יעווגעני קיסין
מײַ 27
מומע מאַרינאַ האָט באַקומען איר צװײטע װאַקצין.
אַלאָטשקע און איך האָבן װידער געמאַכט קאָװיד–טעסטן, כּדי צו באַזוכן די מאַמע מאָרגן.
הײַנט איז אַנע פּאַװלאָװנעס 98סטער געבױרן–טאָג. װיפֿל מאָל האָבן מיר געפּראַװעט אָט דעם טאָג אין פֿאַרשײדענע שטעט און לענדער, מיט פֿאַרשײדענע מענטשן… און װיפֿל לידער האָב איך אַ מאָל אָנגעשריבן פֿאַר אַנע פּאַװלאָװנען צו אירע געבױרן–טעג (ביז װאַנען כ׳האָב ניט דערפֿילט, אַז עס באַקומט זיך מער ניט גוט בײַ מיר) … אין פֿאַרלױף פֿון די לעצטע עטלעכע װאָכן זײַנען מיר אין יעדן מאָמענט געװען גרײט צום סאַמע ערגסטן, נאָר, דאַנקען גאָט, אַנע פּאַװלאָװנע האָט דערלעבט צו אָט דעם טאָג, פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ טאָג עס איז, און איז געװען אין אַ גוטער שטימונג, אַזױ אַז מיר האָבן געקאָנט װידער משׂמח זײַן איר יום–טובֿ. פֿאַרשײדענע מענטשן האָבן איר צוגעשיקט װוּנדערשײנע בלומען. מיר האָבן איר אױך געבראַכט בלומען און פּיראָזשנעס, קאַרינאָטשקע האָט אָנגעבאַקט בלינעס, און מיר האָבן אױסגעטרונקען מאַראַנצן–זאַפֿט פֿאַר דער אימעניניצע. עטלעכע מענטשן האָבן איר אָנגעקלונגען, זי האָט גערעדט מיט זײ, נאָר איז מיד געװאָרן גאַנץ גיך און אײַנגעשלאָפֿן. מאָריץ מיינט, אַז מעגלעך װעט זי נאָך קאָנען אָפּלעבן לאַנג. הלװאַי! און הלװאַי זי זאָל ניט לײַדן… [1]
כ׳געדענק אײן טשיקאַװע עפּיזאָד. אַ מאָל, װען איך בין געװען נאָך אַ קינד, האָבן די מאַמע און איך געשפּאַנט דורך אונדזער סימפֿעראָפּאָלסקי צװישנגאַס, אומקערנדיק זיך אַהײם פֿון ערגעץ–װוּ, און די מאַמע האָט מיר געזאָגט: „מיר דוכט זיך, אַז דו האָסט ליב אַנע פּאַװלאָװנע נאָך מער, װי די באָבע,‟ — אױף װאָס איך האָב געענטפֿערט גאַנץ אָפֿן: „איך האָב זי ליב אױך נאָך מער, װי דיך!‟. אױף װיפֿל איך געדענק, האָט די מאַמע זיך ניט באַליידיקט, נאָר װען זי האָט דערציילט אַנע פּאַװלאָװנען װעגן דעם אין מײַן אָנװעזנהײט, האָט יענע געזאָגט: „נו, נײן: די מאַמע איז פֿאָר די מאַמע!‟.
פֿיל יאָרן נאָך דעם, װי מיר זײַנען געװען אַװעק פֿון רוסלאַנד, איז דער טאַטע געפֿאָרן קײן מאָסקװע און האָט געבראַכט פֿון דאָרטן מײַן אַלטע דינע העפֿט מיט אַ געלער הילע, אין װעלכער איך האָב, צװישן אַנדערס, געהאַט אָנגעשריבן אָט װאָס: „די מאַמע האָט דערצײלט אַנע פּאַװלאָװנען, אַז זי האָט מיך געהאַט געשלאָגן, און אַנע פּאַװלאָװנע האָט געענטפֿערט, אַז ס׳איז שױן לאַנג צײַט געװען און זי װאָלט עס אױך געטאָן. איך װײס אָבער, אַז אױף אַן אמתן װאָלט אַנע פּאַװלאָװנע עס קײן מאָל ניט געטאָן. אַנע פּאַװלאָװנע איז אַ סך בעסער, אײדער די מאַמע: װױלער, רײנער און אײדעלער.‟
אַ שאָד אַװדאי, װאָס װײַט ניט אַלץ פֿאַרבלײַבט אין אונדזער זכּרון, און דעריבער געדענקען מיר בלױז טײלװײַז דאָס, װאָס מיר האָבן אַ מאָל געמיינט און געפֿילט. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די מאַמע מיר דערציילט װעגן אײניקע עפּיזאָדן מיט אַנע פּאַװלאָװנען, אין װעלכע איך האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן, און אַפֿילו נאָך דער מאַמעס דערצײלונגען האָב איך זיך אין זײ לחלוטין ניט געקאָנט דערמאָנען. דאָס זעלבע איז געװיס שײך צו די היסטאָרישע באַװײַזן װעגן דער פֿאַרגאַנגענהײט, און צוליב דעם זײַנען װעגן איר נאָך אַלץ פֿאַראַן אַזױ פֿיל לײדיקע ערטער אין אונדזערע קענטענישן.
יאָ, שױן כּמעט 45 יאָר קענען מיר, אַנע פּאַװלאָװנע און איך, אײנער דעם אַנדערן. װען מיר האָבן זיך באַקענט, איז זי געװען עלטער בלױז אױף פֿינף יאָר, װי איך בין אַצינד, — און די אַלגעמײנע מעטאַמאָרפֿאָזע, װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט איר און מיט אונדזערע באַציִונגען אין משך פֿון אָט די אַלע יאָרן, איז געװען זײער אַ ממשותדיקע: פֿון אַ שטרענגער לערערין ביז אַ הילפֿלאָזן באַשעפֿעניש, װאָס טוליעט זיך שװײַגנדיקערהײט צו מײַן האַנט יעדעס מאָל, װען איך גלעט זי איבער דער באַק…
געװאָלט אַרױסגײן שפּאַצירן, נײַערט ס׳האָט אָנגעהױבן רעגענען, אַזױ אַז איך בין געבליבן אין דער הײם. געאַרבעט און געלײענט בראָדעלס בוך.
פֿאָרשטײערס פֿון אַמעריקאַנישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך צוזאַמענגעטראָפֿן מיט די מיטגלידער פֿון בײַדענס אַדמיניסטראַציע אינעם „װײַסן הױז‟ אין שײַכות מיטן װוּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע. בײַדען האָט אָנגעשריבן אַ פּאָסט קעגן ייִדנהאַס אינעם טװיטער.
מײַ 28
אין דער פֿרי איז דער בלוטדרוק בײַ אַנע פּאַװלאָװנען געװען 210 אױף 93…
געפֿאָרן מיט אַלאָטשקען צו דער מאַמען, אָפּגעפֿירט איר פֿיל שפּײַז, אָפּגעזעסן מיט איר אױף דער טעראַסע אָנדערטהאַלבן שעה. װי געװײנטלעך, זײַנען געװען דאָרטן גאָר אַ סך באַזוכערס. מע האָט באַשטעטיקט, אַז דעם 2טן יוני װעט מען זי פֿונעם שפּיטאָל אױסשרײַבן.
מומע מאַרינאַ האָט אַ שװערע רעאַקציע אױף דער צװײטער װאַקצין…
שפּאַצירט אײן שעה. געאַרבעט. געלײענט בראָדעלס בוך.

הײַנט איז װאָלאָשינס [2] געבױרן–טאָג. כאָטש מיטן שׂכל פֿאַרשטײ איך, אַז אַכמאַטאָװאַ, מאַנדעלשטאַם, פּאַסטערנאַק און צװעטאַיעװאַ זײַנען געװען גרעסער, װי ער, האָב איך אים אַלץ אײנס זײער ליב נאָך פֿון די יונגע יאָרן. װען איך בין געװען אַלט אַ יאָר דרײַצן, האָט מען מיר געשאָנקען זײַנס אַ ביכל (אַ קליינס לױט דער גרײס, נאָר פֿון העכער פֿיר הונדערט זײַטן), און איך האָב אים תּיכּף ליב באַקומען. דװקא אין זײַן ליד „דער געבורט פֿון אַ ליד‟ האָב איך צום ערשטן מאָל אין לעבן אָנגעטראָפֿן אויף עכטע פּאָעטישע מעטאַפֿאָרן און געשטאַלטן (פּאַסטערנאַקס לידער האָב איך דאַן נאָך ניט געלײענט), װאָס האָבן מיך דעמאָלט ממש געפּלעפֿט: „אָ, דער ריח פֿון בלומען, װאָס דערגײט ביז צום געשרײ!‟, „און דאָס ליד צעבליט זיך, װי אַ היאַצינט: אַ קאַלטס, אַ דופֿטיקס און אַ װײַס.‟ אױך אין אַנדערע לידער זײַנע: „אין אַ רעגן צעבליט זיך פּאַריז, װי אַ גראָװע רױז, און רױשט, פֿאַרשיכּורט מיט דער פֿײַכטער צערטלונג פֿון אַ נאַרקאָז‟ — ס׳איז דאָך ביז איצט אַזױ!
כ׳געדענק, אַז אין יענער צײַט האָב איך, צװישן אַנדערס, אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק „מאַדאַם דע לאַמבאַלס קאָפּ‟ און זײער ליב געהאַט עס דעקלאַמירן. יאָ, אָנשרײַבן אַ ליד אין נאָמען פֿון אַן אָפּגעהאַקטן קאָפּ — אַזױנס האָט װאָלאָשין, דוכט זיך, געטאָן דער ערשטער אין דער געשיכטע פֿון דער װעלט–פּאָעזיע. און ס׳איז טאַקע אַ גלענצנדיק ליד! אױך „מיט קינס װעגן‟ האָט דעמאָלט געמאַכט אױף מיר אַ גרױסן אײַנדרוק מיט זײַן פֿילאָסאָפֿישער טיפֿקײט… און אַװדאי זײַן גאַנץ אומגעריכטע און װוּנדערשײנע אינטערפּרעטאַציע פֿון אַגאַספֿערס געשטאַלט: „איך בין דער אײביקער זשיד. די מענטשן זײַנען מיר ברידער. דער הימל און די ערד זײַנען מיר נאָענט. די געבענטשטע כּללה! די געבענטשטע פֿעלדער!‟
מײַ 29
אַלאָטשקע און איך האָבן װידער געמאַכט אַנטיגען–טעסטן, כּדי צו באַזוכן די מאַמע מאָרגן. אױף די גאַסן זײַנען געװען פֿיל אױטאָס מיט טשעכישע פֿענדלעך: משמעות, אין אָװנט איז דאָ פֿאָרגעקומען עפּעס אַ ספּאָרט–מאַטש.
קאַרינאָטשקע האָט אָפּגעפֿירט דער מאַמען אַלערלײ זאַכן.
הײַנט איז דער בלוטדרוק בײַ אַנע פּאַװלאָװנען געװען אַ נאָרמאַלער, נאָר זי האָט גערעדט פֿון היץ דעם גאַנצן טאָג און געהאַט אַ פּאַנישע אַטאַקע; טאַטיאַנאַ האָט איר אײַנגעשלאָסן מײַנע אַ רעקאָרדירונג, און דאָס האָט זי באַרויִקט. יוליע זאָגט, אַז זי האָט פּאַנישע אַטאַקעס אַלע נעכט: איר דאַכט זיך, אַז זי פֿאַלט אַראָפּ און דאָס גלײַכן.
מומע מאַרינאַ פֿילט זיך נאָך אַלץ שלעכט נאָך דער װאַקצינאַציע. נעבעך…
אַנטאָשאַ מיט נאַטאַשאַן זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דער נײַער װױנונג ניט װײַט פֿון אונדז אַלעמען.
געאַרבעט אַ סך מער, אײדער אין די פֿריִערדיקע טעג. שפּאַצירט אַרום אַ שעה.
עס האָט זיך מיר פֿאַרװאָלט איבערלײענען דעם פֿראַגמענט פֿון בוזי מילערס „לױטערקײט‟ (אין דער רוסישער איבערזעצונג: צום באַדױערן, האָט זיך מיר טאַקע ניט אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם ייִדישן אָריגינאַל), אין װעלכן ער דערצײלט װעגן דער ליטעראַרישער סטודיע אין ביראָבידזשאַן, מיט װעלכער ס׳פֿלעגט אָנפֿירן בערגעלסאָן. ער האָט דעמאָלט געזאָגט, אַז װען ס׳איז 3 אַזײגער, און דער זײגער שלאָגט אױס צװעלף, זײַנען די ערשטע דרײַ אױך אַ ליגן. האָב איך זיך דערמאָנט אין אַסטאַפֿיעװס „דער זאַמדפֿישלעכפֿאַנג אין גרוזיע‟ (כאָטש ס׳איז ניט דאָס, װאָס בערגעלסאָן האָט געמײנט): עפּעס איז אין אַסטאַפֿיעװס דערציילונג דאָ אַן אמת, נאָר ער װערט אַזױ אונטערגעטראָגן, אַז צום סוף באַקומט זיך אַ ליגן (און דאָס האָט אָנגעשריבן אַסטאַפֿיעװן נתן אײדעלמאַן אין זײַן באַרימטן בריװ).

פֿון דער אַנדערער זײַט, קער דאָס זעלבע זיך אָן אױך צו „לױטערקײט‟ אַלײן (װי צו דער גאַנצער סאָװעטישער ליטעראַטור פֿון אַזאַ מין). אינטערעסאַנט אַװדאי, װאָס אין אָט דעם װערק איז אמת און װאָס — אַ קינסטלערישע אױסטראַכטונג, נאָר אַפֿילו אױב אַלץ, װאָס בוזי מילער האָט באַשריבן, איז געװען אמת, איז עס בפֿירוש „די ערשטע דרײַ שעה פֿון די צװעלף‟, װען ס׳איז דרײַ אַזײגער, װײַל דער אַלגעמײנער אײַנדרוק, די אַלגעמײנע אידעע פֿון „לױטערקײט‟ איז אַז אַ ל ע אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד זײַנען כּלומרשט געװען אַזעלכע אַקטיװע און אידעיִשע ענטוזיאַסטן, װי קאַזאַקעװיטש [3] און אַנדערע, און אַ ל ע בײַם קאַפּיטאַליזם זײַנען אָדער געװען, אָדער האָבן געשטרעבט צו זײַן אַזעלכע פּוסטעפּאַסניקעס, װי ליבקין (װי אָט דער פּערסאָנאַזש זאָגט אינעם לעצטן קאַפּיטל). אױף װיפֿל איך װייס, פֿלעגט בערגעלסאָן אַלײן, לעבנדיק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אױך שלאָגן צװעלף, װען ס׳איז געװען דרײַ אַזײגער (יענע װערק זײַנע האָב איך נאָך ניט געלײענט). סאַראַ איראָניע… אינטערעסאַנט: צי פֿלעגט ער זיך צו מאָל פֿאַרטראַכטן װעגן דעם? קאָן זײַן, אַז יאָ: ערגעץ–װוּ האָב איך געלײענט, אַז אַ מאָל האָט ער געהאַט געזאָגט עמעצן פֿון זײַנע פֿרײַנד: „ס׳איז דאָ אַ מענטש, װאָס איך האַס אים מער פֿון אַלעמען אױף דער װעלט,‟ — און אַ טײַט געטאָן אױף זײַן אייגענעם אָפֿיציעלן פּאָרטרעט, װאָס איז געהאָנגען אױף אַ װאַנט אין זײַן צימער.
פֿאַר אַלץ, װי באַװוּסט, דאַרף מען צאָלן. פֿאַר דער מלוכישער שטיצע פֿון דער ייִדישער קולטור, װאָס האָט אַ מאָל צוגעצױגן בערגעלסאָנען, מאַרקישן און אַנדערע צו סטאַלינס סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, איז זײ אױסגעקומען צו באַצאָלן, צו ערשט, מיט דער פֿרײַהײט פֿון שאַפֿערישקײט און דערנאָך — מיטן לעבן. ס׳װיל זיך טראַכטן, אַז ס׳איז שױן לאַנג געװאָרן אַ באַנאַלע זאַך, װי מאָדנע עס זאָל אָבער ניט זײַן, האָבן אײניקע מענטשן עס נאָך אַלץ ניט פֿאַרשטאַנען, אַרײַנגערעכנט אײניקע ייִדן…
און װאָס שײך מילערן — אינעם זעלבן קאַפּיטל שרײַבט ער, אַז „דער גרױסער שרײַבער האָט אונדז, יונגע צוציקעס, דערנענטערט צו זיך, און דערמיט װי אַרױסגעגעבן יעדערן פֿון אונדז אַ סאָלידן װעקסל — נאָר צו װעלן מיר קאָנען אים אַ מאָל אָפּצאָלן?‟ אינטערעסאַנט: צי האָט מילער זיך װען–ניט–איז פֿאַרטראַכט װעגן דעם, אַז דעם װעקסל, װאָס דער מחבר פֿון „דער טױבער‟ און „פּרינץ ראובני‟ האָט אים געהאַט אַרױסגעגעבן, האָט ער (אין אונטערשײד פֿון זײַן פֿרײַנד קאַזאַקעװיטש, װאָס איז אױך געװען אײנער פֿון יענע „יונגע צוציקעס‟) קײן מאָל, אַפֿילו אין אַ מינדסטער מאָס, ניט אָפּגעצאָלט? צי האָט ער געטראַכט פֿון דעם בײַם שרײַבן, אַשטײגער, אַזאַ מיסט װי „יעדן דור זײַנס‟? איך האָב געלײענט ניט װײניק װערק פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט, און איך װײס זײער גוט, װאָס איז געװען אַזױנס די סאָװעטישע צענזור, נאָר מיט אָט דעם ראָמאַן קאָן איך, זעט אױס, גאָרנישט ניט פֿאַרגלײַכן — אַ חוץ אפֿשר שרײַבמאַנס זײער אַ קורצע דערציילונג „מומע אַגאַפֿיע‟, װאָס ער האָט אָנגעשריבן מיט פֿיל יאָרן פֿריִער און װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם סאַמע ערשטן נומער „סאָװעטיש היימלאַנד‟. ס׳איז אַפֿילו ניט קיין סאָציאַליסטישער רעאַליזם, נאָר װי עפּעס אַ קאַריקאַטור אױפֿן סאָציאַליסטישן רעאַליזם! — אָבער ס׳איז קלאָר, אַז מילער האָט עס געמיינט ניט װי אַ קאַריקאַטור, נאָר גאַנץ ערנסט. און ער האָט דאָך געהאַט אַ טאַלאַנט: מע קאָן עס זען, למשל, אין זײַן דערציילונג „בײַ דער טיר‟, װאָס ער האָט אָנגעשריבן אין 1945. װאָס זשע האָט ער געטאָן מיט זײַן טאַלאַנט שפּעטער? אין דער זעלבער „לױטערקײט‟ דערמאָנט ער זאָליאַ, „מאַדאַם באָװאַרי‟, האַמסונען, קאַפֿקאַ, דעם נסתּרס סימבאָליסטישע דערצײלונגען — הייסט עס, אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס עס מיינט עכטע ליטעראַטור. װי אַזוי זשע האָט ער געקאָנט דערבײַ אָנשרײַבן אַזאַ ווערק ווי זײַן לעצטער ראָמאַן?! אַפֿילו פֿאַר מיר, װאָס איז געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד, איז עס אַ פּסיכאָלאָגיש רעטעניש…

צוריק גערעדט… אין משך פֿון אַ סך יאָרן בין איך געװען זיכער, אַז כ׳װעל קײן מאָל ניט שרײַבן מוזיק, װײַל כ׳װעל ניט קאָנען אָנשרײַבן גאָרנישט, װאָס װעט זיך אַפֿילו דערנענטערן צום ניװאָ פֿון דער עכטער, גרױסער מוזיק, װאָס איך און מײַנע קאָלעגעס שפּילן. פֿון דעסטװעגן, מיט אַ 9 יאָר צוריק האָב איך אומגעריכט אָנגעהױבן פֿילן אַ באַדערפֿעניש צו פֿאַרפֿאַסן מוזיק: אַפּנים, צוליב די וויכטיקע געשעענישן, וואָס האָבן אָנגעהויבן דעמאָלט פֿאָרקומען אין מײַן פּערזענלעכן לעבן, האָבן זיך אין מיר אַנטפּלעקט עפּעס נײַע פּאָטענציאַלן. איך האָב אָנגעשריבן 4 פּיעסעס פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן, געװיזן זײ אַרװאָ פּיאַרטן [4] און געפֿרעגט אים: „כ׳בעט אײַך, זאָגט מיר אַבסאָלוט ערלעך: צי זאָל איך ממשיך זײַן שרײַבן צי ניט?‟ — און ער האָט געענטפֿערט: „געװיס יאָ.‟ איך האָב פֿאַרפֿאַסט נאָך אַ פּאָר װערק, געשיקט זײ פֿאַרשײדענע מוזיקערס — און אײניקע פֿון זײ זײַנען מײַנע אָפּוסן געפֿעלן געװאָרן. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דער קאָפּעלמאַן–קװאַרטעט געמאַכט אַ רעקאָרדירונג פֿון מײַן סטרונע–קװאַרטעט (דעם דריטן אָפּוס מײַנעם), און בשעת דעם דאָזיקן פּראָצעס האָבן מיך פֿאַרכאַפּט װידערשפּרעכלעכע געפֿילן, װאָס איך האָב זיך מיט זײ גלײַך מיטגעטײלט מיט קאַרינאָטשקען: „װייסט,‟ — האָב איך איר דעמאָלט געזאָגט, — „פֿון אײן זײַט, איז מיר איצט זײער אָנגענעם, אַז מע רעקאָרדירט מײַן מוזיק, איך גיב אָנװײַזונגען די אױספֿילערס און אַזױ װײַטער; נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, װען איך הער מײַן מוזיק, פֿאַרשטײ איך, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט שאָפּענען איז עס אַזאַ דרעק!‟. און דאָך האַלט איך ביז איצט אין אײן שרײַבן. אַװדאי סטאַרע איך זיך אַלע מאָל שרײַבן װאָס בעסער, נאָר בײַם שרײַבן, װען איך פֿאַרשרײַב און אַנטװיקל מײַנע אידעען, פֿאַרגלײַך איך ניט דאָס, װאָס איך שרײַב, מיט דער גרױסער מוזיק.
יאָ, דאָס לעבן איז אַ סתּירהדיקע זאַך.
מײַ 30
הײַנט איז דעם טאַטנס יאָרצײַט (לױטן גרעגאָריאַנישן קאַלענדאַר) — און מומע מאַרינאַס געבױרן־טאָג. „אַלץ אינעם לעבן גראַמט זיך‟…
„ניט װײניק פֿרײַנד האָט יעדער מענטש, ניט װײניק פֿרײַנד און גוטע שכנים,
חבֿרים, מיטקעמפֿער אַ סך און בלױז אַ טאַטן האָט מען אײנעם;
און גליקלעך איז דער מענטש, װאָס קאָן די שפּעטערדיקע דורות זאָגן:
איך האָב מיט שטאָלץ דורך טעג און נעכט דעם טאַטנס נאָמען דורכגעטראָגן…‟
מיר איז ניט אױסגעקומען צו טראָגן מײַן טאַטנס נאָמען: אַרום פֿיר יאָר פֿאַר דעם, װי איך בין געקומען אױף דער װעלט, האָט אַנאַ דאַנילאָװנאַ אַרטאָבאָלעװסקאַיאַ, אַ באַרימטע פּיאַנע–לערערין און זײער אַ װױלע פֿרױ, בײַ װעמען אַלאָטשקע האָט אָנגעהױבן זיך צו לערנען אײדער אָנקומען אין שול, געהאַט דערקלערט אונדזערע עלטערן, אַז מיט מײַן טאַטנס פֿאַמיליע־נאָמען אָטמאַן װעט מען אַלאָטשקע אין דער מאָסקװער צענטראַלער מוזיק–שול ניט אָננעמען, ניט געקוקט אױף איר טאַלאַנט. כּדי צו בײַטן אַלאָטשקעס פֿאַמיליע־נאָמען, האָט דער טאַטע, צו ערשט, געמוזט זיך נעמען דער מאַמעס פֿאַמיליע־נאָמען („קיסין‟ האָט ניט געקלונגען ייִדישלעך), און צוליב זײַן בת–יחידה איז ער אײַנגעגאַנגען אױף דעם. דער מיליציאָנער, װאָס האָט דערלאַנגט דעם טאַטן זײַן נײַעם פּאַספּאָרט, האָט געמאָלדן דערבײַ: „נו, גוט, די פֿאַמיליע האָסטו געביטן, נאָר די נאַציאָנאַליטעט בלײַבט דאָך סײַ–װי די זעלבע!‟. אױף דעם האָט די געשיכטע זיך ניט פֿאַרענדיקט: דער ציניזם פֿון דער סאָװעטן–מאַכט איז באַשטאַנען, צװישן אַנדערס, אױך אין דעם, װאָס װי באַלד דער טאַטע איז געװען אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, האָט ער געמוזט דערקלערן זײַנע „פּאַרטײ–גענאָסן‟ אױף אַ פֿאַרזאַמלונג, הלמאַי ער האָט געהאַט געביטן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען, — נאָר דעם אמת האָט ער, פֿאַרשטײט זיך, ניט געקאָנט זאָגן (װי מע זאָגט אױף רוסיש, „מע שלאָגט און מע לאָזט ניט װײנען‟)! די טאַטע–מאַמע האָבן געמוזט צוטראַכטן די „לעגענדע‟, אַז דאָס איז כּלומרשט געװען אַ װוּנטש פֿון דעם טאַטנס שװער, װײַל אַלאָטשקע איז געװען זײַן איינציק אייניקל, דעריבער האָט דער זײדע פֿאַרװאָלט, זי זאָל טראָגן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען. אַזױ אַרום, קעגן דעם מינהג פֿון אַלע צײַטן און פֿעלקער, האָב איך מײַן טאַטנס נאָמען קײן מאָל ניט געטראָגן…
אַגבֿ, אַזױ איז געװען כּלל ניט אומעטום אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד און זײַנע קאָלאָניעס: ניט אין גרוזיע, ניט אין אַרמעניע, ניט אין ליטע און אין די אַנדערע באַלטישע רעפּובליקן, ניט, למשל, אין יוגאָסלאַװיע אָדער אונגאַרן, אַפֿילו ניט אין רומעניע האָט אַזױנס ניט געקאָנט פּאַסירן, נאָר טאַקע בײַ דער האַרציקער און הױך–גײַסטיקער „מומע רײזל‟. זאָל זשע אונדזער פֿאָלק קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן, װאָס פֿאַר אַ קאַט איז געװען פֿאַר אונדז דאָס קאָמוניסטישע רוסלאַנד, און ניט נאָכגעבן קײן אײן פּאַסקודניאַק, װאָס האָט די העזה צו באַרעכטיקן יענעם רעזשים און אָפּלייקענען זײַן אַנטיסעמיטיזם!
דאָס לעבן איז אַ מאָדנע זאַך… דער טאַטע איז געװען אַזאַ ספּאָרטיװער מענטש, האָט געפֿירט זײער אַ געזונטן לעבנס–שטײגער — און געשטאָרבן, װען ער איז געװען אַלט בלױז 77 יאָר. די מאַמע, פֿאַרקערט, האָט זיך קײן מאָל ניט געקאָנט באַרימען מיט אַ גוטן געזונט, נאָר, דאַנקען גאָט, איז זי אַלט שױן אָט 84 ביז הונדערט און צוואַנציק. געװיס איז עס געװען אַ ירושה–קרענק: באָבע מאַניע, דעם טאַטנס מאַמע, האָט אָפּגעלעבט ביז 85 יאָר, נאָר דער זײדע באָריס איז קראַנק געװאָרן אױף קאַנצער, װען ער איז געװען אַלט 66, און איז באַלד געשטאָרבן. בײַם טאַטן האָט מען אױך דיאַגנאָסטירט אַ ראַק אינעם זעלבן עלטער, נאָר דעמאָלט האָט ער פֿאַרטשעפּעט בלױז אײן ניר און אַ קליין שטיקל נירן–װענע, מע האָט אַלץ אַרױסגענומען (איך װעל שטענדיק זײַן דאַנקבאַר דאָנאַטעלאַן פֿאַר איר הילף אין יענער צײַט!), און דער טאַטע האָט אָפּגעלעבט נאָך עלף יאָר. װאָס זשע שטײט מיר פֿאָר? און װען? אַבי נאָר איך זאָל באַװײַזן אױסשפּילן אַלץ, װאָס איך װיל אױסשפּילן (אַרײַנגערעכנט יענע װערק פֿון מײַן „אַלטן‟ רעפּערטואַר, װאָס אַצינד קאָן איך זײ אױסשפּילן בעסער, אײדער איך האָב זײ אַ מאָל רעקאָרדירט), װי אױך אָנשרײַבן נאָך עפּעס. און, װי װיסאָצקי [5] פֿלעגט זינגען, איז אומקומען אין די בערג „בעסער, װי פֿון בראָנפֿן און פֿון פֿאַרקילונגען‟.
אַנע פּאַװלאָװנע האָט געהוסט אי בײַ נאַכט, אי בײַ טאָג, און האָט ניט געװאָלט עסן.
אַלאָטשקע און איך זײַנען געװען בײַ דער מאַמען, אָפּגעזעסן מיט איר קנאַפּע צװײ שעה. אין אָװנט האָב איך געאַרבעט און דערנאָך געלײענט בראָדעלס בוך.
בענעט איז אַרײַן אין לפּידס קאָאַליציע און װעט מעגלעך װערן דער פּרעמיער–מיניסטער. אינטערעסאַנט…
מײַ 31
שפּאַצירט אַ סך. געאַרבעט. געלײענט בראָדעלס בוך. אַלץ, װי געװײנטלעך, — נאָר אַצינד איז אונדזער לעבן פֿיל אומעטיקער, װי געװײנטלעך… אַנע פּאַװלאָװנע איז געשלאָפֿן כּמעט די גאַנצע צײַט ביזן אָװנט, און זי האַלט אין אײן רײדן פֿון היץ…
הײַנט האָט בענעט דערקלערט װעגן זײַן כּװנה אױפֿצושטעלן אַ רעגירונג מיט לפּידן. באמת טאַקע אינטערעסאַנט! געװיס איז דאָס לעבן ביז גאָר אַן אינטערעסאַנטע זאַך, װען עס װאָלט אָפֿט ניט געװען אַזױ טראַגיש… און דאָך, ניט געקוקט אױף די אַלע אױספּרוּװן און ליידן, װאָס עס ברענגט אונדז, איז פֿאָרט בעסער צו לעבן, אײדער ניט לעבן; אין דעם האָב איך קײן מאָל קײן מינדסטן צװײפֿל ניט געהאַט, און איך זאָג עס זיך יעדעס מאָל, װען ס׳כאַפּט מיך אָן אַ פֿאַרדראָס אױף די פֿאַרשײדענע פּראָבלעמען, אױף װעלכע מיר קומט אױס אָנצוטרעפֿן (שױן אָפּגערעדט פֿון דעם, װאָס איך און מײַנע נאָענטע זײַנען אומפֿאַרגלײַכלעך גליקלעכער, װי ס׳רובֿ מענטשן אױף דער ערד).
נאָר אַװדאי מיין איך עס ניט אינעם זינען, װעלכן די קעגנער פֿון אַבאָרטן לײגן אין אָט די װערטער אַרײַן. כ׳געדענק, אַז װען איך האָב געלעבט אין אַמעריקע, האָב איך געזען אױף דער דאָרטיקער טעלעװיזיע אַ דיסקוסיע אױף אָט דער טעמע און װי אײנער אַ קעגנער פֿון אַבאָרטן האָט געהאַלטן אין אײן פֿרעגן בײַ זײַנעם אַן אָפּאָנענט: „צי װאָלט איר אָפּגעגעבן די בכורה געבױרן צו װערן צי ניט געבױרן צו װערן?‟. סאַראַ דעמאַגאָגיע! פֿאַרשטײט זיך, אַז איך װאָלט אָפּגעגעבן די בכורה געבױרן צו װערן, נאָר דערבײַ איז מיר אַבסאָלוט קלאָר, אַז װען מײַנע עלטערן װאָלטן פֿאַרװאָלט זיך פֿאַרנעמען מיט ליבע אױף עטלעכע מינוט פֿריִער אָדער שפּעטער, װאָלט דאַן געבױרן געװאָרן ניט איך, נאָר גאָר אַן אַנדער מענטש, — און דאָס קער זיך אָן צו אַלע מענטשן, דעריבער איז די געבורט פֿון יעדערן פֿון אונדז סײַ–װי אַ צופֿעליקײט, װאָס װענדט זיך פֿון פֿאַרשײדענע פֿאַקטאָרן. און מײַן בלוט ברענט פֿאַר צאָרן, װען מע רופֿט אַבאָרטן אָן „מאָרד‟: דאָס לעבן הײבט זיך אָן ניט פֿון דער פֿאַרשװאַנגערונג, נאָר פֿון דער געבורט! אַ מאָל האָבן צװײ מײַנע באַקאַנטע פֿרױען, אַ ייִדישע און אַ ניט–ייִדישע, זיך געאַמפּערט אין מײַן אָנװעזנהײט װעגן אַבאָרטן; די ניט–ייִדישקע האָט זיך אַרױסגעזאָגט קעגן אַבאָרטן, פֿאַררופֿנדיק זיך אױף דער ביבל, און די ייִדישקע האָט געענטפֿערט, אַז די ביבל איז אָנגעשריבן געװאָרן פֿון מענטשן: זײ האָבן בײדע ניט געװוּסט, אַז אױף אַן אמתן איז אין דער ביבל ק י י ן א י י ן ו ו אָ ר ט נ י ט אָ װעגן אַבאָרטן! נו, און װאָס שײך יענע אַמעריקאַנישע רעפּובליקאַנער, װאָס זײַנען קעגן אַבאָרטן, נאָר פֿאַר דער טױטשטראָף, — דאָס איז פֿאַר מיר שױן אױסער יעדער נאָרמאַלער לאָגיק…

בכלל איז זײער לאָגיק גאָר אַן „אײגנאַרטיקע‟. אַשטײגער, װי אַן אַרגומענט פֿאַר טראָגן פֿרײַ דאָס געװער, דערקלערן זײ, אַז היטלער האָט פֿאַרבאָטן עס צו טאָן, און צוליב דעם האָבן די ייִדן אין דײַטשלאַנד ניט געקאָנט זיך פֿאַרטײדיקן פֿון די נאַציסטן. שױן זשע זעען זײ ניט דעם אונטערשײד צװישן דעם טאָטאַליטאַרן נאַציסטישן רעזשים און דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע?! איך געדענק זײער גוט מײַן לעצטע טרעפֿונג מיט לאָרד קיסין, װען ער האָט מיר דערצײלט װעגן דער רעדע, װאָס ער האָט געהאַט געהאַלטן אינעם פּאַרלאַמענט ניט לאַנג פֿאַר דעם און װאָס איז געװען געװידמעט דער „געװער–פֿראַגע‟. אַ קלוגער און ציװיליזירטער ייִד מיט אַ לאַנגיאָריקער פּאָליטישער דערפֿאַרונג, האָט ער מיר דעמאָלט דערקלערט, אַז די עצם „געװער–פֿילאָסאָפֿיע‟ איז ניט–ריכטיק און שעדלעך, און האָט געבראַכט אַ פּראַקטישן בײַשפּיל: „אין די נידערלאַנדן איז פֿאַרבאָטן צו טראָגן דאָס געװער — און זײ האָבן דעם סאַמע נידעריקסטן ניװאָ פֿון פֿאַרברעכערישקײט. װאָס װײַזט עס?‟. אונדזערע „רוסן‟ אין אַמעריקע אָבער ברײַען אױפֿן אַבסטראַקטן אופֿן (פּונקט װי די פּרײדיקער פֿון קאָמוניזם!): „אױב מע טראָגט מיט זיך דאָס געװער, קאָן מען זיך באַשיצן פֿון די פֿאַרברעכער‟ (כ׳געדענק, װי אײנער אַ באַשטענדיקער אױטאָר פֿון „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟ האָט געהאַלטן אין אײן ברענגען גראָד אָט דעם אַרגומענט); נאָר צו אינטערעסירן זיך מיטן רעאַלן לעבן, צו פֿאַרגלײַכן דעם ניװאָ פֿון דער פֿאַרברעכערישקײט אין פֿאַרשײדענע לענדער און דורכקאָנטראָלירן, װאָסערע געזעצן װעגן דעם טראָגן דאָס געװער זײַנען פֿאַראַן אין װעלכע לענדער — פֿאַר דעם, פֿאַרשטײט זיך, פֿעלט זײ אַ קלעפּקע אין קאָפּ. אַז אָך און װײ…

[1] נאָך דעם, װי אָט די שורות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן, האָט אַנע פּאַװלאָװנע, צום צער, אָפּגעלעבט בלױז צװײ חדשים: דעם 27סטן יולי 6.50 אַזייגער אין אָװנט האָט איר װױל האַרץ אױפֿגעהערט צו קלאַפּן… אַזױ האָב איך פֿאַרלױרן אײנעם פֿון די סאַמע נאָענטסטע און װיכטיקסטע מענטשן אין מײַן לעבן, װאָס אין די לעצטע 30 יאָר איז פֿאַקטיש געװען אַ מיטגליד פֿון אונדזער הױזגעזינד… זײַענדיק צוגעשמידט צום בעט, האָט זי זיך געפֿרײט יעדעס מאָל, װען איך בין אַרײַנגעגאַנגען אין איר צימער! און אין די לעצטע װאָכן פֿון איר לעבן פֿלעגט זי צו מאָל אָנרופֿן מײַן מאַמע „מאַמע‟… אַ ליכטיקן איר גן–עדן. מקבר געווען האָבן מיר זי אױפֿן פּראָגער נײַעם ייִדישן בעת–עולם — דעם זעלבן בית־הקבֿרות, װוּ קאַפֿקאַ איז באַערדיקט געװאָרן. אַנע פּאַװלאָװנע האָט געװאָלט, מע זאָל זי קרעמירן, ס׳איז אָבער דאָ דאָרטן אַ ספּעציעלער חלק פֿאַר די אורנעס (מע רופֿט עס טאַקע אַזױ : „אורנעס–װעלדל‟), און דאָרטן האָבן מיר באַגראָבן איר אַש. פֿריִער פֿלעג איך דאָרט אַ סך שפּאַצירן גלאַט אַזױ — און איצט קום איך יעדעס מאָל צו מײַן לערערין…
[2] װאָלאָשין, מאַקסימיליאַן (1877־1932) — רוסישער פּאָעט, מאָלער, ליטעראַטור־קריטיקער
[3] קאַזאַקעװיטש, עמנואל (1913־1962) — ייִדישער און רוסישער שרײַבער
[4] פּיאַרט, אַרװאָ (1935) — עסטלענדישער קאָמפּאָזיטאָר
[5] וויסאָצקי, וולאַדימיר (1938־1980) — סאָוועטישער אַקטיאָר, פּאָעט, באַרד