צוזאַמענבראָך (המשך)

עמיל קאַלין

10

רחל האָט אַ קוועטש געטאָן אויף אַן אָנזעעוודיק קנעפּל און דאָס ליכט בײַ די טרעפּ האָט זיך אָנגעצונדן. זי האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז בשום-אופֿן וועט זי מיך נישט פֿאַרבעטן אַרויף, געגעבן אַ וווּנק, זיך צעלאַכט אַ קאַפּעלע צו הויך און די ווענט אַרום האָבן געלאַכט מיט איר. דערנאָך האָט זי מיר צוגעקלעפּט אַ נאַסן קוש צו דער לינקער באַק און איז אַרויפֿגעגאַנגען אויף די טרעפּ. איך האָב געוואַרט אונטן אַ רגע, אַליין נישט פֿאַרשטייענדיק, אויף וואָס אייגנטלעך איך קוק אַרויס. דאָס ליכט האָט זיך תּיכּף פֿאַרלאָשן און דאָס פּלוצעם געוואָרענע פֿינצטערניש האָט מיך אַרויסגעטריבן ווידער אין גאַס אַרײַן. איך האָב פֿאַרקערעוועט אויף לינקס און זיך געלאָזט גיין אויף עזה־גאַס.

אויף פֿראַנקרײַך־פּלאַץ דאָרט, וווּ עס פֿאַרענדיקט זיך עזה־גאַס, אויף דעם שמאָלן טראָטואַר, לענג־אויס דעם פּלויט פֿון „טעראַ סאַנטאַ‟, איז פֿאָרגעקומען אַ שטילע דעמאָנסטראַציע: אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן, דער עיקר, אַלטע־לײַט מיט פֿאַרזאָרגטע פּנימער, מיט שילדן אין די הענט, אָנגעטאָן אין שוואַרצע העמדער, אויף וועלכע ס׳איז געשטאַנען דאָס וואָרט „ניין‟ מיט רויטע אותיות, האָט אויסגערופֿן לאָזונגען קעגן דער רעגירונג און דעם פּרעמיער-מיניסטער, וועמען זיי האָבן באַשולדיקט אין קאָרופּציע. די אויסרופֿן, דאַכט זיך, אַ קול-קורא מיט ווייניק צוהערערס, האָבן נישט דערוועקט קיין גרויס אינטערעס בײַ די געציילטע ירושלימער פֿאַרבײַגייערס. יעדער איז זיך געגאַנגען זײַן וועג, פֿאַרזונקען אין די אייגענע מחשבֿות און נישט געפֿונען פֿאַר נייטיק איבערצורײַסן דעם פֿאָדעם לטובֿת פֿרעמדע צרות. בלויז געציילטע פֿאַרבײַגייערס האָבן געשענקט די דעמאָנסטראַנטן קורצע, פֿרעגנדיקע בליקן און זיך דערווײַטערט, געבנדיק דערבײַ אַ צי מיט די אַקסלען. עס האָט אויסגעזען, אַז דער עסק וועט נישט באַקומען קיין פֿליגלען.

פֿאַררוקט אַ קאַפּעלע אויף אַ זײַט דאָרט, וווּ עס איז אַ מאָל געווען אַ ליידיקער שטח אין מיטן אויפֿן, איז געשטאַנען אַ טוץ יונגע פֿרויען מיט פֿאַרביקע שילדן אין די הענט. עטלעכע פֿון זיי האָבן אַוועקגעלייגט די שילדן אין אַ זײַט און זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן ראַנד פֿון דעם פֿאַרפּוצטן פֿאָנטאַן — אַ קאָפּיע פֿון אַ געוויסער פּאַריזער פֿאָנטאַן. ער איז געשטאַנען, ווי ער וואָלט געווען אַ פֿאַרוואָגלטע וואַזע, אַראָפּגעבראַכט פֿון דער אַלטער היים; אַ חפֿץ, וואָס גייט אַריבער בירושה שוין עטלעכע דורות, און בלײַבט נאָך אַלץ אַן אייביק־פֿרעמדער צו דעם תּכליתדיקן, פֿאַרגרעבטן ישׂראלדיקן אַרום, וווּ אַן אומבאַחנטע ניצלעכקייט פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן.

אַ קליינוווּקסיקער מאַנצביל מיט אַ ברייטן, ווײַסן קאַפּל אויפֿן קאָפּ, אַ האָריקן קאַרק ברייט און האַרט ווי בײַ אַן אָקס, און אַ פּאָר צו-גרויסע הענט איז פּלוצעם צוגעגאַנגען מיט אַ בהלה צו דער גרופּע יונגע פֿרויען און געפּרוּווט אַרויסרײַסן בײַ אַ מיידל, וואָס האָט בשום-אופֿן נישט אויסגעזען עלטער פֿון זעכצן יאָר, דעם שילד, וווּ עס איז געשטאַנען, מיט שיינע, רונדיקע אותיות אָנגעשריבן: „קאָרופּציע — דער סוף פֿון דער מדינה.‟ דער געראַנגל, וואָס האָט געזאָלט זײַן לכאורה איינזײַטיק, האָט געדויערט אַ ביסל מער ווי איך האָב זיך געריכט און מענטשן זענען צוגעגאַנגען און זיך אַרײַנגעמישט. דער מאַנצביל מיטן האָריקן קאַרק האָט גענומען שרײַען און טופּען מיט די פֿיס.

עס ליגט נישט אין מײַן טבֿע זיך אַרײַנצומישן אין מחלוקתן אויף דער גאַס. געוויינטלעך, איז מיר בילכער, אַז מענטשן זאָלן זיך בײַסן בײַ די נעזער און לאָזן מײַן אייגענע נאָז צו רו, אָבער נאָך אַ פּאָר טריט האָב איך זיך אויסגעדרייט צום קליינוווּקסיקן מאַנצביל, וואָס האָט זיך נאָך אַלץ געראַנגלט מיט די דעמאָנסטראַנטן, און גענומען זינגען העכער ווי איך האָב געוואָלט: „כי לא ינום ולא ישן שומר ישׂראל.‟

דער האָריקער מאַנצביל האָט ענדלעך געליטן אַ מפּלה אין זײַן מערכה מיט די דעמאָנסטראַנטן. ער האָט אָפּגעלאָזט דעם שילד מיט דער „קאָרופּציע‟ און געקראָגן פֿאַר אַ צוגאָב אויך אַ פּאָר שטופּענישן און זידלערײַען. ער האָט מיך אָנגעקוקט מיט אַ זײַטיקן בליק, פֿול מיט האַס ווי אַן אויפֿגערייצטער הונט.

„וואָס האַקסטו דאָרט, האַ? עמעצער האָט דען געבעטן בײַ דיר אַן עצה?‟ — האָט ער זיך געווענדט צו מיר אַ דערצאָרנטער.
„חס-ושלום! כ’האָב גאָר נישט געמיינט זאָגן‟, — האָב איך געפּרוּווט אָפּשטילן דעם צאָרן בײַ דעם בייזן הונט. — „ס’איז נאָר אַ בת-קול. אַ פּראָסט בת-קול איז אַרויסגעקומען פֿון מײַן קול אָן דער מינדסטער כּוונה צו באַרירן אײַער כּבֿוד. איך בין, דאַרפֿט איר וויסן, אַ משוגענער, לא עליכם, און איך קען דאָס אויך באַווײַזן. אָט, דאָ האָב איך די נייטיקע פּאַפּירן און זיי וועלן באַשטעטיקן מײַן אַלגעמיינע, אומאָפּפֿרעגלעכע אומפֿעיִקייט און דאָס הוילע משוגעת.‟

דער מענטש מיטן ברייטן, האָריקן קאַרק, וואָס האָט געבײַלט די פֿויסטן און איז מסתּמא שוין געווען גרייט מיך קורע-כּדג זײַן איז מיט אַ מאָל פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, ווי אַ וואַקסענע פֿיגור. די גרויסע הענט זענען אים אַ פֿאַל אַראָפּ געטאָן און די אויגן זײַנע זענען אים שיִער נישט אַרויסגעקראָכן פֿון קאָפּ פֿאַר אַ לײַטישן שרעק. דאָס וואָרט „משוגע‟ האָט אָפּגעשלאָגן זײַן אַפּעטיט פֿאַר אַ געשלעג. ער האָט זיך געקווענקלט אַ רגע און לסוף אַ שפּײַ געטאָן אויף דער ערד און איז אַוועק אָן אַ „זײַ געזונט‟. איך האָב אים האַרציק געדאַנקט פֿאַרן ברייטהאַרציקן אויסרייניקן די שטויביקע ירושלימער גאַסן, אָבער ער האָט זיך שוין דערווײַטערט און מײַנע לויב-ווערטער זענען, ליידער, נישט דערגאַנגען צו אים.

איך בין אַוועק פֿון די דעמאָנסטראַנטן און געגאַנגען אויף קינג־דזשאָרדזש מיט אַ דערהויבענער שטימונג. כ׳האָב זיך דערמאָנט אין משה רבינוס זאָג: „ויפוצן משנאיך וינוסו אויביך.‟ דער ייִדישער שלעגער מיט דער גראָבקייט פֿון אַ יוון, איז אַוועק, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז ער וועט זיך אומקערן. ס’האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך האָב אים געזען אַ פּאָר מאָל אין צענטער שטאָט און אפֿשר האָבן אַלע יוונים טאַקע איין פּנים?

די דערהויבענע שטימונג איז אין גיכן נעלם געוואָרן. דאָס האַרץ האָט גענומען שלאָגן גיך, די פֿיס האָבן זיך קוים גערוקט ווײַטער, אַ מאָדנע שוואַכקייט איז זיי באַפֿאַלן. „אַ האַרץ אַטאַק, האַ? אַזוי זעט אויס דער סוף‟, — האָט דער היפּאָכאָנדער גענומען רעדן אין מיר. איך האָב אײַנגעאָטעמט טיף די נאַכטיקע לופֿט און נאָך אַ פּאָר מינוט איז מיר געוואָרן אַ ביסל בעסער. „דאָס זענען די פֿאַרשאָלטענע אַנגסטן און נישט מער‟, — האָב איך געזאָגט צו זיך אויף אַ קול. — „באַלד וועט די כוואַליע אַריבער. באַלד. אַבי דער קאָפּ זאָל בלײַבן איבערן וואַסער.‟

עס האָט מיר געשווינדלט פֿאַר די אויגן, אָבער איך בין געגאַנגען ווײַטער, געזוכט די אויטאָבוס־סטאַנציע. איך האָב זיך דערמאָנט אין רחלס ווערטער. זי האָט גערעדט האַרבע רייד. עס האָט זיך מיר געוואָלט זײַן אַ מליץ-יושר, פֿאַרטיידיקן די פּוסטע גראַפֿאָמאַניע, וואָס האָט אויפֿגעהויבן איר פּוסטן קאָפּ אין איר שרײַב-קלאַס, געפֿינען אַ זכות אויף זייער און אונדזער בידנעם לעבן. מתרץ זײַן די גײַסטיקע צעפֿאַלונג און קליינלעכקייט, אין וועלכער מיר טאָפּטשען, באַווײַזן מיט אותיות ומופֿתים, אַז דער מצבֿ איז נישט אַזוי שלעכט, אָבער ווי האָב איך געקענט דאָס טאָן און בלײַבן אויפֿריכטיק, כאָטש מיט זיך אַליין? איך האָב דאַן ערשט דערזען מיט די אייגענע אויגן די פֿאַרקערפּערונג פֿון אַלע אירע טענות. דער קליינוווּקסיקער יאָלד מיטן האָריקן קאַרק האָט נישט קיין פֿאַרענטפֿערונג. כּדי צו לייקענען אירע רייד, דאַרף מען זײַן אָדער אַ רשע אָדער אַ בלינדער פֿון דעם אייגענעם ווילן.

אין איינעם מיטן כּעס איז ווידער אויפֿגעשוווּמען אין מיר, ממש ווי אַ פּאַוולאָווישע רעאַקציע, די פֿראַגע, וועלכע איך שלעפּט מיט זיך, דאַכט זיך, פֿון תּמיד אָן: וואָס איז דער שׂכל פֿון אַלץ, וואָס ס׳קומט פֿאָר אַרום מיר? ווער איז גאָט און וואָס איז גאָט, און וואָס וויל ער אייגנטלעך פֿון אונדז, זײַנע קליינע ברואים? דער שׂכל דיקטירט איין מחשבֿה-גאַנג: עס איז נישטאָ קיין גאָט און דעריבער לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל צו האָבן טענות צו אים. מיר זענען דאָ אויפֿן אייגענעם באַראָט, נישטאָ בײַ וועמענס צו בעטן אַן עצה. מיר וועלן אָנקומען אַהין, וווּ עס דערפֿירן אונדז אונדזערע באַגרענעצטע מחשבֿות. און דאָך, עמעצער בושעוועט נאָך אַלץ אין מיר און טוט אַ פֿרעג: טאַקע? עס איז נישטאָ עפּעס העכערס? נישטאָ קיין בידנער אָנשפּאַר? אַלץ אַרום איז אַ הוילע גאָרנישט, וואָס באַגלייט אונדז פֿון וויגל ביז אין קבֿר אַרײַן? ס’מוז דאָך זײַן עפּעס העכערס און בעסערס! און אפֿשר איז גאָט גלאַט אונדזער אָפּשפּיגלונג, ווי אָפּשטויסנדיק און גרוילעך זאָל זי נישט זײַן? דער אייבערשטער, כאָטש ווי אַ הוילער באַגריף, איז מסתּמא אַ מיטל־יאָריקער מאַנצביל מיט קליינע השׂגות, מיט קליינע טונקעלע אויגן, ווי בײַ אַ רויבפֿויגל, וואָס באַטראַכטן דעם אַרום מיט חשד און בייזקייט. ער באַוועגט זיך בעריש-שווער. עס הענגט פֿון אים אַראָפּ אַן אָנגעשפּיצטער בויך, ווי בײַ אַ טראָגעדיקער פֿרוי אין די הויכע חדשים. חסרונות האָט ער אַ פֿולע שיסל און אויכעט געוויסע מעלות. נאָר די געציילטע מעלות שטײַגן איבער אַלע זײַנע חסרונות און וואַרפֿן איבער אים אַזאַ געדיכטן שאָטן, אַז די פֿעלערן ווערן גאָר פֿאַרשוווּנדן. ער איז זיכער, אַז אַלץ פֿאַרשטייט ער בעסער און גיכער פֿון אַלעמען און דערבײַ באַגייט ער מיאוסע גרײַזן (דער חורבן, למשל), צו וועלכע ער באַציט זיך לײַכטזיניק.

אפֿשר איז גאָר אַ פּלאַן, אַזוי האָב איך געטראַכט צו זיך, אָנשרײַבן אַ מאָל וועגן גאָטס עוואָלוציע. דער אײַנפֿאַל אַליין איז, פֿאַרשטייט זיך, נישט איבעריק אייגנאַרטיק. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז דורי-דורות געלערנטע האָבן נישט געזשאַלעוועט קיין טינט בעתן באַהאַנדלען די דאָזיקע טעמע. נאָר אין מײַן פֿאַל וועל איך נישט דאַרפֿן צוקומען צו ביכער אָדער פֿאָרן אין ביבליאָטעקן. איך וועל שרײַבן נאָר וועגן וואָס עס טוט זיך צווישן די אויערן, וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון גאָט אין דעם מענטש גופֿא.

ווי אַ קליין קינד האָט גאָט אויסגעזען אין מײַנע אויגן, ווי מײַן פֿאָטער: ער האָט געהאַט אַ מעסיקע באָרד, נישט קיין לאַנגע און צעשויבערטער, אָבער אויכעט נישט קיין קורצע, קליינע פּאות, פֿאַררוקט הינטער די אויערן, אַ יאַרמעלקע אויפֿן קאָפּ און אויף די פֿיס — אַ פּאָר אַלטמאָדישע סאַנדאַלן. אָבער אַז ער האָט אַן עפֿן געטאָן דאָס מויל זענען גאָר אַרויסגעקומען די מאַמעס רייד. אַלץ פֿלעגט ער זאָגן פּונקט מיט אירע ווערטער נאָר מיט אַ טיפֿער, מאַנצבילשער שטים.

שפּעטער, אין קינדערגאָרטן, האָט זיך דער לערערין אײַנגעגעבן מיך אײַנרעדן, אַז גאָט איז אַ דערבאַרעמדיקער און אַלץ וואָס ער טוט, טוט ער לטובֿה. דעמאָלט איז גאָט מגולגל געוואָרן אין אַ סאָרט ייִדישן „סאַנטאַ קלאַוס‟, אַ גוטמוטיקער זיידע מיט אַ מערקווערדיק בײַכל בײַ וועמען, להיפּוך צום טאַטן, שטייט אַ גוט וואָרט העכער ווי אַ פּאַטש. אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט יענער באַרעמהאַרציקער גאָט גענומען צו זיך די לערערין נאָך אַ שרעקלעכער אויטאָ־צוזאַמענשטויס.

אין די שול־יאָרן און שפּעטער, אין דער ישיבֿה, האָט דער באַשעפֿער אָנגעוווירן זײַן געשטאַלט פֿון אַ בשׂר-ודם און איז מגולגל געוואָרן אין אַ מער צעטושטן ווײַטן וועזן, אַ נעפּל, פֿון וועלכן ס׳האָט זיך צעשיט מיט אָנצאָליקע קאַפּריזן. יענער פֿאַרהוילענער וועזן, אַ ווײַטער קרובֿ, וועמענס פֿאָטאָגראַפֿיע האָב איך קיינמאָל נישט געזען און זיך דערוווּסט וועגן אים און זײַנע מעשׂים מכּלי־שני און ־שלישי, האָט געהאַט אַ קנאַפּע נגיעה צו די גאָר ממשותדיקע פּלאָנטענישן, פּראָבלעמען, ראַנגלענישן, מפּלות און פֿריידן, וואָס זענען מיר אַנטקעגנגעקומען מיטן פֿאַרלויף פֿון יאָרן. די דערבאַרעמדיקייט, די האַרציקייט און אַפֿילו די אַבסאָלוטע מאָראַלישקייט, וואָס ער פֿלעגט פֿריִער פּריידיקן — אַלץ האָט זיך אויסגעוועפּט. פֿאַרבליבן זענען בלויז זײַנע געבאָטן און געזעצן, וואָס האָבן מיך ווײַטער געפּײַניקט און געפּלאָגט, פֿאַרצוימט פֿון סאַמע אויפֿשטיין ביזן לייגן זיך שלאָפֿן.

אַזוי אַרום, למעשׂה, זענען מיר געוואָרן אויס מחותּנים. איך האָב אים געדאַרפֿט האָבן ווי אַ לאָך אין קאָפּ. אַז נישט עטרה מיט איר שרעקלעכער עקשנות און מײַן קינדישע מורא פֿון דער מאַמענס מויל און טרערן וואָלט זיך די יאַרמעלקע נישט פֿאַרהאַלטן אַזוי לאַנג אין קעשענע און אויפֿן קאָפּ. גוט, האָב איך געטראַכט, און וואָס איז דער סוף פֿון דער דערציילונג. שרײַבן גלאַט אַזוי וועגן גאָטס עוואָלוציע בײַ איין מענטש טויג נישט. קיינער וועט עס נישט וועלן לייענען. איך אויך נישט. און אפֿשר וועט דער סוף זײַן ווי בײַ משה-רבינו? ער איז געשטאַנען אויפֿן באַרג נבֿו, גאָט האָט אים געוויזן דאָס צוגעזאָגטע לאַנד און אים אַרויסגעשטעלט אַ פֿײַג. אַ וווּנדערלעכער סוף! אַזאַ אָפּהילכיקער פּאַטש נאָר גאָט איז מסוגל אויף אַזאַ זאַך. מע דאַרף נאָר טראַכטן ווי צו פֿירן אַהין.

דער טעלעפֿאָן האָט וויברירט אין מײַן הויזן-קעשענע. דאָס איז געווען עטרה. אַ קנויל זויערקייט האָט זיך מיר געשטעלט אין האַלדז, אַז איך האָב דערהערט איך קול. זי האָט גערעדט שאַ-שטיל און גיך, אײַנגעשלונגען האַלבע ווערטער. דער עיקרדיקער ענין איז געווען די אויסגעגאַרטע ריי צום פּסיכיאַטער. איך האָב איבערגעחזרט מײַן אייביקע דרשה, געזאָגט, אַז זי פּטרט צײַט און געלט אומזיסט און אומנישט. אמת, דאָס מיידעלע איז אַ ביסל מאָדנע, אָבער זי איז נאָך קליין. זי וועט וואַקסן און אַלע אירע הײַנטיקע משוגעתן וועלן זײַן ווי אַוועק מיטן ווינט. איך האָב ווויל געוווּסט, אַז איך רעד אין דער וועלט אַרײַן, אָבער איך שפּיל די ראָלע פֿון דעם רויִקן טאַטן שוין אַ לענגערע צײַט, אַז ס’ווערט שוין כּמעט אוממעגלעך אויסטאָן די לאַכנדיקע מאַסקע. עטרה האָט מיך געלאָזט וויסן, אַז מיר זענען באַגליקט געוואָרן. עס האָט זיך צופֿעליק באַפֿרײַט אַ ריי טאַקע אָט דעם פֿרײַטיק אין דער פֿרי. אַנישט וואָלטן מיר געמוזט וואַרטן אַ פּאָר גוטע חדשים עמעצער זאָל אַ קוק טאָן אויפֿן מיידל. דאָס פֿאַרגעניגן וועט אונדז אָפּקאָסטן אַ מאַיאָנטעק, אָבער סײַ ווי שטעלן אַלע צו די זעלבע צוגעפֿעפֿערטע פּרײַזן.

דער שמועס האָט זיך פֿאַרענדיקט. איך האָב זיך אָפּגעשטעלט בײַ אַן אויטאָבוס-סטאַנציע און געוואַרט אויף אַן אויטאָבוס, וואָס פֿאָרט ביז שׂדרות הרצל. נו, פֿריִער האָט גאָט אַרויסגעשטעלט משהן אַ פֿײַג און פֿרײַטיק וועט ער מיר ווײַזן „מײַן‟ פֿײַג, האָט אַ קול גענומען רעדן אין מיר ווידער. יאָ, אַ שטיקל השגחה-פּרטית. נישטאָ וואָס צו רעדן, יעדן וועט מען שפּײַען אין קאַשע. ס’וואָלט דען דעם רבונו־של־עולם אָפּגעקאָסט אַ שטיקל געזונט דאָס מיידעלע זאָל זײַן גלאַט אַ מיידעלע? אַ לאַכנדיקס און אַ פֿריילעכס? ער האָט געמוזט זיך צוטשעפּען צו איר יונג לעבן? גוט, אָבער אַזעלכע מחשבֿות טויגן נישט. עס וועט איר נישט ווערן בעסער טאָמער איך וועל פֿירן מײַנע אָנגעווייטיקטע חשבונות מיט טאַטע-פֿאָטער ביז אין אלף־השישי אַרײַן.

דער אויטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט און איך בין אַרײַנגעגאַנגען. די לענגלעכע לאָמפּן האָבן ברוטאַל באַלויכטן דעם סאַלאָן, געוואָרפֿן מעכטיקע זײַלן ליכט אויפֿן ים מידע פּנימער און נישט שיינע גופֿים. מײַן בליק האָט געכאַפּט דעם בליק פֿון אַ בלאַסער און מידער חרדישער פֿרוי. אויפֿן קאָפּ האָט זי געטראָגן אַ מיאוס שײַטל, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ צעשויבערט נעסטעלע. זי האָט נישט אָפּגעריסן פֿון מיר דעם בליק, מיך אָנגעמאָסטן מיט רויטלעכע, האַלב-פֿאַרמאַכטע אויגן. אפֿשר מאַכט זי מיר אייגעלעך, די בעל-תּאווהניצע? איז מיר דורכגעלאָפֿן אַ רעיון. ווער ווייסט, אפֿשר אַרבעט נאָך אַלץ בײַ מיר דאָס, וואָס די אַמעריקאַנער רופֿן „מאָדזשאָ‟? די חרדישע פֿרוי מיטן נעסטעלע אויפֿן קאָפּ איז נישט געווען ביכולת צו דערוועקן אין מיר קיין שום תּאווה, אָבער דער געדאַנק אַליין, אַז איך קען נאָך אַלץ, צוציִען פֿרויען איז מיר גראָד יאָ געפֿעלן געוואָרן און צוגעגעבן אַ יוגנטלעכן אימפּעט, אַ פֿונק האָפֿענונג. האָפֿענונג אויף וואָס? אַ האַרבע קשיא.

אַז איך האָב זיך אַ ביסל אַרײַנגעטראַכט אין דעם ענין, זײַענדיק אַרומגערינגלט מיט דופֿטיקע גופֿים, לויזע פֿיס און הענט, פֿאַרטשאַדעטע קעפּ נאָכן אַרומלויפֿן אַ גאַנצן טאָג נאָך אַ שטיקל ברויט, בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז בלויז עטרה, די אײַנגעשפּאַנטע מוטער, פֿאַרזעט מײַן צוצי קראַכט. מאָדנע, נאָר עס פֿאַלט איר גאָר נישט אײַן, אַז איך וואָלט געקענט פֿאָרן אויף דער מיקלאָמפּערשטער וואַקאַציע אין מצפּה-רמון מיט אַ געליבטער אָדער גאָר שאַפֿן מיר איינע אָדער עטלעכע אין האָטעל. ווער לאָזט דען אַ מאַן פֿאָרן אַליין אויף אָפּרו? עטרה שלינגט אַלץ אײַן. זי איז בשום-אופֿן נישט קיין נאַראָנע, אָבער עס פֿעלט איר לוסט. דאָס איז די עיקר-זאַך. נישט אומזיסט איז אונדזער תּשמישי-מיטה געוואָרן אַן אָפּקומעניש. עס ציט זי נישט צו מיר און דעריבער קומט איר נישט אויפֿן געדאַנק, אַז אַן אַנדער פֿרוי קען אַמאָל האָבן פֿאַרלאַנג צו מיר. מילא, ווײַזט אויס, אַז איך שטויס זי אָפּ נאָך שטאַרקער ווי זי — מיך, האָב איך געטראַכט צו זיך אַ טרויעריקע מחשבֿה און ירושלים, אײַנגעטאָן נײַן איילן אין חשכות, איז פֿאַרבײַגעלאָפֿן אויף צוריק דורך די שויבן.

המשך קומט

Leave a comment