יעווגעני קיסין
מײַ 4
בײַ נאַכט האָט אַנע פּאַװלאָװנע געהאַט האַלוצינאַציעס און איז געװען זײער אומרויִק: געקלאָגט זיך פֿאַר איר מאַמען, דערמאָנט איר באָבען (זי האָט די באָבען קײן מאָל ניט געזען), געזאָגט, אַז דער טױט איז געקומען… װען איך בין אַרײַנגעקומען צו איר אין דער פֿרי, איז איר געװאָרן גרינגער, נאָר מיט עטלעכע מינוט שפּעטער, װען כ׳בין אַרױס, איז זי װידער געװאָרן אומרויִק…
נעבעך… און סאַראַ שאָד און אומיושר, װאָס ס׳רובֿ (הגם ניט אַלע) אירע שילערס האָבן זי, אַפּנים, פֿאַרגעסן… פֿאַר וואָס? בלױז צוליב זייער קינאה צו מיר? ניט געקוקט אױף דעם, װאָס זי פֿלעגט תּמיד און כּסדר אַרײַנלײגן אין זײ איר גאַנצע נשמה?
אָפּגעפֿירט דער מאַמען אַ צײן–בערשטעלע, צײן–פּאַסטע און עטלעכע פּאָר זאָקן.
מיר זײַנען אַלע זײער אָנגעשראָקן צוליב אַנע פּאַװלאָװנעס מצבֿ. איך האָב געזוכט אומעטום איר צװאה, נאָר ניט געפֿונען. געבעטן מאַרינען אַרײַנגײן אין אונדזער פּאַריזער דירה און זוכן דאָרטן; זי װעט עס טאָן מאָרגן.
אין אָװנט איז צו אַנע פּאַװלאָװנען געקומען זײער אַ ליבהאַרציקע און בפֿירוש אַ גוטע דאָקטערין, װאָס האָט זי פּרטימדיק באַטראַכט און פֿאַרשריבן פֿאַרשײדענע זאַכן, בתוכם אַ רפֿואה, אײַנצונעמען פֿאַרן שלאָפֿן (בפֿרט קעגן אומרו און האַלוצינאַציעס).

הײַנט איז עמוס עוזס געבױרן–טאָג. „אני כותבת מפני שאנשים שאהבתי כבר מתו. אני כותבת מפני שבהיותי
ילדה היה בי הרבה כח לאהוב ועכשיו כוחי לאהוב הולך למות. אינני רוצה למות.‟ [איך שרײַב, ווײַל די מענטשן, וואָס כ׳האָב זיי ליב געהאַט זײַנען שוין מער ניטאָ. איך שרײַב, ווײַל אַ קינד האָב איך געהאַט אַ סך כּוח ליב האָבן, און איצט מײַן כּוח ליב האָבן גייט אויס. איך װיל ניט שטאַרבן.] ווי ס’איז געניאַל געזאָגט געוואָרן! אפֿשר, דעריבער טאַקע שרײַבן מיר אַלע — װער בריװ, װער לידער, װער טאָגביכער, װער פּאָסטן אױפֿן פֿײסבוק: מחמת עס באַװעגט אונדז דער אינסטינקט אױסצומײַדן דעם טױט, צו בלײַבן לעבן כאָטשבי אין דעם, װאָס מיר האָבן אָנגעשריבן? װי בײַ עמיחיען: „אני רוצה להיות שוב כתוב בספר החיים, כל יום להיות כתוב, עד שהיד הכותבת תכאב‟ [איך וויל ווידער אַרײַנגעשריבן ווערן אינעם ספֿר־החיים, יעדן טאָג זײַן אַרײַנגעשריבן, ביז די האַנט, וואָס טוט עס וועט ניט וויי טאָן.].
„… לפעמים נפקחת אני, והזמן מתגלה. הזמן דומה לניידת של משטרה המחליקה בסמטה בלילה, פנס אדום מהבהב בעפעופים מהירים מאוד ולעומתו הצמיגים הם איטיים. משמיעים לחש שוקק.‟ [צומאָל כאַפּ איך זיך אויף, און די צײַט אַנטפּלעקט זיך פֿאַר מיר. די צײַט איז ענלעך צו אַ פּאָליציי־וואָגן, וואָס נישטערט אין די נאַכטיקע ליקלעך, די רויטע פֿײַערלעך פֿינקלען גיך אויף די פֿאַרקערן און די גומענע רייפֿן פֿאַרקערט, האַלטן אים אָפּ. און עס הערט זיך דער שעפּטש פֿון פֿאַרשווערונג.]
„תנועת הזמן המופשט דומה לתסיסת גבישים כימיים במבחנה: צחורה מרהיבה וארסית.‟… [די באַװעגונג פֿון דער אַבסטראַקטער צײַט איז אַזעלכע װי די יױרונג פֿון כעמישע קאָמפּאָנענטן אין אַ פּראָביר–טרײַבל: רײן, פֿאַרכאַפּנדיק, גיפֿטיק.]
סאַראַ װוּנדערלעכער שריפֿטשטעלער איז עוז געװען — און סאַראַ גזלנים זײַנען אונדזערע „רוסן‟, װאָס מאַכן אים מיט דער בלאָטע גלײַך! אַװדאי, האַלט איך ניט, אַז ער, װי אַ װאָסערער–ניט–איז אַנדער מענטשן, איז a priori תּמיד געװען גערעכט אין אַלע זײַנע פּאָליטישע אָנשױונגען. נאָך מער — די ווירקלעכקייט האָט דעמאָנסטרירט, אַז אין אײניקע אָנשױונגען זײַנע האָט ער זיך אַרױסגעװיזן דװקא אומגערעכט: למשל, דער אָסלאָ–אָפּמאַך איז ניט געװאָרן „אַ נצחון פֿון ציוניזם‟, װי עוז האָט אָנגעשריבן אין יענער צײַט, און דאָס ישׂראלס אַװעקגײן פֿון דרום–לבֿנון האָט ניט געבראַכט קיין שלום, קעגן זײַנע פּראָגנאָזן. מילא — ניט תּמיד האָבן די שרײַבערס, בתוכם די געניאַלע שרײַבערס, ריכטיקע מײנונגען מכּוח פּאָליטישע פֿראַגן. עוז איז אָבער געבױרן געװאָרן אין ירושלים (און מיט װאָס פֿאַר אַ ליבשאַפֿט און האַרציקער דורכדרינגלעכקײט פֿלעגט ער שילדערן זײַן הײמשטאָט!), אָפּגעלעבט זײַן גאַנץ לעבן אין ישׂראל, געדינט אין צה״ל און פֿאַרטײדיקט די ייִדישע מלוכה הן אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, הן אין דער יום–כּיפּור–מלחמה, געװידמעט זײַן גאַנץ לעבן דער העברעיִשער ליטעראַטור, געװען אײנער פֿון די סאַמע גרעסטע העברעיִשע שריפֿטשטעלערס און דערמיט אַרײַנגעטראָגן אַ קאָלאָסאַלן צושטײַער אין אונדזער נאַציאָנאַלער קולטור. און װער זײַנען, מישטײנס געזאָגט, אונדזערע „רוסן‟, װאָס מײנען, אַז זײ קלײַבן זיך פֿונאַנדער אין די ישׂראלדיקע ענינים בעסער װי ער, און האָבן די העזה צו באַשולדיקן אים אין דער אָפּװעזנהײט פֿון פּאַטריאָטיזם (אַגבֿ, אײניקע פֿון זײ װױנען אַפֿילו ניט אין ישׂראל און זײַנען ניט מסוגל צונױפֿצושטעלן קײן אײן זאַץ ניט אױף העברעיִש!)?! ס׳איז דװקא דאָס זעלבע, אין װאָס מײַן ישׂראלדיקער באַקאַנטער (אױך, אַ „רוס‟) האָט באַשולדיקט אָבאַמאַ. אַ חוצפּה און אַ גאװה! און, פֿאַרשטײט זיך, ממש אַ פֿאַנטאַסטיש טיפּשות. װען זשע װעלן זײ, מײַנע לאַנדסלײַט, סוף–כּל–סוף פּטור װערן פֿון אָט דער טיפּישער סאָװעטישער טבֿע: צו האַלטן יענע, װאָס טראַכטן אַנדערש װי זײ, פֿאַר שקרנים און מנוּװלים?!
און מיט װאָס פֿאַר אַ פּסיכאָלאָגישער שאַרפֿזיכטיקײט האָט עוז געשילדערט כּל–מיני טיפּן ישׂראלים, בתוכם אַזעלכע רעכטיסטן, װי אונדזערע „רוסן‟! זײ, מיט זײער סאָװעטישער באַגרענעצטקײט און טעמפּקײט, זײַנען עד־היום ניט ביכולת אים צו פֿאַרשטײן, נאָר ער האָט זײ געקענט אױסגעבונדן!
בכלל, אױב פּושקינס „יעװגעני אָניעגין‟ איז „אַן ענציקלאָפּעדיע פֿונעם רוסישן לעבן‟, װי בעלינסקי [1] האָט געזאָגט, איז עוזס ירושה באמת אַן ענציקלאָפּעדיע פֿונעם ישׂראלדיקן לעבן, און װעט אָן שום ספֿק בלײַבן אַזאַ פֿאַר נאָך אַ סך קינפֿטיקע דורות לײענער.
מײַ 5
הײַנט איז זאַראָטשקעס געבױרנטאָג. גאָט זאָל איר געבן געזונט און לעבן!
בײַ אַנע פּאַװלאָװנען איז װידער געװען אַ שלעכטע נאַכט, מיט האַלוצינאַציעס. בײַ טאָג אָבער האָט זי זיך געפֿילט גוט און גאַנץ פּאָזיטיװ. אפֿשר, האָט די רפֿואה ניט תּיכּף געװירקט? מירן טאָן אַלץ, װאָס מירן זײַן בכּוח צו טאָן. אײן זאַך טרײסט, אויב מע קאָן אַזוי זאָגן: אַלע אַנדערע לערערינס פֿון אונדזער שול, אַנע פּאַװלאָװנעס קאָלעגעס און חבֿרטעס פֿון איר דור, זײַנען שױן אױפֿן עולם־האמת; זי האָט איבערגעלעבט זײ אַלע.
געגאַנגען איבער פֿאַרשײדענע מאַגאַזינען און אױפֿן מאַרק.
אַנדרײ האָט באַקומען אַ װיזע און װעט קומען צו פֿליִען איבערמאָרגן.

געלײענט בראָדעלס [2] בוך. טראַכט איך און פֿרעג זיך אַלײן: פֿון װאַנען איז בײַ מיר זינט יונגע יאָרן אַזאַ אינטערעס פֿאַר געשיכטע (װי אױך פֿאַר פּאָליטיק)? מסתּמא, זײַנען דאָ געווען עטלעכע סיבות: איך האָב געהאַט אַ גוטן שול–לערער פֿון געשיכטע, װאָס פֿלעגט רעגולער פֿאַרברענגען אַ סך צײַט מיט מיר, לערנענדיק מיך און באַהאַנדלענדיק מיט מיר היסטאָרישע און פּאָליטישע פֿראַגן; מײַנע דערװאַקסלינג–יאָרן, דער עלטער, בעת דעם מענטשנס פּערזענלעכקײט װערט אױסגעפֿורעמט, זײַנען אױסגעפֿאַלן אױף אַ תּקופֿה פֿון ביז גאָר װיכטיקע און פֿאַרכאַפּנדיקע פּאָליטישע און היסטאָרישע געשעענישן אינעם לאַנד, אין װעלכן איך האָב דעמאָלט געוווינט; אַפּנים, האָב איך אַ נטיה צו דעם בטבֿע (קאַרינאָטשקע האַלט, אַז װען איך זײַ ניט קײן מוזיקער, װאָלט איך געװען אַ היסטאָריקער, אַן אױספֿאָרשער). טאַנעיעװ [3] האָט בשעתּו לגמרי ריכטיק אָנגעשריבן: „װיסן געשיכטע מיינט װיסן אַלץ‟.
שױן לאַנגע יאָרן, אַז איך בין געװען אַ בעלן צו װיסן: װאָס זשע האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אין אַלטע צײַטן דער ראַיאָן, װוּ איך האָב געוווינט װי אַ קינד? סוף־כּל־סוף פֿאַר אַ יאָרן האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו געפֿינען אין דער אינטערנעץ זײער אַ טשיקאַװע אינפֿאָרמאַציע מכּוח דעם. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דװקא דאָרטן, װוּ איצט געפֿינט זיך דער אײבערשטער טײל פֿונעם װאַרשאַװער שאָסײ, איז אַ מאָל געלעגן דער אָרדינסקי–װעג, דורכגעלייגט בימי מאָנגאָל–טאָטערישן יאָך, כּדי אָפּצופֿירן דעם צינש קײן סאַרײַ, דער הױפּטשטאָט פֿון דער „גאָלדענער האָרדע‟. גראָד מיט אָט דעם װעג איז דמיטרי דאָנסקױ [4] געפֿאָרן אױף דער קוליקאָװסקער שלאַכט. שפּעטער האָט מען געגעבן דעם װעג אַ נײַעם נאָמען — סערפּוכאָװסקי–װעג, מחמת ער האָט געפֿירט אין דער שטאָט סערפּוכאָװ; און טאַקע איבער אים האָט מען געפֿירט לערמאָנטאָװן [5] אין פֿאַרשיקונג קײן קאַװקאַז. און ביז גאָר אַ טשיקאַװער פּרט: דװקא דאָרטן, װוּ ס׳געפֿינט זיך מײַן געסעלע, די סימפֿעראָפּאָלסקי–צװישנגאַס (זי גײט אָפּ מערבֿ–צו פֿונעם װאַרשאַװער שאָסײ), פֿלעגט דער אָרדינסקי– און דערנאָך דער סערפּוכאָװסקי–װעג פֿאַרקערעװען אױף מערבֿ! אַזױ אַז אָפּגעלעבט האָב איך מײַנע ערשטע דרײַצן מיט אַ האַלבן יאָר אין גאָר אַ היסטאָריש אָרט!
אַזאַ, װי דער ראַיאָן האָט אויסגעזען אין דער צײַט פֿון מײַן קינדשאַפֿט, איז ער געװאָרן גלײַך פֿאַר דעם, װי אונדזער משפּחה איז אַהין אַריבערגעפֿאָרן אין די אָנהייב 1960ער יאָרן. צװישן אַנדערס, האָט מען דאָרט דעמאָלט אױפֿגעבױט צען אַזױ גערופֿענע „כרושטשאָװקעס‟ — פֿינפֿגאָרנדיקע װױנהײַזער פֿון רױטן ציגל (אַװדאי, אָן ליפֿטן), און אין איינעם פֿון זײ האָט מען באַזעצט די אַרבעטער פֿונעם זאַװאָד, אױף װעלכן ס׳האָט געאַרבעט מײַן זײדע אַהרן. פֿאַר דעם האָבן די באָבע–זײדע, די טאַטע–מאַמע און די קלײנע אַלאָטשקע געהאַט געלעבט צוזאַמען אין אײן צימער פֿון אַ קאָמונאַלער װױנונג, און די מאַמע געדענקט און דערצײלט ביז הײַנט, אַז, װען זײ האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ באַזונדערער דרײַצימערדיקער דירה פֿון 36 קװאַדראַט–מעטער אױף דער סימפֿעראָפּאָלסקי–צװישנגאַס, איז דער זײדע אַרומגעגאַנגען איבער די צימערן און האָט געהאַלטן אין אײן אַנטציקט ווערן: „נו, גענעראַלן לעבן ניט אַזױ!‟ (כ׳געדענק, װי נאָך דעם, װען מיר האָבן צום ערשטן מאָל באַזוכט כרעניקאָװן [5], האָט אַנע פּאַװלאָװנע דערציילט דעם טאַטן, אַז „אײן צימער אין כרעניקאָװס װױנונג איז פֿון דער זעלבער גרײס, װי אײַער גאַנצע דירה, בתוכם דעם טואַלעט– און װאַנע–צימער‟).

נאָך דעם, װי איך בין געבױרן געװאָרן, האָט דער טאַטע זיך דערשלאָגן, אַז זײַן זאַװאָד זאָל אױסטײלן פֿאַר די באָבע–זײדע אַן אײנצימערדיקע װױנונג. זיי האָבן אַזאַ דירה באַקומען אין סאַמע עק מאָסקװע, אַזוי אַז זינט איך געדענק זיך, האָבן מיר תּמיד געוווינט אױף דער סימפֿעראָפּאָלסקי–צװישנגאַס זאַלבעפֿערט: די טאַטע–מאַמע, אַלאָטשקע און איך. איך האָב דאָרטן געהאַט מײַן אײגענעם צימער, אין װעלכן מע האָט געקאָנט אַרײַנקומען בלױז דורכן גאַסטצימער, װוּ די טאַטע–מאַמע זײַנען געשלאָפֿן. אין יענעם צימער האָב איך געמוזט יעדן אין דער פֿרי און יעדן אָװנט איבעררוקן דאָס מעבל: אין דער פֿרי, כּדי קאָנען זיצן בײַם פֿאָרטעפּיאַן און אַרבעטן, אין אָװנט, כּדי ניט צו שלאָפֿן לעם דער באַהײצונג–ראַדיאַטאָרן. בעת איך בין געשלאָפֿן, איז מײַן קאָפּ געװען כּמעט אונטערן פֿאָרטעפּיאַן… אָט אַזױ האָבן מיר דאָרט געוווינט אין די פֿיר ווענט; און אויסער די פֿיר ווענט, אין אונדזער הױף, האָב איך כּסדר געהערט: „ייִדישע מאָרדע, גײ אַװעק פֿון דאַנען!‟, „מירן מאַכן פֿון דיר אַ ייִדישן שאַשליק!‟ וכּדומה. די זעלבע מעשׂה איז געװען אינעם הױף פֿונעם שכנישן הױז, װוּהין די מאַמע פֿלעגט לאָזן זיך שפּילן די קלײנע אַלאָטשקע, היות אַהין זײַנען אַרױסגעגאַנגען די פֿענצטער פֿון אונדזער דירה: אין אָנהײב האָבן די זקנות אױסגעפֿרעגט אַלאָטשקען, װי זי הייסט און ווי אירע עלטערן הײסן, און האָבן איראָניש געשמײכלט דערבײַ (אין יענעם מאָמענט האָט אַלאָטשקע, אַװדאי, ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר װאָס), און דערנאָך האָבן די אַנדערע מײדעלעך איר געמאָלדן, אַז זײ װילן ניט מיט איר מער זיך שפּילן, װײַל זי איז אַ ייִדישקע, און דאָס זעלבע האָבן זײ שפּעטער דערקלערט דער מאַמען, װען זי איז געקומען אַהין נאָך יענעם אינצידענט.
אַװדאי, איז די מאַמע אַלײן געװען, אױב ניט קיין קרבן, איז אַן עדות פֿון אַזעלכע זאַכן נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן. בעת זי האָט זיך געלערנט אין שול, אין סאַמע ברען פֿונעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם סוף 1940ער, אָנהײב 1950ער, איז איר לערער פֿון פֿראַנצייזיש געװען אַ ייִד מיטן נאָמען װיקטאָר אַראָנאָװיטש: װעדליק די מאַמע דערצײלט, אַ שלעכטער לערער, נאָר זײער אַ היציקער מענטש. אין דער מאַמעס קלאַס איז געװען אַ מײדעלע מיטן פֿאַמיליע–נאָמען באָריסאָװאַ, װאָס פֿלעגט בכּיװן אַרײַנברענגען װיקטאָר אַראָנאָװיטשן אין כּעס, ער פֿלעגט שרײַען: „באָריסאָװאַ, אַרױס פֿונעם קלאַסצימער!‟, אױף װאָס זי פֿלעגט ענטפֿערן רויִק און מיט אַן איזדיעווקע: „גוט, װיקטאָר אַראָנאָװיטש, איך װעל אַרױסגײן און דערציילן דעם דירעקטאָר, אַז איר רעדט מיט אַ טאָן, װאָס איז אַבסאָלוט אומדערלאָזלעך פֿאַר אַ לערער,‟ — און יענער פֿלעגט בײַ איר בעטן מחילה… אַװדאי, איז דער מאַמען געװען לגמרי קלאָר, װאָס דאָס האָט געמיינט. אַן אַנדערש מאָל, אָנהײב 1953, בשעת דער „דאָקטױרים פּרשה‟, זײַנען די מאַמע מיט דער באָבען געשטאַנען ערגעץ–װוּ אין אַ רײ, און עפּעס אַ מאַנצביל דאָרטן האָט אַרױסגערעדט דאָס װאָרט „זשידאָװקע‟. די יונגע מאַמע האָט אָנגעהױבן הילכיק אױסדריקן איר גרימצאָרן. די באָבע, פֿאַרשטײענדיק, װאָס פֿאַר אַ צײַט איז געװען דעמאָלט, האָט זיך געסטאַרעט מיט אַלע כּוחות באַרויִקן זי, נאָר די מאַמע האָט ניט געקאָנט שלום מאַכן מיטן אומיושר און געהאַלטן אין אײן פּראָטעסטירן. סוף–כּל–סוף האָט עפּעס אַ פֿרוי אין דער רײ געזאָגט דער באָבען: „פֿיר זי אַװעק, אַנדערש װעט מער איר ניט דערלאַנגען אין מאָרדע אַרײַן!‟.
… אינטערעסאַנט: װער לעבט אַצינד אין אונדזער געװעזענער דירה? און צי האָט מען געקאָנט מאַכן דאָרטן װאָסערע–ניט–איז ענדערונגען (אױסער דעם אַזױ גערופֿענעם „אײראָרעמאָנט‟)?
אַ חוץ אונדזער געסקע, האָט מען צוליב אַ סיבה אָנגערופֿן אױך אײניקע אַנדערע גאַסן אין יענעם ראַיאָן מיט נעמען, װאָס האָבן אַ שײַכות צו קרים: סימפֿעראָפּאָלסקי–בולװאַר, טשערנאָמאָרסקי–בולװאַר, נאַכימאָװסקי–פּראָספּעקט, טשאָנגאַרסקי–בולװאַר, אַזאָװסקאַיאַ–גאַס… אין קרים בין איך טאַקע קײן מאָל ניט געװען, און כ׳װײס ניט, צי כ׳װעל אים װען–ניט–איז באַזוכן: כּל–זמן רוסלאַנד אָקופּירט קרים, װעל איך אַהין, אַװדאי, ניט פֿאָרן.
מיט יאָרן צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַ ליד מיטן נאָמען „סימפֿעראָפּאָלסקי–צװישנגאַס 8‟, פֿול מיט נאָסטאַלגיע. אַצינד פֿאַרשטײ איך, אַז אין דער אמתן איז עס פּשוט אַ נאָסטאַלגיע נאָך מײַן קינדשאַפֿט. װען איך װאָלט „מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט‟ אין אַן אַנדער אָרט, װאָלט איך געהאַט מסתּמא די זעלבע געפֿילן. קאַרינאָטשקע אױך זעט אין אירע חלומות און דערמאָנט זיך מיט נאָסטאַלגיע אין איר ערשטן הױז און אינעם ראַיאָן, װוּ זי איז אױסגעװאַקסן. בעת איך האָב דאָרט געוווינט בײַ מײַנע צען יאָר, האָב איך אָנגעשריבן גאָר אַן אַנדער ליד, װאָס אין דער בוכשטעבלעכער איבערזעצונג פֿון רוסיש קלינגט עס אַזױ:
איך בין אַן אומגליקלעכער ייִד. װיפֿל יסורים
אױסגעשטאַנען בין איך!
איך האָב געזען דעם באַלטישן ים,
װעלדער און פֿעלדער,
בײַװאָלגע–שטח, קאַװקאַז, אוקראַיִנע —
דאָס אַלץ איז װי אַ גן–עדן!
אינעם הײם–אָרט אָבער בין איך װי אין אַ מידבר —
אַלע פֿונעם הױף,
זענען אַנטיסעמיטן אַכזריותדיקע
ליאַרעמען איבער מיר:
„אַ ייִד! אַ ייִד! אַ זשיד!‟.
אַן עלנטער בין איך
אין אַ טײַכעלע אַ מענטשלעכס.
פֿון מײַן קינדשאַפֿט האָב איך אַרויסגעטראָגן אױפֿן גאַנץ לעבן קאַרינאָטשקע — און דערמיט בין איך מזלדיק. אױב פֿריִער האָב איך געטראַכט, אַז כ׳װאָלט געװאָלט שטאַרבן אין מײַן לײַבלעכן הױף, װײס איך אַצינד, אַז דאָס לעצטע, װאָס איך װיל זען פֿאַרן טױט, איז קאַרינאָטשקע — איר פּנים, אירע אױגן, ניט װיכטיק, װוּ עס װעט געשען.
[1] בעלינסקי, וויסאַריאָן (1811־1848) — רוסישער ליטעראַטור־קריטיקער
[2] בראָנדעל, פֿערנאַן פּאָל (1908־1985) — פֿראַנצייזישער היסטאָריקער
[3]טאַנעיעוו, סערגיי (1856־1915) — רוסישער מוזיקער, פּיאַניסט, פּעדאַגאָ
[4] דמיטרי דאָנסקױ (1350־1389) — רוסישער קיניג
[5] לערמאָנטאָוו, מיכאַיִל (1814־1841) — רוסישער פּאָעט