לאַפּסוס־קאַקטוס — 31

לעצטנס, האָבן מיך עטלעכע לייענערס געבעטן איבערדרוקן נאָך עטלעכע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן פֿון רחל בוימוואָלס ביכעלע „אַנטקעגן דעם וואָס איר זאָגט‟ (זע: „לאַפּסוס־קאַקטוס — 4‟). אַוודאי, וואָלט געווען גלײַכער דאָס פּערלדיקע ביכל ווידער אַרויסגעבן. מיר ווייסן אָבער, ווי לײַכט עס קומט הײַנט אָן אַרויסלאָזן אַ ייִדיש בוך. שוין גיכער וואָלט מען עס געדאַרפֿט פּשוט אַרויסלאָזן דיגיטאַליש, איז ווידער — ווער און וווּ?

ווי עס זאָל נישט זײַן, גיי איך אַנטקעגן אונדזערע געטרײַע לייענערס און דרוק איבער דאָס קאַפּיטל, וואָס הייסט, „שוין איין מאָל ביטער!‟

אידיאָמען מיטן וואָרט „ביטער‟ זײַנען זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ייִדישער שפּראַך. עס פֿילט זיך, אַז דאָס פֿאָלק איז אויסגעשטעלט אויף אָן אַ שיעור ביטערניש. אויף טריט און שריט קאָן מען הערן: „ביטערע טעג‟, „ביטערע יאָרן‟, „אַ ביטערע צײַט‟… מאַמעס וויינען מיט ביטערע טרערן. דאָס וואָרט „ביטער‟ קומט נאָך מיט אַ פֿאַרגלײַך: ווי גאַל, ווי דער טויט. מיט איין וואָרט, דאָס זײַנען ביטערע רייד.

בײַ דעם גלות־ייִד זײַנען דאָס רובֿ ביטערע געשעפֿטן. און אַז די געשעפֿטן זײַנען ביטער, שאַפֿט זיך אַ ביטערע לאַגע. און אַז ס׳איז אַ ביטערע לאַגע, איז דאָס אַ ביטערע מעשׂה! אָבער בכלל זײַנען ייִדן נישט פֿאַרביטערט. זיי האָפֿן יעדעס מאָל אויף בעסערע צײַטן, נאָר האָבן גאַנץ אָפֿט אַ ביטערן טעות. זיי באַשולדיקן אין דעם זייער ביטער מזל.

אָפֿט קאָן מען הערן ווי אַ ייִדענע רופֿט אויס: וויי איז מיר און ביטער! בייזערט זיך אויף איר דער מאַן: פֿאַרביטער מיר נישט דאָס לעבן!

אָדער ער רופֿט זיך אָן: — שוין איין מאָל ביטער! ביטער וואָס ביטער הייסט!

אין אַ באַרימט פֿאָלקסליד זינגט זיך:
ווי עס איז ביטער, / מײַן ליבע מיטער — / אַ פֿייגעלע אָן אַ נעסט…

ווער ווייסט אַזוי גוט ווי דער ייִד, וואָס הייסט זײַן אָן אַ נעסט! און דאָך זיצן ביז הײַנטיקן טאָג ייִדן אין די גלות־לענדער. זיי שטעלן זיך נישט פֿאָר, אַז זיי קענען זיך דערשפּילן ביז אַ ביטערן סוף. קאָנטיק, זיי ווילן ביזן סוף אויסטרינקען דאָס גאַנצע ביטערניש. אַ ביטערער רחמנות אויף זיי.

אַ מערקווירידיקע דערשײַנונג זײַנען די אויסדרוקן אַ ביטערער נאַר, אַ ביטערער עקשן, אַ ביטערער יונג. יעדע ביטערקייט האָט דאָ אַ באַזונדערן ניואַנס. אַז מע זאָגט, אַ ביטערער עקשן, הייסט עס, אַ שרעקלעכער עקשן. אַז מע זאָגט, אַ ביטערער נפֿש, מיינט עס, אַ פּאַסקודנער נפֿש. אַ ביטערער נאַר ווידער — דאָס איז נישט נאָר אַ גרויסער, אַ שרעקלעכער נאַר, נאָר אויך יענער, אַויף וועמען עס איז אַ ביטערער רחמנות. מע גיט נאָך אָפֿט צו, נעבעך. נעבעך אַ ביטערער נאַר. דערפֿאַר אָבער אַ ביטערער יונג, ווערט מיינסטנס געזאָגט מיט אַ לײַכטן שמייכל און אַפֿילו מיט סימפּאַטיע. נישט שטענדיק, נאָר אָפֿט. טיילמאָל באַדײַט עס אַ דרייסטער, אַ געוואַגטער אין זײַן פֿירונג, טיילמאָל — אַ שווערער כאַראַקטער פֿון ווידערשפּעניקייט. מע קען אַפֿילו אַוועקלייגן יענעם די האַנט אויפֿן אַקסל און מיט אַ גוטן שמייכל אויסרופֿן: „ביסט אַ ביטערער יונג!‟

דאַקעגן, ווען מיר זאָגן דעם ביטערן אמת, איז טאַקע דער אמת ביטער. ער קאָנסטאַטירט אַ נעגאַטיווע דערשײַנונג.

אײַ, ייִדן, ייִדן! ווען עס טרעפּט, אַז אַלץ איז שוין גוט, די געשעפֿטן זײַנען נישט ביטער און נאָך אַ ריי ביטערנישן זײַנען אָפּגעפֿאַלן, קומט אָפֿט עפּעס אַזוינס, אויף וואָס מיר זאָגן:

„גוט, גוט, און צום סוף ביטערלעך…‟

זאָלן מיר שוין וויסן וועגן ביטערקייט נאָר פֿון פּסחדיקע ביטערע קרײַטעכצער.

אַ גוטן יום־טובֿ!

אײַער לאַפּסוס־קאַקטוסкактус

Leave a comment