די געשיכטע פֿון ייִדן אין בעמען און מערן (10)

מיכאל דונאַיעווסקי

ווירטשאַפֿטלעכער און געזעלשאַפֿטלעכער אויפֿבלי

המשך פֿון פֿאָריקן קאַפּיטל

ווי מע באַשרײַבט עס אין קוואַלן פֿון יענער צײַט, האָט זיך מײַזל באַשעפֿטיקט מיט האַנדל, געלט און סחורה. דער עיקר, האָט ער געהאַנדלט מיט תּכשיטים, זילבער, וואָל און פֿעטס. געלט צו אַנטלײַען האָט ער געגעבן צו אַדל און קייסערס גרויסער פֿאַמיליע. מע דערציילט אין די קוואַלן, אַז ער פֿלעג תּמיד פֿירן זײַנע געשעפֿטן בנאמנות און ניט איבערטרײַבן מיט פּראָצענטן. וואָס שייך דעם היסטאָרישן אמת קענען מיר ניט טענהן אויף זיכער, אַז ער האָט זיך שטענדיק אויפֿגעפֿירט אין זײַנע ענינים טאַקטפֿול… יעדנפֿאַלס, איז ער געווען גאָר פֿרײַ זיך אויפֿצופֿירן לויט זײַן אייגענעם ווילן, ווײַל ער איז געוואָרן אַ הויף־ייִד בײַם קייסער רודאָלף דעם צווייטן.

הויף־ייִדן זענען אין יענער תּקופֿה געווען אויסערגעוויינטלעך פּריווילעגירטע אײַנוווינערס פֿון געטאָס. אויסער זיי, זענען במשך פֿון דער צײַט אויפֿגעקומען אויך, די אַזוי גערופֿענע, באַשיצטע צי טאָלערירטע ייִדן, דהײַנו: גאָלדשמידער, דאָקטוירים, קינסלטלערישע בעל-מלאָכות וכדומה, וועלכע האָבן באַקומען זייערע פּריווילעגיעס נאָר אויף אַ געוויסער צײַט.

Maysel-sinagog
מײַזלס שיל אין פּראָג

מײַזל האָט באַקומען פֿאַר זײַן דינען דעם הויף אַ סך פּריווילעגיעס, וואָס שייך זײַן אייגן לעבן און האַנדל. בלויז ער האָט אין יענער צײַט געקאָנט אַנטלײַען געלט אויף שטרות, און די הלוואָות רעגיסטרירן אין דעם העכסטן מלוכה-אַמט. דער קייסער האָט אים דערלויבט אויפֿֿצובויען אַ פּריוואַטע שיל, וווּ ער האָט אַפֿילו געקענט אַרויסהענגען זײַן פּערזענלעכן שטאַנדאַרט. דערצו האָט ער אים געגעבן פּריווילעגיעס פֿרײַ צו האַנדלען, צו זײַן באַשיצט, באַזונדערס פֿון קריסטלעכע פּאָטענציעלע באַשולדיקונגען און בילבולים, און אַזוי ווײַטער.

אין יאָר 1598 האָט דער קייסער רודאָלף דער צווייטער באַשטעטיקט מײַזלס אַלע פּריווילעגיעס; דערצו האָט ער צוגעגעבן נאָך איין פּריווילעגיע, וואָס איז ביז דעמאָלט ניט געזען און ניט געהערט געוואָרן פֿאַר אַ ייִד: פֿאַרן שטיצן פֿינאַנסיעל די מלוכה בעת דער מלחמה מיט די טערקן, האָט דער קינדלאָזער באַנקיר מײַזל געקאָנט נאָכן טויט לאָזן זײַן ירושה יעדן איינעם לויט זײַן אייגענעם ווילן, און ניט נאָר דעם קייסער!

דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט… מיר ווײסן אויף זיכער ניט, ווי גרויס מײַזלס פֿֿאַרמעגן איז געווען; די היסטאָרישע קוואַלן זענען ניט פֿאַרלאָזלעך און סתּירותדיק, אָבער וואָס איז יאָ זיכער, אַז צוליב מײַזלס פֿאַרמעגן האָט דער קייסער רודאָלף בולט אַרויסגעוויזן זײַן צבֿיעות און פֿוילע שטיק, וואָס דער פֿאַקט איז אַפֿילו אַרײַן אין דער געשיכטע.

ווען אין יאָר 1601 איז מרדכי מײַזל געשטאָרבן, האָט זיך אין זײַן לוויה באַטייליקט דער פֿאָרשטייער פֿונעם קייסער; אָבער דער דאָזיקער מלוכישער כּבֿוד איז געווען אויך דער לעצטער. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער נאָך פֿאַר דער לוויה האָט דער קייסער געהייסן אויסצומעקן פֿון דעם העכסטן מלוכה-אַמט זײַן פּערזענלעכע דערלויבעניש, וואָס האָט דערמעגלעכט דעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִד מײַזל פֿרײַ צו האַנדלען. דעם קייסערס אַדוואָקאַטן האָבן באַוויזן, אַז מײַזלס פּריווילעגיעס האָבן ניט געהאַט קיין שום יסוד אין די לאַנדגעזעצן. הייסט עס, אַז מײַזל איז געווען ניט בעסער פֿון יעדן ייִד אין פּראָג און לויט די געזעצן האָט ער ניט געהאַט קיין שום זכות פֿאַר גאָרנישט ניט…

פֿיר טעג נאָך מײַזלס טויט איז דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם צוגענומען געוואָרן לטובֿת דעם קייסער. נישט געקוקט דערויף, וואָס מײַזל האָט אין זײַן צוואָה אָנגעוויזן איבערצולאָזט אַרום צען טויזנט גילדען דעם קייסער גופֿא, האָט ער דערצו איבערגעלאָזט געלט פֿאַר אַ שפּיטאָל, ייִדישע און קריטסטלעכע אָרעמע־לייט, האָט דער קייסער סײַ־ווי באַשלאָסן אום שבת (!) צושיקן זײַנע מענטשן צונעמען פֿון מײַזלס הויז אַלץ, וואָס ס׳האָט זיך געלאָזט, שוין אָפּגערעדט פֿון זילבערנעם געפֿעס, שטרות פֿון הלוואָות, טײַערע צירונגען, מלבושים און כּלערליי מטבעות, ווי אויך מזומן אַרום 45 גילדען…

Grab_Mordechai_Maisel
מרדכי מײַזלס קבֿר אויפֿן אַלטן פּראָגער בית־עולם

דער מיאוסער טאַט פֿון אומגעזעצלעכער קאָנפֿיסקאַציע האָט געהאַט אַ גרויסן אַפּקלאַנג אין אויסלאַנד, אַפֿילו געמאַכט אַ רושם אויף די גוייִשע באַנקירן… ווי אַ באַווײַז דערצו איז די בשׂורה, וואָס איז דערשינען אין „פֿוגגער-צײַטונגען‟ — די צײַטונג, אַרויסגעגעבן דרוכן באַנקיר-הויז פֿוגגער אין אויגסבורג.

דאָס לעבן און מעשׂים פֿון ר׳ מרדכי מײַזל זײַנען פֿאַרשריבן געוואָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך אין דער צײַט, ווען ער האָט געלעבט. למשל, דוד גאַנץ האָט געשריבן וועגן מײַזלען אין זײַן ווערק „צמח-דוד‟; דער זון פֿון דעם ספֿרדישן רבֿ ר׳ יהודה הכּהן (1496־1575) האָט אים דערמאָנט אין דער באַרימטער כראָניק „עמק הבכה‟; ניט גערעדט שוין פֿון די שפּעטערע צײַטן. אין 19טן י״ה האָט מען וועגן מײַזלען אויסגעטראַכט ניט ווייניק מעשׂיות און דערציילונגען. אַפֿילו אין דער טשעכישער ניט-ייִדישער ליטעראַטור געפֿינט מען מאָטיוון וועגן דער גאָר אינטערעסאַנטער פּערזענלעכקייט. ווי אין די מעשׂיות וועגן מהר״ל און זײַן גולם, באַשיצט מײַזל די ייִדן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s