באָריס קאַרלאָוו
מײַן מוזע…
מײַן מוזע זאָגט: איר זינגט צו פֿיל פֿון טויט.
(אַזאַ מין טבֿע האָט זי — מיר כּסדר אירצן.)
אַ סקרוך איבערן לײַב און אויף דער הויט —
איך וועגן טויט?! די יאָרן כ׳טו זיך קירצן.
ניין, ניט פֿון טויט, מײַן ליבע, איז מײַן ליד,
נאָר גראָד פֿון אַלץ וואָס צו טאָן מיט לעבן.
נאָר וואָס זשע דען? — צו־מאָל דער פֿערז פֿאַרפֿליט
העט־העט אַהין, וווּ ס׳ווערט פֿאַרשטומט דאָס רעדן.
כ׳וואָלט גערן וועלן שווײַגן וועגן סוף,
נאָר דער געזאַנג פֿאַרגעסט אָפֿט זײַנע ברעגן,
דערלאַנגנדיק צום בלויזן אַדערויף,
כּדי אויף ס׳נײַ באַוווּנדערן דאָס לעבן.
אַפּריל 2017
מאָדנער מערץ
דער מאַרצאָווער שניי זיך ראַנגלט אויסצופֿאַלן,
די מאַרצעווע זון — ברייט צעשפּרייט די שטראַלן,
דאָס מאַרצאָווע ווינטל שטילט זיך אײַן צוביסלעך,
די מאַרצאָווע וועווערקעס קנאַקן זיך די ניסלעך…
און דו שטייסט און גאַפֿסט, שטייסט בײַם עק פֿון ווינטער
פֿרעגסט: וווּ גייט דאָס אַלץ אַזוי פֿלינק אַהינטער?
פֿרילינג, זומער, האַרבסט, אויך די בייזע וויוגעס —
שוין אַלץ אַראָפּ פֿון מאַרק? — סאַראַ האַרבע סוגיא…
דאַכט זיך, וואָס? — אַ יאָר. דאַכט זיך, אַ שטיק לעבן?
פֿון מעריבֿ ביז קאַיאָר דער אין־סוף טוט זיך וועבן.
דער אין־סוף?! טאַקע ער?! טאָ ווער טוט אים פֿאַרשטעקן
פֿון לעבן וואָס איז וואָר, וואָס ענדלעך מוז זיך עקן?
2019/2014
אויסגענעכטיקט
גאַנצפֿרי אין דוש הײַנט זיך אַליין פֿאַרוווּנדערט:
מיט ריינעם שטראָם פֿון זיך אַראָפּגעשווענקט
אײַ, סאַראַ פֿרייד אויף ס׳נײַ צו זײַן דאָס ייִנגל —
שוין גאָרניט קליין, הגם נאָך כּלל ניט גרויס!
ווער ווייסט, צי ער וועט נאָך, אַמאָל אַ זינג טאָן,
ווער קאָן דאָס אַלץ דען וויסן פֿון פֿאָרויס?
דערווײַל זשע שפּרינגט ער, לויפֿט ער, און עס קלינגען
קול־בענדלעך, וועלכע בײַטן באַלד זײַן קול,
קאָן זײַן אַז ער ׳עט טאַקע נאָך אויסזינגען
ווי מ׳שווענקט אַראָפּ די יאָרן פֿון אַמאָל.
מערץ 2017
אַ זעקעלע מעל
כ׳וואָלט גערן דעם טאַטן געשיקט אַן אי־מייל,
צי געדענקסטו נאָך, טאַטע, דײַן זעקעלע מעל?
ענטפֿער מיר, טאַטע, אַז דו האָסט ניט פֿאַרגעסן,
אַז די צײַט און די ווײַט האָבן גאָרניט צעפֿרעסן
די דערמאָנונג ווי פֿלעגסט מיך יומם־וליל
אויף די פּלייצעס טאָן טראָגן: „אַ זעקעלע מעל!‟
אַ וועלט איז פֿאַרבײַ, אַ מאַיאָנטיק מיט צײַט,
נאָר כ׳געדענק אַלץ און שפּיר ביזן הײַנטיקן הײַנט,
נאָר גיי עס דערקלער, און גיי עס דערצייל
ווי שטאַרק ס׳בענקט נאָך דיר דײַן זעקעלע מעל!
כ׳וואָלט גערן דעם טאַטן געשיקט אַן אי־מייל
מערץ 2018
טאַטע מיט די ביינער?..
ס׳האָט אַמאָל אַן אַלטער פֿויגל
דיך געלערנט: פֿלי ניט הויך
ווײַל דײַן פֿליִען וועט ניט טויגן
ס׳עט זיך אויסלאָזן אַ רויך
און אַן אַנדערער בעל־כּנף
צוגעגעבן: פֿלי זיך שטיל
בעסער בלײַב — מערניט אַן עניו
אָן אַ זײַט פֿון פֿייגל־שפּיל
נאָר פֿונדעסטוועגן האָט איינער
דיר געזאָגט: דו, טו אַ פֿלי
ביסט — דער טאַטע מיט די ביינער —
ניט אומזיסט וועט זײַן דײַן מי
ווער זשע איז דאָס — יענער איינער
וואָס ט׳געראָטן דיר אַזוי?
ס׳איז — דער טאַטע מיט די ביינער
אָט דערפֿאַר — דו, אים געטרוי
מערץ 2018
נאָר טאָמער
מע מוז ניט איבערזעצן ווייטיק
פֿאַר פֿרייד קיין תּרגום איז ניט נייטיק
און אויך געזאַנג איבערצושפּילן
אין טויטלעך פֿרעמדן קלאַנג פֿאַרהילן
איז ניט קיין גרויסער מוז מסתּמא
ווען שורשנדיק זיך פֿלעכטן גראַמען
אין טאַטע־מאַמע עכטן לשון
וואָס וויל ניט ווערן אויסגעדראָשן
נאָר טאָמער מאַכט זיך איבערפֿירן
געקלאַנג — אין בונטקייט פֿון קאָלירן,
דעם אָטעם פֿון דער היים — אין גלות
און רײַכקייטן — אין זיבן פּאָלעס
איז דאָך אַוודאי, מהיכא תּיתי —
באַשיידנקייט מעג ווערן דרייסטער
מערץ 2020
שטילער אומרו
דו שאַפֿסט מיט ווערטער און מיט קלאַנגען
אַ גאַנצע וועלט, אַ גאַנצע וועלט
קאָן זײַן די גרויסע וועלט אינגאַנצן
זי גאָר פֿאַרזאַמט, פֿאַרמײַדט, פֿאַרפֿעלט
נאָר מיט דעם כּישוף פֿון באַשאַפֿונג
די גרויסע פֿרייד זיך הייס צעהעלט
ביז ערגעצוווּ אין ווײַטן האַפֿן
דײַן וואָרט, דערווײַטערט, זיך צעקוועלט
עס וועלן דאַן די שטערן גאַפֿן
מיט ליכט וואָס הײַנט שוין לאַנג זיי פֿעלט
די שטערן ווײַטע, ווי די טראַפֿן
אין שורות דײַנע אויסגעשטעלט
פֿערברואַר 2020
מישיגאַנער ווינטן
ס׳ווערט
דער ווינטער
האַרבער
אין אַן אַרבאָר
אַרבאָר
מיינט דאָך
בוים
לכל־הדעות
עץ־החיים
באָרעט זיך
מיט שטאַרבן
דויערט אויס —
דעם פֿראָסט
דעם ווינט
די שנייען
יאַנואַר 2020
מײַן מאַמע
מײַן מאַמע איז ניט סתּם אַ מאַמע,
מײַן מאַמע איז דער שטאָלצער שטאַם
פֿון וועלכן שטאַמען אַלע מאַמעס,
פֿון וועלכן מײַן ליבשאַפֿט שטאַמט.
מײַן מאַמע איז ניט סתּם אַ מאַמע,
צו מיר געווענדט, איר שמייכל שטראַלט
אַריבער טאָלן, בערג און ימען —
סײַ איבער הייס,
ווי איבער קאַלטס…
אַזוי־אָט שענקט דעם טײַך,
וואָס מעכטיקט זיך,
זײַן קראַפֿט,
זײַן רײַפֿקייט
און זײַן עכטיקײט
אַ טיפֿער און אַ קלאָרער קוואַל.
אָנהייב דערוואַכונג, 1993