נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 16

ruthrubin1004

רות רובין און אירע יורשים

דאָס קאַלענדאַר־יאָר איז כּמעט אויסגעגאַנגען. ווי אַ מין סך־הכּל צו די יערלעכע אונטערנעמונגען אין ייִוואָ, איז דאָרט דעם 23סטן דעצעמבער פֿאָרגעקומען אַ זעלטענע קאָנצערט־פּראָגראַם, געווידמעט רות רובין, דער פֿאָרשערין און זאַמלערין פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער.

אַ געבוירענע אינעם שטעטל כאָטין, בעסאַראַביע, אין 1906, האָבן זי די עלטערן בײַ צוויי יאָר געבראַכט קיין קאַנאַדע. די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל, אָבער דער טעם פֿונעם בעסאַראַבער ייִדיש־לשון, גענאַשט פֿון איר מאַמען, איז בײַ רות פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן.

בײַ אירע קנאַפּע נײַן יאָר האָט רות געהאַט דאָס מזל צו זען און הערן דעם גרויסן שלום־עליכם, וואָס איז אויפֿגעטראָטן אין מאָנטרעאָל פֿאַר אַ גרויסן עולם, אפֿשר דאָס לעצטע מאָל אין זײַן לעבן. דער אײַנדרוק פֿון דער טרעפֿונג איז געווען אַזוי גרויס, אַז דאָס מיידעלע האָט אַליין אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער. שפּעטער, שוין אין ניו־יאָרק, וווּהין רות איז אַריבערגעפֿאָרן צו וווינען, איז אין 1929 דערשינען איר לידער־זאַמלונג „לידער‟, אונטער איר מיידלשן פֿאַמיליע־נאָמען רבֿקה רויזענבלאַט.

אָבער איר אמתער באַרוף איז געווען נישט אַזוי פּאָעזיע, ווי דאָס פּאָעטישע געזאָנג, געשאַפֿן פֿונעם פֿאָלק. מעגלעך, אַז די טרעפֿונג מיט חיים זשיטלאָווסקין און שפּעטער מיט מאַקס ווײַנרײַכן האָבן באַשטימט איר וועג אין לעבן. זי הייבט אָן זאַמלען ייִדישע פֿאָלקס־לידער, ווי אויך עטנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיט זיי. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון איר אַרבעט, האָט רות רובין (זי האָט חתונה געהאַט אין 1932) פֿאַרטיידיקט איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע אויף דער טעמע — „פֿאָלקס־געזאַנג בײַ ייִדישע פֿרויען‟. דעם פֿאַרנעם פֿון איר זאַמלאַרבעט איז נישט איבערצושאַצן — בײַ די צוויי טויזנט לידער, בתוכם אַרבעטער־לידער און ייִדישע שטאָט־לידער (ראָמאַנסן).

דער אוצר איז געוואָרן אַ יסוד פֿאַר דער גרעסטער קאָלעקציע פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער, ווען עס איז צונויפֿגעזאַמלט.

רות רובין האָט נישט נאָר געזאַמלט ייִדישע לידער; זי האָט געהאַט אַן אוניקאַלן אויער און שטים, שוין אָפּגערעדט וועגן דעם פֿענאָמענאַלן זכּרון, — אַליין אויסצופֿירן די געהערטע לידער. דערבײַ האָט זי מײַסטעריש פֿאַרהיט אין איר זינגען אַלע „קנייטשן‟ און „קוועטשן‟ פֿונעם ליד — סײַ שפּראַכלעכע און סײַ אויטענטיש־זינגערישע.

 

 

This slideshow requires JavaScript.

זי האָט אַרויסגעלאַזט צענדליקער פּלאַטן מיט איר זינגען, וואָס האָט זיך אויסגעטיילט נישט אַזוי מיט נאָכמאַכן דעם אָריגינאַל, ווי מיטן צוגעבן דעם ליד איר אייגענע אינטערפּרעטאַציע. ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר לאַנג־יאָריקער פֿאָרשערישער אַרבעט, האָט רות רובין אַרויסגעלאָזט אויף ענגליש אַ ריי מאָנומענטאַלע ווערק: „דער אוצר פֿון ייִדישן געזאַנג‟ (1950); „די שטים פֿון פֿאָלק: געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד‟ (1963). שוין נאָך איר טויט אין יאָר 2000, איז אַרויס די גרויסע מאָנאָגראַפֿיע „ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רות רובינס אַרכיוו‟.

טאַקע פֿון רות רובינס לידער־אוצר האָבן אַלע באַטייליקטע אינעם ייִוואָ־אָוונט געשעפּט זייער באַגײַסטערונג און אָנגעשטעקט מיט איר יעדן איינעם אין דעם פֿול־געפּאַקטן זאַל. בלויז 26 לידער פֿון דעם אומאויסשעפּלעכן אוצר, געזאַמלט פֿון רות רובין, האָבן פֿאָרגעשטעלט די 22 באַטייליקטע; ווי זאָגט מען אויף ייִדיש — אַ טראָפּן אין ים. ס׳איז אָבער פֿון דעם מין טראָפּנס, וואָס פֿרישט אָפּ און היילט די אויסגעבענקטע נשמה.

דער אָוונט איז אויך געווידמעט געווען דעם נײַעם וועב־פּאָרטאַל: „רות רובינס ירושה־אויסשטעלונג‟, צוגעגרייט פֿון לאָרין סקלאַמבערג און עלענאָר ביזונסקי.

פֿינאַנציעל האָבן די קאָנצערט־פּראָגראַם געשטיצט: „דער צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טאַנץ‟ און דער פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק‟.

פֿאַר די וואָס ווילן זיך ברייטער און טיפֿער באַקענען מיט דער פֿענאָמענאַלער פּערזענלעכקייט רות רובין, גיט אַ קוועטש אויפֿן עלעקטראָנישן אַדרעס:

exhibitions.yivo.org/RuthRubin

דעצעמבער 2018, ברוקלין, ניו־יאָרק

פֿאַרן אָנהייב פֿון דער אונטערנעמונג אין ייִוואָ האָב איך געבעטן ד״ר איציק גאָטעסמאַן, וואָס האָט זיך אין דעם אָוונט באַטייליקט, צו געבן פֿאַר דער „ייִדיש־בראַנזשע‟ אַ בליץ־אינטערוויו:

Leave a comment