יעווגעני קיסין
מערץ 12
הײַנט האָב איך שפּאַצירט מער װי 5 שעה און דורכגעשפּאַנט 23.5 קילאָמעטער. צוריק װעגס, שוין דערנענטערנדיק זיך צו אונדזער גאַס, איז מיר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן די אידעע צו פֿירן אַ טאָגבוך: הײַנט האָבן האַנס–דיטער און לינדע [1] מיך אינפֿאָרמירט, אַז אונדזערע קאָנצערטן מיט רענע פֿלעמינג [2] אין מינכן, דרעזדען און קאַלאַמאַזו, װאָס זײַנען געװען פֿאַרפּלאַנירט אױפֿן 22סטן און 25סטן מערץ, און אויפֿן 15טן אַפּריל, זײַנען אָפּגעשאַפֿן געװאָרן (לינדע האָט אָנגעשריבן, אַז עס װעט מעגלעך זײַן ניט די לעצטע אָפּשאַפֿונג). טשעכיע האָט הײַנט פֿאַרמאַכט די גרענעצן מיט 13 לענדער, אַמעריקע האָט פֿאַרבאָטן דעם אַרײַנפֿאָר פֿון אײראָפּע (אַ חוץ בריטאַניע) אױף אַ חודש — דעריבער װעל איך איצט פֿאַרברענגען פֿיל טעג אין דער הײם און האָבן מער פֿרײַע צײַט, װי ביז אַהער. אַבי אָט די מיטלען זאָלן טאַקע באמת העלפֿן די מענטשן אױסמײַדן דעם װירוס… האָפֿנטלעך, װעט זיך מיר סוף–כּל–סוף אײַנגעבן ברענגען צו אַן אָרדענונג מײַן שלאָף.
טראַמפּ איז, אַװדאי, אַ פֿולשטענדיקער טיפּש: פֿון אײראָפּע האָט ער פֿאַרבאָטן אַרײַנפֿאָרן קיין אַמעריקע, און פֿון כינע — ניט! און װאָס איז דער זינען צו מאַכן אַן אױסנאַם פֿאַר בריטאַניע? מע װעט דאָך קאָנען טרעפֿן קײן אַמעריקע פֿון אַלע אײראָפּעיִשע לענדער דורך בריטאַניע! פֿון פּראָג, למשל, זײַנען ניטאָ קײן דירעקטע פֿלוגן קײן ניו–יאָרק, דעריבער פֿליִען מיר אַהין שטענדיק דורך לאָנדאָן! נו, דאָס, װאָס טראַמפּ איז ניט קיין גרויסער חכם, װײסט מען שױן לאַנג, נאָר אונדזערע רוסיש–ייִדישע „טראַמפּיסטן‟ הערן ניט אױף מיך איבערראַשן און אַרײַנברענגען אין כּעס. ערשט נעכטן האָט אײנער פֿון זײ צעשיקט זײַנע באַקאַנטע, אײַנשליסנדיק מיך, זײַן אינטערװיו, װי אױך אַרױסזאָגונגען פֿון אַ פּאָר אַנדערע חסידים פֿון טראַמפּ… װי זשע קאָן מען מיט אַזאַ אײזלשער פֿאַרעקשנטקײט צומאַכן די אױגן אױף אַלץ?! באמת, „החלות לנפּל‟ — אױב מע האָט פֿון אָנהײב אָן אונטערגעהאַלטן אַזאַ פֿירער, װעט מען װערן פֿאַרזונקען אַלץ טיפֿער און טיפֿער אין אָט דער בלאָטע.

מערץ 13
נעכטן האָב איך זיך געלײגט שלאָפֿן אַרום 1 אַ זײגער בײַ נאַכט, גיך אײַנגעשלאָפֿן און זיך אױפֿגעכאַפּט אַ פֿערטל צו 12 בײַ טאָג. געגאַנגען שפּאַצירן אױף 3 שעה, דורכגעשפּאַנט 14.6 קילאָמעטער, זיך אומגעקערט אַהײם, אײַנגעשלאָפֿן און נאָך דעם געפֿילט זיך שלעפֿעריק דעם גאַנצן אָװנט. אפֿשר גראָד אַזעלכע שפּאַצירן אױף צענדליקער קילאָמעטער װעלן ברענגען מײַן שלאָף אין אָרדענונג?
מאַריע [3] איז געקומען אױף אַ שעה. בשעתן שפּאַצירן און נאָך דער סעסיע מיט מאַריען האָב איך געהערט די רעקאָרדירונגען פֿון בעטהאָװענס קװאַרטעטן, געשפּילט פֿונעם קװאַרטעט אױף אַלבאַן בערגס נאָמען. זײ זײַנען פֿאָרט געװען די בעסטע אין זײער דור! נאָך דעם האָב איך איבערגעלײענט ביזן סוף אַלפֿרעדס [4] עסײ װעגן סטאַלינען. װי גוט, װאָס איך האָב זיך פֿאַרבונדן און זיך באַקענט מיט אים! אַבי נאָר די גאַנצע מעשׂה מיטן װירוס זאָל זיך װאָס גיכער פֿאַרענדיקן, אַזױ אַז איך װאָלט געקאָנט פֿאָרן קײן בודאַפּעשט (מיט קאַרינאָטשקען!) און װידער זיך טרעפֿן מיט אַלפֿרעדן און מאַרשען [5]!
דורכגעלײענט די ערשטע העלפֿט פֿון זײַן עסײ װעגן אַלעקסאַנדר דעם 2טן.
מערץ 14
הײַנט איז באָבע רחלס יאָרצײַט. מיר האָבן אױסגעטרונקען אַ ביסעלע װײַן אין איר אָנדענק. שױן 32 יאָר… אױף די אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט זי אױס װי אַ שטאַרקע פֿרױ, נאָר איך געדענק זי שױן אַ שטילע און אַ װײכע: אַ פּנים, איבער דעם שװערן לעבן און דעם שלעכטן געזונט.
לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן, כאָטש זײער געװאָלט שלאָפֿן, װען כ׳האָב זיך געלײגט אין בעט. אױפֿגעכאַפּט זיך זײער פֿרי און װידער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. אױפֿגעװאַכט זיך כּמעט מיטאָג.
קאַרינאָטשקע האָט מיר געװיזן אויפֿן פֿײסבוק אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וווּ דער פּלאַץ פֿון הײליקן מאַרק אין װענעציע זעט אויס אַבסאָלוט לײדיק, ווי אויך װידעאָ־רעקאָרדירונגען פֿון איטאַליענער זינגען אױף זײערע באַלקאָנען.
קאַרינאָטשקע, זשענעטשקע און איך האָבן באַזוכט זאַראָטשקען. צוריק װעגס זײַנען מיר אַרײַן אין אַ רוסישן מאַגאַזין נאָך שפּײַז. איך האָב דאָרטן אױסגעקוקט עטלעכע גוטע ביכער, מירן זיי קױפֿן מאָרגן.
הײַנט האָב איך דורכגעשפּאַנט קנאַפּע 13 קילאָמעטער. אין מיטן שפּאַציר בין איך לאַנג געזעסן אױף אַ בענקעלע אינעם אָלשאַנסקי־צװינטער (אײערנעכטן האָב איך שפּאַצירט אויפֿן נײַעם ייִדישן בית–עולם, דורכגעגאַנגען דאָרטן דורך די אַלע אַלײען); ס׳איז געװען גוט צו זיצן אונטער דער מילדער זון. די מאַמע קאָן עס ניט פֿאַרשטײן, װײַל אין איר עלטער רופֿן אַרױס בית–עולמס און צװינטערס גאָר אַנדערע אַסאָציאַציעס… אַבי נאָר זי זאָל לעבן נאָך כאָטש אַ פּאָר צענדליק יאָר!
ניקע איז געקומען צו פֿליִען פֿון אָקספֿאָרד. לױטן געזעץ מוז ער צװײ װאָכן בלײַבן אין קאַראַנטין.
װײניק מענטשן אױף די גאַסן. אײניקע רעסטאָראַנען גיבן אַרױס שפּײַז דורך די פֿענצטער אױף takeaway. [נעם מיט זיך]
איבערגעלײענט (צום ערשטן מאָל נאָך פֿיל יאָרן) פּושקינס „מאָלצײַט בשעת דער פּעסט‟, דורכגעקוקט די נאָטן פֿון קיויִס [6] מוזיק און געזען פֿראַגמענטן פֿון זאַכאַראָװס [7] פֿילם.
ניקע האָט דערציילט װעגן די שטרײַטן מיט זײַנע לינקע אוניװערסיטעט–חבֿרים; זײ װילן זיך דערשלאָגן, מע זאָל פֿאַרװערן די רעכטע פּאָליטיקערס אַרױסטרעטן אין דעם Oxford Union. אַ מאָלאָדיעץ! ער האָט אונדז דערקלערט דעם אונטערשײד צװישן gender און sex און דערצײלט, אַז בײַ זײ אין אָקספֿאָרד שטרײַט מען װעגן דעם, צי קאָן סעקסיזם זײַן בלױז קעגן פֿרױען צי אױך קעגן מענער.
איבערגעלײענט אַלפֿרעדס אַרטיקל װעגן אַלעקסאַנדר דעם צװײטן.
קאַרינאָטשקע האָט מיר געװיזן אױפֿן פֿײסבוק אַ מערקװירדיק ליד װעגן קרױנװירוס, געשאַפֿן און געזונגען פֿון גרוזינישע סטודענטן, װאָס זײַנען געבליבן שטעקן אין איטאַליע. בראַוואָ! אַזאַ אױסגעצײכנט ליד אינעם גרוזינישן נאַציאָנאַלן סטיל, און זײ זינגען אַזױ װוּנדערשײן!
מ’האָט געמאָלדן, אַז מאָרגן וועט אין איטאַליע דורכגעפֿירט ווערן אַן אַלגעמיינע תּפֿילה פֿון די גאַניקעס, אָפּצושטעלן די מגפֿה: „פּאַטער נאָסטער‟ און „אַװע מאַריִאַ‟.

מערץ 15
הײַנט בין איך געשלאָפֿן גוט.
אַ מאָדנע געפֿיל: געװײנטלעך, װילט זיך זײַן נענטער צו אַנדערע מענטשן, כּדי צו העלפֿן אײנער דעם אַנדערן, און איצט דאַרף מען טאָן דװקא פּונקט פֿאַרקערט, כּדי צו העלפֿן זיך אַליין און אויך די אַנדערע…
ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אינעם רוסישן מאַגאַזין גיט מען ביכער אומזיסט. כ׳האָב גענומען פֿיל ביכער, מ׳האָט מיר געגעבן אַ קאַרטאָן–פּושקע פֿאַר זײ. כּל–זמן איך האָב געװאַרט בײַם מאַגאַזין אױף קאַרינאָטשקען, װאָס זי איז געקומען מיטן אױטאָ, איז צוגעפֿאָרן אַ גרעסערער אױטאָ, און אַ יונג פּאָרפֿאָלק האָט אױסגעלאָדן פֿון דאָרטן גאַנצע קעסטעלעך מיט שפּײַז–פּראָדוקטן און אַרײַנגעטראָגן זײ אין אַ הױז.
ראָנאַלדאָ האָט געמאָלדן, אַז ער װעט איבערמאַכן זײַנע צװײ פֿירשטערנדיקע האָטעלן אין שפּיטאָלן. בראַװאָ, ראָנאַלדאָ!
קאַרינאָטשקע און איך זײַנען אַרײַן צו מומע מאַרינע. זאַראָטשקע איז אױך געקומען; מיר האָבן געהאַט מיט איר אַ וויכּוח װעגן דעם, צי אַלץ אין דער נאַטור איז פֿולקום (אין צוזאַמענהאַנג מיט ברית אאַז״װ). דערנאָך בין איך געגאַנגען שפּאַצירן און געשפּאַנט בסך–הכּל 19.5 קילאָמעטער. געזען אַ מאַן בײַ אַ פּאַסאַזשיר–אױטאָ מיטן אָפֿענעם באַגאַזשניק, און דאָרטן — מילי–מיליאַסן טואַלעט–פּאַפּיר. כאָטש באַביש האָט אױפֿגערופֿן דעם עולם ניט אײַנקױפֿן צו פֿיל סחורות אין מאַגאַזינען, טוט מען עס פֿאָרט… כ׳האָב געפֿונען אַ גרין בערגל, װאָס מע קען עס ניט זען אױף דער מאַפּע אינעם אײַפֿאָן, און שפּאַצירט איבער דעם. שפּעטער, װען ס׳איז שױן געװאָרן פֿינצטער, האָב איך צום ערשטן מאָל אין לעבן שפּאַצירט אינעם װיטקאָװ פּאַרק, װוּ עס שטײט אַ דענקמאָל יאַן זשיזשקען און אַ מעמאָריִאַל אין אָנדענק פֿון די געפֿאַלענע העלדן.
פֿאַרן שלאָפֿן בין איך אַרײַנגעגאַנגען צו מײַניקע, פֿאָרגעלײגט אױסצוקלײַבן ביכער דער מאַמען און אַלאָטשקען; זײ האָבן גענומען אַ סך. געלײענט דער מאַמען און אַנע פּאַװלאָװנען אױף אַ קול שוקשינס [8] „מיל פּאַרדאָן, מאַדאַם!‟ (זײ האָבן פֿריִער ניט געוווּסט די דאָזיקע דערצײלונג).
דעם גאַנצן טאָג האָט מען געװאַרט אױף דער מיטטײלונג פֿון דער רעגירונג, װאָס האָט אָפּגעהאַלטן אַ זיצונג פֿון 4 אַ זײגער בײַ טאָג ביז אַרום 11.30 אין אָװנט, מכּוח דעם, צי מע זאָל אײַנפֿירן אַ פֿולן קאַראַנטין צי ניט. דער באַשלוס איז געווען, אַז מע װעט אײַנפֿירן אַ קאַראַנטין אױף 8 טעג: מע װעט מעגן אַרױסגײן פֿון שטוב בלױז אױף אַרבעט, נאָך שפּײַז–פּראָדוקטן, אין אַפּטײק, צוליב דרינגלעכע פֿאַמיליע–ענינים, פֿאַר זאָרג װעגן קרובֿים. ס׳וועט דערלויבט זײַן צו שפּאַצירן אין פּאַרקן און װעלדער, נאָר ס׳װערט רעקאָמענדירט זיך האַלטן אױף אַ דיסטאַנץ פֿון צװײ מעטער פֿון אַנדערע מענטשן.
פֿאַרן שלאָפֿן האָב איך געלײענט דאָס פֿאָרװאָרט צו דער צװײטער אױסגאַבע פֿון ע. ה. קאַרס [9] „װאָס איז געשיכטע?‟. כ׳האָב ניט געװוּסט, אַז אין יענער צײַט זײַנען געװען אַזעלכע אַפּאָקאַליפּטישע שטימונגען צװישן די בריטאַנישע אינטעלעקטואַלן.
מערץ 16
געשלאָפֿן גוט. אינעם לעצטן חלום האָב איך פֿאַנטאַזירט װעגן דעם, װאָס איך װאָלט געזאָגט טראַמפּן, װען איך װאָלט אים באַגעגנט. דער לעצטער װאַריאַנט, גלײַך פֿאַרן אױפֿכאַפּן זיך, איז געװען אַזאַ: „עך, מיסטער פּרעזידענט, אַ שאָד, װאָס איך בין ניט קײן האָמאָסעקסואַליסט, אַניט װאָלט איך אײַך אָנגעכאַפּט בײַ די בצים!‟.
מע דאַרף אים טאַקע אָנכאַפּן, װי געהעריק, בײַ די בצים, װי אױך זײַן פֿרײַנדל דזשאָנסאָנען: אין אַמעריקע און בריטאַניע איז מיטן קאָראָנע־װירוס אַ תּוהו–ובֿוהו.
נײַעס פֿון איטאַליע: „לױט די פֿאָרלױפֿיקע פּלענער אױף דער קומענדיקער פֿאַזע פֿונעם קריזיס, װעלן די קרבנות פֿון קאָראָנע־װירוס קאָנען געלאָזט װערן צו שטאַרבן, אױב זײ זײַנען אַלט 80+ אָדער שלאַפֿע‟. ס׳אַראַ קאָשמאַר…
כ׳האָב אונטערגעחתמעט אַ װענדונג קעגן דער „קאָנסטיטוציאָנעלער איבערקערעניש‟ און איבערגעשיקט זי מײַנע מיטדענקערס אין מאָסקװע.
געגאַנגען מיט קאַרינאָטשקען נאָך שפּײַז–פּראָדוקטן, דערנאָך — אויף אַ שפּאַציר אין ריגעראָװי סאַדי. צוריק װעגס, לױט קאַרינאָטשקעס בקשה, בין איך אַרײַן אינעם רוסישן מאַגאַזין צו קױפֿן הרעטשקע, נאָר דאָרטן האָט מען זיך בלױז צעלאַכט: ניטאָ קײן הרעטשקע, און אַלע װילן זי. אפֿשר װעט מען זי ברענגען מאָרגן, אפֿשר דאָנערשטיק. דערפֿאַר אָבער האָט מען אַװעקגעשטעלט אױף אַ פּאָליצע דעם צװײטן באַנד פֿון װ. דאַלס [10] זאַמלונג „רוסישע שפּריכװערטער‟ (נעכטן איז געװען בלױז דער ערשטער באַנד), װאָס כ׳האָב אים גענומען בחינם. אין אַלגעמײנעם סך–הכּל האָב איך שפּאַצירט אַריבער 10 קילאָמעטער.
אױף די גאַסן און אינעם פּאַרק זײַנען ניט װײניקער מענטשן, װי נעכטן, נאָר הײַנט איז דאָך אַ װאָכעדיקער טאָג, אַזױ אַז דער קאַראַנטין, אַװדאי, האַלט מענטשן אין דער הײם. פֿיל אױטאָס. צום באַדױערן, װײַט ניט אַלע מענטשן סטאַרען זיך האַלטן די צװײ–מעטער דיסטאַנץ.
געלײענט קאַרס בוך.
המשך קומט
[1] האַנס–דיטער און לינדע — דײַטשישער און אַמעריקאַנער אימפּרעסאַריאָס
[2] פֿלעמינג, רענע — באַרימטע אַמעריקאַנער זינגערין
[3] מאַריע — קיסינס פֿיזיאָטעראַפּעװטין
[4] ריבער, אַלפֿרעד — אַ היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר פֿונעם צענטראַלן אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט אין בודאַפּעשט
[5] זײפֿערט, מאַרשע — זײַן פֿרױ, אױך אַ היסטאָריקער און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם צענטראַלן אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט
[6] קיויִ, צעזאַר (1835־1918) — רוסישער קאָמפּאָזיטאָר און מיליטערישער אינזשעניר
[7] זאַכאַראָוו, מאַרק (1933־2019) — סאָוועטישער טעאַטער־ און קינאָ־רעזשיסאָר
[8] שוקשין, וואַסילי (1929־1974) — סאָוועטישער אַקטיאָר, רעזשיסאָר, שרײַבער
[9] קאַרר, עדואַרד האַללעט (1892־1982) — בריטישער היסטאָריקער, פּאָליטאָלאָג, דיפּלאָמאַט
[10] דאַל, וולאַדימיר (1801־1872) — רוסישער שרײַבער, עטנאָגראַף, לעקסיקאָגראַף