פֿון אונדזער עזבֿון: ייִדישע פּאָעטן פֿון אוקראַיִנע

דוד האָפֿשטיין. קינסטלער מאַטוויי ווײַסבערג

דוד האָפֿשטיין (1889־1952) — איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קאַראָסטישעוו, קיִעווער גובערניע. זײַן טאַטע, אַ וואַלד־אָנגעשטעלטער, איז געווען אַ ייִד אַ למדן. זײַן מאַמע האָט געשטאַמט פֿון דער משפּחה פֿונעם באַרימטן פֿאָלקס־מוזיקער פּעדוצער־כאָלאָדענקאָ. שפּעטער האָט די משפּחה איבערגעוואַנדערט אינעם וואָלינער דאָרף יאַסנאָגאָראָד, וווּ זי האָט געצויגן די חיונה פֿון ערד־אַרבעט. פֿון קינדווײַז אָן איז דוד געווען צוגעבונדן צו דער אוקראַיִנישער ערד און נאַטור, וואָס ער האָט אַזוי זאַפֿטיק און ליבלעך געשילדערט אין זײַנע ערשטע פּאָעטישע פּרוּוון. נאָכן באַפֿרײַען זיך פֿון מיליטער־דינסט (1912־1913) איז האָפֿשטיין אָנגענומען געוואָרן זיך לערנען אינעם קיִעווער קאָמערץ־אינסטיטוט; ער באַזוכט אויך די לעקציעס אויפֿן פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט בײַם אוניווערסיטעט.

לידער האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן צו נײַן יאָר, צו ערשט, אין העברעיִש שפּעטער — אין אוקראַיִניש און ייִדיש. זײַנע ערשטע ייִדישע לידער זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער קיִעווער צײַטונג „די נײַע צײַט‟ (1917). זײַן פּאָעטישער טאַלאַנט ווערט גיך אָנערקענט אין די ייִדישע קולטור־קרײַזן פֿון דער שטאָט. ער איז אַקטיוו אין דער „קולטור־ליגע‟, טרעט אויף מיט לעקציעס, רעדאַגירט עטלעכע פּאָעטישע אויסגאַבעס. זײַנע לידער דרוקן זיך אין די זאַמלביכער „אייגנס‟ (1918־1920), „אויפֿגאַנג‟ (1919), „באַגינען‟ (1919). שפּעטער איז ער געוואָרן איינער פֿון די גרינדערס און דער רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג „ווידערוווּקס‟.

סוף 1920ער יאָרן איז האָפֿשטיין אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע. ער ווערט פֿאַרכאַפּט מיטן שטראָם פֿון אַ נײַ ווירבלדיק לעבן, אָבער די אַנטוישונג קומט גאָר גיך. אין 1923 איז האָפֿשטיין געווען צווישן די ייִדן־אינטעלעקטואַלן, וואָס האָבן אָנגענעמען די קריוודע פֿאַר העברעיִש. ער האָט געשטעלט זײַן אונטערשריפֿט אויף דעם מעמאָראַנדום צו דער רעגירונג קעגן די רדיפֿות אויף העברעיִש. דאָס האָט באַלד אַרויסגערופֿן אַ קאָנפֿליקט מיט דער קאָמוניסטישער „ייִדנסעקציע‟. די רעדאַקציע פֿון „שטראָם‟ האָט אים אויסגעשלאָסן פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. נישט זעענדיק פֿאַר זיך קיין שום פּערספּעקטיוו, האָט האָפֿשטיין אין 1923 פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און איז אַרויסגעפֿאָרן קיין בערלין. קיין פּאַסיקע אַטמאָספֿער פֿאַר זײַן שאַפֿן האָט ער אין דײַטשלאַנד נישט געפֿונען און זיך צוריקגעקערט קיין מאָסקווע. אָבער שוין גאָר אין גיכן פֿאָרט ער אַריבער קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער פּובליקירט לידער אויף העברעיִש אין דער אָרטיקער פּרעסע. פֿון דעסטוועגן, בענקט זיך אים נאָך די היימישע פּייסאַזשן, נאָך די צוויי זין, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן דאָרט נאָכן טויט פֿון זייער מאַמע, דער ערשטער פֿרוי האָפֿשטיינס; דערצו ווערט קאָמפּליצירט זײַן עקאָנאָמישע לאַגע. סוף־כּל־סוף, קומט ער צום באַשלוס זיך אומצוקערן קיין רוסלאַנד.

דער פּרײַז פֿאַרן אומקערן זיך צוריק „אַהיים‟ איז געווען אַ גרויסער. ער שלאָגט זיך „על־חטא‟ פֿאַרן אונטערשרײַבן דעם „העברעיִשן מעמאָראַנדום‟ און שרײַבט אונטער שוין גאָר אַן אַנדער „דעקלאַראַציע‟ פֿון דער אַסאָציאַציע פֿון „רעוואָלוציאָנערע ייִדיש שרײַבערס אין אוקראַיִנע‟, וואָס דערקלערט, אַז „ס׳מוזן אויסגעראָטן ווערן אַלע רעשטלעך פֿון נאַציאָנאַליסטישע נאָכווייענישן…‟ זײַן ווײַטערדיק לעבן און שאַפֿונג איז ענג פֿאַרבונדן מיט אוקראַיִנע. פֿון יולי 1941 ביז אויגוסט 1944 וווינט האָפֿשטיין מיט זײַן משפּחה אין דער עוואַקואַציע, אין דער שטאָט אופֿאַ, באַשקיריע. נאָכן אומקערן זיך קיין קיִעוו איז ער ממשיך די אַרבעט איבער דער פּיעסע „מוטער‟. זײַן לעצט בוך „אויסגעוויילטע ווערק‟ איז דערשינען אין מאָסקווע אין דעם פֿאַרלאַנג „דער עמעס‟ (1948).

האָפֿשטיין ווערט אַרעסטירט דער ערשטער צווישן די ייִדישע שרײַבערס אין שײַכות מיטן ענין פֿונעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟ (סעפּטעמבער 1948).

דוד האָפֿשטיין

בײַ וועגן בײַ ווײַטע,
וווּ רעדער וווּ בלינדע
פֿאַר ווינטן פֿאַרשײַטע
אַלץ מאָלן און מאָלן די היימלאָזע שטויבן —
דאָרט האָב איך אויף פֿעלדער פֿון הפֿקר מײַן זייונג געקלויבן.

איך האָב אויף מײַן אַקסל אַ מאַסע גענומען
פֿון זוימען באַפֿײַכטע מיט האַרבסט־טויען קאַלטע,
מיט זיידנס ירושה, מיט שטעקן מיט אַלטן,
מיט אַלטן פֿאַרשטויבטן, פֿאַרשרומפּענעם לאָגל…
געלאָזט זיך אויף וועגן, אויף וואַנדער, אויף וואָגל…

צום הימל צום הויכן
פֿון היימען פֿון פֿרעמדע געגאַן זײַנען רויכן…
בײַ ניד׳ריקע פּלויטן
געוואַרט האָבן פֿרישע צעאַקערטע בייטן…
מיט עלנט־געבעט און מיט פּחד געהיימען
געזייט האָב איך זוימען בײַ ווילד־פֿרעמדע היימען.

אויף ערדן אויף ווייכע איצט שטיי איך ביז קנעכל
אויף אייגענע בייטן, אין ליידן פֿאַרזייטע…
כ׳באַשווער אײַך הײַנט, פֿויגלען, אײַך, ווינטן, אײַך האָגלען!
מײַן זייונג ניט קלײַבן, מײַן זייונג ניט שלאָגן!
איך האָב מיך מײַן זייונג אויף אַקסלען דערטראָגן
פֿון וועגן פֿון ווײַטע, פֿון וואַנדער, פֿון וואָגל…

אין ווינטער־פֿאַרנאַכטן

אַוועק דער שבת שוין…
אויף ווײַטע שנייען
אַ גרויסער עמעצער
שיט גראָוון אַש…
אין קליינעם, קלייטעלע
שוין וואַרטן צווייען:
אַ טונקל מיידעלע,
אַ שוואַרצע פֿלאַש.

די בײַטש איז אויסגערוט,
דאָרט צווישן אויוונס
איז זי מיט פֿינצטערניש
געדיכט פֿאַרשטעקט.
אַ נעפּל־טישטעכל
האָט דאָרטן אויבן
דאָס לעצטע קוילעטשל
שוין שטיל פֿאַרדעקט…

דער טאַטע האָט אָפּגעריכט
די דריטע סעודה
און ווערט מיט טונקלקייט
מיט טיש פֿאַרוועבט,
און צווישן שוועסטערלעך
און שאָטנס מידע
אַ מורמל־פֿעדעמל
זיך וועבט און וועבט…

די מאַמע זוכט אין שויב
אַ ווײַטן שטערן —
און ניט געפֿונען אים
און זיצט פֿאַרטראַכט…
איך זינק אין אומעטקייט
און וויל ניט קלערן,
אַז ס׳וואַרט די קו אויף מיר,
אויף היי, אויף נאַכט…

*

דאָרט אויף בלויע נאַכטן־שנייען
צווישן הוילע ביימער־ריטער
שפּאַנט מײַן מלאך, שפּאַנט מײַן היטער
פֿון די ערשטע, שטומע ווייען…

אונטער הויכן, הייסן הימל,
אויף באַזונטע גרייטע ווײַטן
שוועבט מײַן יוגנט אַ פֿאַרשנייטע
אין אַ גאָלדן קאָרן־רעמל.

שנייען, ברייטן, הימלען קלאָרע —
אײַך מײַן ערשטע, אײַך מײַן לויטערע הזכּרה!…

*

איך גלייב, —
אַ ריגל דאָרט אַ גרינגער
פֿון מיט פֿון הויכער טיר
שוין וואַרט אויף ערשטן ריר
פֿון מײַנע מידע פֿינגער.

פֿון שטילע ווינקלען פֿיר
דאָרט וואַרט שוין איינער
אויף מײַן פֿאַרברענטן וואַנדער־שטעקן,
אַ קרוג מיט וואַסער פֿול מיט ריינער
שוין וואַרט אויף שטויב,
וואָס ליגט אויף מיר, —
אויף שטויב פֿון ווײַטע שטעגן…

*

איך גלייב, ס׳איז מיר באַשערט
אויף מײַן ירושה־ערד
דעם אַש פֿון אַלע טריפֿעס אויסצוראַמען
און אָט די ערד אויף ס׳נײַ פֿאַרצאַמען.
איך ווייס קיין וואָג, איך ווייס קיין צאָל,
איך האָב קיין מאָס־שנור ניט געצויגן,
נאָר זײַלן בלאָנקען שוין אין לופֿט־קרישטאָל
און פֿירן מײַנע אויגן,
און שײַן פֿון ווענט פֿון שלאַנקע, ווי יריעות,
מיט מוטערפּערל שפּילט אויף מײַנע וויִעס!
און ס׳איז אין האַרץ פֿאַר יעדן שטראַל
שוין גרייט
אַ נעסט פֿון פֿרייד…

אוקראַיִנע


פֿון רויך, און פֿון בראָך, און פֿון אַש, און פֿון שאַנד
איך דערזע, דו דערהייבסט דײַן צעשעדיקטע האַנט.
אָט דערהייבט זיך דײַן קאָפּ, וואָס מיט בלוט איז באַקלעפּט,
איך דערזע דײַן געזיכט! אָ, ער לעבט, אָ, ער לעבט,
דײַן נאָך קינדערשער בליק מיט שוין מוטערשן צער,
און עס לויכט שוין די פֿרייד, וואָס קומט אָן נאָך געפֿאַר,
דער פֿאַרשטאַנד, וואָס קומט אָן נאָך פֿאַרטומלונג און גרײַז,
ווי וואַסער אין פֿרילינג פֿון אונטערן אײַז —
איך דערזע: אָט דערהייבט זיך דײַן גוף, דײַן געשטאַלט,
וואָס די רעשטלעך פֿון קליידער אויף אים קוים זיך האַלט,
און עס פֿאַלן די שמוציקע שמאַטעס פֿון לײַב —
ס׳איז צו זען שוין, ס׳אַ קינד אַ דערוואַקסנס, אַ ווײַב,
ס׳איז אַ ליכטיקער קערפּער מיט שיינקייט, וואָס שײַנט
אי דורך שאַנד, אי דורך שפּאָט, אי דורך גוואַלדטאַט פֿון פֿײַנט.
ס׳איז אַ יונגע, אַ זויבערע, זיכערע קראַפֿט,
וואָס זיך ווערט, וואָס זיך לײַטערט אָן אויפֿהער און לאַכט,
וואָס וועט גיך זיי פֿאַרהיילן, די ווייען, די שאַנד —
ס׳איז אוקראַיִנע מײַן היים,
אוקראַיִנע מײַן לאַנד.

קיִעוו

ביז טרערן ליב, ביז ווייטיק טײַער,
איך זע דיך, היים, איך זע דיך, שטאָט,
דײַן האַנט דורך שאַנד, דורך רויך, דורך פֿײַער
דערלאַנגט די העלדישע באַפֿרײַער
דײַן העלן אָנזאָג, דײַן געבאָט:

פֿאַרמערט די שמעטערדיקע קלעפּ:
דעם שׂונאס בלוט פֿון ברייטן דניעפּ
צום ים צום שוואַרצן זאָל איצט שטראָמען,
זאָל אײַער האַרציקער געוועב
זיך אָנזעטיקן מיט נקמה.

איר זײַט די אויספֿילער, די ריכטער,
פֿון אײַך איצט מאָן איך פֿאַר דער שאַנד,
פֿאַר שוידערלעכע יאָרן צוויי,
פֿאַר אַלץ באַצאָלט זיי, די פֿאַרניכטער,
דעם גאַנצן דור, דעם גאַנצן לאַנד,
וואָס האָט אין שאַנד געבאָרן זיי.

ביז טרערן ליב, בין ווייניק טײַער
איך זע דיך, היים, איך זע דיך, שטאָט,
זאָל פֿון דײַן בלוט, זאָל פֿון דײַן פֿײַער
פֿאַר לענדער ווערן אַ געבאָט
פֿון פֿעלקער־פֿרידן און גענאָד!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s