דוד־עומר כּהן
פֿאַר גוסטאַװאָ, נח, שירי, שלױמי, און אַװדאי ר’ מױשי כּ״ץ
די ברייטע טיר אױפֿן אַמסטערדאַמער פֿליפֿעלד האָט זיך געעפֿנט און ס’איז פֿון איר אַרױס אַ חסיד, נאָר עפּעס אַן אַנדערער װי כ’האָב דערװאַרט. אײן רגע בין איך געבליבן אַ צעחושטער: דער פֿרומער בּעל־שאלה, וועלכן כ׳האָב דאָ אָפּגעוואַרט און וואָס האָט געזאָלט מיך באַזוכן אױף שבת פֿאַר ראָש־השנה, האָט געהאַט אױסגעקוקט גאָר אַנדערש. יעדנפֿאַלס, אין פֿאַרגלײַך מיט די בילדער, וועלכע איך האָב געזען זײַט דעם ערשטן מאָל, װאָס מיר האָבן זיך באַקענט אין אינטערנעץ אױף אַן אַפּליקאַציע פֿאַר שפּראַך־לערנערס. אָבער אָט דער חסיד, װאָס איז יעצט אַרײַנגעקומען, האָט זיך באַוויזן אין װאַרטזאַל, האָט געטראָגן אַן איבערטועכץ, אַ קרית ים־סוף הוט און אַלע שמונה בגדים: ער’ט אױסגעזען פֿרימער װי דער פּױפּסט. ער האָט אַ קוק געטאָן אױפֿן עולם, װאָס האָט געװאַרט אױף די געליבטע און אױף די געסט פֿון אױסלאַנד און, דערזעענדיק, אַז פּונקט לעבן מיר שטייט אַ פֿרוי, האָט ער תּיכּף אָפּגעװענדט די אױגן אַװעק און געגאַנגען װײַטער.

נײן, דער חבֿר מײַנער, ר’ מױשי כּ״ץ, װאָלט פֿון קײן פֿרוי נישט אַװעקגעקוקט: כאָטש אַ פֿרומער, האָט ער נישט געהאַט קײן פּראָבלעם מיטן לײַב פֿון נקבֿות. און כ’בין געװען גערעכט: פֿינעף מינוט שפּעטער איז טאַקע דערשינען ר’ מױשי מיט זײַנע טשעמאָדאַנען. אַ קלײנער בחור פֿון מײַן דור, מיט ברילן, קרײַזלענדיקע פּאות, אין אַ װײַסן ישיבֿה־בחור־העמד און שװאַרצע הױזן.
איבערגעלייענט דאָס שילדל, װאָס איך האָב געהאַלטן אין דער רעכטער האַנט, האָט ער זיך צעלאַכט און זיך אָנגערופֿן אױף אַ קול: „ר’ דוּװיד! אַ מחיה אַ’ די ביסט דוּ קעדאַי מיך אָוּפֿצעפּיקן פֿין דע ערפּאָרט! הײ, װוּס שטײַט דו? ‘דער כושעװער ר’ מױשי פֿין ניו־יאָרק’! װאַרט אַ רגע, כ’מיז מאַכן אַ פּיקשער פֿאַ’ מאַאַנע כאַװאַירים…‟
גייענדיק דורכן װאַרטזאַל צום פּלאַץ, װוּ כ’האָב געלאָזט שטיין מײַן טאַטנס אױטאָ, האָבן מיר געכאַפּט אַ מין שמועס, װי מ’װאָלט געקאָנט דערװאַרטן פֿון מענטשן, װאָס האָבן זיך אָנגעחבֿרט דיגיטאַלערהײט און װאָס האָבן געכאַפּט זײער ערשטן שמועס מיט מער װי אַ יאָר צוריק, אָבער פֿריִער זיך קײנמאָל נישט געזען פּנים־אל־פּנים.
„די ביסט אַ סך העכער װי כ’אָ’ געמאַינט!‟
„װי אַזױ אי’ געװעין דאַאַן פֿלי?‟
„ניש’ געהאַט קאַ’ שװערקײַטן באַ’ דע קאָסטעמס?‟…
אין אױטאָ האָב איך אים געװיזן די ייִדיש־שפּראַכיקע נאַװיגאַציע־סיסטעם, װאָס כ’האָב געפֿונען, אַ דאַנק דער אינטערנעץ: ר’ אלי שאַרפֿשטײנס קול האָט אָפּגעקלונגען פֿון מײַן חכם־פֿאָן.
„אין אַ קילאָמעטער אַרום, פֿאָר גלײַך!‟, „האַלט זיך בײַ דער רעכטער זײַט!‟. הערנדיק דאָס קול, האָט מױשי זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון אַַ מוראדיקן דזשעט־לעג און זיך אָנגערופֿן: „ס’טאַאַטש, די האָסט אַ אידישע נעװעגײשן? כ’מיז מאַכן אַ װידיאָ דע’פֿין!‟

זײַן האָטעל איז געװען אין סאַמע צענטער־שטאָט לעבן אײנעם פֿון די באַװוּסטע אַמסטערדאַמער קאַנאַלן. דאָרט געפֿינט זיך אױך דאָס הױז, װוּ אַנאַ פֿראַנק האָט געשריבן איר טאָגבוך, בעת איר משפּחה האָט זיך באַהאַלטן פֿון די נאַציס ימח־שמם. װען דער בּעל־הבית האָט געזאָגט, אַז זײַן צימער איז נאָך נישט גרײט, האָבן מיר זיך צוריק אַרײַנגעזעצט אינעם אויטאָ און זענען געפֿאָרן צו דער ייִדישער סבֿיבֿה אין דרום־שטאָט.
בשעת מיר זענען געפֿאָרן, האָבן די אױערן מײַנע געשלונגען איטלעך װאָרט פֿון מױשיס רײד.
„כ’אָ קאַאַ’מאָל ניש’ געזעין אַזױ סך באַיסיקל־פֿורערס! אַף מאַאַן אידיש זוגט מען ‘אַ גאַנצע חתונה פֿין פֿורערס’. װי אַזױ װאָלסטי געזוּגט?‟
װען מיר זענען אָנגעקומען צו אַ כּשרער פּיצעריע אינעם קװאַרטאַל פֿון דער ייִדישער געגנט, װוּ ס׳רובֿ פֿרומע אַמסטערדאַמער ייִדן װױנען, האָבן מיר זיך אַװעקגעזעצט און קודם־כּל געטרונקען אַ הײסע קאַװע. נאָכן אויסטרינקען די ערשטע העלפֿט האָט מױשי זיך מער־װײניקער אױפֿגעכאַפּט פֿון דער פֿלי־מידקײט און גענומען פּלאַפּלען אָן אַ שיעור.
„ס’אי’ נישט אַיביג פּושעט צע זאַאַן רעליגיעז‟, האָט ער געטעהנעט. — „דע שאַדכונים כאַפּן ניש’ אַז כ’זיִיִך אַ פֿראָו װוּס פֿאַר איר אי’ ניש’ קאַ’ פּראַאַבלעם, אַז איך האָב ליב צע פֿורן איבער דע גאַנצע װעלט אין צע מיִיִטן נאַיע מענטשן אָוסער אינדזער װעלט, די פֿאַרשטאַיסט? אָבער דע פֿראָוען װוּס כ’אָ’ געטראָפֿן, אױב זאַי װײַסן, װאָלטן זאַי אַלע געמאַינט אַז כ’בין עפּעס אַ לאַידיג־גאַיער.‟
נאָך דער קאַװע זענען מיר געגאַנגען אין רעסטאָראַן אַרײַן, כּדי צו באַשטעלן אַ פּיצע און אַ קאַפּרעסע.
„מיט אַ צװאַי־דראַי יור צעריק װאָלט איך געװאָלט װיסן פּינקט װוּסער מין קושערע עסן מע סערװט דו‟, — האָט ער אַ זאָג געטאָן, — „אָבער יעצט בין איך שױן אַ סך װאַיניגער שטרענג. אַבי זאָל זאַאַן קושר.‟
אינעם קלײנעם רעסטאָראַן איז געװען רויִק: אַ חוץ אונדז בײדע זענען דאָ געזעסן צװײ עלטערע מענער, גרױסע בעל־מלאָכֿות, װאָס האָבן געטרונקען אַ גלעזל קאַװע, און הינטער דער טאָנבאַנק — די שטאַרק פֿאַרנומענע בעל־הביתטע. זי האָט אַ פֿרעג געטאָן אױף עבֿריתּ, װאָס מיר װאָלטן געװאָלט באַשטעלן. זי האָט באַװיזן צו מאַכן אַן אָנשטעל, װי זי װאָלט נישט געװען פֿאַרחידושט, אַז אַ פֿרומער ייִד קומט כאַפּן אַ ביסן צוזאַמען מיט עפּעס אַ, נו, נישט קײן גרױסער ל״ו־צדיק.
„קיקט אױס אַ’ דעי רעסטאָראַנט איז נאָר דו קעדאַי דעיע מענטשן זאָלן הובן װוּס צע טין מיט זאַיער טוג‟, — האָט מױשי געזאָגט אױף אַ קול, קלערנדיק צו רעכט, אַז קײנער װאָלט אים סײַ װי נישט געקענט פֿאַרשטײן אױב ער רעדט גענוג שנעל. — „געב אַ קיק, ס’אי’ דו נאָך פֿרימע לאַאַט‟, — האָט ער אַ פֿאָכע געטאָן מיט דער האַנט, װײַזנדיק אױף אַ יונגן מאַן מיט אַ שװאַרצן רעקל און קורצינקע פּאות. — „ר’ דוּװיד, קענסט לאַיענען זאַאַן פּונים?‟ — האָט ער, לאַכנדיק, אַ פֿרעג געטאָן. — „סע שטאַיט דו ‘חב״ד’ אַף זאַאַן פּרצוף‟.
דער בחור איז אַרײַנגעקומען אין רעסטאָראַן. בעת איך האָב מױשי געפֿרעגט, װי אַזױ ער האָט דערקענט, אַז דער קלײנער יונגער־מאַן זאָל זײַן אַ חב״ד’ניק, האָט מען פּלוצעם דערהערט ווי די בעל־הביתטע זאָגט אױף אַ קול: „מה הולך פה? מה אתה עושה?‟ [1] דער יונגער חב״ד’ניק, װאָס איז געשטאַנען לעבן אײנעם פֿון די עלטערע בעל־מלאָכות, האָט געענטפֿערט עפּעס אױף עבֿריתּ, װאָס איך האָב שױן נישט געקענט פֿאַרשטײן. כ’האָב געזען, אַז מױשי, װאָס האָט יאָ געכאַפּט דעם זין פֿון זייערע רײד, האָט נישט געגלייבט זײַנע אויערן.
דער חבדניק האָט קודם איגנאָרירט די בעל־הביתטע און געשעפּטשעט עפּעס פֿאַרן גױ.
„יאַ, אײן מעניוטיע, איק דרינק נאָך עפֿע מע קאָפֿי אָפּ, אַשענעט כוטפֿינט,‟ [2]
האָט דער גױ געענטפֿערט אױף אַ הײמישן נידערלענדיש. די בעל־הביתטע איז אַרױס פֿון די כּלים און האָט גענומען שרײַען אױפֿן ייִנגל, װאָס האָט געטאָן אַ שאָקל מיט דער פּלײצע און איז אַרױס זײער שטאַטלעך פֿונעם רעסטאַוראַן. כ’האָב געהערט, אַז מױשי האָט אים נאָך אַ פֿרעג געטאָן אױף עבֿריתּ, נאָר נישט געהערט סײַ נישט די שאלה און אױך נישט די תּשובֿה, װײַל די בעל־הבּיתטע האָט אונדז שױן דערלאַנגט די מאכלים.
„װוּס האָט ער געװאָלט מיט דעיע גױ’ס לעבן, למען־השם?‟ — האָב איך געפֿרעגט, בשעת מיר האָבן טועם געװען די פּיצע און קאַפּרעסע אינדרױסן אױף דער זון.
„האָסט נישט געזעין? ער’ט געװאָלט לאַיגן תּפֿילין‟, — האָט מױשי געענטפֿערט. — „דוס אי’ געװעין דע סיבה פֿאַ’ װוּס דע באַלעבוסטע האָט אַף עים געשריגן. האָט ער געטאַאַנעט, אַז ער’ט ניש’ געװיסט אַ’ ס’אי ניש’ געװעין קאַ’ איד.‟
„ניש’ געװעין קאַ’ איד…‟

װער איז יאָ אַ ייִד? בין איך עפּעס אַ ייִד? װעגן דער מאַמען האָב איך נישט װי אַזױ צו װיסן; מײַן טאַטע איז אָבער אַ ייִד אַ כּהן, אַן אױפֿגעהאָדעװעטער בײַ קריגס־יתומים: דער זײדע האָט פֿאַרלאָרן זײַנע עלטערן אין בערגן־בעלזן. יאָ געװען אַ בר־מיצװה, אָבער דער זײדע מײַנער האָט באַלד פֿאַרגעסן אָן זײַן לשון־קודש. געשריבן אױף זײַן רעגיסטריר־פֿאָרמולאַר אין אוניװערסיטעט, אַז ער געהערט צו דער „ישׂראליטישער‟ געמײנדע, נאָר נישט גערעדט מער װי די צװײ־דרײַהונדערט ייִדישע װערטער װאָס אַלע נידערלענדישע אַשכּנזים פֿלעגן אין די דרײַסיקער יאָרן אין זײער נידערלענדיש אַרײַנמישן. גערעדט נידערלענדיש זײער געשמאַק, געװאָרן אַ לערער פֿון נידערלענדיש אױף דעם נײַעם, פֿון די דײַטשן געגרינדעװעטן „ייִדישן ליצעום‟ אין האַרלעם נאָך בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. אַ ייִד? די נאַציס ימח־שמם האָבן געמײנט, אַז יאָ. די באָבע, איז געװען אַ ייִדענע? זי האָט אײביק געהערט פֿון איר טאַטן: „יע בענט יאָודס, דאַאַר מאַך יע יע נױט װאָר סכאַאַמען ען װאַט העט כעלאָף בעטרעפֿט זוק יע העט מאַר אַיט.‟ [3] געװען אַ טײל אַשכּנזיש, אַ טײל ספֿרדיש, נאָר נישט בײַ קײן שום קהילה זיך נישט געפֿילט אין דער הײם. דעם פּאָליציאַנט, װאָס האָט זי בשעת דער מלחמה שיִער נישט געכאַפּט און געלאָזט דעפּאָרטירן קײן מיזרח, האָט עס מסתּמא נישט געאַרט… יעדער ייִד איז פֿאַר אים געווען אַ זשיד. נאָר סײַ די באָבע און סײַ דעם זײדן האָבן בפֿירוש די גױים געראַטעװעט דאָס לעבן. נאָכן חורבן יעדעס יאָר האָבן זיי געפּראַװעט אַ באַפֿרײַונגס־סעודה בײַ ר’ סנעטלאַכען. אױף זײַן מאַנסאַרדע אין האַרלעם האָט דער זײדע איבערגעלעבט די יאָרן פֿון פֿינצטערניש.
באָבע־זײדע האָבן קײנמאָל נישט געװאָלט עולה זײַן. אױף זײער הײם אין הײמסטײדע איז נאָך אַלץ פֿאַראַן אַן אינסקריפּציע: „איטאַקאַ‟; געפֿונען אַ הײם אינעם לאַנד, װוּ מע האָט זײ דערמאָנט, אַז זײ זענען ייִדן, נישט־דאָיִקע, אומגעװוּנטעשענע. צי זענען זײערע קינדער געװען בני־ישׂראל? צי בין איך אַ בן־ישׂראל, כאָטש קײן בר־מיצװה בין איך נישט און כאָטש די ערשטע שיל װאָס כ’האָב אַמאָל געזען פֿון אינעװײניק, האָב איך באַזוכט אין 2019 אין דרום־אַמעריקע, אין פּאַראַמאַריבאָ, סורינאַם, אױף יענער זײַט װעלט?..
אײן מינוט אָדער װײניקער, בין איך געשטאַנען פֿאַר דער פּאָרטוגיזישער שיל אין צענטער פֿון אַמסטערדאַם און געװאַרט ביז מױשי װעט קומען. כ’האָב געגעבן אַ קוק אױף דער שיל: ס’איז אַ בנין אַ מחיה, שױן אײנמאָל, צװײמאָל אַ שיל, װאָס זעט נאָך אַלץ אױס פּונקט אַזױ װי װען מע האָט זי געבױט, אין די טעג פֿון רעמבראַנדט, מנשה בן ישׂראל, ברוך דע שפּינאָזאַ… די בנינים אַרום דעם פּלאַץ, אַמאָליקע אַשכּנזישע שילן, פֿורעמען הײַנט צו טאָג אויס דעם ייִדישן היסטאָרישן מוזײ, נאָר אין דער פּאָרטוגיזישער שיל קומט מען נאָך אַלץ צוזאַמען אַיעדן שבת אין דער פֿרי.
אײן מינוט האָב איך געװאַרט און זיך דערמאָנט אינעם נעכטיקן, ערשטן אָװנט מיט מױשין, װען מיר האָבן פֿאַרבראַכט בײַם שבת־טיש פֿונעם ליובאַװיטשער שליח. זוכה געװען. כ’האָב זיך געפֿילט ברוך־הבאָיִדיק אין דעם בית־חב״ד. כ’בין דאָ אַזױ אָפֿט פֿאָרבײַגעפֿאָרן אױפֿן „פֿיץ‟־ראָווער, נאָר קײנמאָל נישט אַרײַנגעקוקט אינעװײניק. דעם שליחן האָט נישט געאַרט, אַז מײַן כּלה, מײַן באַשערטע איז נישט קײן ייִדענע. „דו קענסט דאָך דעם װערטל, דוד? אַ גױ אַ חיה, אַ שיקסע אַ מחיה.‟ — װען כ’האָב זיך הויך צעלאַכט, האָט ער מיר אַ שעפּטשע געטאָן: „דאַט העב יע ניט װאַן מעי!‟ דאָס האָט איר געהערט ניט פֿון מיר, נידערל.
װען כ’בין אַזױ געשטאַנען און זיך דערמאָנט אינעם נעכטיקן אָװנט, זענען צו מיר צוגעקומען צװײ פּאָליציאַנטן פֿון דער קיניגליכער מאַרעשאָסײ. אַ בלאָנדער מאַנצביל אָן אַ באָרד האָט זיך אָנגערופֿן: „כוּיעמאָכע!‟ [4]
באַלד האָב איך זיך דערפֿילט װי אינעם סעקיוריטי־אָפּטײל אױפֿן פֿלי־פֿעלד. די פּאָליציאַנטן האָבן געװאָלט װיסן מײַן נאָמען, דאָס װױן־אָרט און וואָס האָט מיך געבראַכט אַהער. װען דער צװײטער פּאָליציאַנט האָט דערזען אַ טאַקסי, װאָס האָט פּלוצעם געפּאַרקעװעט אין מיטן פֿון גאַס, האָבן די „סמעריסן‟ [5] מיך איבערגעגעבן צו די צװײ ייִדישע בחורים, װאָס האָבן פֿאָרטגעזעצט דעם שמועס:
„איק בען נאָאַה ען דאַט איז אָראַן. הו הײט יעי?‟ [6]
„דוד עומר כּהן.‟
„זײער מאָדנע. פֿאַר װאָס האָסט עפּעס אַזאַ צװײטן נאָמען? האָסט אַ פּאַספּאָרט?‟
דעם פּאַספּאָרט, מײַן ייִחוס, מײַן שײַכות צו כּלל־ישׂראל, צו ארץ־ישׂראל, אַלץ האָבן נוח און אורן געװאָלט װיסן, נאָר מײַן ליבע צו ישׂראל האָט זײ עפּעס נישט פֿאַראינטערעסירט. װען כ’האָב זײ סוף־כּל־סוף דערקלערט די גאַנצע מגילה, אַז איך בין דאָ, כּדי צו גײן דאַװענען מיט מײַנעם אַ חסידישן פֿרײַנד פֿון װיליאַמסבורג, מיט װעמען כ’האָב זיך פֿאַרחבֿרט דורך דער אינטערנעץ; אָבער כ’קען אים נישט אָנקלינגען, װײַל שבת גײט ער אָן דעם קעשעפֿאָן, דאַרף איך װאַרטן ביז װאַנען ער װעט קומען. דערקלערט עס, האָב איך זיך געפֿילט אַלץ װײניקער באַקװעם צו רעדן מיט די־אָ צװײ שומרי־ישׂראל. דער גולם מיט נאָמען אורן האָט אַ פֿרעג געטאָן: „ס’איז אַלעס זײער, זײער מאָדנע. קענסט אפֿשר אַ מיטגליד פֿון דער דאָזיקער קהילה, װאָס וואָלט געקאָנט באַשטעטיקן דײַן אידענטיטעט?‟
כ’האָב אַ טראַכט געטאָן און געענטפֿערט: „יאָ, נו, כ’בין געגאַנגען אין אַ װעלטלעכער שול מיט אַהרן ראָדריגעס פּערײראַ…‟
„אױ, זײער אינטערעסאַנט,‟ — האָט אורן געחוזקט. — „גוט, װאָס דו דערמאָנסט פּונקט דעם נאָמען, װײַל כ’האָב נעכטן נאָך מיט אים גערעדט. איז, װען איך זאָל אים אָנקלינגען, װעט ער באַשטעטיקן, אַז ער קענט דיך, יאָ?‟
כ’האָב צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, שױן נישט געהאַט קײן חשק צו געבן קײן ענטפֿער. אורן האָט זיך אויסגעדרײט און געכאַפּט דעם טעלעפֿאָן. נאָך אַ האַלבער מינוט איז ער צוריקגעקומען.
„װײַזט אױס, אַז דו האָסט געקױפֿט אַ גאָלדן קאַרטל,‟ — האָט ער פּלוצעם זיך האַרציק צעשמייכלט. — „ער געדענקט טאַקע דײַן נאָמען. קענסט באַלד אַרײַנקומען, אָבער לאָמיר קודם װאַרטן ביז דער חבֿר דײַנער װעט זײַן דאָ.‟
װען מױשי איז סוף־כּל־סוף אָנגעקומען, האָט נוח מיר געהײסן אַוועקגײן אין אַ זײַט, זײ זאָלן קענען רעדן מיט אים באַזונדער. װײַזט אױס, אַז זײ זענען געװען צופֿרידן מיט דעם, װאָס מױשי האָט געענטפֿערט. האָבן די חשובֿע שומרים אונדז געעפֿנט די טיר.
„אַף װעלכער שפּראַך האָבן זאַי מי’ דיך גערעדט?‟ — האָט מױשי אַ פֿרעג געטאָן. —
„נידערלענדיש, פֿאַ’ װוּס פֿרעגסטי?‟
„כ’אָ’ געמאַינט, אַז אפֿשר זענען זאַי איסראַעליס‟, — האָט מױשי מסביר געװען: „אַ סך ביטאַכאָן און ניש’ קאַ’ בעטוכן.‟
שבת אין דער פּאָרטוגיעזישער שול איז געװען אַ מסיבה פֿאַר מײַנע אױגן און אױערן. זאַמד איז געלעגן אױף די אוראַלטע שטײנערנע דילן, קײן גערודער זאָל נישט ברעכן די הײליקע שטילקײט פֿון די יאָרהונדערטן, און גינגאָלדענע ליוסטערס זענען געהאָנגען פֿון דער הױך־הױכער סטעליע. אַ טוץ ספֿרדישע מענער און דרײַ פֿרױען פֿון האָלאַנד, בעלגיע, איטאַליע, מאַראָקאָ האָבן זיך צונױפֿגענומען אין אַ בנין, װאָס האָט געהאַט פּלאַץ פֿאַר הונדערטער און הונדערטער בּני־ישׂראל. דער בּעל־קורא האָט געלײענט הױך אױף אַ קול, זײַן שטימע איז געװען אַ שײנע. עפּעס האָט ער אַרױסגערעדט אַלע גימלען װי כֿפֿן, מעשׂה־האָלאַנד. אַמאָל־אַמאָל האָט ער אױפֿגערופֿן צו דער תּורה עפּעס אַ מיטגליד פֿון דער קהילה. נאָך דעם װי דער מיטגליד האָט געזאָגט אַ ברכה (נישט אײנער האָט געלײענט פֿון אַ צעטל), האָט אים דער בּעל־קורא געלױבט מיט אַ מי־שברך אױף אַ מין פּאָרטוגיזיש, װאָס כ’האָב דערין געהערט די שפּורן פֿונעם זיבעצעטן יאָרהונדערט: „פּעלאַ סאַוּד דוס סעניאָרעש סעוּש פֿיליוּש… צום געזונט פֿונעם חשובֿן האַרס װײַב, זין, טעכטער, אײניקלעך, פּלימעניקעס, פּלימעניצעס…‟
אָן מױשיס פֿרײַנדשאַפֿט װאָלט איך דאָס מסתּמא קײנמאָל נישט דערלעבט. בשעת דאָס גאַנצע געשעעניש אין דער ‘עסנאָגאַ’, װי מ’רופֿט די פֿאָרטוגיזישע שיל אין אַמסטערדאַם, האָב איך אױף אים געקוקט און באַװוּנדערט זײַן אומאָפּהענגיקן גײַסט, װאָס האָט זיך געפֿילט באַקװעם אין אַן אומבאַקאַנט אָרט אויפֿן אַנדערן עק װעלט, אין דער געזעלשאַפֿט פֿון אַ נישט־גאַנצן ייִד, עפּעס אַ האַלבער בּעל־תּשובֿה, װאָס האָט גערעדט ייִדיש, זײַן ייִדיש, נאָר געװוּסט אַזױ װײניק װעגן דער אמונה זײַנער. מוישי האָט געהאַט הנאה מיר מסביר צו זײַן אַלע זאַכן לגבי ייִדיש און ייִדישקײט: מיט דער זעלבער פֿרײד האָט ער מיר דערקלערט, פֿאַר װאָס מ’טאָר נישט רעדן צװישן נטילת־ידים און המוציא און מיר געזאָגט די װערטער װאָס די חסידים ניצן פֿאַר די האַנדלונגען אין בית-הכּיסא.
„כ’אָ מיך שטאַרק געװינדערט אַ’ סע זענען דו מענטשן װוּס זענען נישט קאַ’ אידן און זענען אַזױ איבערגעגעיבן צו דע אידישע שפּראַך‟, — האָט מױשי געזאָגט, װען מיר האָבן זיך שפּעטער אין מיטאָג געטראָפֿן מיט מײַן כּלה און אַ פּאָר חבֿרים פֿון די אַמסטערדאַמער ייִדישיסטן. ער האָט געפֿאָכעט מיט דער האַנט און געװיזן אױפֿן פּלאַץ, דעם ‘אַמסטעלפֿעלד’, װוּ אַ פֿופֿציק, זעכציק קינדערלעך זײַנען זיך מחיה געװען מיט זײערע שפּילעכלעך און אױף די עלטערן, װאָס האָבן געבענקט נאָך סוף־װאָך און זיך ‘אוּנגעשאַשעקט’ מיט כּל־מיני בראָנפֿן. מױשי האָט ממשיך געװען צו רעדן:
„כ’האָב ליב דעם לעיבנס־שטאַיגער אין ענקער שטוט. אין ניו־יאָרק לעיבט מען קעדאַי צע מאַכן אַ טולער, דו לעיבט מען קעדאַי צו לעיבן.‟
מיר האָבן אים נישט געזאָגט, אַז ער זיצט אױף דעם סאַמע שענסטן און רויִקסטן פּלאַץ אין דער גאָרער קלײנטשיקער מעטראָפּאָל, שבת אױף דער זון אין אַ נאָך־זומערדיקער שלװה. „זעלטן װען טרעפֿט אַזאַ רויִקע רו‟, װאָלט רבקֿה באַסמאַן בן־חײם געזאָגט. אַמאָל איז בעסער נישט צו װיסן, װאָס סע טוט זיך הינטער דעם אָפּשײַן.
װען מײַן ייִדישיסטישע חבֿרטע אסתּר האָט אים געפֿרעגט, װאָס ער האַלט פֿון דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש, איז דאָס געװען צום ערשטן מאָל, װאָס איך האָב געהערט עפּעס אַן אַנדער קלאַנג אין זײַן קול, אַ פֿילאָזאָפֿיש־פֿאַרטראַכטן.
„כ’מאַין אַ’ סע װעלן אײַביג זאַאַן מענטשן װי ענק, װוּס רעדן אידיש װײַל זאַי פֿאַרינטערעסירט דע היסטערי, אָדער בוקס אין אַזױ װאַאַטער. אָבער באַ אינז טיט זיך עפּעס מוראדיג אינטערעסאַנטס. כ’מאַין אַז אפֿשר נישט מאַאַן דאָר, נאָר דע קימענדיגע דאָר װעט אונפֿאַנגען אַ מין רעװאָלוציע. דע פֿרימע װעלן זיך אופּזינדערן פֿין די װוּס װאָלן גאַין אַ װאַיניגער עקסטרים דעירעך, און דע װאַיניגער פֿרימע װעלן זיכן אַ נײַ סאָרט בעלענס צעװישן זאַיער פֿרימקײט און זאַיער אָפֿנקײַט צע דע װעלט.‟
כ’האָב געהאַט געזען אַ בײַשפּיל פֿון דעם װאָס מױשי האָט געמײנט. אין בית־חב״ד זענען געװען פֿאַראַן פֿיר יונגע ייִדן, װאָס האָבן נישט געהאַט קײן פּאות, נישט קײן רעקלעך, נישט גאָרניט, נאָר רעדן האָבן זײ גערעדט אַ געשמאַק װיליאַמסבורגער ייִדיש. „געװעיזענע חסידים‟, — האָט מױשי מיר אַרײַנגעשעפּטשעט, בעת מיר זענען געזעסן לעבן די שליחן. — „האָסט געקענט לאַיענען אַף זאַיער נוז?‟
מױשיס עלטערן װאָלטן זיך מסתּמא נישט געפֿרײט צו הערן זײער זונס נבֿואות. אױב ער האָט מיר געזאָגט דעם אמת, האָבן זײ קײנמאָל נישט געװוּסט, אַז ער האָט פֿאַרברענגט שבת מיט זײַנעם אַ האַלב־רעליגיעזן חבֿר. זײ האָבן אַפֿילו נישט געװוּסט, אַז איך בין דאָ: ערבֿ־שבת האָב איך געהערט װי ער האָט זײ אָנגעקלונגען און געזאָגט, אַז אַלעס איז אין אָרדענונג — נישטאָ קײן אַנטיסעמיטן, אַלעס בסדר, דער האָטעל קוקט אױס פֿײַן, ער איז דאָ מיט אַ חבֿר און שױן.
דאָס לעצטע מאָל, װאָס איך האָב אים געזען אײדער ער איז געפֿלױגן װײַטער קײן אומאַן אויף ראָש־השנה בײַ רבי נחמן זצ״ל, זענען מיר געגאַנגען איבער דער ‘פּרינסענכראַכט’, דעם קאַנאַל, װוּ ס’האָט זיך באַהאַלטן יענע באַװוּסטע אַמסטערדאַמער בת־ישׂראל, װאָס די דײַטשן טענהן אַפֿילו ביז הײַנט, אַז זי איז למעשׂה געװען און געבליבן אַ דײַטשע, װײַל די רעגירונג, װאָס האָט אַװעקגענומען איר נאַציאָנאַליטעט איז געװען אַן אומלעגאַלע. נו, אין איר טאָגבוך שטײט גענוג קלאָר, אַז נאָכן קריג װאָלט זי אַמליבסטן געװאָרן אַ נידערלענדערין. ס’װאָלט אָבער געװען קײן חידוש נישט, אױב אָט דער אָנזאָג וואָלט פֿאַרשװוּנדן פֿון דער דײַטשישער איבערזעצונג, גײ װײס.
„ס’אי’ געװען אַ פֿאַ’געניגן מיט דיר צו פֿאַרברענגען, מױשי טײַערער‟, — האָב איך אים געזאָגט. — „זעלטן װען טרעפֿט מען עימעצן װי דיך. כ’אָ’ זיך געלערנט זאַיער אַ סך װעגן אידיש, אידישקײט און מיך אַלאַין.‟
„פֿאַ’ מיך אי’ געװעין אַ פֿאַ’געניגן צו ‘טעיסט’ן דעם אַמסטער־טעם‟, — האָט ער אַ שמײכל געטאָן. — „זאָלסט גאַין צעם שליחן. ער װאָלט זיך מוראדיג געפֿראַיט צע לעיגן תּפֿילין באַ’ דיך נאָך פֿאַ’ ראָש־השנה. זאַי געזינט, דוּװיד. זיכער ניש’ געװעין דע לעצטע מוּל.‟
מױשי האָט דערגרײכט אומאַן בשלום. צװײ טעג נאָך דעם װי ער איז אַװעק, האָט אַן אַנדער חבֿר מיר געשריבן אויפֿן פּנים־בוך: „געװאָלט קױפֿן בילעטן קײן אַסטערדאַם, האָב איך געזען אױפֿן װעב־זײַטל פֿון דײַן רעגירונג, אַז מע מוז בלײַבן צען טעג אין קאַראַנטין!‟ װײַזט אױס, אַז דעם נױט־געזעץ האָט מען אײַנגעשטעלט אײן טאָג נאָך דעם װי מױשי איז געהאַט אָנגעקומען…
„מיר האָבן געהאַט אַ גױיִש מזל‟, — האָב איך אים געשריבן אויפֿן װאַטסאַפּ, דערװאַרטנדיק, אַז מױשי װאָלט געדאַרפֿט קענען דעם דאָזיקן אױסדרוק. כ’האָב געװאַרט אַ צװײ־דרײַ רגעס און געזען דעם ענטפֿער, װאָס האָט מיר באַשטעטיקט, אַז איך, אױך איך, בין פֿאָרט און װעל מסתּמא תּמיד זײַן אַ ייִד:
„נישט קײן גױישע, אינז האמער געהאט אידישע מזל. בלױז אינזער גאט האט אזא חוש פאר הומאר. הצלחה.‟
דערקלערונגען
[1] וואָס קומט דאָ פֿאָר? וואָס טוסטו דאָ?
[2] יאָ, אײן מינוטקעלע, כ’װעל נאָר פֿאַרענדיקן מײַן קאַװע, אױב ס’איז אין אָרדעונג
[3] דו ביסט אַ ייִדענע, טאָרסטו זיך קײנמאָל נישט שעמען מיט דעם, און װאָס דו טוסט מיט דער אמונה איז נאָר דײַן זאַך
[4] אַ גוט מאָרגן!
[5] פּאָליציאַנטן (אַ נידערלענדיש װאָרט, װאָס נעמט זיך פֿונעם ייִדישן װאָרט „שמירה‟)
[6] שלום, איך הײס נוח און דאָס איז אורן. װאָס איז דײַן נאָמען?