נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 27

IMG_20191107_200859
פֿון רעכטס: בעט־חן בענעט, שיין בייקער, מרים־חיה סיגאַל און משה יאַסור

“רויטער קאָטער”

— אַ נײַער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש נאָוועמבער בין איך פֿאַרבעטן געוואָרן צו דער פּרעמיערע פֿון אַ שפּאָגל־נײַעם טעאַטער אויף דער ניו־יאָרקער ייִדישער גאַס מיטן נאָמען „רויטער קאָטער‟. ווי אַ שותּף צום טעאַטער, איז אָנגעוויזן געוואָרן דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס.

אַ נײַער ייִדישער טעאַטער איז דאָך נאָך איין דירעקטע פֿאַרבינדונג מיט אַ ייִדישן עולם. קאָן עס דען נישט פֿרייען! וואָס זשע וויל זאָגן דער „רויטער קאָטער‟ מיט זײַן „מניאַו‟?

פֿאַר דער פּרעמיערע זײַנען אויסגעקליבן געוואָרן צוויי באַזונדערע דערציילונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעווערן: „לופּוס‟ און „דאָרט וווּ עס נעכטיקן די שטערן‟. דער אויסקלײַב פֿון די צוויי ליטעראַרישע ווערק האָט סײַ צוגעצויגן און סײַ אַרויסגערופֿן אַ געוויסע קווענקלעניש. צוגעצויגן האָט עס קודם־כּל מיטן אײַנפֿאַל צו שפּילן דווקא גאָר נישט קיין טעאַטראַלע זאַכן, און ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון איז געוואַקסן דאָס קווענקלעניש.

מײַן אינטערעס און נײַגער צו דער טעאַטער־נאָווענע האָט מיך אַרויסגעטריבן פֿון מײַן שטוב אין אַ קאַלטן רעגנדיקן פֿאַרנאַכט צו פֿאָרן קיין מאַנהעטן. כ׳האָב פֿון פֿריִער איבערגעלייענט די צוויי דערציילונגען, צוגעשיקט מיר עלעקטראָניש אין אָריגינאַל און אין דער ענגלישער איבערזעצונג. פּונקט אַזאַ „קאָנווערט‟ האָט באַקומען יעדער צושויער, וואָס איז געקומען צו דער פּרעמיערע, בסך־הכּל צען מענטשן.

MVIMG_20191107_195946
די געסט פֿונעם טעאַטער “רויטער קאָטער”

פֿאַקטיש האָט דער „רויטער קאָטער‟ פֿאַרנומען אַ קליינע דירה, וווּ אינעם אייבערשטן צימער איז פֿאָרגעקומען די פֿאָרשטעלונג. די אינטימע סאַלאָן־אַטמאָספֿער, די ווענט, באַהאָנגען מיט יוני פֿײַנס בילדער (אַגבֿ, צוזאַמען מיט די טעקסטן, זײַנען צוגעשיקט געוואָרן אילוסטראַציעס צו די צוויי דערציילונגען, געצייכנט פֿון יוני פֿײַן, סוצקעווערס אַ בן־עיר און נאָענטער חבֿר), און פֿאַררוקט אין אַ ווינקל אַ בענקל, אַ קליין טישל, מיט אַ קעראָסין־לעמפּל, אַ ליולקע און אַ כּתבֿ־יד — דער גאַנצער אַנטוראַזש פֿון דער פֿאָרשטעלונג; אַלץ האָט שוין פֿון פֿריִער געוועקט אַ האַלב־מיסטיש געמיט, אַרײַנגעפֿירט אין סוצקעווערס סורעאַליסטישער געשיכטע „לופּוס‟.

דער רעזשיסאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, משה יאַסור, איז גוט באַקאַנט מיט זײַנע סצענאָגראַפֿישע רמזים; מיט קאַרגע קינסטלערישע מיטלען צו זאָגן אַ סך. אַזוי איז געווען אויך אין זײַנע לעצטע אויפֿפֿירונגען פֿון יאָנעסקאָס „נאָזהאָרן‟ און אַרטור מילערס „דער טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟. ווען דער הויפּט־פּערסאָנאַזש פֿון „לופּוס‟ (שיין בייקער) האָט אָנגעצונדן דאָס קעראָסין־לעמפּל און אויף די צוויי ווינקלווענט האָט זיך צעשפּרייט אַ צעשפּאַלטענער פֿאַרקריפּלטער שאָטן, פֿאַרשטייסטו באַלד, אַז דאָס אָרט פֿון דער „בינע‟ איז אויסגעקליבן געוואָרן פּינקטלעך.

MVIMG_20191107_191317
שיין בייקער אין דער ראָלע פֿון לופּוס

שיין בייקער, ווי אַ ייִדישער אַקטיאָר, געפֿינט זיך הײַנט אין סאַמע בלי. ער טרעט אַ סך אויף סײַ אין אַמעריקע און סײַ אין די ייִדיש־קהילות איבער דער וועלט. ער האָט ליב צו עקספּערימענטירן און דאָס וויכטיקסטע — ער איז געטרײַ דעם ייִדישן וואָרט און דער טעאַטער־טראַדיציע.

דער דיאַלאָג צווישן מחבר און דעם שאָטן מיטן נאָמען לופּוס קומט פֿאָר „צווישן ערד און הימל, ווען עס איז געוואָרן אַזוי שטיל, אַז מ׳האָט געקאָנט הערן ווי עס אָטעמען די מתים…‟ דעם פּאָעטס וויזיע איז צעשפּאַלטן, ווײַל ער עקזיסטירט אין צוויי וועלטן — די וועלט פֿון נעכטיקע שאָטנס און דעם הײַנט, וואָס איז עפֿעמעריש, ווי אַ „רויכטענצערין‟, וואָס קרײַזלט אַרויס פֿון זײַן ליולקע.

„לופּוס‟, מיינט אויף לאַטײַן, וואָלף. אין דער היים האָט מען דעם העלד גערופֿן וועלוול און שוין צווישן די גויים איז ער געוואָרן „לופּוס‟. בעת די נאַציס זײַנען געקומען, האָט ער געהאַנדלט מיט דער טײַערסטער סחורה, געירשנט פֿון זײַן טאַטן אַ פּראָוויזאָר — מיט ציאַנקאַלי; מיט אָט דעם סם האָט ער „געראַטעוועט ייִדן פֿון לעבן‟. „אָבער לופּוס צעטיילט ניט זײַן סחורה אומזיסט. פֿאַראַן אַ פּרײַז און דער פּרײַז ווערט אַלץ העכער. און וואָס ווינציקער ציאַנקאַלי — אַלץ מער איידלשטיינער…‟

נישט קיין לײַכטע „סחורה‟ איז אויסגעקומען צעקײַען דעם רעזשיסאָר און דעם אַקטיאָר. דעם אמת געזאָגט, בשעתן לייענען די דערציילונג „לופּוס‟ איז מיר אויסגעקומען אַ ביסל פֿאַרבלאָנדזשעט ווערן. בעת דער פֿאָרשטעלונג, האָב איך זיך אין גאַנצן פֿאַרלאָזט אויף די אויפֿפֿירער — יאַסורן און בייקערן; זיי האָבן מיר געהאָלפֿן אַרויסצודרייען זיך פֿון די פֿאַרדרייטע סטעזשקעס פֿון סוצקעווערס פּאָעטישער פּראָזע, אָנגעזעטיקט מיט משונהדיקע מעטאַפֿאָרן און אַלוזיעס.

IMG_20191107_200108
מריהם־חיה סיגאַל (לילי) און שיין בייקער (פּאָעט)

אינעם צווייטן אַקט ווערט אויפֿגעפֿירט די צווייטע סוצקעווערס דערציילונג „דאָרט וווּ עס נעכטיקן די שטערן‟. דאַכט זיך צוויי באַזונדערע זאַכן, אָבער פֿאָרט זײַנען זיי אינערלעך פֿאַרבונדן, און דער קנופּ איז — דער חורבן. דער אומקום. ער לאָזט נישט אָפּ. ער וועקט דערמאָנונגען און ברענגט אַרײַן אין אונדזער הײַנטיקן קיום פֿאַטאַ־מאָרגאַנישע געשטאַלטן פֿון יענעם פֿאַרשניטענעם לעבן.

זי, להיפּוך צו לופּוסן, קומט אַרײַן אינעם הײַנט ווי אַ שאָטן אין אַ כּלה־קלייד, אָדער אַ מאלך… און ווידער, ווי אין „לופּוס‟, קומט פֿאָר אַ דיאַלאָג צווישן דעם פּאָעט און דער יונגער פֿרוי מיטן נאָמען לילי (מרים־חיה סיגאַל); אַ דיאַלאָג אויסגעוועבט פֿון שווײַגן, מחמת פֿאַרליבטע נשמות רעדן נישט מיט ווערטער, פּונקט ווי די אייביקייט נייטיקט זיך נישט אין קיין מהלך פֿון צײַט…

עס וויל זיך באַגריסן דעם נײַעם טעאַטער „רויטער קאָטער‟ מיט אַ הצלחהדיקן אָנהייב. די ניו־יאָרקער ייִדישע גאַס נייטיקט זיך אין אַ ליטעראַריש וואָרט, אַרויסגעזאָגט שטיל, נאָר אויף אַ קול. צום גליק, ווערט הײַנט די ייִדישע ליטעראַטור אַרויסגעשלעפּט פֿון די ביבליאָטעק־גניזות; עס גייט אַקטיוו אָן אַ דיגיטאַליזאַציע פֿון אונדזער ליטעראַטור, וואָס דערמעגלעכט צו איר גרינג צוצוקומען, נישט אַרויסגייענדיק פֿון שטוב. און דאָך, איז טעאַטער געווען און פֿאַרבליבן אַ לעבעדיקער פֿאָדעם, וואָס פֿאַרבינדט נשמות מיט אַ געשפּרעך, בעל־פֿה.

דער „רויטער קאָטער‟ געפֿינט זיך אין גוטע הענט און אויף אַ ריכטיקן וועג. לאָמיר אים ווינטשן ברייטהאַרציקע שטיצערס און גוטע פֿרײַנד.

נאָוועמבער, ברוקלין, ניו־יאָרק

1 Comment

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s