דוד דער בערדיטשעווער (דריטע מעשׂה)


מרדכי יושקאָווסקי


ווען איך האָב צום ערשטן מאָל דערזען דודן, האָב איך רחמנות געקראָגן אויף אים. אַ באַיאָרטער ייִִד, מסתּמא אין די טיפֿע אַכציקער, האָט ער געהינקט אויף אַ פֿוס און זיך שטאַרק אָנגעלענט אויף אַ שטעקן. עס איז אים אָנגעקומען גאַנץ שווערלעך אַרויפֿצוגיין מיט די טרעפּ אויפֿן צווייטן שטאָק, וווּ די ביבליאָטעק האָט זיך געפֿונען.

ווען איך האָב אים דערזען נאָך אַ מאָל, האָב איך פֿאָרגעלייגט, ער זאָל מיך רופֿן פֿון אונטן, וועל איך אים אַראָפּברענגען די נייטיקע ביכער; אָדער ער זאָל טעלעפֿאָנירן פֿון פֿריִער, און איך וועל אים אַפֿילו ברענגען די ביכער אַהיים. ער האָט געוווינט אין רמת-גן, און פֿאַר מיר איז עס געווען סייַ ווי סייַ אויפֿן וועג אַהיים.

אויף דעם האָט דער ייִד געענטפֿערט:

— איך דאַנק דיך זייער פֿאַר דייַן גרייטקייט מיר צו העלפֿן, אָבער פֿאַר מיר איז צו קומען אין א ייִדישער ביבליאָטעק כּמעט דער איינציקער פֿאַרגעניגן, וואָס איז מיר פֿאַרבליבן. צו פֿילן דעם ריח פֿון אַלטע ייִדישע ביכער איז דאָך טייַערער פֿון אַלע פּאַרפֿומען. עס איז דאָך פֿאַראַן אַ מין באַזונדערער מיקראָ-קלימאַט דאָ. די פֿאַרגעלטע ביכער צווישן אָט-די-אָ ווענט דערמאָנען אַ ביסל די אַלטע היים, די אַמאָליקע ייִדישע וועלט, וואָס איז נישטאָ שוין מער…

הערנדיק דודן, בין איך ממש פֿאַרשיכּרט געוואָרן פֿון זייַן ייִדיש. אין מייַנע אויערן האָט עס געקלונגען אַזוי וואַרעם, אַזוי היימיש, אַז איך האָב דערפֿילט אַ מין שפּראַכלעכן עקסטאַז. שפּעטער האָב איך פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס כ’בין אַזוי פֿאַרכּישופֿט געוואָרן בייַ זייַן רעדן. ער איז געווען פֿון בערדיטשעוו, איינס פֿון מייַנע באַליבסטע פּלעצער אויף דער וועלט, אַ שטאָט, וווּ איך האָב פּאַרבראַכט מייַן פֿריִע קינדהייט.

דער דאָזיקער ייִד האָט מיך באַזונדערס פֿאַראינטערעסירט. זיך צוהערן צו אים איז געווען עפּעס מער ווי הערן אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. הערנדיק זייַנע זכרונות פֿון בערדיטשעוו, האָב איך דערשפּירט דעם אָפּקול פֿון מייַן אייגענעם שטאַם, דערפֿילט דעם דורותדיקן פֿאָדעם פֿון מייַן אייגענער משפּחה.

און זייַן געשטאַלט האָט ממש צוגעגעבן צו דעם דאָזיקן געפֿיל. אַ שטאַלטנער, הויכער זקן מיט טיף-געזעצטע אויגן, וואָס האָבן אויסגעדריקט אַזויפֿיל גוטסקייט און לויטערקייט, וויפֿל אַ ייִדישער פֿאָלקס-מענטש קאָן פֿאַרמאָגן. אַלע מאָל נאָכן אויסטוישן די ביכער פֿלעג ער זיך אַוועקזעצן אינעם צימער, וווּ איך האָב געאַרבעט, און דורכבלעטערן די ביכער. דערבייַ האָט ער שמייכלענדיק זיך פּאָסמאַקעוועט, ווי ער וואָלט געאײַלט זיך צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון הנאה האָבן בייַם לייענען.

— איך האָב זיך ניט געלערנט אין קיין שום אוניווערסיטעטן, — האָט ער מיר איין מאָל געזאָגט. — אין מייַנע יאָרן, ווער ס’האָט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך צו לערנען, איז געוואָרן אַן אויטאָדידאַקט. אין מייַן יוגנט איז דער צענטראַלער פּלאַץ פֿון אונדזער לעבן געווען די ביבליאָטעק. נאָך אַ טאָג אַרבעט פֿלעג די ייִדישע אַרבעטער-יוגנט, בחורים און מיידלעך, קומען אין דער ביבליאָטעק. מע האָט געלייענט, דיסקוטירט, זיך געאַמפּערט, און אויך געפֿירט ליבעס.

אַז ס’פֿלעג אָנקומען אַ נייַ בוך, האָט מען גלייַך צונויפֿגעשטעלט אַ וואַרט-ליסטע, און יעדער איינער האָט עס געקראָגן ניט מער ווי אויף א וואָך צייַט. עעע…. אַמאָל זייַנען מיר טאַקע געווען „עם־הספֿר‟ — האָט דוד אַ זיפֿץ געטאָן און, דאַכט זיך, אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין, גענומען צו דערציילן די געשיכטע פֿון זייַן לעבן:

— איך בין אַ בערדיטשעווער פֿון כּמה־וכּמה דורות. יעדער שטיין קען מיך דאָרטן, — האָט ער זיך באַרימט, — כאָטש קיין מיוחס בין איך ניט. געבוירן בין איך אויף די באַרימטע „פּיסקעס‟ בייַ אַ טאַטן אַ שוסטער. מיר זייַנען געווען אַן אָרעמע משפּחה, איינע פֿון די טויזנטער אַזעלכע, וואָס האָבן געלעבט אויף די „פּיסקעס‟. ס’איז דאָך ניט צופֿעליק, אַז סייַ מענדעלע מוכר-ספֿרים, סייַ שלום-עליכם האָבן באַשריבן די „פּיסקעס‟, ווען זיי האָבן געוואָלט אָפּמאָלן די בילדער פֿון דער ייִדישער אָרעמקייט. אויף מייַן קינדהייט און יוגנט איז אויסגעפֿאַלן דער גאַנצער קאָמפּאָט מיט דער רעוואָלוציע, פּאָגראָמען, הייַדאַמאַקעס, בירגער-קריג. דאָס אַלץ האָט ניט ווייניק אויפֿגערודערט מייַן יונגן מוח, און איך האָב געשטרעבט צו געפֿינען דעם אמת, די גלייַכקייט און ברודערשאַפֿט צווישן מענטשן; מע זאָל אויפֿהערן איזדיעקעווען זיך איינער איבערן צווייטן, דערנידעריקן און צאַפּן בלוט איינער פֿון דעם אַנדערן. און גראַדע דערפֿאַר האָבן די קאָמוניסטישע לאָזונגען זייער שיין געקלונגען אין מייַנע אויערן. וואָס לענין, און שפּעטער סטאַלין האָבן געדרשנט, איז בייַ מיר געווען הייליק. איך האָב תּמימותדיק געגלייבט, אַז די באָלשעוויקעס — דאָס איז דער משיח, וואָס האָט אַ רויטן קאָליר, און פֿון זיי וועט קומען די גאולה אויף דער גאָרער וועלט…

דוד האָט גערעדט ניט אייַלנדיק, פֿון מאָל צו מאָל זיך אָפּגעשטעלט און אָפּגעאָטעמט:

— מייַן טאַטע האָט מיך אויך אויסגעלערנט שוסטערייַ, איך זאָל האָבן אַ פֿאַך אין האַנט און כ’זאָל קענען פֿאַרדינען מייַן שטיקל ברויט. אַזוי האָט זיך געפֿירט אַמאָל אין די אָרעמע משפּחות. אָבער די סאָוועטישע מאַכט האָט גערופֿן צו עפּעס אַנדערש, און אין עלטער פֿון זעכצן יאָר בין איך אַוועק אַרבעטן אין אַ פֿאַבריק. איך האָב געהאָרעוועט שווער, גלייבנדיק, אַז דערמיט דערנענטער איך דעם קאָמוניזם. אין די מיט־1930ער יאָרן בין איך אַרייַן אין דער פּאַרטיי, חתונה געהאַט. עס איז בייַ מיר געבוירן געוואָרן א מיידעלע. דעמאָלט האָט עס געהייסן לעבן לייַטיש. אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה האָב איך באַוויזן צו עוואַקויִרן מייַן ווייַב מיטן קינד אין דער געגנט פֿון ראָסטאָוו, גלייבנדיק, אַז ביז אַהין וועלן די דייַטשן ניט דערגיין, אָבער דאָרטן זייַנען זיי אומגעקומען…

דודס פּנים איז געוואָרן רויטלעך. מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז אין זייַנע אויגן האָט אַ בלישטשע געטאָן אַ טרער. ער האָט געוואָלט נאָך עפּעס דערציילן וועגן דעם, אָבער זיך געכאַפּט און ממשיך געווען:

— און איך בין מאָביליזירט געוואָרן אויפֿן פֿראָנט, אַַדורכגעגאַנגען די גאַנצע מלחמה ביזן לעצטן טאָג, עטלעכע מאָל פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. דער לינקער פֿוס הינקט בייַ מיר זינט דאַן, נאָך אַ וווּנד אין 1945. ווען איך בין צוריקגעקומען פֿונעם פֿראָנט אַהיים, האָב איך דערזען די צעוואָרפֿענע שטיינער במקום דער שטאָט. דאָס האַרץ האָט געבלוטיקט פֿון דער בענקעניש נאָך די אומגעקומענע ווייַב און קינד, און איך האָב ממש פֿאַרלוירן דעם חשק צום לעבן. אָבער ווי זאָגט מען, אַז גאָט גיט יאָרן, מוז מען שלעפּן די ליאַמקע. מייַנער אַ באַקאַנטער פֿון דער פּאַרטיי-אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט מיך גוט געקענט נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה, איז געוואָרן אַ גרויסע שישקע אין ראַיאָן, און ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט צו ווערן דער דירעקטאָר פֿון „רייַזאַגאָטסקאָט‟. ס’איז אַ קאָנטאָר אַזאַ. אַרבעטנדיק דאָרטן, האָב איך געדאַרפֿט אַרומפֿאָרן איבער דערפֿער, אייַנקויפֿן בייַ די פּויערים קי, שאָף, עופֿות און זיי שיקן אין די קאָלווירטן. איך האָב, אַגבֿ, ניט שלעכט פֿאַרשטאַנען אין די דאָזיקע זאַכן. האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן, יעדן אינדערפֿרי פֿלעג קומען אַ בעל-עגלה מיט אַ בריטשקע, מיך נעמען צו דער אַרבעט. די נאַטשאַלסטווע האָט מיך הויך געשעצט. שפּעטער בין איך זיך צונויפֿגעגאַנגען מיט אַ פֿרוי, וואָס איר מאַן איז געפֿאַלן אויפֿן פֿראָנט. זי האָט געהאַט אַ טעכטערל, און איך בין אַריבער צו וווינען בייַ איר. יענע יאָרן איז מען אין שטאָט מיר מקנא געווען, געזאָגט: דוד האָט געמאַכט אַן אוספּעך (דערפֿאָלג).

אָבער ס’איז געקומען דאָס פּייַנלעכע יאָר 1952. אין מאָסקווע האָט מען דערשאָסן די ייִדישע שרייַבער. דער אַנטיסעמיטיזם האָט גענומען צו ווילדעווען. נאָך אַזאַ שוידערלעכן חורבן האָבן מיר געדאַרפֿט נאָך דאָס אויך אַדורכגיין. ייִדן זייַנען אַרומגעגאַנגען דערשלאָגן מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ. די, וואָס זייַנען ביז נעכטן געווען ליבע פֿרייַנד, האָבן אויסגעמיטן זיך צו באַגעגענען און אויסגעדרייט די קעפּ. דעמאָלט האָב איך גוט אויסגעלערנט, אַז מע טאָר אויף קיינעם זיך ניט פֿאַרלאָזן. די געוועזענע חבֿרים זייַנען אין איבער אַ נאַכט געוואָרן שׂונאים… אומזיסט און אומנישט…

מיר האָבן געהאַט אַ בשותּפֿותדיקע קיך מיט אַן אוקראַיִנישער שכנה נאַדיאַ, און אַלע יאָרן געלעבט מיט איר ווי קרובֿים. די טירן פֿון די צימערן זייַנען געווען תּמיד אָפֿן, קיין סודות איינער פֿונעם אַנדערן ניט געהאַט. אירע קינדער האָבן זיך געהאָדעוועט בייַ אונדז. אָבער פּלוצעם, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דער דאָקטוירים-פּראָצעס און די ראַדיאָ האָט גענומען צו גראַגערן טאָג און נאַכט וועגן די „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟, האָט אונדזער שכנה גענומען אַרומלויפֿן אין קיך און מיט פּינע אויף די ליפּן משוגענערהייט קוויטשען:

מיר האָבן געהאַט אַ בשותּפֿותדיקע קיך…

—יאַק זשע מאָזשע בוטי אינאַקשע, יאַק זשידיוו או קרעמל זאַפּוסטילי?
(ווי קען עס זייַן אַנדערש, אַז מען האָט די זשידעס אַרייַנגעלאָזט אין קרעמל?)

און איך, אַ פֿראָנטאָוויק, וואָס האָט יעדן טאָג געקוקט דעם טויט אין די אויגן, האָב געמוזט אַראָפּלאָזן דעם קאָפּ און שווייַגן.

אָנהייב זומער 1952, אַ צייַט פֿאַר דעם, ווי עס האָט זיך צעשפּילט דער דאָקטוירים-פּראָצעס, רופֿט מען מיך אַרויס צום ערשטן סעקרעטאַר פֿונעם ראַיאָן־קאָמיטעט. ער האָט מיך גוט געקענט, זיך באַצויגן צו מיר מיט אָפּשייַ. אומדערוואַרט פֿאַר מיר גיט ער אַ זאָג: „חבֿר יאַראָשעווסקי, די רעזולטאַטן פֿון אייַער אַרבעט זייַנען ניט נאָר די בעסטע אין אונדזער זשיטאָמירער געגנט, נאָר אויך פֿון די העכסטע אין דער גאַנצער אוקראַיִנישער רעפּובליק. דער ראַיאָן־קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטיי האָט באַשלאָסן איינשטימיק פֿאָרצושטעלן דעם מיניסטעריום אין קיִעוו אייַער קאַנדידאַטור באַלוינט צו ווערן מיט א מעדאַל „פֿאַר אויסגעצייכנטער אַרבעט‟. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך ניט צופֿיל דערפֿרייט פֿון דער דאָזיקער בשׂורה. פֿאַרקערט, עפּעס אַן אינעווייניקסטער געפֿיל האָט מיך אַרייַנגעטריבן אין אַ מין אומרויִקן צושטאַנד. עפּעס די אינטויִציע האָט מיר אונטערגעזאָגט, אַז אין דער דאָזיקער תּקופֿה וואָלט געזינטער געווען אָן זייערע מעדאַלן און אָן דעם גאַנצן טאַראַראַם. און עס האָט זיך אָנגעהויבן דאָס וואַרטעניש. פֿון קיִעוו ענטפֿערט מען גאָרניט — ניט אַהער און ניט אַהין… אין אַ האַלב יאָר אַרום, שוין אין 1953, קומט אָן פֿון מיניסטעריום אַ באַפֿעל אָנשטאָט מיך צו באַלוינען, זאָל מען מיך באַזייַטיקן פֿון דער אַרבעט. ווען דער סעקרעטאַר פֿונעם ראַיאָן־קאָמיטעט האָט עס מיר איבערגעגעבן, האָט ער אַראָפּגעלאָזט די אויגן, ניט געהאַט קיין מוט אַ קוק צו טאָן אויף מיר.

אויף אַזאַ זאַך האָב איך זיך ניט געריכט, און עס האָט מיך אַרומגעכאַפּט ממש אַ היסטעריע. איך בין ניט פֿון די וויינערס, אָבער כ’בין צוריקגעקומען אַהיים, און טרערן האָבן זיך אַליין געגאָסן און ניט אויפֿגעהערט. איך האָב זיך גענומען צום פֿלעשל, כּדי אַ ביסל צו פֿאַרגעסן די צרות. מייַן ווייַב האָט מיך מיט אַלע כּוחות געפּרוּווט צו מונטערן, אָבער ס’האָט גאָרנישט ניט געהאָלפֿן; דער בראַָך איז געווען צו שטאַרק.

עס גייען אַוועק עטלעכע טעג נאָכן באַזייַטיקן מיך פֿון דער אַרבעט, קריג איך אַ פּאָוועסטקע (אַ רופֿצעטל). מע רופֿט מיך אַרויס „צו יענע לייַט‟, דאָס הייסט, אין „עמגעבע‟, ניט אויסגערעדט זאָל עס ווערן, — דערבייַ האָט דוד אויף אַַ ווייַלע סאַרקאַסטיש אַ שמייכל געטאָן. — קום איך אַהין אין אַ קאָסטיום, באַהאָנגען פֿון אַרויף ביז אַראָפּ מיט אָרדענס און מעדאַלן פֿון דער מלחמה. זיצט אַנטקעגן מיר אַ פּרצוף, וואָס אַז מע דערזעט אַזאַ איינעם אויף דער גאַס, גייט מען אַריבער אויף דער אַנדערער זייַט, און ער גיט אַ זאָג: „בעצם האָב איך צו דיר איין פֿראַגע: פֿאַר וואָס טראָגסטו אַ ניט ייִדישן פֿאַמיליע-נאָמען?‟

העסרט אַ מעשׂה! ניט מער און ניט ווייניקער. איך בין דערשטוינט געוואָרן, ווייַל איך האָב זיך געקענט ריכטן אויף אַלץ, אָבער ניט אויף אַזאַ נאַרישער פֿראַגע. איך האָב געמיינט קודם, אַז ער וויצלט זיך, אָבער געגעבן גוט אַ קוק אויף זייַן מאָרדע און פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז גאַנץ ערנסט. האָב איך אים געענטפערט: איך האָב דעם פֿאַמיליע-נאָמען געקראָגן בירושה פֿון מייַן טאַטן, ער — פֿון זייַן טאַטן. זיי ליגן ביידע אויף דעם היגן בערדיטשעווער בית-עולם. איך קאָן אייַך ווייַזן זייערע קבֿרים, גראָבט זיי אויס און פֿרעגט בייַ זיי די קשיא. איך האָב מער ניט וואָס צו ענטפֿערן אויף דעם. מע האָט מיך אָפּגעהאַלטן דאָרט זעקס שעה, אָבער אַרויסגעלאָזט מיט אַ קוועטש: „דערווייַל קאָנט איר זייַן פֿרײַ…‟

קומענדיק צוריק אַהיים, האָב איך דערזען מייַן פֿרוי, געשוואָלן פֿון וויינען. זי איז געווען זיכער, אַז מער וועלן מיר זיך שוין ניט זען. איך בין געווען אויף אַזוי ווייַט דערשלאָגן, אַז כ׳האָב באַשלאָסן זיך נעמען דאָס לעבן… נאָָך דעם, וואָס איך האָב איבערגעלעבט, מוז איך נאָך דאָס אַדורכגיין? — האָב איך זיך געפֿרעגט? איך דאַרף זיך שעמען אַרויסצוגיין אין גאַס? אָדער זיצן אין שטוב און הערן אָן אַן אויפֿהער די אַנטיסעמיטישע זידלערייַען פֿון דער שכנה? נאָך אַזויפֿיל דרך-ארץ, וויפֿל מע האָט געהאַט צו מיר אין שטאָט, זאָל איך אַרומגיין מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן און זוכן עפּעס אַן אויסקומעניש, עמעצער זאָל אויף מיר רחמנות האָבן? און פֿאַר וואָס? פֿאַר ווען? מיט וואָס האָב איך געזינדיקט? די אינעווייניקסטע באַליידיקונג און דער בזיון האָבן מיך פּשוט געריסן אויף שטיקער, און איך האָב איינדײַטיק באַשלאָסן: עס האָט ניט קיין טעם אָנצוגיין ווייַטער מיט אַזאַ לעבן און שלעפּן די ליאַמקע…

איך בין געגאַנגען שלאָפֿן מיט אַן איינדייַטיקן באַשלוס, אַז מאָרגן וועל איך מאַכן אַ סוף צו אַלץ, מע דאַרף נאָר אַ טראַכט טאָן, וויִאַזוי צו טאָן דאָס לײַכטער פֿאַר זיך און ניט צופֿיל שעדיקן מייַן צווייטע פֿאַמיליע, וואָס איך לאָז איבער… ליג איך בייַ נאַכט אויפֿן געלעגער, און עס חלומט זיך מיר מייַן טעכטערל, אומגעקומען פֿון די דייַטשן. איך זע זי ממש דייַטלעך. זי מאַכט צו מיר מיטן הענטעלע און זאָגט מיר: טאַטע, דו טאָרסט ניט… קום, זוך מיך אָפּ…

דער חלום האָט מיך דערשיטערט. איך בין אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, געזאָגט מייַן ווייַב, אַז איך מוז אַוועקפֿאָרן אויף אַ צייַט, כּדי צו בלייַבן בייַ די געדאַנקען. איך בין טאַקע געפֿאָרן קיין ראָסטאָוו, וווּ מייַן ערשטע פֿרוי מיט דער טאָכטער זייַנען אומגעקומען, געפֿונען דעם ברודער-קבֿר, אויסגעוויינט די נשמה דאָרטן, דערנאָך זיך אײַנגעאָרדנט אין אַ פֿאַרוואָרפֿן דערפֿל אָן שום רעגיסטראַציע, געאַרבעט דאָרטן און איבערגעזעסן די שלעכטע צייַטן.

אין אַ פּאָר טעג נאָך מייַן אַוועקפֿאָרן פֿון בערדיטשעוו איז מען געקומען בייַ נאַכט צו מייַן פֿרוי און געזוכט מיך, בכדי צו אַרעסטירן. ווען ניט יענער חלום, וואָס האָט מיך אַרויסגעטריבן פֿון דער היים, וואָלט איך מסתּמא ניט גערעדט איצטער מיט דיר. מייַן הייליק קינד איז געקומען פֿון יענער וועלט מיך צו ראַטעווען. ערשט ווען דער געוואָנצלטער גזלן האָט געפּגרט און עס איז אַנטפּלעקט געוואָרן די פֿאַלשקייט פֿון דעם דאָקטוירים-פּראָצעס, און מע האָט געקאָנט אַ ביסעלע אָפּאָטעמען, ערשט אין אַ האַלב יאָר אַרום בין איך צוריקגעקומען אַהיים. מע האָט מיך צוריק אומגעקערט צו מייַן פֿריִערדיקער אַרבעט, אויף וועלכער כ׳בין שוין פֿאַרבליבן ביז דער פּענסיע.

דוד האָט א ווייַלע זיך פֿאַרטראַכט, קוקנדיק אַ ביסל פֿאַרנעפּּלט ערגעץ ווייַט, דערנאָך אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און געזאָגט:

— נו, גענוג… וואָס האָב איך זיך דאָ אַוועקגעזעצט דערציילן מעשׂיות ווי אַ ייִדענע. כ׳האָב איצט אַזאַ אוצר מיט לייענוואַרג. מע דאַרף גיין אַהיים און זיך נעמען צו אַ בוך…


עס זייַנען אַדורך כּמעט דרייַסיק יאָר, זינט כ׳האָב געהערט די דאָזיקע געשיכטעס, אָבער זיי האָבן זיך זייער טיף באַזעצט אין מייַן זכּרון. פֿון מאָל צו מאָל קערן זיי זיך אום צו מיר און שטעלן פֿראַגעס וועגן דעם קרייַזלויף פֿון ייִדישן גורל, וועגן די נסים, וואָס באַגלייטן יעדן איינעם פֿון אונדז, און וועגן דעם, אַז יעדער איינער זוכט זייַן אייגענעם נאָמען פֿאַר די דאָזיקע נסים. איינער רופֿט עס „גורל‟, דער אַנדערער רופֿט עס „צופֿאַל‟, און דער דריטער רופֿט עס „גאָט‟. עס איז ניט אַזוי וויכטיק, ווי מע רופֿט עס, אָבער אַלע מאָל קומט אויפֿן זינען די מחשבֿה, אַז ווען אַ ייִד פּרוּווט אַפֿילו צו זייַן אינגאַנצן וועלטלעך, ערגעץ אין סאַמע פֿאַרבאָרגענעם ווינקעלע פֿון דער נשמה, זוכט ער גאָט, פּונקט ווי אַהרון צייַטלין האָט געשריבן אין זייַן ליד:

זײַן אַ ייִד הייסט אייביק לויפֿן צו גאָט,
אַפֿילו אַז מ׳איז אַן אַנטלויפֿער…
זײַן אַ ייִד הייסט נישט קענען אַרויס פֿון גאָט
אַפֿילו אַז מע וויל עס,
נישט קענען אויפֿהערן תּפֿילה צו טאָן
אַפֿילו נאָך אַלע תּפֿילות…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s