לאַפּסוס־קאַקטוס — 16

ווי ווערטער רופֿן זיך אָפּ (4)

די משפּחה פֿון מײַן מאַמעס צד שטאַמט אָפּ פֿון דער ייִדישער קאָלאָניע מאַרקולעשט. דער סטאַטוס „קאָלאָניע‟, אָדער ווי מ׳האָט עס גערופֿן אויף רומעניש „קאָמונאַ‟ האָט דערמעגלעכט די ייִדן זיך געזעצלעך אָפּגעבן מיט ערדאַרבעט. די ענגע פֿאַרבינדונג מיט ערד און פֿי האָט נאָך מער דערנענטערט די ייִדישע קאָלאָניסטן מיט די אָרטיקע דערפֿישע פּויערים; געמאַכט דעם לעבנס־שטייגער אין געוויסע אַספּעקטן ענלעך צום פּויערישן; אַרײַנגעבראַכט אין ייִדיש נײַע ווערטער און באַגריפֿן, און אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים — אַ „מאָלדאַווישן טעם‟.

איך וועל ווײַטער ברענגען אַ צאָל ווערטער — סײַ געהערט בײַ אונדז אין שטוב און סײַ געפֿונען אין די זכרונות פֿון בעסאַראַבער ייִדן, פֿאַרבונדן מיטן לעבנס־שטייגער פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן אין בעסאַראַביע.

פּאָסליד
דער זיידע ע״ה פֿלעגט דערציילן, אַז זײַן פֿעטער, לייזער, אַליין אַ סוחר, האָט „געהאַט אַ גרויס דרך־ארץ פֿאַר תּבֿואה‟. און ווי אַ משל פֿון דעם דאָזיקן דרך־ארץ, האָט דער זיידע אַרויסגעבראַכט מיט שטאָלץ: „ער האָט קיין מאָל נישט געמישט, ניט נאָר פּאָסליד אָדער ערד, נאָר נישט אַפֿילו קיין געמיינע תּבֿואה מיט בעסערער.‟

פֿון מײַן זיידנס רייד האָב איך אַלץ פֿאַרשטאַנען, אָבער דאָס וואָרט „פּאָסליד‟ איז פֿאַרבליבן אין מײַן זכּרון, ווי אַ פֿינצטערער פֿלעק. מיט יאָרן שפּעטער האָב איך דעם „פֿינצטערן פֿלעק‟ אָפּגעווישט; עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז „פּאָסליד‟ מיינט, „קויט‟.

בײַ דער אַרבעט אין פֿעלד, באַזונדערס אויף די טיטון־פּלאַנטאַציעס, האָבן די ייִדישע מיידלעך איבערגעשטיגן די דאָרפֿישע. אָט וואָס עס שרײַבט אין זײַנע דערמאָנונגען דער בעסאַראַבער ייִד פֿאַליק לערנער, אַ געבוירענער אין דער ייִדישער קאָלאָניע ווערטוזשען: „איך ווייס נישט, צי מ׳האָט ערגעץ־וווּ — אויסער אין ארץ־ישׂראל — געזען ייִדישע מיידלעך אַזוי אַרבעטן אין פֿעלד ווי אין די ייִדישע שטעטלעך פֿון בעסאַראַביע. בײַ אונדז אין שטעטל זײַנען געווען ייִדישע מיידלעך, וואָס זײַנען געווען אמתע ׳טשעמפּיאָנקעס׳ אויפֿן געביט פֿון ׳זעצן׳, ׳פּראַשעווען׳ און ׳סילן׳ טוטין.‟

„זעצן‟, „פּראַשעווען (יעטן)‟ און „סילן (סיליען)‟ — אָט די דרײַ שטאַפּלען פֿון טיטון־אַרבעט ווערט געמאַכט פֿאַר דעם, ווי מע צעהענגט דעם טיטון זיך טריקענען. אין דער הײַנטיקער מאָלדאָווע, וווּ טיטון איז אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אָרטיקער אינדוסטריע, האָט זיך דער אופֿן פֿון „זעצן‟, „פּראַשעווען‟ און „סילן‟ טוטין ווייניק וואָס געביטן.

tabak_5
אַ פּויערטע אין מאָלדאָווע בײַם סיליען טיטון

זשיִע (ס)
אַן אַנדער מין אַרבעט אין די ייִדישע קאָלאָניעס איז געווען אין די ווײַנגערטנער. פֿון דער מלאָכה איז אין בעסאַראַבער ייִדיש פֿאַרבליבן דאָס וואָרט „זשיִע‟ — ווײַנגאָרטן. דאָס ריכטיקע וואָרט קלינגט אין רומעניש „וויִע‟, אָבער די פּויערים פֿלעגן עס אַרויסרעדן ווי „זשיִע‟, „זשין‟ (ווין) — ווײַן. אַזוי איז עס אויך געבליבן אויף דער צונג בײַם ייִדישן ערד־האָרעפּאַשניק אין בעסאַראַביע.

וואָלעכל‟, „בולגאַריאַסקע‟, „דאָינע‟, „זשאָק‟
דער זשאַנער פֿון ייִדישע קלעזמער־מוזיק האָט זיך אין די לעצטע 10־15 יאָר זייער אַנטוויקלט סײַ אין אַלע דרײַ אַמעריקעס, סײַ אין אייראָפּע און סײַ אין אויסטראַליע. קלעזמער־מוזיק שפּילן הײַנט נישט נאָר ייִדן; אפֿשר נאָך מער ניט־ייִדן, ווי די ייִדן אַליין. צו פֿאָרשן דעם סטיל און נוסח, און סתּם זיך לערנען נאָכמאַכן דעם אויטענטישן קלעזמער פֿאָרט מען קיין רומעניע, מאָלדאָווע, מערבֿ־אוקראַיִנע, אונגערן — אין די מקומות, וווּ קיין ייִדישע קלעזמאָרים זײַנען שוין לאַנג נישטאָ.

אין דער אמתן, זײַנען אין יענע מקומות אויך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען געציילטע ייִדישע קלעזמער־קאַפּעליעס. ס׳איז מער אַ לעגענדע, שיין באַשריבן אין די ווערק פֿון אונדזערע קלאַסיקער און שרײַבער.

איך קוק ווידער אַרײַן אין פֿאַליק לערנערס זכרונות:

„אַפֿילו אַ ייִדישע חתונה אין שטעטל האָט נישט געקאָנט אויסמײַדן דעם ניט־ייִדישן מאָמענט. קיין ייִדישע קלעזמאָרים זײַנען בײַ אונדז אן שטעטל נישט געווען, פֿלעגט מען אַראָפּברענגען מאָלדאַוואַנישע קאַפּעליעס פֿון די נאָענטע דערפֿער און, זיי, מיט זייערע טיפּישע „וואָלעכלעך‟, „בולגאַריאַסקעס‟ און „דאָינעס‟ האָבן דער ייִדישער חתונה אַרויפֿגעצוווּנגען דעם כאַראַקטער פֿון מאָלדאַוואַנישן „זשאָק‟ [גיכער טאַנץ]. ייִדן האָבן געטאַנצט אונטער דער מוזיק פֿון מאָלדאַוואַנישע קלעזמאָרים, האָבן זיי עס במילא געמוזט מאַכן ווי די מאָלדאַוואַנעס. דאָס אַרויסרופֿן דרשה־געשאַנק און די ייִדישע ברכות האָבן זיך אויסגעמישט מיט דער טיפּיש מאָלדאַוואַנישער מוזיק און מיט די מאָלדאַוואַנישע טענץ. דערפֿון האָט זיך געשאַפֿן די אייגנאַרטיקייט פֿון אַן עכט ייִדיש־בעסאַראַבער חתונה, וועלכע איז אין אַנדערע ייִדישע ייִשובֿים נישט געווען באַקאַנט.‟

אַז מע רעדט שוין וועגן חתונה און קלעזמאָרים, איז לאָמיר פֿאַרענדיקן דאָס קאַפּיטעלע מיט אַ בעסאַראַבער ווערטל:

אַ חתונה אָן קלעזמאָרים, איז ווי אַ לוויה אָן טעכטער.

נאָר אויף שׂימחות!

לאַפּסוס־קאַקטוסкактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s