פֿון אונדזער עזבֿון: משה גאָלדשטיין (1900־1943)
געלעבט אין וואַרשע, אין 1923 עמיגרירט קיין אַרגענטינע, געאַרבעט בײַ שטריקדרייערײַ. אין די יונגע יאָרן אָנגעהויבן שרײַבן און גערוקט אין דער ייִדישער פּרעסע סקיצן און מיניאַטורן פֿון ייִדישן לעבן אין אַרגענטינע. אין 1932 געקומען קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד, זיך באַזעצט אין ביראָבידזשאַן, אין דער קאָמונע ”איקאָר“, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די עמיגראַנטן פֿון אַמעריקע. געאַרבעט אין פֿעלד, געוואַלגערט וואַלד, זיך פֿאַרנומען מיט פֿישפֿאַנג…