מיכאל דונאַיעווסקי
ערשטער קאַפּיטל
דאָס אָנקומען פֿון ייִדן אין בעמען און מערן
אין די אַזוי גערופֿענע טשעכישע לענדער — בעמען און מערן — לעבן די ייִדן שוין מער ווי טויזנט יאָר…
דער מצבֿ פֿון די ייִדישע ייִשובֿים איז דאָ געווען ענלעך צו צפֿון- און מערבֿ-אייראָפּע אין צײַט פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וווּהין די ייִדן פֿלעגן נאָך פֿריִער אָנקומען פֿון דרום-אייראָפּע איבער די אַלפּן און באַלקאַנען צו האַנדלען.
ס׳פֿאַראַן מיינונגען פֿון פֿאַרשיידענע היסטאָריקער, וואָס טענהן, אַז די ייִדישע סוחרים פֿלעגן שוין אין יענע צײַטן און אויך שפּעטער, אין דעם פֿריִערדיקן מיטל־אַלטער אַריבערפֿאָרן די גרענעצן פֿון דער „באַוווּסטער וועלט‟, דהײַנו, „לימעס ראָמאַנוס‟, און האַנדלען מיט די קעלטישע, דײַטשע און שפּעטער — מיט די סלאַווישע שבֿטים.

דער ערשטער באַוווּסטער שריפֿטלעכער באַווײַז וועגן עקזיסטענץ פֿון ייִדן אין בעמען און מערן קומט פֿון אָנהייב 9טן י״ה פֿון אַ זאַלצבורגער אַרכיבישאָף אַרנאָ. און דער צווייטער באַווײַז שטאַמט פֿון ראַפּפֿעלשטעטן געזעץ (906-903) פֿון לודוויג דעם פֿערטן.
דער פּירוש אָבער פֿון די צוויי באַווײַזן איז זייער פּראָבלעמאַטיש.
צווישן די הײַנטיקע היסטאָריקער הערשט אַ מיינונג, וואָס קומט פֿון אַ שפּעטערדיקן אויפֿווײַז פֿון אַ ייִדישן סוחר, רופֿא און, מסתּמא, אַ דיפּלאָמאַט אויך, איבראַהים איבן יאַקוב (אַבֿרהם בן יעקבֿ), וואָס האָט זיך באַטייליקט אין אַ דיפּלאָמאַטישן שליחות, געשיקט געוואָרן דורך האַקאַם דעם צווייטן (961־976), דעם כאַליף פֿון קאַרדאָווע, און זײַן ייִדישן מיניסטער, חסדאי איבן שפֿרוט, צו דעם קייסער אָטטאָ דעם ערשטן.
איבראַהים איבן יאַקוב האָט באַזוכט די צענטראַל־אייראָפּע אין די 966-965 יאָרן. אין זײַן באַשרײַבונג פֿון דעם באַזוך, וואָס איז שפּעטער אָפֿט דערמאָנט געוואָרן דורך די אַראַבישע געאָגראַפֿן אין 11טן י״ה, האָט ער פֿאַרשריבן נאָטיצן וועגן פּראָג, אַז אין דער שטאָט זײַנען געווען ייִדן…
פֿון דעם אויפֿווײַז קאָן מען אָבער ניט פֿאַרשטיין אויף זיכער, צי די ייִדן, וואָס ער האָט דאָ געטראָפֿן, האָבן געוווינט אין פּראָג אויף אַ שטענדיקן אופֿן, צי זיי זײַנען נאָר פֿאַרבײַ אונטערוועגס אין אַנדערע לענדער, ווי אויסלענדישע סוחרים. די צווייטע מעגליכקייט אָבער ווײַזט זיך אויס מער ווירקלעך.

וואָס ס׳איז זיכער, אַז גלײַך נאָך זײַן באַזוך אין פּראָג האָבן זיך די ייִדן יאָ אנגעהויבן באַזעצן אין דער שטאָט.
אין אָנהייב איז דער שטח פֿון הײַנטיקער טשעכיע געווען באַזעצט נאָר אין קליינע טיילן, אָפּגעטיילט מיט וואַלד און פֿאַרבונדן מיט סטעזשקעס. אויף די דאָזיקע סטעזשקעס, וואָס האָבן געשאַפֿן דעם יסוד פֿון עקאָנאָמישן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין לאַנד, זײַנען געפֿאָרן אויך פֿרעמדע סוחרים, וועלכע האָבן געפֿירט אַ טראַנזיט-מיסחר און געהאַנדלט דאָ מיט זאַלץ און לוקסוס-סחורה. צוריק האָבן זיי עקספּאָרטירט פֿאַרשיידענע אָרטיקע פּראָדוקטן, אײַנגעשלאָסן אַפֿילו שקלאַפֿן. די ייִדישע סוחרים האָבן גערופֿן דאָס לאָנד — כּנען. פֿאַר וואָס? צוליבן פּאַראַלעל מיט דעם פּסוק „העבד הכּנעני‟ — סלאַווישע שקלאַפֿן… אין פּראָג איז דעמאָלט געווען אַ גרויסער און וויכטיקער שקלאַפֿן-מאַרק…
סוחרים, וועלכע האָבן געוואַנדערט אונטערוועגס חדשים-לאַנג איבער גאַנץ אייראָפּע, האָבן בײַ די וועגן זיך אָפֿט געמאַכט סקלאַדן, וווּ זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט אָדער צײַטווײַליק, צי אַפֿילו אויף שטענדיק געבליבן דאָרט לעבן. איינער פֿון די בעסטע ערטער אין טשעכיע פֿאַר אַזעלכע סקלאַדן איז, ווײַזט אויס, געווען פּראָג בכלל, און דער טייל אונטער דעם פּראָגער שלאָס בפֿרט. דאָרטן האָבן זיך אין דעם 10טן און 11טן יאָרהונדערט אַנטוויקלט די וויכטיקסטע מיזרח-אייראָפּעיִשע מערק.
אין יענע צײַטן איז דער אויסלענדישער מיסחר געלעגן אין די הענט פֿון די אַראַבער, גריכן און, דער עיקר, די ייִדן. ס׳פֿאַראַן אַפֿילו אַ מיינונג, אַז אין די צײַטן פֿון פֿריִיִקער מיטל־אַלטער זײַנען די ייִדן געווען די איינציקע סוחרים צווישן דער קולטורעלער דרום-אייראָפּע און ווילדן צפֿון… די ייִדישע סוחרים האָבן טאַקע זיך באַטייליקט אינעם אַנטוויקלען די אָרטיקע ווירטשאַפֿט אין יענער תּקופֿה.
שפּעטער, אין די ווײַטערדיקע יאָרהונדערטן ביזן אָנהייב 13טן יאָרהונדערט, האָבן די ייִדן געשפּילט אַ מערקווערדיקע ראָלע אינעם אָרטיקן האַנדל — געהאַנדלט מיט נאַטורעלע פּראָדוקטן, געקאָנט זײַן בעלי-מלאָכות, אײַנקויפֿן באָדנס און הײַזער, פֿאַרנעמען זיך מיט הלוואָות, מינצן. אייניקע האָבן אַפֿילו דערגרייכט צו די „הויכע פֿענצטער‟ און געוואָרן אין דער אמתן וויכטיקע יועצים, רופֿאים און אַפֿילו הויכע באַאַמטע בײַם מלך-הויף. די ייִדישע קהילות זײַנען געווען, ווײַזט אויס, לחלוטין אויטאָנאָמיש… פֿאַרשטייט זיך, ניט אַלץ האָט אויסגעזען אַזוי שיין און גוט…
אנטשולדיגט פאר מיין עמי הארצותדיגען אידיש, אבער וואס מיינט דאס ”סטעזשקעס”? ביימער?
LikeLike
אַ שמאָלער וועג
LikeLike