
דוד עומר כּהן
דער עולם איז געשטאַנען אַ פֿאַרשװיגענער. פֿון די סאַמע װײַטע מקומות זענען אַלע געפֿאָרן קײן אַמסטערדאַם, כּדי צו שװײַגן. אַזױ אַרום שװײַגט מען צונױף אַ שטילקײט, כּדי איבערצושרײַען דעם רעש פֿון אַ מלחמה, װאָס אירע לעצטע אַנטרונענע, ייִדן און גױים, שטײען אין דער מיט. אַיעדעס יאָר קומט מען זיך צונױף און מע שװײַגט, כּדי צו געדענקען. און יעדעס מאָל איז דאָ אַ פּחד.
אין סאַמע צענטער שטאָט איז דאָ אַ פּלאַץ, װאָס הײסט „דאַם‟: דאָרטן האָט מען מיט העכער אַכטהונדערט יאָר צוריק דאָס ערשטע מאָל אויפֿגעבױט אַ דאַמבע אויפֿן טײַך מיטן נאָמען „אַמסטעל‟. פֿליסט דער טײַך נאָך אַלץ אונטער דעם פּלאַץ, װאָס געפֿינט זיך צװישן דער הױפּט־סטאַנציע און די באַװוּסטע קאַנאַלן. אױף יענעם „דאַם‟ שװײַגט מען ווי אַן אָנדענק פֿון דער מלחמה. דער עולם איז געשטאַנען און געשװיגן, און צװישן די מענטשן איז אױך געשטאַנען מײַן טאָכטער שׂרה.
װען זי איז נאָך נישט געװען אַ בת־מיצװה, פֿלעגן מיר נישט פֿאָרן צום „דאַם‟, נאָר זיך טרעפֿן מיט מײַנע עלטערן, וואָס האָבן געװױנט אין דרום שטאָט. אַחר־המעשׂה האָט מען פֿאַרברענגט בײַ זײ אין גאָרטן און געמאַכט אַ לחײם. כאָטש אונדזער העברעיִש האָט געטױגט נאָר אױף געצײלטע װערטער, האָבן מיר אין דעם װאָרט „לחײם‟ דערשמעקט דעם ביטער־זיסן טעם פֿון אונדזער בלײַבן לעבן על־פּי־צופֿאַל, בשעת די אַנדערע זענען אַװעק… און כּסדר האָט אין זיך דערמאָנט דער פּחד.
דאָס מאָל האָב איך געזען אין טעלעװיזאָר, אַז שׂרה איז דאָ אױפֿן „דאַם‟. זי איז געשטאַנען נעבן אַ באַװוּסטן פּאָליטיקער, װאָס די טעלעװיזיע־קאַמערן האָבן אים תּיכּף געוויזן; אַזױ אַז זײַן פּנים האָט מען געקאָנט זען אין אַלע עקן פֿון דער מלוכה. װײַל שׂרה איז געשטאַנען נעבן אים, האָב איך געװוּסט, אַז זי שטײט אין סאַמע צענטער. די העכער צװאַנציק טױזנט מענטשן אױף דעם „דאַם‟ זענען געװען צעטיילט מיט פֿאַרצוימונגען אויף צװײ טײלן, כּדי דער קעניג און די קעניגין זאָלן קאָנען דורכגיין אַן ערך פֿינעף מינוט פֿאַר אַכט, אײדער ס’הײבט זיך אָן דאָס שטילשווײַגן.
כ’האָב דערזען אויפֿן עקראַן, אַז שׂרה קוקט נישט אין דער קאַמערע, נאָר אויף מיזרח, אַהין, װוּ ס’זענען געשטאַנען צװײ בנינים — דער קעניגלעכער פּאַלאַץ און דער בנין, וואָס צוליב אים האָב איך נישט געװאָלט, אַז שׂרה זאָל צו דער אונטערנעמונג פֿאָרן… נאָר גײ זאָג אַן אַכצן־יעריק מײדל, װאָס זי מעג און װאָס זי טאָר נישט; בפֿרט, אַז זי איז איר טאַטע מיט די בײנער — שױן צװײ מאָל, דרײַ מאָל אַן עקשן! אַ חוץ דעם, האָט זי פֿאַרבראַכט דעם חלק פֿון דער װאָך בײַ איר מאַמען אין יענער זײַט שטאָט.
כאַפּנדיק דעם בליק אין אירע שװאַרצע אױגן, האָב איך געפּרוּװט לײענען אירע מחשבֿות. די שפּעטע פֿרילינג-זון האָט געװאָרפֿן שטראַלן אױף איר קאָפּ, דהײַנו, אױף מײַנע געקרײַזלטע האָר און איר מאַמעס פּנים. נישט אַלע קינדער זעען אױס װי אַ מאַטעמאַטישע צוגעבעניש פֿון זײערע עלטערן, אָבער שׂרהלע איז געװען אַ פּינקטלעך געמיש פֿון איר מאַמען, אַ סאַברע, װאָס האָט עולה געװען קײן אַמסטערדאַם, ירושלים־דהאָלאַנד, און איר טאַטן, אַ געבױרענער אין אַן אַסימילירטער נידערלענדיש־ייִדישער משפּחה.
כאָטש איך האָב זי ליב געהאַט מער פֿון אַלצדינג, איז מיר געװען שװער צו אַנען, װאָס זי האָט אין יענער קאַטאַסטראָפֿאַלער רגע געטראַכט. די סיבה, פֿאַר װאָס כ’האָב נישט געװאָלט מיטקומען, פֿאַר װאָס כ’האָב נישט געװאָלט זי זאָל פֿאָרן צו דער הזכּרה, איז געװען אַ פּשוטע. אַז דער עולם האָט געדענקט אינעם צװײטן װעלטקריג, האָב איך געהאַט פֿאַר די אױגן מײַן באָבען, וועלכע האָט פֿאָרט דערלעבט צו דעם טאָג. דעם פֿינפֿטן מײַ האָבן די דײַטשן קאַפּיטולירט. מחוץ דער גרױסער פֿרײד אַרום דער באַפֿרײַונג, איז דאָ געװען אַ סך טרױער, צוליב די פֿאַרלױרענע סײַ אױף אײביק און סײַ אױף װײסט אײן גאָט אין הימל, צי זײ זענען שױן אױף יענער װעלט אָדער אין בערגען־בעלזען.
כאָטש מײַן באָבע האָט דעמאָלט נישט געהאַט קײן שום אַנונג צי איר פֿאַרקנסטער איז נאָך אַלץ אױפֿן עולם הזה צי שױן… גײט מען פּראַװען די באַפֿרײַונג, מ’פֿאַרלאָזט די ערטער, װאָס האָבן געטױגט אױף צו באַהאַלטן זיך, אַבי מ’לעבט, אַבי מ’לעבט… און פּלוצעם שטײט מען אױף דעם „דאַם‟ אין אַמסטערדאַם, דאָס גאַנצע באַפֿרײַטע לאַנד איז אַרײַן אין אַן אין־סופֿיקער שׂימחה, מ’איז פֿרײַ, און עפּעס אַ דײַטשישער סאָלדאַט קומט אַרױס פֿונעם בנין לעבן דעם פּאַלאַץ, כאַפּט אַרויס אַ נאַגאַן און ס’הײבט זיך אָן אַ מוראדיקע שיסערײַ, װאָס קײן שום שװײַגן קען נישט מאַכן פֿאַרשװינדן די דערמאָנונג דערין, און מ’איז פֿרײַ…
נאָך פֿינעף מינוטן האָט די גאַנצע מעשׂה זיך פֿאַרענדיקט, און הערן הערט די באָבע אױך נאָך אַכציק יאָרן נישט דאָס געװײן, נישט דאָס געיעג, נישט דאָס הענדעם־פּענדעם פֿון דעם צעכושטן המון, װאָס פֿליט איבערן פּלאַץ… מע הערן נאָר דאָס, װאָס איך האָב אױך געהערט, באַנעמענדיק שׂרהלעס פּנים, װען זי איז געשטאַנען אױפֿן „דאַם‟ — דעם קלאַנג פֿון אַן אַלט־נידערלענדישער קאַטערינקע, װאָס מ’הערט אין צענטער שטאָט עד־היום; און עד־היום איז עס געבליבן אין מײַן באָבעס, אין מײַן און אין שׂרהלעס זכּרון, װײַל מ’האָט אָט די קאַטערינקע געהערט אין יענער רגע, װען זי און די דײַטשן האָבן זיך געשפּילט אין דער באַפֿרײַונג ביזקל הײַנט.
אַ קאַטערינקע… מײַן װײַבס נאָמען איז געװען יעקאַטערינאַ, װײַל שטאַמען האָט זי געשטאַמט פֿון די רוסישע ייִדן. איר נאָמען איז נישט געװען די סיבה הלמאַי מיר האָבן זיך סוף־כּל־סוף געגט, אָבער העלפֿן האָט דער נאָמען נישט געהאָלפֿן. שׂרהלע האָט אינדערװאָכן געװױנט בײַ איר און פֿאַרבראַכט דעם סוף־װאָך בײַ מיר. זי איז געװען זײער אַ יונג מײדעלע, װען מיר האָבן זיך צעשיידט, האָט זי פֿאַרהיט אַ גוטע באַציִונג סײַ מיט דער מאַמען און סײַ מיט מיר. זי האָט געשפּירט אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג צו איר ייִדישן ייִחוס סײַ פֿונעם ישׂראל־רוסישן צד און סײַ דאָ אין האָלאַנד, װוּ זי איז אױפֿגעװאַקסן אױף אַ ביציקל און מ’האָט נאָך אַלץ געזען די ירושלימער זון אין אירע־מײַנע געקרײַזלטע האָר.
מײַן שׂרהלע, האָב איך געזאָגט צום עקראַן, ליװע סכאַט, טײַערינקע, פֿאַר װאָס ביסטו דאָרטן אױף יענעם שרעקלעכן אָרט, װוּ אַ נאַצי ימח־שמו האָט כּמעט צעשאָסן דײַן עלטערבאָבע און דײַן באָבע, ווי אויך מיך און דיך? פֿאַר װאָס, למען־השם, פֿאַר װאָס!
ווען דער זײגער הינטער איר האָט געװיזן די שעה — ס’איז געװען אײן מינוט פֿאַר אַכט — האָב איך דערהערט איר ענטפֿער, כאָטש דער טעלעװיזאָר האָט שױן געװיזן דעם קעניג, די קיניגין און דעם ערשטן מיניסטער, װאָס זענען נאָר װאָס אַרױס פֿונעם פּאַלאַץ.
„פּאַפּאַ‟, — האָט זי מיר געזאָגט, װײַזנדיק איר מאַמעס שמײכל, — „טאַטעשי, ס’לײגט זיך אױפֿן שׂכל, אַז איך שפּיר נישט דעם שרעק צוליב דעם, װאָס דו האָסט מיר געװאָלט זאָגן, אַז כ’טאָר נישט שטײן דאָ אױפֿן ׳דאַם׳. צי האָסטו מיר אַמאָל דערצײלט װעגן דעם, וואָס דײַן באָבע האָט פּונקט אױף דעם אָרט איבערגערלעבט? צי האָסטו מיר שױן װען נישט איז דערקלערט, פֿאַר װאָס דו האָסט פֿײַנט צו הערן קאַטערינקעס, פֿאַר װאָס דו האָסט מיך אַלע מאָל געצװוּנגען פֿאַרקערעווען נאָך דיר אױף אַן אַנדערן װעג, װען מיר האָבן נאָך פֿונדערװײַטנס געהערט די קאַטערינקע?‟
„נײ, ליװעלינג‟, — האָב איך געשעפּטשעט צום עקראַן, — „דאָס האָב איך דיר קײנמאָל נישט דערציילט. כ’האָב געװאָלט, דו זאָלסט אױפֿװאַקסן אַן אמתדיק פֿרײַע… װי אַזױ איז דאָס מעגלעך, אַז דו זאָלסט אַזוינס װיסן…‟
דעמאָלט האָט זיך אָנגעהױבן די שטילקײט. גאָר פֿונדערװײַטנס, פֿון יענער זײַט קאַמערע, האָט מען געהערט די שיסערײַ פֿונעם זיבענטן מײַ 1945, װען מ’האָט געפּראַװעט די באַפֿרײַונג… אָבער די, װאָס האָבן דאָס געהערט, זענען נישט אַװעקגעלאָפֿן; דאַכט זיך, אַז זײ געפֿינען זיך אין דער הײם, פּונקט װי איך, און געדענקען די דערמאָרדעטע מיט דער הילף פֿונעם טעלעװיזאָר, אַזױ װי איך, אָדער זײ זוכן אַן אַנדער אָרט, אַװוּ זיך צו דערמאָנען אין די, װאָס זענען אַװעק, אָדער די, װאָס זענען נאָך אַלץ נישט געקומען צוריק… צי בין איך דער אײנציקער, װאָס האָט געשפּירט אַזאַ מורא?
אַרום און אַרום האָט געשװעבט דער שרעק איבער די קעפּ פֿון די אָנװעזנדיקע, ביז ער (און ס’עפֿנט זיך אַ מױל) האָט געװאַרט אויף דער פּערפֿעקטער רגע (און ס’האָט זיך באַװיזן אַ גומען־צינגל) און אײַנגעאָטעמט האָט ער, דער ימח־שמו, װאָס האָט כּמעט געהרגעט מײַן טאָכטער (סתּם אַ משוגענער, גײ װײס אַ טראַװמאַטיזירטער פֿון אַ מעשׁה) איר עלטער־באָבען מיט די בײנער, און גענומען שרײַען, שרײַען, אױפֿװעקן דעם רעש פֿון יענע יאָרן; און מ’האָט אים דערהערט, און דער גאַנצער עולם איז געלאָפֿן הענדעם־פּענדעם נישט אַהין און נישט אַהער (אַ צעפּאַלאָשעטער, נישטאָ קײן שום אָרדענונג) און די פּאָליציאַנטן אױפֿן פּלאַץ האָבן גענומען אַװעקפֿירן די קעניגין, דעם קעניג, אַלע הױכגעשטעלטע חבֿרה…
װוּ איז למן־השם שׂרהלע?.. די קאַמערע האָט נאָר געװיזן בילדער פֿון 1945 (אַװוּ ביסטו? מ’האָט געהערט שיסן). די שאַרפֿצילערס אױף אַלע דעכער האָבן גענומען שיסן (נײן, נישט די… ס’איז דאָך 2010). די באָבע האָט, דאַנקען גאָט, קײן טעלעװיזיע נישט. װוּ זשע איז שׂרהלע? ס’הײבט אָן קלינגען מײַן טעלעפֿאָן (איר מאַמע יעקאַט… אַ קאַטערינקע … נײן, למן־השם, טאַטע אין הימל…) כאָטאַלעמאַכטעך, העלפּ! און די באָבע פֿאַלט אױף איר פּנים און קען מער נישט אױפֿשטײן. עמעצער איז געקומען זי אױפֿכאַפּן און זי האָט זיך קײנמאָל נישט דערװוּסט, װער דאָס איז געװען…
שטײ איך אַ משוגענער פֿאַר דער טעלעװיזיע, האַלב־װיסנדיק, אַז דאָס איז טאַקע אמת, אָבער נישט אין 2010. נײן, יאָ אין 2010… און העכער צװײ שעה װעל איך שױן קענען באַזוכן, צוזאַמען מיט יעקאַטערינאַ, װאָס האַלט בײַם אָנקלינגען… יאָ, כ’ל דיר באַלד צוריקקלינגען, דאַכט זיך, פּונקט אין 65 יאָר אַרום, באַזוכן אונדזער טעכטערל, װאָס איז נישט געשטאָרבן, נײן, דאַנקען גאָט, נישט געשטאָרבן, בלױז געכאַפּט אַ פּאָר פֿאַרלעצונגען, אַזױ װי אַן ערך דרײַסיק אַנדערע מענטשן אױף דעם „דאַם‟ אין אַמסטערדאַם יענעם פֿערטן מײַ, אַװוּ די פֿרײַהײט איז געבליבן אַן אַנטשװיגענע.