אַ רײַזע קיין מאָלדאָווע און אַ פּרעזענטאַציע

משה לעמסטער

סוף יולי האָב איך געמאַכט אַ רײַזע קיין מאָלדאָווע — קיין קעשענעוו, וווּ כ’האָב געוווינט אַ מאָל און געאַרבעט און אויך קיין יעדינעץ, מײַן היימשטעטל, וווּ ס’זײַנען אַדורך מײַן קינדהייט און יוגנט. אין די ראַמען פֿון מײַן רײַזע האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה אין איינעם מיט דעם ווילנער אינטערנאַציאָטאַלן ייִדיש־צענטער בײַם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס אָרגאַניזירט אַ פּרעזענטאַציע פֿון מײַנע צוויי ביכער, איבערגעזעצט אויף רוסיש: «И я когда-то был Богом» (און איך בין אַ מאָל געווען גאָט) און «Еврей в краю вина и любви» (אַ ייִד אינעם קאַנט פֿון ווײַן און ליבע). די פּרעזענטאַציע איז פֿאָרגעקומען אין דעם קעשענעווער ייִדישן קהילה־צענטער, פֿרײַטיק, דעם 29 יולי. פֿאַרן אָנהייב האָט מען גענומען בײַ מיר אַן אינטערוויו פֿאַר אַ מאָלדאַווישער טעלעוויזיע־פּראָגראַם TV-1.

אין דעם פֿול געפּאַקטן זאַל האָבן די פּרעזענטאַציע געפֿירט דער רעזשיסער פֿונעם קעשענעווער רוסישן טעאַטער אויף טשעכאָווס נאָמען, דער פֿאָלקסאַרטיסט פֿון דער רעפּובליק מאָלדאָווע יוסף שאַץ און די פֿאַרדינסטפֿולע אַקטריסע פֿון דעם זעלבן טעאַטער ווערע מאַריאַנטשיק. עס האָבן מיך באַגריסט און אויפֿגעטראָטן: דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער קהילה אַליאָנע גראָסו; אַ פֿאַראַנטפֿערלעכער אַרבעטער פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום, דער געוועזענער אַמבאַסאַדאָר פֿון מאָלדאָווע אין ישׂראל אַנאַטאָלי וואַנגעלי; דער פֿאָרשטייער פֿון דעם ייִדישן אָפּטייל בײַ דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע ד”ר וויקטאָר דאַמיאַן; אַ באַקאַנטע מאַלדאַווישע שרײַבערין יעוזשעניאַ דאַוויד און אויך עדי שרײַבמאַן, יחיאל שרײַבמאַנס זון, וועלכער איז גראָד אין דער צײַט געווען אין קעשענעוו.

די ייִדישע ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען האָט אויסגעפֿורעמט אַן אויסשטעלונג פֿון מײַנע ביכער. אין משך פֿון דער פּרעזענטאַציע האָבן יוסף שאַץ און ווערע מאַריאַנטשיק געלייענט מײַנע לידער און די לירישע פּראָזע פֿון די צוויי ביכער, ווי אויך קריטישע אָפּרופֿן אויף זיי.

אין דעם קינסטלערישן אָפּטייל האָבן אָנטייל גענומען: דער אָפּערע־זינגער פֿונעם קעשענעווער אָפּערע־טעאַטער אַלעקסיי דיגאָרע, וועלכער האָט געזונגען אַ ציקל זינגלידער, „די געשיכטע פֿונעם וואַנדערשטאָק‟, וואָס די מוזיק צו מײַנע טעקסטן האָט געשאַפֿן קאָמפּאָזיטאָרין זלאַטע טקאַטש ע”ה; און דער באַוווּסטער אויף דער וועלט ראָק־זינגער פֿונעם מאָלדאַווישן אַנסאַמבל Zdob si Zdub, ראָמאַן יאַגובאָוו, וועלכער האָט שוין דרײַ מאָל אָנטיילגענומען אויף דעם קאָנקורס «Eurovision». ער האָט געזונגען זײַן ליד אויף רוסיש וועגן קעשענעוו, מיט אַ פּאָר סטראָפֿעס אין מײַן איבערזעצונג אויף ייִדיש. צום סוף האָט די פֿאָרשטייערין פֿונעם מאָלדאַווישן מיניסטעריום פֿאַר קולטור מיך באַלוינט מיט אַן ערן־דיפּלאָם פֿונעם מיניסטער סערזשיו פּראָדאַן.

נאָך דער פּרעזענטאַציע זײַנען אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן אַלע ביכער, וואָס כ’האָב געבראַכט קיין קעשענעוו, פֿאַרשטייט זיך, מיט מײַן אויטאָגראַף. ס’איז געווען זייער אַ וואַרעמע און פֿרײַנדלעכע פֿרעזענטאַציע.

משה לעמסטער מיט זײַנע שול־חבֿרים

אין מײַן שטעטל יעדינעץ, וואָס איז 200 קילאָמעטר פֿון קעשענעוו אויף צפֿון, וווינען נאָך עטלעכע ייִדן! צווישן זיי מײַנע פֿרײַנד, באַוווּסטע ביזנעסמענען אין מאָלדאָווע, די צוויי ברידער ליאָווע און פֿימע אַקערמאַן. זיי האָבן דאָ אַ גרויסע קראָם און נאָך אַנדערע פֿאַרשיידענע געשעפֿטן. איינער פֿון די ברידער אַקערמאַן, ליאָווע, האָט פֿינאַנציעל געשטיצט איינס פֿון מײַנע ביכער, וואָס איך האָב פֿריִער פֿאָרגעשטעלט אין קעשענעוו. מיר האָבן שיין פֿאַרבראַכט דאָ די צײַט אין די אָרטיקע רעסטאָראַנען. געטראָפֿן זיך מיט מײַנע אַמאָליקע קלאַס־חבֿרים. געהאַט אַ פֿרײַנדלעכע טרעפֿונג אין דעם אָרטיקן מוניציפֿאָליטעט מיטן מייאָר פֿון יעדינעץ. כ’בין אויך אַרײַנגעפֿאָרן אין שכנישן דאָרף שאָפֿרינקאַן, וווּ כ’האָב אָפּגעאַרבעט 5 יאָר ווי אַ לערער פֿון פֿיזיק און מאַטעמאַטיק. דאָּ וווינען נאָך אַ סך מײַנע געוועזענע תּלמידים.

עטלעכע טעג פֿאַרן אָפּפֿליִען קיין ישׂראל האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מײַנע קעשענעווער פֿרײַנד און קאָלעגן פֿון די אַמאָליקע אַרבעטן. כ’מיין, אַז מײַן רײַזע איז געווען אַ דערפֿאָלגרײַכע.

Leave a comment