ניט ווײַט פֿון דעם באַרימטן מעדזשיבעזשער שלאָס…
איצט וועט אײַך שוין קיינער ניט קענען דערציילן, וואָס פֿאַר אַ הייליקע נשמות זײַנען געקומען אַהער, אויפֿן רויִנירטן אַלטן בית־עולם און האָבן אויפֿגעשטעלט צוויי מצבֿות, ניט ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער: די מצבֿה אויפֿן קבֿר פֿונעם גרויסן בעל־שם־טובֿ און די מצבֿה פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער.
צו איינעם טראָגט מען נאָך ביז הײַנט קוויטלעך, וווּ מע ווענדט זיך דורכן בעל־שם־טובֿ צום אייבערשטן וועגן הילף; דעם צווייטן, הערשעלען, טראָגט מען לעבעדיקע בלומען, וועלכע ווערן קיין מאָל ניט פֿאַרוועלקט. בלומען, ווי אַ סימן, אַז הערשעלע אָסטראָפּאָליער לעבט און עס לעבט זײַן וואָרט. זײַן וויץ. זײַן חכמה. זײַן פֿרייד…