הײַנו כחולמים


בערל קאָטלערמאַן

דאָס קליינע הינטערשטע צימערל אינעם צוקונפֿטיקן מוזיי פֿאַר קאַנטקענטענישן איז געווען איבערגעפֿולט מיט בילדער, דאָקומענטן, פּאַפּקעס, ביכער, מאַקעטן. באַלד וועלן אָט די אוצרות ווערן עקספּאָנאַטן בײַם ייִדישן אָפּטייל פֿונעם מוזיי, דערווײַל אָבער ליגן זיי כאַאָטיש אין די ווינקלעך, אויפֿן פֿענצטערברעטל, אין די צעפּראַלטע שאַפֿעס און אויפֿן קרומען שרײַבטיש. קיין בענקלעך זײַנען ניט געווען אינעם צימערל, אַ חוץ איין בענקל, אויף וועלכן ווי אויף אַ פֿערד, מיטן אָנלען פֿאָרויס, איז געזעסן דער קליינער באַברילטער דבֿ-בער סלוצקי. אַ האַלבע שעה ווי ער האָט פֿאַרענדיקט פֿאָרצולייענען פֿאַרן עולם אין דער שלום-עליכם-ביבליאָטעק אַ פֿראַגמענט פֿון זײַן ראָמאַן „פֿאַר ערד, פֿאַר פֿרײַהייט‟, איבער וועלכן ער האָט זיך מאַרודזשעט יאָרן און יאָרן. אַזעלכע פֿאָרלייענונגען זײַנען שוין לאַנג געוואָרן אַ גוטע טראַדיציע דאָ, אין בירע-בידזשאַן; נאָר דער הײַנטיקער עולם איז ניט אַזאַ ווי פֿריִער. גענוג זיך צוהערן צו די אַנעמישע באַמערקונגען וועגן דעם קאַמף פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק קעגן פֿאַשיזם, וועלכע ס׳האָט אַרויסגערופֿן בײַ זיי זײַן פֿרײַהייט-ליבנדיקער העלד בר-כּוכבא. דערצו איז אינעם זאַל געזעסן דער פּראָפּאַגאַנדע-סעקרעטאַר בראָכין, וואָס האָט די גאַנצע צײַט שטרענג געקנייטשט די שטערן, און דאָס איז געוויס געווען ניט קיין גוטער סימן…

דבֿ-בער האָט באַלעבאַטיש באַטראַכט די צעוואָרפֿענע אוצרות און די עטלעכע געסט, וועלכע האָבן זיך אויסגעזעצט דאָ און דאָרטן. אַלע געסט זײַנען געווען אַ סך ייִנגער פֿון אים, אויף זייערע פּנימער האָט זיך ניט אָנגעזען יענער אויסדרוק פֿון צעמישטקייט און ייִאוש, וועלכע דבֿ-בער איז געוווינט געווען צו זען אין די עוואַקואַציע־יאָרן אין אַלמאַ־אַטאַ. אָט זיצט אויף אַ קופּע בענד, מיט אַ פּאַפּיראָסקע אין האַנט בוזי מילער. ער איז אַ שרײַבער און רעדאַקטאָר פֿון דער אָרטיקער ייִדישער צײַטונג. אָנגעטאָן כּסדר אין אַן אַנצוג מיט אַ קראַוואַט, האַלט זיך ווי אַ מין ליטעראַרישער אויטאָריטעט. מיט דבֿ-בערן פֿילט ער זיך אָבער ניט אין גאַנצן באַקוועם — יענער האָט דאָך אַמאָל געפֿירט באַקאַנטשאַפֿטן מיט ביאַליקן און מיט מענדעלען! אויף בוזין מאַכט אַזאַ ייִחוס זייער אַ שטאַרקן אײַנדרוק.

די אַדמיניסטראַטיווע מאַפּע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט

בײַם אַרײַנגאַנג שטייט באַשיידן העשל ראַבינקאָוו, ניט קיין שלעכטער דראַמאַטורג און ליטעראַטור-קריטיקער. ווי געוויינטלעך, וויל ער בלײַבן אַ ביסל אין שאָטן. אַ שאָד, ער האָט דאָך אַזאַ אײַנגעבוירענעם חוש פֿאַר ליטעראַטור און קונסט, נאָר אָט דער שטענדיקער וווּנטש צו זײַן אומבאַמערקט פֿאַרפּענטעט זײַנע פֿעיִקייטן. העשל קוקט ניט אויף בוזין און בוזי קוקט ניט אויף העשלען, כאָטש זיי זײַנען באַקאַנט נאָך פֿון כאַרקאָוו און געקומען אַהער זײַנען זיי כּמעט אין דער זעלבער צײַט אין די מיט־1930ער. אַזוי, זאָגט מען, האַלטן זיי זיך זינט די פֿאַרמלחמהדיקע יאָרן. עפּעס אַן אַלטע קריגערײַ…

אויפֿן פֿענצטערברעטל זיצט באָקעם דער זשורנאַליסט נחומקע פֿרידמאַן. נחומקע שמייכלט, ער איז בשלום מיט זיך און מיט אַנדערע. נחומקע איז געקומען מיט די סאַמע ערשטע איבערוואַנדערער, געאַרבעט דעמאָלט ערגעץ אין בירעפֿעלד אין די פֿעלדער. לעצטנס, האָט ער געלייענט אַ פּאָר זײַנע נײַע לידער פֿאַר דבֿ-בערן. גאָר נאַיִווע לידער, אָבער ניט קיין שלעכטע, כאָטש מע דאַרף נאָך אַרבעטן אויף זיי. בײַ דער וואַנט שטייט און קוקט אויף עפּעס אַ בילד דער ענגפּלייציקער דיכטער ישׂראל עמיאָט. ער איז אינגאַנצן אַן אַנדער מין מענטש, דער ישׂראל, ניט ווי אַלע. ער איז געקומען אין לאַנד פֿון פּוילן אין 1939. עמיאָט איז אַ גרויסער בקי אין די שוואַרצע פּינטעלעך — פֿאָרט געקראָגן אַ ייִדישע דערציִונג! — פֿון דעסטוועגן, זײַנען אים אַ סך פּשוטע זאַכן אינעם סאָוועטישן לעבן ניט קלאָר. בוזי ווערט דענערווירט דערפֿון. דבֿ-בערן אָבער זעט עס אויס קאָמיש. יונגוואַרג, דאָס גאָלדענע יונגוואַרג! בירע-בידזשאַן האָט זיי צונויפֿגעפֿירט, און נאָר די צײַט וועט ווײַזן צי צום גוטן צי צום שלעכטן…

דבֿ-בער האָט צעבונדן אַ דינע קאַרטאָן-פּאַפּקע מיט דער שוואַרצער אויפֿשריפֿט אויף רוסיש „דיעלאָ №…‟ און אַרויסגענומען עטלעכע געלע טיפּאָגראַפֿישע בויגנס, פֿול מיט שורות, אָפּגעדרוקט אויף אַ שרײַב־מאַשינקע. „איר ווייסט דאָך‟, האָט ער אַרויסגעזאָגט שטיל, „אַז שוין לערך אַ האַלב יאָר האַלט איך אין זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַרן ייִדישן אָפּטייל בײַם מוזיי. עס זײַנען פֿאַרפּלאַנירט פֿינף שטענדיקע אויסשטעלונגען. כ’האָב שוין דאָ אַ ים מיט פֿאָטאָס, דאָקומענטן, מעמואַרן, גבֿיעת-עדותן. ס׳רובֿ איז ליידער אוממעגלעך דערווײַל אויסצושטעלן…‟

ביראָבידזשאַנער שרײַבער (פֿון רעכטס): בוזי מילער, דובֿ־בער סלוצקי, (הינטער אים) איציק בראָנפֿמאַן, ליובע וואַסערמאַן, העשל ראַבינקאָוו, יוסף קערלער, נחום פֿרידמאַן, סאַלוואַדאָר באָרזשעס. ביראָבידזשאַן 1949

דבֿ-בער האָט אויפֿגעהויבן די אויגן. בוזי האָט געקוקט גלײַך אויף אים, ווי ניט פֿאַרשטאַנען וועגן וואָס רעדט ער. העשל האָט אַראָפּגעקוקט ערגעץ צו זײַנע פֿיס. נחומקע האָט נאָך אַלץ געשמייכלט, זײַן פּענסנע האָט געשאָסן מיט שײַנפֿלעקן. ישׂראל איז געבליבן שטיין מיטן רוקן צו אַלעמען. „די סיבות דערצו זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע‟, האָט ממשיך געווען דבֿ-בער, „און מערסטנטייל אינגאַנצן פֿאַרשטענדלעכע. איך בין לאַנג געזעסן איבער די-אָ מאַטעריאַלן, געטראַכט, ווי קען איך זיי אַרויסברענגען פֿאַר מענטשן, און עס האָט זיך מיר שטאַרק פֿאַרוואָלט אָנשרײַבן אַ מין אַלעגאָרישע געשיכטע פֿון בירע-בידזשאַן פֿאַר די, וואָס וועלן קענען עס באַגרײַפֿן…‟

„וויִאַזוי דען?‟ — בוזיס שטים האָט געקלונגען איראָניש. — „איר גייט עס שרײַבן מיט היעראָגליפֿן, מיט רונעס צי מיט אַן אַנדער מין סודותדיקן כּתבֿ?‟

העשל האָט געשווינד אַ קוק געטאָן הינטער דער טיר און געוואָלט עפּעס זאָגן, אָבער געבליבן פֿאַרשטומט. דבֿ-בער האָט געמאַכט אַ באַרויִקנדיקן זשעסט מיט דער האַנט.

„לאָזט אָפּ, בוזי, אײַער קונדסערײַ. איך האָב דאָ אָנגעשריבן אַן הקדמה און וואָלט געוואָלט הערן אײַער מיינונג. דאָס איז אין אַ ביבלישן סטיל אַזאַ…‟ שעמעוודיק, האָט דבֿ-בער געדרייט אין די הענט זײַנע בלעטלעך. אינעם ברייטן שטראַל פֿון דער אונטערגייענדיקער זון האָבן זיך געוויגט שטויבעלעך. דבֿ-בער האָט שטיל אַ הוסט געטאָן און אָנגעהויבן לייענען:

„פֿיר דורות זענען געבוירן געוואָרן זינט דעמאָלט, און קיינער געדענקט שוין נישט מער, וויִאַזוי מיר זענען אָנגעקומען אין דעם לאַנד. און עס איז געווען בלויז זיבן יאָר נאָך דעם, ווי די קינדער פֿון כמעל האָבן ווידעראַמאָל אומברחמנותדיק געשאָכטן און פֿאַרברענט אונדזערע זקנים, נשים און טף, און פֿאַרצויגן אַ פּעטליע איבער אונדזערע העלדזער. און מיר האָבן ניט געוווּסט, וווּהין צו אַנטלויפֿן, וואָרעם אומעטום זענען מיר געווען פֿרעמדע. און מיר האָבן זיך אָנגעכאַפּט אָן דער וווילטעטיקייט פֿון די עכּו”ם-הערשערס [1], וואָס האָבן גערוט נאָך פֿאַרפֿאָלגונגען און רדיפֿות.

„און געווען איז אַזוי: מע האָט געשיקט מרגלים קיין ווײַטן מיזרח, אויסצופֿאָרשן דאָס לאַנד, און צווישן זיי — מבֿינים אין וואַסערן און אין ווינטן, אין פֿרוכטן און אין חיות — צוועלף אין דער צאָל. און דאָס לאַנד איז געווען אָן אַ נאָמען, ווײַל מיט קיין זאַך האָט דאָס לאַנד זיך ניט אויסגעצייכנט און קיינער האָט ניט געטראַכט צוצואייגענען אים אַ באַזונדערן נאָמען.

„זיבן וואָכן זענען זיי אַרומגעגאַנגען אַרום דעם לאַנד און געפֿאָרשט צי פֿעט איז די ערד דאָרטן, צי מאָגער, און וועלכע ביימער וואַקסן דערינען, און ווער דאָס פֿאָלק איז, וואָס וווינט דערויף. און זיי זענען אַרויפֿגעגאַנגען אויף דעם וועג פֿון צפֿון-מערבֿ צו דרום-מיזרח, און זיי האָבן אויסגעפֿאָרשט דאָס לאַנד פֿון איין עק ביז דעם צווייטן. און זיי האָבן געזען אַ ווילדן, אָבער אַ רײַכן קאַנט, וואָס איז געלעגן פֿאַר זייערע אויגן צווישן בערג, ווי אויף אַ דלאָניע. און זיי זענען דערגאַנגען ביז דעם מעכטיקן טײַך, וואָס פֿירט זײַנע וואַסערן פֿונעם לאַנד סין; און קליינצאָליקע ייִשובֿים פֿון אורמענטשן האָבן זיי געזען אויפֿן וועג. און עס איז געווען זומער, און די טעג זענען די ביכּורים-טעג פֿון פֿלוימען, און עפּלען, און מאָלענעס, און ווײַמפּערלעך, און ווײַנטרויבן, און דער ריח פֿון האָניקגראָזן שוועבט אין דער לופֿטן.

„און זיי האָבן זיך צוריקגעקערט פֿון אויספֿאָרשן דאָס לאַנד אינעם ענד פֿון זיבן וואָכן; און זיי האָבן דערציילט דעם הייליקן קהל מיט זײַנע מנהיגים, און אַזוי געזאָגט:

„׳מיר זענען אָנגעקומען אין דעם לאַנד, וואָס איר האָט אונדז אַהין געשיקט, און עס איז אַזוי: דער וועטער דאָרטן איז האַרט, אַ סך גנוס, די וועגן זענען צעשטערט און די וואַלדשטעגן זענען פֿאַרלאָזט. אָבער מיר האָבן אויך געזען אַ סך טײַכן, געדיכטע וועלדער, הויכע בערג און ברייטע טאָלן, און די אַלט־געזעסענע מענטשן דאָרטן זענען קליין אין צאָל׳. — און זיי האָבן געוויזן די פֿרוכטן פֿון דעם לאַנד, וואָס זיי האָבן געבראַכט מיט זיך, און האָניק, און היילגעווירצן, און דעם וווּנדערלעכן פֿיש, וואָס יעדעס יאָר, שוין טויזנטער יאָרן נאָכאַנאַנד האַלט אין איין צוריקקומען פֿון ימען אָפּצולייגן רויג אין די דאָרטיקע טײַכן.

„און דער הייליקער קהל מיט זײַנע מנהיגים, אויסהערנדיק די רייד פֿון די מרגלים, האָבן ניט געוווּסט צי זיי זאָלן זיך קימערן, צי זיי זאָלן זיך פֿרייען. און זיי האָבן געוואָרפֿן אויף דער לינקער וואָגשאָל דעם וועטער, דעם גנוס, די וועגן און די וואַלדשטעגן, און אויף דער רעכטער וואָגשאָל — די טײַכן, די וועלדער, די בערג און די טאָלן. און די וואָג האָט זיך גענומען וואַקלען און האָט זיך אָפּגעשטעלט גלײַך אין דער מיט. און זיי האָבן צוגעגעבן צו דער רעכטער וואָגשאָל די וווילטעטיקייט פֿון די עכּו”ם-הערשערס, און עס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט די רעכטע וואָגשאָל.

„און באַלד האָבן גענומען זיך ציִען אַהין, אין דעם לאַנד, די פֿרעמדע פֿון אַלע עקן וועלט — בעלי-מלאָכות און סוחרים, בעלי-עגלות און שוחטים, לערערס און מוליערס. און אָנקומענדיק אין לאַנד, האָבן זיי זיך פֿאַרשפּרייט מיט זייערע משפּחות און אויך איינציקווײַז איבער די ערד-חלקים. און די ערד-חלקים זענען געווען ווײַט צעוואָרפֿן איינער פֿון דעם אַנדערן, און זיי האָבן אַרומגעצייכנט די גרענעצן פֿון דעם ביז איצט נאָמענלאָזן לאַנד, און אינעווייניק האָבן געשטראָמט, ווי בלוט אין די אָדערן, מענטשן, בהמות און כּלים. און עס זענען זיך צונויפֿגעקומען די פֿרעמדע, געאייניקט פֿון זייערע אוראַלטע חלומות, און זיי האָבן געגעבן דעם לאַנד אַ נאָמען, און דער נאָמען איז געווען: בירע-בידזשאַן, לויט די טײַכן בירע און בידזשאַן, וואָס פֿליסן אין זײַן האַרצן. און דער נאָמען האָט גענומען צו קלינגען אין די מקומות, ווי ער וואָלט שוין טויזנטער יאָר געקלונגען דאָרטן אין צווײַגן-גערויש און וואַסער-געמורמל. און דער קנאַלנדיקער „ריש‟ פֿון די פֿרעמדע האָט אים געמאַכט באַווירצט און נישט-דאָיִק, און האָט באַאומרויִקט די אַלט־געזעסענע אײַנוווינער, וואָס האָבן געפֿילט די כוואַליעס פֿונעם אומפֿאַרשטענדלעכן, ניט-היגן ווילן. וואָרעם יענע האָבן נאָך אַלץ געלעבט אינעם ווײַטן מיזרח, און די דאָזיקע — שוין אין בירע-בידזשאַן.

„און זיי זענען ניט געווען צוגעוווינט צו פֿעלד־אַרבעט און צו האַרבע באַדינגונגען, און אַ סך פֿון זיי האָבן נישט אויסגעהאַלטן, און זיי האָבן אַזוי געזאָגט: ‘דאָס לאַנד פֿרעסט אויף זײַנע אײַנוווינער! פֿאַרוואָס האָט מען אונדז געבראַכט אין דעם דאָזיקן שלעכטן אָרט?’ — אַזעלכע זענען צוריקגעפֿאָרן צו די אַלטע היימען אָדער האָבן זיך געלאָזט נאָך ווײַטער. און די אַנדערע, בלית-ברירה אָדער פֿון גוטן ווילן, האָבן אַזוי געזאָגט: ‘מיר וועלן אַרויפֿגיין און מיר וועלן ירשענען דאָס לאַנד, וואָרעם מיר וועלן עס געוויס בײַקומען!’ — אַזעלכע זענען פֿאַרבליבן, און זיי האָבן געטריבן פּליטן איבער טײַכן, און באַאַרבעט בלאָטיקע רײַז-פּלאַנטאַציעס, און געקאָרטשעט הונדערט־יאָריקע דעמבן, און פֿאַרזייט ווייץ, און געברענט ציגל…‟

דבֿ-בערס שטים האָט זיך איבערגעהאַקט. אינעם צימערל איז געוואָרן שטיל. אַלע האָבן געקוקט אויף די טאַנצנדיקע אינעם זונענשטראַל שטויבעלעך. בוזי האָט איבערגעריסן דאָס שווײַגעניש:

„פֿאַרוואָס מיינט איר, חבֿר דבֿ-בער, אַז ווייניק מענטשן וועלן געדענקען, וויִאַזוי מיר זײַנען אָנגעקומען אַהער?‟

דבֿ-בער האָט אַ קוק געגעבן אויף אים און אויף די אַנדערע און אַ צי געטאָן מיט די אַקסלען. מיט אַן אומעטיקן שמייכל האָט ער געענטפֿערט:

„איך מיין, אַז קיינער וועט עס ניט געדענקען. לכל־הפּחות, ווי מיר געדענקען עס איצט. עמעצער וועט אָנשרײַבן אַן אַנדער געשיכטע, ווי עס פּאַסירט געוויינטלעך, און אונדזער קליינטשיק היימלאַנד וועט זיך צעגיין אינעם ריזיקן לאַנד, ווי אַ שטיקל צוקער אינעם גלאָז טיי. אויך אײַער נאָמען, בוזי, וועט קיינער ניט געדענקען, און אײַער מצבֿה וועט מען באַפּוצן מיט עפּעס ווי „באָריס איזראַיִלעוויטש‟. וואָס שייך אונדזער בירע-בידזשאַן… אינעם בעסטן פֿאַל וועט מען עס אָנרופֿן „ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט‟, ווי מיר לייענען שוין לאַנג אין די צײַטונגען. אַמאָל האָבן די רוימער איבערגעאַקערט ירושלים און געמאַכט פֿון ארץ-ישׂראל ‘פּאַלעסטינע’, לויט יענע פּלישתּים, וואָס האָבן געלעבט בײַם ברעג ים און זײַנען נעלם געוואָרן אין דעם פֿינצטערניש פֿון די צײַטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז בירע-בידזשאַן איז ניט ארץ-ישׂראל, נאָר צוזאַמען מיט דעם נאָמען וועלן אַוועקגיין אונדזערע לידער, אונדזערע געזאַנגען, אונדזער שפּראַך, אונדזערע חלומות…‟

„איר זאָגט, אַז בירע-בידזשאַן איז ניט ארץ-ישׂראל, אָבער דווקא אַזאַ פּאַראַלעל פֿילט זיך אין דעם, וואָס איר האָט אונדז פֿאָרגעלייענט. אײַערע ‘מרגלים’ זײַנען דאָך די זעלבע מרגלים, וועלכע משה רבנו האָט געשיקט אויסשפּירן דאָס לאַנד כּנען! אַגבֿ, פֿון וואַנען האָט זיך גענומען די צאָל צוועלף מומחים? לויט די צוועלף שבֿטים? איז עס ניט קיין גוזמא?‟

ישׂראל עמיאָט איז שוין געשטאַנען אויסגעדרייט מיטן רוקן צו דעם בילד, וועלכן ער האָט פֿריִער אַזוי נײַגעריק געפֿאָרשט. זײַן מאָגער פּנים איז געווען זייער ערנסט. נחומקע איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿונעם פֿענצטערברעטל און אַרײַן אינעם גוססדיקן זונענשטראַל:

„אָבער זיי זײַנען טאַקע געווען צוועלף אין צאָל! איך געדענק ניט די אַלע נעמען; ס’איז געווען דאָרטן דער אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר וויליאַמס און נאָך אַנדערע: ביאָלאָגן, געאָגראַפֿן, אַגראָנאָמען… מאָדנע! און פֿאַרוואָס זײַנען זיי בײַ אײַך אַרומגעגאַנגען דווקא זיבן וואָכן לאַנג און ניט קיין פֿערציק טעג, ווי משהס מרגלים? איז עס אַזאַ שפּיל אין ׳זיבנדלעך׳ — זיבן יאָר נאָך פּעטליורע, זיבן וואָכן? און דעם צורר כמעלניצקי האָט איר צוגעצויגן פֿאַר דער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, אַיאָ? פֿאַר דעם קרײַזלויף פֿון דער געשיכטע? די גאַנצע מעשׂה זעט אויס צו סימבאָליסטיש, כאָטש דער סטיל גופֿא באַצויבערט: ‘און זיי זענען אַרויפֿגעגאַנגען, און זיי האָבן אויסגעפֿאָרשט דאָס לאַנד פֿון איין עק ביז דעם צווייטן’…‟

„לאָמיר ריידן לויט דער ריי, האַ?‟ — העשל איז צוגעגאַנגען צום טיש און האָט זיך אַ זעץ געטאָן אויפֿן ראַנד. — „זאָל בוזי נעמען דאָס וואָרט דער ערשטער‟.

בוזי האָט כמורנע געדרייט זײַן ניט-אָנגעצונדענע פּאַפּיראָסקע. קענטיק, אַז דבֿ-בערס ווערטער זײַנען אים ניט געפֿעלן. ער האָט אויפֿגעהויבן די אויגן מיט אַ קרום שמייכעלע:

„נו, גוט. אָבער זאָל זיך קיינער ניט באַליידיקן. די פֿאַרבינדונג מיט ׳כמעל׳, הייסט עס, כמעלניצקי, און מיט פּעטליורעס פּאָגראָמען זעט מיר דאָ אויס גאָר אַ צוגעצויגענע מיט גוואַלד. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס מיט בירע-בידזשאַן? און וואָס פֿאַר אַ ‘עכּו”ם-הערשערס’? ווער איז דער עכּו”ם, קאַהאַנאָוויטש? ווער באַדאַרף אַזעלכע מעטאַפֿאָרן? און בכלל, וואָס פֿאַר אַ ׳הייליקער קהל׳ איז דאָס, וועלכער האָט געשיקט די ‘מרגלים’? דעם באַשלוס צו זוכן אַ פּאַסיקע טעריטאָריע פֿאַר דער ייִדישער אויטאָנאָמיע האָבן דאָך אָנגענומען גאָר קאָנקרעטע אָרגאַניזאַציעס. כ’האָב אויך ניט ליב די-אָ ‘מרגלים’: אינעם ביבלישן קאָנטעקסט האָט גאָט געגעבן די ערד פֿון ישׂראל, און אין אונדזערן פֿאַל — די פּאַרטיי און די רעגירונג. אַזעלכע פֿאַרגלײַכונגען קלינגען דאָך, זײַט מיר מוחל, עפּעס צו פּאַטעטיש. לגבי דעם עצם נאָמען בירע-בידזשאַן קען מען אויסטראַכטן וואָס מע וויל, אָבער דער ביראָ-בידזשאַנער ראַיאָן האָט עקזיסטירט נאָך פֿאַרן אָנקומען פֿון די איבערוואַנדערער! איצט, צו וואָס דאַרף מען אַקצענטירן דעם-אָ ‘קנאַלנדיקן ריש’? אויך די ׳פֿרעמדע׳ זײַנען מיר ניט צום האַרצן. מיר זײַנען קיינמאָל ניט געווען פֿרעמד דאָ, עס איז דאָך אַ טייל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד! איך קען נאָך פֿאַרשטיין אַזאַ פּאַסאַזש וועגן ‘דעם לאַנד, וואָס פֿרעסט אויף זײַנע אײַנוווינער’: די דעזערטירן זײַנען פֿאָרט ווי יענע משהס מרגלים, וואָס האָבן אַרויסגעלאָזט אַ שלעכטן קלאַנג וועגן דעם לאַנד ישׂראל. אויך די ‘בלית-ברירה’ פֿון די פֿאַרבליבענע וואָלט איך אויסגעמעקט. קיינעם האָט מען אַהער ניט געשלעפּט מיט גוואַלד! און בכלל, כ’האָב ניט ליב אַזאַ ביבליזם. מע דאַרף ניט אַזעלכע אַלוזיעס, דאָס איז נאָר אַ פּלאָנטער. און די פּאָזיציע פֿונעם מחבר איז ניט קלאָר: מע האָט, דאַכט זיך, סוף-כּל-סוף געפֿונען אַ מקום-מיקלט פֿאַרן גערודפֿטן פֿאָלק, גיי און פֿריי זיך, נאָר דער מחבר באַשרײַבט אַלץ ווי אָן אַ האַרץ, עפּעס ווי אַ זײַטיקער, מיט אַ מין בורזשואַזן אָביעקטיוויזם… אַזוי-אָ‟.

בוזי האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און איז אַנטשוויגן געוואָרן כּמעט אַ באַליידיקטער. אַלע האָבן אַ קוק געטאָן אויף דבֿ-בערן, נאָר יענעמס פּנים איז שוין געווען אומבאַמערקט אינעם געדיכט־ווערנדיקן חושך. באַלד האָט זיך דערהערט דאָס שטילע קול פֿון העשל:

„כ’האָב אויך ניט ליב די-אָ ‘עכּו”ם-הערשערס’. אפֿשר איז דאָס אוראַלטע און צו נעגאַטיוו באַפֿאַרבטע וואָרט ‘עכּו”ם’, מיינט, געצן-דינערס, ניט-ייִדן, דאָ איבעריק. אָבער דער קרײַזלויף פֿון דער געשיכטע איז, לויט מײַן מיינונג, גאָר ניט שלעכט באַטאָנט. אויך די פֿאַרבינדונג מיט די פּאָגראָמען איז אַ דירעקטע. פֿאַרוואָס טאַקע האָבן די פּאַרטיי און די רעגירונג אָנגעהויבן זוכן אַן אָרט פֿאַר דער ייִדישער אויטאָנאָמיע? כּדי די ייִדישע מאַסן, אויסגעפּרעסט פֿון די שטעטלעך דורך פּאָגראָמען, בירגער-מלחמות, הונגער און דעם אַלגעמיינעם דלות, זאָלן האָבן אַן אייגענע טעריטאָריע. און די ‘מרגלים’, און דער טײַך, וואָס פֿליסט פֿונעם לאַנד סין, און די ביכּורים-טעג, און דאָס גלײַכע — דאָס איז דאָך אַ סטיליזאַציע, דאָס איז אַ זשאַנער אַזאַ! נאָר דער מוסר איז אַ פֿאַרקערטער. אין די ארץ-ישׂראל-צײַטן זײַנען געווען די מרגלים, וואָס האָבן אויסגעטראַכט בילבולים, דער געטלעכער וווּנטש און דער שטראָף, און דאָ, אין בירע-בידזשאַן, זײַנען געווען די עקספּעדיציעס פֿון פּראָפֿעסיאָנאַלן, דער אינטערעס פֿון דער מאַכט און די האָרעפּאַשנע ייִדן. צוויי טויזנט יאָר האָט מען אונדז געפֿיטערט מיט מעשׂיות וועגן דעם הייליקן לאַנד, און מיר זײַנען אַהער געקומען און, ניט געקוקט אויף אַלע שוואַרצע נבֿואות, באַהערשט דאָס לאַנד! איך מיין, אַז עס איז אײַך זייער געראָטן פֿאָרצושטעלן אונדזער געשיכטע אויף אַזאַ אופֿן, ווי אַ דירעקטן אַנטקעגנשטעל צו דער ביבלישער מיטאָלאָגיע. אפֿשר איז כּדאַי צוצוגעבן אַפֿילו נאָך מער איראָניע אין די ביבלישע פּאַראַלעלן‟.

אינעם צימערל איז שוין געווען אינגאַנצן פֿינצטער און דערשטיקנדיק. דבֿ-בער איז אויפֿגעשטאַנען פֿון זײַן בענקל, צוגעגאַנגען צום פֿענצטער און אים ברייט צעפּראַלט. די זאַפֿטיקע סעפּטעמבער-לופֿט האָט זיך אַרײַנגעריסן אינעווייניק — אַ געמיש פֿון די ריחות פֿונעם צעוואַרעמטן אַספֿאַלט און פֿונעם פֿאַרברענטן געבלעטער. ווײַט אויפֿן האָריזאָנט האָט נאָך געשײַנט אַן ענגער הימלפּאַס, אַ צעבראָכענער פֿון אונטן דורך דער בערגליניע. עס האָט זיך קלאָר אויסגעמאָלט די סאָפּקע, אונטער וועלכער ס׳האָט זיך באַהאַלטן דער טײַך. אַ געוויסע צײַט איז געווען שטיל. דערנאָך האָט זיך דערהערט נחומקעס קול:

„איך האָב זיך שוין אַ ביסל אַרויסגעזאָגט, אָבער איכ’ל נאָך עפּעס זאָגן. איך האַלט פֿון פּאָעטישקייט און סטיליזאַציעס. נאָר אָט דער טעקסט רופֿט בײַ מיר אַרויס עפּעס אַ פֿאַרנעפּלטע אומרויִקייט, ווי עס וואָלט ניט געווען קיין שום לייזונג. צי וועט עס תּמיד זײַן דאָס זעלבע: כמעלניצקיס, פּעטליורעס, די ‘פֿרעמדע’? שטענדיק פֿרעמדע! הייסט עס, אויב מיר זײַנען געווען פֿרעמדע אומעטום, אויך אין בירע-בידזשאַן, טאָ וווּ זשע איז די לייזונג? הייסט עס, אויך בירע-בידזשאַן איז ניט קיין לייזונג? און די, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן דאָ, ווי מיר, אויך פֿרעמדע? אַזאַ קאָסמישער פּסק-דין!.. דאָס געשטאַלט פֿון דעם פֿיש, וואָס טויזנטער יאָרן נאָכאַנאַנד האַלט אין איין צוריקקומען צו זײַנע היימישע טײַכן פֿונעם אָקעאַן, איז זייער שיין. ווידעראַמאָל אַ קרײַזלויף, אַ שיינער קרײַזלויף, אָבער בירע-בידזשאַן איז דאָך ניט געווען קיין היים פֿאַר די ערשטע איבערוואַנדערער! און אויב אַזוי…‟ — נחומקע האָט זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרהאַקט און פּלוצעם שטיל אויסגעשריגן: „צי איז דער פֿיש מיט זײַנע אינסטינקטן קליגער פֿון אונדז מענטשן? כ’ווייס ניט, כ’ווייס ניט, איך מוז אַ טראַכט טאָן, אפֿשר דאָס אַלץ איבערלייענען אַליין…‟

„און איר, וואָס וועט איר זאָגן, ישׂראל?‟ — האָט אַ פֿרעג געטאָן דבֿ-בער, און זײַן קול האָט געקלונגען אָנגעשטרענגט און אויפֿגערעגט אינעם פֿינצטערניש. ישׂראל האָט זיך ניט באַלד אָפּגערופֿן:

„כ’ווייס אויך ניט, וואָס צו זאָגן, ליבער דבֿ-בער. איך בין ניט קיין גרויסער חסיד פֿון פֿילשטאָקיקע אַסאָציאַציעס. מע דאַרף אָפּהאַקן דאָס אומוויכטיקע, וואָס אַנטוויקלט זיך ניט ווײַטער. אָט נעמט, למשל, אײַערע זיבן וואָכן. פֿאַראַן דאָך זיבן וואָכן צווישן פּסח און שבֿועות, און בײַ אײַך וואָס איז דאָס? צי האָבן אײַערע מרגלים געבראַכט אַ נײַע תּורה פֿונעם באַרג סיני, האַ? אָדער דאָס לאַנד סין… איר ווילט דערמאָנען דעם מידבר סין און אַזוי אַרום פֿאַרשטאַרקן דעם עפֿעקט פֿון ענלעכקייט מיט ארץ-ישׂראל? אײַער ציל אָבער, אויב איך פֿאַרשטיי אײַך ריכטיק, איז אַן אַנדערער. אײַך איז וויכטיק, דאַכט זיך, אונטערצושטרײַכן די פֿאַלשע ענלעכקייט, וועלכע איר קריטיקירט אַזוי אויסגעצייכנט מיט אײַער וואָג. ‘די וווילטעטיקייט פֿון די הערשערס’ האָט אַהערגעשיקט אײַערע ‘פֿרעמדע’, און אָט בײַטן זיי אויס איין גלות אויפֿן צווייטן און ריידן זיך אײַן, אַז דאָס-אָ לאַנד איז ענלעך אויף יענעם לאַנד. אין דעם קאָנטעקסט קלינגט אײַער וווּנדערלעכער פֿיש ווי אַ בפֿירושער שפּאַס. אַזוי זע איך עס. אײַערע מרגלים האָבן ווידער געזינדיקט. עס איז ניט קיין בילבול-חטא, ווי אין משה רבנוס צײַטן, נאָר דער חטא פֿון דער איבערגעטריבענער זיכשאַצונג. זיי האָבן זיך שוין געפֿירט ווי אמתע מרגלים, ריכטיק? ווי די שכינה גופֿא האָט זיי געשיקט קיין בירע-בידזשאַן… פֿאַר אַזאַ מין חוצפּה באַצאָלט מען טײַער. איר געדענקט קורחן און זײַנע זין? זיי האָבן געהאַלטן פֿון זיך עולם־ומלואו און די ערד האָט זיי פֿאַרשלונגען. ווייסט איר וואָס, מײַן טײַערער דבֿ-בער? איך וואָלט אײַך געעצהט פֿאַרבאַהאַלטן טיף אין טישקעסטל אײַער ‘געשיכטע’…‟

ישׂראל האָט זיך נערוועז באַוועגט אַהין און אַהער אינעם פֿינצטערניש און די צעוואָרפֿענע פּאַפּירן אויפֿן דיל האָבן געשאָרכט אונטער זײַנע פֿיס. אַלע זײַנען ווידער אַנטשוויגן געוואָרן. אַ שוועבעלע האָט זיך אָנגעצונדן, און בוזי האָט סוף-כּל-סוף פֿאַררייכערט זײַן צעקנייטשטע פּאַפּיראָסקע. דאַס פֿלעמל פֿונעם שוועבעלע האָט אויף אַ רגע אויסגעהעלט ווייכע שאָטנס אויף די ווענט און אויף דער סטעליע. דבֿ-בער איז נאָך אַלץ געשטאַנען לעבן דעם צעפּראַלטן פֿענצטער, איבערדרייענדיק אין די הענט זײַנע בלעטלעך. מיט פֿאַרגעניגן האָט ער אײַנגעזאַפּט די פֿליסנדיקע האַרבסטיקע לופֿט פֿונעם פֿענצטער און געזאָגט:

„ווי שטייט עס געשריבן בײַ אײַך, בוזי, אין דער פּיעסע, ‘צי געדענקט איר נאָך ערגעץ-וווּ אין האַרבסט אַזעלכע אָוונטן, ווי אין בירע-בידזשאַן?’ — אַמאָל טראַכט איך, אַז דאָס איז פּשוט אַ חלום. אַז כ’האָב אַלץ אויסגעחלומט — אי מײַנע כּמעט זיבעציק יאָר, אי די פֿאַרשוווּנדענע פֿרײַנד, אי די מלחמה, אי די עוואַקואַציע, אי די אומגעקומענע נאָענטע. איר רעדט, ישׂראל, וועגן דעם חטא פֿון די מרגלים. אָבער מיר אַליין האָבן געמאַכט פֿון זיי מרגלים. יאָ, איר און איך, און אויך זיי דאָרטן, אין מאָסקווע, קיִעוו, ניו-יאָרק… מיט די אַלע אַרטיקלען, פֿאַרצייכענונגען, לידער. מיט אָט דעם מוזיי. כ’האָב אויך מורא, אַז מיר וועלן נאָך באַצאָלן פֿאַר דעם חטא. און די, וואָס וועלן דאָ לעבן נאָך אונדז, זאָלן זיי געדענקען אָדער ניט געדענקען, ס’איז ניט וויכטיק. יעדער איינער און זײַן אייגענער חלום… איך האָב אײַך, אַגבֿ, ניט דערלייענט די לעצטע עטלעכע שורות, ניט געוואָלט אַרויפֿצווינגען מײַן שטימונג‟.

אין דער בלאַסער ליכט פֿון דער פּאַפּיראָסקע, וואָס בוזי האָט געהאַלטן מיט צוויי פֿינגער, האָט דבֿ-בער געמישט זײַנע בלעטלעך, זוכנדיק דאָס ריכטיקע. זײַן פֿאַרדומפּענער קול האָט נאָך לאַנג געקלונגען אין די אויערן פֿון זײַנע געסט — אי ווען זיי זײַנען זיך צעגאַנגען אַהיים אין יענעם האַרבסטיקן אָוונט פֿון יאָר 1946, אי ווען זיי האָבן זיך געטרייסלט אין די פֿולגעפּאַקטע אַרעסטאַנטן-וואַגאָנען אויפֿן וועג קיין טײַשעט-לאַגער, אי אַ סך שפּעטער, ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט וועגן דבֿ-בערס טויט אינעם תּפֿיסה-שפּיטאָל ערגעץ-וווּ לעבן אירקוטסק, אי נאָך דעם, ווען זיי זײַנען אַרומגגעגאַנגען ווי פֿאַרגעסענע שאָטנס אין זייער אויסגעחלומטער היימשטאָט:

„און זיי זענען געווען פֿול מיט האָפֿענונגען, און זיי זענען געווען ווי אין חלום, און זיי האָבן געבויט הײַזער — פֿאַר זיך, פֿאַר זייערע קינדער און פֿאַר זייערע קינדסקינדער. און אַזוי איז געווען ביז עס זענען ווידער האַרט געוואָרן די הערצער פֿון די עכּו”ם-הערשערס, און עס האָט זיך אויפֿגעהויבן די רעכטע וואָגשאָל און עס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט די לינקע‟.

דאָס פֿינצטערניש האָט זיך געראַנגלט מיט דעם טונקעלן פֿײַערל פֿון דער אויסגערייכערטער פּאַפּיראָסקע און פֿאַרכאַפּט וואָס מער אַרום און אַרום. ערשטנס, זײַנען נעלם געוואָרן די בלאַסע אָוואַלן פֿון די פּנימער און באַלד זײַנען אויך די סילועטן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף שטענדיק.

[1] עכּו”ם — עובֿדי־כּוכבֿים־ומזלות, געצן־דינערס
.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s