קלאַנגבוך (50) — “קיין וואַרשע”

„ייִדיש־בראַנזשע‟ האָט אײַנגעפֿירט אַ נײַע רובריק „קלאַנגבוך‟, וווּ יעדער קאָן הערן די בעסטע מוסטערן פֿון ייִדישער פּראָזע, געלייענט פֿונעם ייִדישער אַקטיאָר דוד ראָגאָוו.

יצחק באַשעוויס־זינגער — „קיין וואַרשע

עס לייענט דוד ראָגאָוו

די ראָגאָווס

מײַן פֿרוי און איך האָבן זיך באַקענט מיט דוד און נינע ראָגאָוו גאָר אין גיכן נאָך אונדזער באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק, און שוין זינט דעמאָלט געוואָרן גוטע־פֿרײַנד. אייגנטלעך, ווייס איך נישט קיין איין מענטש, וואָס וואָלט אַ מאָל געזאָגט אַ קרום וואָרט וועגן אָט דעם פּאָרפֿאָלק; נאָך מער: איך האָב במשך פֿון די אַלע יאָרן, ביז דודס טויט אין 2007, נישט געזען, אַז די ראָגאָווס זאָלן וועגן עמעצן „אַ דריי טאָן מיט דער נאָז“. וואָס יאָ, דוד, אַ באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר, האָט ליב געהאַט אויך אויסער דער בינע אימפּראָוויזירן — אויסשפּילן אַ פּאַראָדיע, זיך גוטמוטיק אַ וויצל טאָן וועגן אַן „אָנגעבלאָזענעם אינדיק“, אַ באַקאַנטן פֿונקציאָנער אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש. ער פֿלעגט עס מאַכן לעבעדיק, שטעכיק, אָבער נישט בייז. מ’האָט געדאַרפֿט אין אַזעלכע מינוטן אַ קוק טאָן אויף נינען, ווי ס’האָט אין אירע אויגן געפֿינקלט ליבע און גליק.

אייגנטלעך, האָט ער עס דאָך געטאָן, קודם־כּל, צוליב איר — צו מאַכן איר פֿריילעך אויפֿן האַרצן. פֿון איר האָט ער געוואַרט אַן אָפּשאַצונג, ווײַל זי איז געווען דער גרעסטער מבֿין פֿון זײַן אַקטיאָרישער אַרבעט; צו מאָל פֿלעג איך הערן, ווי זי זאָגט אים אַרײַן: „האָסט איבערגעטריבן מיט דײַנע קאָזשלקעס!“ זי האָט געמעגט אַזוי זאָגן, ווײַל דעם אַקטיאָרישן פֿאַך האָט זי געוווּסט נישט נאָר פֿון זייער לאַנגיאָריק משפּחה־לעבן. אַליין אַ תּלמידה פֿון משה ראַפֿאַלסקי, דעם באַקאַנטן רעזשיסאָר און פּעדאַגאָג, דעם גרינדער פֿונעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין מינסק, האָט נינע אין דעם טעאַטער נישט איין יאָר געשפּילט. די טעאַטראַלע בינע האָט זיי טאַקע צונויפֿגעפֿירט און שוין געפֿירט איבערן לעבן — בעת דער מלחמה אין נאָוואָסיבירסק, וווּהין דער טעאַטער איז עוואַקויִרט געוואָרן; ווײַטער, ווי פּליטים, אין מינכן, וווּ זיי פֿלעגן אויפֿטרעטן אין די ייִדישע פּליטים־לאַגערן, און נאָכן קומען קיין אַמעריקע — פֿאַרן אָרטיקן ייִדישן טעאַטער־עולם.

אין מײַנע אויגן האָבן די ראָגאָווס אויסגעזען ווי איין גאַנצקייט. ווען כ’האָב פֿאַרבעטן דודן זיך צו באַטייליקן אין מײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם „די פֿאָרווערטס־שעה“ אויף WEVD, וווּ ער פֿלעגט יעדע וואָך פֿאָרלייענען אַ דערציילונג אָדער אַ קאַפּיטל פֿון אַ גרעסער ליטעראַריש ווערק, איז צוזאַמען מיט אים תּמיד געקומען נינע. מיר פֿלעגן זיצן זאַלבע דריט אין סטודיאָ, מיט די הערעלעך אויף די אויערן און זיך צוהערן צו דודס לייענען. כ’האָב אויפֿגעכאַפּט אויף איר פּנים ווי זי איז אַרײַנגעטאָן אינעם טעקסט און רעאַגירט אויף יעדן קלאַנג פֿון זײַן שטים. קיין צווייפֿל איז בײַ מיר נישט געווען, אַז אין דער היים האָבן זיי געאַרבעט איבערן טעקסט אין איינעם.

נינע איז געווען אין די יונגע יאָרן אַ שיינע פֿרוי — אַ הויכע, אַ שטאַלטנע, מיט צוויי גרויסע שוואַרצע אויגן. אַזאַ מין פּנים האָבן ליב צו מאָלן מאָלערס, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, קוקנדיק אויף אירע אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס. ווען כ’האָב עס נינען געזאָגט האָט זי מיר געענטפֿערט מיט אַ ווייכן שמייכל: „איר האָט פּונקט געטראָפֿן“. דעמאָלט האָט זי מיר „אַנטפּלעקט דעם סוד“, אַז די געשטאַלט פֿון אַ פֿרוי אויפֿן באַרימטן דענקמאָל לזכּרון די העלדן פֿון וואַרשעווער געטאָ, האָט דער סקולפּטאָר נתן ראַפּאָפּאָרט „געמאַכט פֿון איר“. ראַפּאָפּאָרט האָט זיך באַפֿרײַנדעט מיט די ראָגאָווס אין דעם זעלבן נאָוואָסיבירסק, וווּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן נאָך דער דײַטשישער אינוואַזיע. זי שטייט מיט אַ ביקס אין די הענט הינטער דער צענטראַלער פֿיגור.

נינע איז געבליבן אַ שיינע פֿרוי אויך אויף דער עלטער. וועגן אַזאַ שיינקייט זאָגט מען, אַז זי קומט אַרויס פֿון האַרצן און צעגיסט זיך אויפֿן פּנים. נאָכן פֿאַרלירן זייער איינציקע טאָכטער, לילי, איז גאָר אין גיכן געשטאָרבן אויך דוד. נישט אויסגעהאַלטן, נעבעך. אין יענע שווערע חדשים נאָכן טויט פֿון אירע נאָענטסטע מענטשן האָב איך פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס דער קינסטלער ראַפּאָפּאָרט האָט אויסגעקליבן פֿאַר דער געשטאַלט פֿון זײַן סקולפּטור דווקא נינעס פּנים.

נינע און דוד האָבן זייער ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף אַ שיף, זיך לאָזן אין אַ „קרוז“ איבערן אָקעאַן. איין מאָל האָבן מיר עס געטאָן צוזאַמען. אין אַ פֿאַרנאַכט, בעת אַן אונטערנעמונג אינעם פּרעכטיקן שיף־טעאַטער, האָט דער פֿאַרווײַלער געפֿרעגט פֿון דער בינע, צי ס’איז דאָ אינעם עולם אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט לעצטנס געפּראַוועט זייער „גאָלדענע חתונה“. ס’האָבן אויפֿגעהויבן די הענט אַ צוויי פּאָרפֿעלקער. מײַן פֿרוי און איך האָבן געוווּסט, אַז נינע און דוד האָבן ערשט אָפּגעמערקט דעם 63סטן יוביליי פֿון זייער צוזאַמענלעבן. האָט מײַן פֿרוי זיך נישט געשעמט און אויסגעשריִען פֿון אָרט: „און 63 איז גוט?“ דער פֿאַרווײַלער האָט באַלד געבעטן, אַז נינע און דוד זאָלן אַרויפֿקומען אויף דער בינע; און כּל־זמן זיי האָבן עס געטאָן האָט דער גאַנצער זאַל, שטייענדיק, זיי געפּאַטשט „בראַוואָ!“. ווען ס’איז שטיל געוואָרן, האָט דוד זיך אָנגערופֿן אויף ענגליש: „מײַן גאַנץ לעבן בין איך געווען אַ ייִדישער אַקטיאָר, געשפּילט פֿאַרשידענע ראָלעס, אָבער כ’האָב קיין מאָל נישט באַקומען אַזעלכע גרויסע אַפּלאָדיסמענטן און דערצו פֿאַר אַזאַ ראָלע ווי איצט

Leave a comment