די נײַע סאָוועטישע מאַכט אין אירע זאָרגן וועגן דעם גאַנצן פֿאָלק בכלל, האָט דערמעגלעכט, אַז אויך די סאָוועטישע ייִדן זאָלן האָבן זייער אייגענעם נאַציאָנאַלן שטח, נאַציאָנאַלן ראַיאָן, וווּ אַלץ ווערט געפֿירט אויף זייער נאַציאָנאַלער שפּראַך ייִדיש. אַזעלכע ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען זײַנען געווען אין אוקראַיִנע, קרים און ביראָבידזשאַן.
מילא דער שטייגער, אָבער דערציִען די קינדער אין שול, וווּ אַלע לימודים ווערן געלערנט אין ייִדיש, האָבן געפֿאָדערט ייִדישע לערנביכער, די געשעפֿטספֿירונג, געריכט־פֿירונג, די נײַע ווירטשאַפֿטלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָרמען, ווי „אַרטעלן‟ און „קאָלווירטן‟ האָבן זיך גענייטיקט אין אַ ייִדישן וואָקאַבולאַר.
לאָמיר אָנהייבן פֿון דער „קאָלווירט־שפּראַך‟ און זיך באַקענען מיט אייניקע סאָוועטיזמען אויף אָט דעם פֿעלד.
דאָס וואָרט „קאָלווירט‟ אַליין איז אַן אַברעוויאַטור פֿון צוויי געקירצטע ווערטער: קאָלעקטיוו און ווירטשאַפֿט. אייגנטלעך, איז עס אַ פּינטקלעכע איבערזעצונג פֿון דער רוסישער אַברעוויאַטור „קאָלכאָז‟. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן די מיטגלידער פֿונעם קאָלווירט זיך אָנגעהויבן רופֿן — „קאָלווירטניק‟ און „קאָלווירטניצע‟.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די הויפּט־מאַשינען אין פֿעלד, ווי טראַקטאָר און קאָמבײַן, האָט מען קיין ייִדישע נעמען נישט געדאַרפֿט צוטראַכטן; אויך אין רוסיש זײַנען זיי אַרײַנגעבראַכט געוואָרן פֿון ענגליש: tractor און combin. ווי אַ פּועל־יוצא, האָבן שוין די מענטשן, וואָס אַרבעטן אויף די צוויי מאַשינען באַקומען דעם נאָמען — „טראַקטאָריסט‟ און „קאָמבײַנער‟. אויך דער „אַגראָנאָם‟ (agronomist) איז געבליבן בײַ זײַן אויסלענדישן נאָמען.
צווישן די אַנדערע ווירטשאַפֿטלעכע טעכנישע טערמינען האָט זיך באַוויזן אויך דאָס וואָרט „היי־שנײַדמאַשין‟, וואָס פֿלעגט גענוצט ווערן בשעתן „היישניט‟ אָדער „היי־אַראָפּנעם‟.
צווישן די אַלטע ייִדישע געשעפֿטן, פֿאַרבונדן מיט ערד־און־תּבֿואה זײַנען געווען אַזעלכע פּרנסות ווי אַרענדאַר אָדער רענדאַר, פּאָסעסאָר. נאַטירלעך, אַז דאָס וואָרט „תּבואה־שפּײַכלער‟, נישט געקוקט אויף זײַן האַלב־העברעיִשן אָפּשטאַם, איז בשלום אײַנגעשלאָסן געוואָרן אינעם נײַעם ייִדישן ווירטשאַפֿטלעכן וואָקאַבולאַר.
דער יסוד פֿון אַרבעט אין אַ קאָלווירט באַשטייט פֿון גרופּעס קאָלווירטניקעס און קאָלווירטניצעס, וואָס האָבן געקראָגן דעם נאָמען „בריגאַדע (ס)‟: פֿעלד־בריגאַדעס, מעכאַניזירטע בריגאַדעס, פֿיך־בריגאַדעס וכּדומה.
צווישן די בריגאַדעס פֿלעגט כּסדר פֿאָרקומען אַן אַרבעט־פֿאַרמעסט, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען „סאָצגעוועט‟ (סאָציאַליסטישער געוועט); די געווינערס פֿון אַזאַ סאָצפֿאַרמעסט פֿלעגט קריגן די רויטע „איבערגאַנגס־פֿאָן‟. פֿאַר וואָס דווקא „איבערגאַנג‟? מחמת אַ צווייט מאָל קאָן די זעלבע רויטע פֿאָן איבערגיין אין די הענט צו אַן אַנדער בריגאַדע־געווינערין.
ווי די גאַנצע עקאָנאָמיע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿלעגן אויך די קאָלווירטן האָבן זייער „פּלאַן‟, וואָס מע פֿלעגט זיי „אַראָפּלאָזן‟ פֿון די הויכע פֿענצטער. אָבער אויספֿירן דעם פּלאַן איז געווען ווייניק. די קאָלווירט־פֿירערשאַפֿט, פֿון איר זײַט, האָט געזאָלט אַרויסשטעלן איר אייגענעם „אַנטקעגן־פּלאַן‟, וואָס האָט געזאָלט זײַן נאָך העכער פֿונעם דערלאַנגטן מלוכישן פּלאַן. אויף אַזאַ אופֿן פֿלעגן די קאָלווירטן זיך דורכשלאָגן אין די פֿאָרגעשניטענע ווירטשאַפֿטן, הגם די דאָזיקע „דערגרייכונגען‟ זײַנען בדרך־כּלל געווען פֿאַלשע און אויפֿגעבלאָזענע…
עס פֿלעג אַפֿילו אַרומגיין אַ וויץ, אַז אין אַ געוויסן קאָלווירט האָט אַ קו געהאַט אַ קאַלב. די קאָלווירט־פֿאַרוואַלטונג האָט מיטגעטיילט אינעם ראַיאָן, אַז די קו האָט געהאַט צוויי קעלבלעך; די ראַיאָן־נאַטשאַלסטווע האָט ראַפּאָרטירט אין שטאָט אַרײַן וועגן דרײַ קעלבלעך און אַזוי ווײַטער, ביז ס׳איז אָנגעקומען קיין מאָסקווע, אַז אין דעם און דעם קאָלווירט האָט איין קו געהאַט גאַנצע 10 קעלבלעך…
המשך קומט
לאַפּסוס־קאַקטוס