אָדמס שליחות

באָריס סאַנדלער
צו קוקן אויף זײַן שפּילן איז באמת געווען אַ זעלטענער קאָנצערט. דער ביליאַרדשטאָק אין זײַנע הענט האָט אויסגעזען ווי אַ דיריגיר־שטעקעלע אין דער האַנט פֿונעם מאַעסטראָ. די ביליאַרדקוילן האָבן געפֿאָלגט זײַן יעדן צוריר און זיך „געלייגט‟ פּינקטלעך לויט אָדעמס אָנווײַזונגען…

פֿון אונדזער עזבֿון: משה כאַשטשעוואַצקי (1897־1943)

אין דער ייִדישער סאָוועטישער דיכטונג טראָגט ער אַרײַן נײַע מאָטיוון און נײַע קינסטלערישע געשטאַלטן. מיט דער זעלבער מײַסטערשאַפֿט האָט דער דיכטער איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ ריי ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור: מ. לערמאָנטאָווס געקליבענע ווערק, הײַנריך הײַנעס ”דײַטשלאַנד“, בײַראָנס ”דער געפֿאַנגענער פֿון שילאָן“, ש. רוסטאַוועליס ”דער גיבור אין דער טיגערפֿעל“, ט. שעווטשענקאָס לידער…

בשלום זאָלסט רוען, טונקל-גרינער פֿילצפּען!

דניאל גלאי
פֿאַרן העלן גרין איז דער גאַנצער מעמד געווען גאָר שווערלעך. טרערן האָבן זיך פֿון אים כּסדר געגאָסן. אַ מזל נאָר, וואָס ר’האָט זיך געקאָנט אָנשפּאַרן אין צוויי רויטע און שוואַרצע פֿילצפּענען, וואָס האָבן אים פֿון ביידע זײַטן געשטיצט און ניט געלאָזט פֿאַלן…

אַ טאַנץ אויף שפּליטערס (המשך)

מרדכי יושקאָווסקי
אין האַרצן האָב איך נאָך אַלץ ליב געהאַט לאַריסען, אַפֿילו ניט געקוקט אויף דער שטענדיקער בלוט־זויגעניש, וואָס זי פֿלעגט מיר טאָן. איך האָב נאָך אַלץ ניט געקאָנט טראַכטן וועגן אַן אַנדער פֿרוי. מייַן איינציקע דאגה איז דעמאָלט געווען צו פֿאַרברענגען וואָס מער צייַט מיטן קינד. מער האָט מיך דאַן גאָרנישט ניט אינטערעסירט…