פֿון אונדזער עזבֿון: פּרץ מאַרקיש (1895־1952)


— דיכטער, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג. געבוירן אין שטעטל פּאָלאָנע, אוקראַיִנע, וועגן וועלכן ער האָט פֿיל מאָל געשריבן אין זײַנע לידער און אויטאָביאָגראַפֿיעס. דאָס שטעטל האָט געהאַט אַ שם מיט זײַנע ליימענע קינסטלערישע שפּילעכלעך: האָנעלעך, פֿערדעלעך, קריגעלעך פֿאַר בלומען. פּרץ איז געווען דאָס פֿינפֿטע קינד אין דער משפּחה. אין גאַנצן זײַנען געווען זיבן קינדער — פֿינף מיידעלעך און צוויי ייִנגעלעך. אַ נאָמען האָט מען דעם פֿינפֿטן קינד געגעבן זייער אַ זעלטענעם בײַ די אוקראַיִנער ייִדן. אַזוי האָט געהייסן דער זיידע, וואָס האָט געפֿירט זײַן ייִחוס־בריוו פֿון שפּאַניע, וווּ דער נאָמען פּרץ איז געווען גאַנץ פֿאַרשפּרייט. צווישן אַ סך טײַטשן, וואָס דער נאָמען פֿאַרמאָגט, באַטײַט איינער פֿון זיי: זיך פֿאַנאַנדערשפּרייטן, זיך מערן, זיך דורכשלאָגן, אַרויסשפּראָצן.

דעביוטירט מיטן ליד ”דער קעמפֿער“ (יעקאַטערינאָסלאַוו, אוקראַיִנע), קומט ער אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווי אַ ווינט, ווי אַ שטורעם, וואָס דאַרף איבערקערן די וועלט. אין 1918 באַווײַזט זיך זײַן פּאָעמע ”וואָלין“, דערנאָך איינס נאָכן אַנדערן זײַנע לידער־זאַמלונגען: ”פּוסט און פּאַס“, ”שטיפֿעריש“, ”נאָכן טעלערל פֿון הימל“, ”אין מיטן וועג“, וועלכע שטעלן אים גלײַך אין די ערשטע רייען פֿון דער נײַער ייִדישער פּאָעזיע. סוף 1921 פֿאַרלאָזט מאַרקיש רוסלאַנד און קומט קיין וואַרשע, וווּ ער פֿאַלט גלײַך אַרײַן אין אַ בליִענדיקער שאַפֿערישער סבֿיבֿה.

סוף 1926 קערט ער זיך טאַקע אום, באַזעצט זיך, צו ערשט, אין כאַרקאָוו, דערנאָך אין מאָסקווע. די אַדאַפּטאַציע צו דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט קומט בײַ אים פֿאָר שווער. אין גיכן איבערצײַגט ער זיך, אַז וועגן פֿרײַהייט פֿון שאַפֿן קאָן אין די סאָוועטישע באַדינגונגען קיין רייד נישט זײַן. מע וואַרפֿט אים אָפֿיציעל אויס, פֿאַר וואָס ער דערלויבט זיך צו דרוקן אייניקע זאַכן אין דער אויסלענדישער ייִדישער פּרעסע. זײַן דערציילונג ”חבֿרים קוסטאַרן“ (געדרוקט אין כאַרקאָווער זשורנאַל ”די רויטע וועלט“, נומ׳ 10 און נומ׳ 11) ווערט געטאַדלט ווי אַן ”אידעאָלאָגישע אָפּווײַטונג“, זי ”שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אידעאָלאָגישע פֿאַרקריפּלונג“, ”אויף איר קאָן מען זיך לערנען, ווי אַזוי מען דאַרף נישט שרײַבן אויף הײַנטצײַטיקע טעמעס“, און אַז דאָס איז בכלל ”אַ שאַרזש אויף דער סאָוועטישער ווירקלעכקײַט“. דער שרײַבער זעצט אָבער פֿאָר אינטענסיוו צו אַרבעטן. אין 1929 גייען אַרויס זײַן ראָמאַן ”דור אויס, דור אײַן“ און זײַן פּאָעמע ”ברידער“, וועלכע ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן נאָך זײַענדיק אין פּוילן, און אויך די לידער־זאַמלונג ”פֿאַרקלעפּטע ציפֿערבלאַטן“. און ווידער אַ מאָל ווערט ער שאַרף קריטיקירט. צו די רעוואָלוציע־העלדן פֿון ”דור אויס, דור אײַן“ און ”ברידער“, למשל, האָט מען טענות, אַז זיי זײַנען אידעאָלאָגיש געפּענטעט מיט ”נאַציאָנאַלער באַגרענעצטקייט“ און זײַנען ”כּמעט דורכויס ייִדישע“. מאַרקיש פּרוּווט אָפּוואַרפֿן די נאַרישע טענות, ענדערט אייניקע ערטער אין די ווײַטערדיקע אויפֿלאַגעס, לויטן ערשטן טייל פֿון ”דור אויס, דור אײַן“ שאַפֿט ער אַ פּיעסע, וואָס הייסט ”דער מאָלצײַט“ און ווערט אויפֿגעפֿירט אין אַ ריי ייִדישע מלוכה־טעאַטערס.

אין די 1930ער און אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1940ער יאָרן איז מאַרקיש שאַפֿעריש זייער פֿרוכטבאַר, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרויסע צאָל לידער, פּאָעמעס, פּראָזאַיִשע ווערק און דראַמעס. אין 1933 דערשײַנט דער ערשטער באַנד לידער פֿון זײַנע געזאַמלטע ווערק און אַ באַנד פּיעסעס (”נישט געדאגהט“, ”פֿינפֿטער האָריזאָנט“, ”ווער וועמען“). זײַן פּיעסע ”די משפּחה אָוואַדיס“ (געדרוקט אין אַלמאַנאַך ”סאָוועטיש“ 1938, נומ׳ 6) ווערט געשטעלט אין אַ ריי מלוכה טעאַטערס. אין 1939 ווערט ער באַלוינט מיט דער העכסטער סאָוועטישער מלוכישער אויסצייכענונג — מיט אַ לענין־אָרדן. אין מײַ 1941 ווערט אויפֿגעפֿירט אין עטלעכע רוסישע טעאַטערס אין מאָסקווע, לענינגראַד און קיִעוו זײַן נײַע פּיעסע ”כּל־נדרי“. אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה נעמט ער אַן אַקטיוון אָנטייל אין געזעלשאַפֿטלעכן און ליטעראַרישן לעבן — אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אין מאָסקווער מלוכה־טעאַטער, אין דער ייִדישער סעקציע פֿונעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד, רעדאַקטאָר פֿון די זאַמלביכער ”צום זיג“ און ”היימלאַנד“, שפּעטער — אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם אַלמאַנאַך ”היימלאַנד“ (1948־1949).

ווי אַ מערקווירדיקער קינסטלערישער דענקמאָל פֿון יענער צײַט איז פֿאַרבליבן זײַן בוך ”מלחמה“ — אַן עפּישע פּאָעמע פֿון העכער 20 טויזנט שורות, ווי אויך די פּאָעמע ”צו אַ ייִדישער טענצערין“, און ראָמאַן ”טראָט פֿון דורות“ — וועגן דעם העלדישן אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. זײַן דראַמע ”דער אויפֿשטאַנד אין געטאָ“ איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין ייִדישע טעאַטערס, ווי אויך אין פּראָסקוראָווער אוקראַיִנישן טעאַטער. פֿאַר קיינעם איז נישט געווען קיין סוד, אַז מאַרקיש איז געווען אַ הייסער פּאַטריאָט פֿון זײַן היימלאַנד. ער האָט באַזונגען דאָס לאַנד נאָך פֿריִער ווי ער האָט זיך אומגעקערט פֿון אויסלאַנד, און זײַן גאַנצע שאַפֿונג האָט ער אים געווידמעט. ער האָט אַפֿילו פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרויסע עפּישע פּאָעמע וועגן סטאַלינען. נאָר דאָס האָט אים נישט געקאָנט ראַטעווען דאָס לעבן. אין דעם ”ענין פֿון דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט“ איז מאַרקיש געווען איינער פֿון די הויפּט־באַשולדיקטע. מ׳האָט אים אַרעסטירט דעם 27סטן יאַנואַר 1949. דערשאָסן האָט מען אים דעם 12טן אויגוסט 1952.

פּרץ מאַרקיש

ווינטער

אויסצוג פֿונעם בוך „שטיפֿעריש‟, ביכער־לאַגער פֿון דער צענטראַלער ייִדישער ביכער־אָרגאַניזאַציע. ווילנע — 1919

כ’בין אַרױס דיר, פֿראָסט, אַנטקעגן
אויף די אויסגעגלאָזטע וועגן:
איך מיט גליטשערס נײַע צוויי,
דו מיט שליסל פֿונעם שניי.

שליסטו אויף דאָס שנייענשיטן,
מיר מײַן גליטשלקע פֿאַרשיטן, —
איז דער טײַך גענוג נאָך גרויס,
און איך רײַב אַ נײַע אויס.

שטעלסטו אונטער מיר אַ פֿיסל, —
רײַס איך אויס בײַ דיר דעם שליסל
און אַנטלױף מיט אים, היי, היי, —
כ’בין געפֿאַלן און איך שטיי!

און צעגלי מיר נאָך די באַקן
מיט אַ ווינטל אַ געשמאַקן,
כ’גיב זיך איינמאָל נאָר אַ דריי
און איך שיט דיך אָפּ מיט שניי.

אויסגעקאַטשעט כ’האָב אַ שנייער
העכער נאָך פֿון אונזער טויער,
ציילן קאָנסטו, פֿראָסט? איינס, צװויי,
כאַפּ אַ קויל און ווײַטער גיי!

נו, גענומען צו דער אַרבעט,
ווער אויף אויגן שװאַרצע פֿאַרב האָט,
ווער אַ היטל, חבֿרה, היי, —
כ’מאַך אַ באַבעצי פֿון שניי,

קנעט זיי, קנעט די ווייסע שוימען,
ס’זאָל אַ רויך גיין פֿונעם קוימען, —
האַנט אין האַנט אַ רײַב, אַ קלאָפּ,
ט’האָב איך שוין געמאַכט דעם קאָפּ.

רײַסט די אויגן, קוקט נאָר העכער,
ווי עס זילבערן זיך דעכער
זעט אַ לײַלעך אונזער דאַך
פֿאַרן פּעמפּעק, װאָס איך מאַך.

חבֿרה באַרלעך, װאָסזשע שטייט איר,
פֿון די אַקסל מאַכט אַ לייטער,
נאָך איין אויער, נאָך איין פֿוס —
און פֿון אײַך אַ שיינעם גרוס.

װאָס? די הענט זײַנען פֿאַרפֿרערן?
נאָך צוויי קנייטשעקלעך אין שטערן, —
און אַ פּיק איר אין דער נאָז
און אויף ברעקלעך זי כ’צעבלאָז!

אויסגעגלעט דאָס פֿעלד מיט שנייען
אי פֿון פֿאָרנט, אי פֿון הינטן,
האָבן זיך מיט װילדן דרייען
אָפּגעלאָזט אין וועג די ווינטן.

אויסגענישטערט וווּ אַ גראָבן,
וווּ אַ לאָך און וווּ אַ צווינטער,
און אַן אוצר דאָרט באַגראָבן
פֿונעם קאַלטן ווײַסן ווינטער.

דאָ אַ פֿאָרהאַנג אויפֿגעהאַנגען,
דאָ אַ לאָדן אָפּגעריסן,
דאָ אין קוימען ווילד אַרײַנגיין
און מיט שנייען אים פֿאַרשמיסן.

און אַ גאַנצע נאַכט אַזױ האָט
ווינט געדרייט זיך און געגראָבן, —
וווּ אַ גריבל — דאָרט פֿאַרװייעט,
וווּ פֿאַרװײעט — דאָרט צעגראָבן.

אױסגעשפּינט די נאַכט מיט װאָל איז,
קריכן שאָטנס שטיל אים קלױבן, —
רײַסן ווינטן פֿאַר די פּאָלעס
און פֿאַרקאַטשען און פֿאַרהויבן.

קלאַפּט דער ווינט אין פּנים צװעקלעך,
מיטן וויכער לויף איך, רויש איך;
פֿאַלן, פֿאַלן ערגעץ גלעקלעך,
שלינגט זיי אײַן דער ווײַסער חושך.

כאַפּט זיי ווינט בײַנאַכט פֿון מויל אויס,
טוט ער אויפֿן האַלז זיי זיך אָן;
און מיט מיידלש-ווײַסע קולות
יאָגט ער ווײַטער עפּעס זוכן.

ווערן מיידלעך פֿריש די ליפּן,
ווערן מײדלעך רויט די באַקן,
שנייען צו די ליפּן קליפּן
און זיי זוכן האַלז און נאַקן.

געבן זיך אויף האָר אַ לייג אויס,
און אויף ברעמען און אויף וויִעס,
ווײַסע רגעס, ווײַסע רגעס,
זעט, מײַן קאָפּ צו אײַך איך צי אויס.

שניי־שניט, שנייען אָפּגעשלאָסן!
ווינט, אין פּנים פֿאָכע, פֿאָכע!
ווער איך הײַנט באַנאַכט אַ התן
פֿאַר דער ווײַסער זאַװערוכע…

גליטשט אַ ווינטעלע אויף אײַז זיך, —
ווינטל, ווינטל, שטעל זיך, שטיי, —
װאָס פֿאַר בּיימער, װאָס פֿאַר הײַזער,
וועלכע װאַקסן ניט אין שניי?

גליטשן לויטערע לבֿנות
אין דער הויך זיך, נאַקעט, הויל, —
קום אַרױס ער אָנגעטאָן איז
און פֿון שניי מיר טרעף אַ קויל!

קײַקלט ווינטל וויײַסע רייפֿן,
כאַפּט זיי שטורעם מיט אַ קוויטש, —
װאָס פֿאַר פֿיס און װאָס פֿאַר לויפֿן,
וועלכע פֿאַלן ניט אין גליטש?

פֿראָסט און קעלט און ווינט און דרייען,
אַלע אין מײַן האַרץ — איר ברענט? —
װאָס פֿאַר װינטער, װאָס פֿאַר שנייען,
װאָס פֿאַרפֿרוירן ניט די הענט?

שרעקט איר זיך פֿאַר טריט, װאָס קוויטשן,
מענטשן, פֿרערט איר, ס’איז אײַך קאַלט! —
איז אַרױס אויף פֿראָסט זיך גליטשן
נ’אויף זײַן הייסן פּנים — פֿאַלט!

זאַװערוכעס לאַכן — הערט איר?
רײַסט אַ ווינט אַ ליידיק נעסט…
װאָס פֿאַר לענדער, װאָס פֿאַר ערטער,
וועלכע האָבן ניט קיין פֿרעסט?…

האַנט אָן האַנט צעקלאַפּן — קענט איר?
פֿיס אויף גליטשיק אָרט — געשטעלט! —
װאָס פֿאַר ערטער, װאָס פֿאַר לענדער,
וועלכע האָבן ניט קיין קעלט?…

אויפֿן פֿראָסט און קעלט — געווען שוין!
און געפֿאַלן ? — צו געזונט! —
װאָס פֿאַר הערצער, װאָס פֿאַר מענטשן,
וועלכע קאָנען ניט דעם װוינט?..

שלעפּן שליטנס זיך פֿון ווײַטן
אָנגעפּאַקטע גראָוו און גרײַז;
און מיט שניי פֿון אַלע זײַטן, —
היי, װאָס האַקט איר אויס דאָס אײַז!

אויף דער גליטשלקע, אינמיטן,
פּונקט אינמיטן איז אַ ריטש…
שלעכטער שליטן, שלעכטער שליטן,
װאָס צענעמסטו אונז דעם גליטש?

חבֿרה, שנייערס, גרויסע שנייערס,
אין די שלעכטע שליטנס שמײַס!
װאָס צענעמען זיי, ס’איז זייערס?
היי, װאָס האַקט איר אויס דאָס אײַז?

און באַװאַקסן זײַנען שויבן,
און באַזילבערט זײַנען גלאָזן; —
ווײַסע בלעטער, ווײַסע גראָזן
און פֿון אונטן ביז פֿון אױבן.

ווײַסע שפּינען — שפּינװעבס שיטן,
ווײַסע, גרינגינקע פּאַרשוינען;
זע, װי ס’פֿאָרט אויף זיי אַ שליטן —
הערסט, זיי סקריפּען, הערסט, זיי װיינען?

אַלע פֿעלדער זײַנען פֿולע,
איינס געבליבן איז ניט ליידיק,
הוליע, ווינטל, אויף זיי, הוליע,
מיטן קאַלטן ווײַסן שנײטאָג,

וווּ זשע רײַסטו, ווינטל, שנייען,
אָט די ווײַסע פֿרישע בלומען,
כ’וויל זיך אויך מיט דיר פֿאַרדרייען
און מיט שניי אויף פֿעלדער קומען!

Leave a comment