לאה שלאַנגער
נישט ווייניק געבוירענע און דערצויגענע אין ישׂראל מענטשן, וואָס דאָ רופֿט מען זיי סאַברעס, האָבן געביטן זייער נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדיש, צוליב דער ייִדישער ליטעראַטור. נאָך מער: ייִדיש האָט געעפֿנט פֿאַר זיי אַ נײַע וועלט און נײַע מעגלעכקייטן.
ד”ר יניבֿ גאָלדבערג
אַ רבֿ, אַן אַדוואָקאַט, אַ פֿאָרשער פֿון ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר און טעאַטער פֿונעם ייִדישן צענטער אין בר־אילן־אוניווערסיטעט. זײַן דאָקטאָראַט האָט ער אָנגעשריבן אויף דער טעמע אַנ-סקיס „דיבוק‟. דאָס בוך זײַנס „אני בדרכי אלך‟ (כ’וועל גיין מײַן אייגענעם וועג), וואָס איז אַרויס אין העברעיִש, איז אַ יורידישע און פּסיכאָלאָגישע באַהאַנדלונג פֿון 6 ייִדישע פּיעסן.
ייִדיש האָט יניבֿ גערעדט מיט זײַן באָבען, אָבער זי איז, צום באַדויערן, פֿרי געשטאָרבן. האָט ער מיט דער צײַט פֿאַרגעסן די שפּראַך. מיטן זיידן און די עלטערן האָט ער גערעדט נאָר עבֿריתּ; בײַם זיידן איז צו רעדן מיט די קינדער עבֿריתּ געמיינט, חינוך; אָבער יניבֿ האָב געבענקט נאָך זײַן באָבען. טאַקע די בענקשאַפֿט האָט אים געבראַכט צו פֿירן אין בר-אילן־אוניווערסיטעט זיך לערנען ייִדיש.
ד”ר יניבֿ גאָלדבערג קומט פֿון אַ פֿרומער משפּחה און, ווען ער פֿלעגט גיין דאַוונען, איז ער געזעסן לעבן דעם זיידן, און דעם זיידנס חבֿרים האָבן גערעדט ייִדיש. דער טעם פֿון זייערע רייד איז אים אײַנגעבאַקן געוואָרן אין האַרצן.
שפּעטער נאָכן אָפּדינען אין דער אַרמיי האָט גאָלדבערג זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה. צו זײַנע 23 יאָר האָט ער באַקומען רבנות־סמיכה פֿון הרבֿ לאַו. הרבֿ לאַו האָט זיך בײַם אָנהייב אײַנגעשפּאַרט און נישט געוואָלט אים אַרויסגעבן דעם דאָקומענט פֿון אַ רבֿ־השכונה, דערציילט ד”ר גאָלדבערג, געזאָגט: „אַז ד׳וועסט האָבן אַ שכונה, וועל איך דיר געבן דעם דאָקומענט‟. האָט אים גאָלדבערג געענטפֿערט: „כ’האָב געהאַט אַ זיידע, וואָס ער איז געווען צוזאַמען מיט אײַך אין בוכענוואַלד. ער האָט זיך געלערנט בײַ חפֿץ חיים אין ליטע, און דער זיידע האָט מיך אויסגעלערנט, אַז ווען מ’גיט, נעמט מען. איך האָב אָפּגעגעבן דעם עקזאַמען און עס קומט מיר, איז גיט מיר. ווער ווייסט, וואָס ס׳וועט זײַן מאָרגן. אפֿשר וועל איך… ווער ווייסט?‟
און אַזוי האָט ד”ר יניבֿ גאָלדבערג באַקומען סמיכות און האָט אָנגעהויבן לערנען יוריספּרודענץ אין בר-אילן־אוניווערסיטעט, צו ווערן אַן אַדוואָקאַט. ער האָט נישט געוואָלט האָבן פּרנסה פֿון רבנות, און זיך געלאָזט אויפֿן וועג פֿון אַדוואַקאַטור.
שוין אַרבעטנדיק ווי אַן אַדוואָקאַט, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעפֿעראַט אין דער הויך-שול פֿון סאָציאַלער אַרבעט אין אַשקלון וועגן משפּחה־געזעץ. צווישן דעם עולם איז געזעסן דער אָנפֿירער פֿון דער שול. נאָך זײַן פֿאָרטראָג האָט ער אים פֿאָרגעלייגט צו ווערן אַ לעקטאָר אין דער שול. דער פּרעזידענט אָבער פֿון דער שול האָט געהאַלטן, אַז מע מוז האָבן אַ דאָקטאָראַט. דעמאָלט האָט גאָלדבערג זיך געוואָנדן צו ד”ר אַבֿיבֿה טל, די ייִדיש־לערערין פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים אויף רענאַ קאָסטאַס נאָמען‟ בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט.
„איך האַלט, אַז מע דאַרף זיך לערנען עפּעס אויך פֿאַר דער נשמה‟, — זאָגט יניבֿ גאָלדבערג, און ד”ר אַבֿיבֿה טל האָט אים פֿאָרגעלייגט צו נעמען אַ יורידישע טעמע אין שײַכות מיט ייִדיש — דעם „דיבוק‟. אַזוי האָט ער אָנגעהויבן פֿאָרשן אַנ־סקיס „דיבוק‟. ער האָט די פּיעסע אַנאַליזירט אין זײַן בוך „אני בדרכי אלך‟.
אין אָט דעם בוך אַנאַליזירט ד”ר גאָלדבערג נישט בלויז דעם „דיבוק‟, נאָר פֿינף אַנדערע ייִדישע פּיעסן: „מירעלע אפֿרת‟, „צוויי קונילעמל‟, „גאָט, מענטש און טײַוול‟, „אַ חתונה אין שטעטל‟, „טבֿיה דער מילכיקער‟. ער באַטראַכט דאָרט די יורידישע און פּסיכאָלאָגישע אַספּעקטן.
דורי פּרנס
דורי פּרנס איז אַ תּל-אָבֿיבֿי. די מוטער איז אַ סאַברע און דער פֿאָטער איז געבוירן געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דורי איז אַ מוזיקער, איבערזעצער, רעזשיסאָר און רעדאַקטאָר. ער רעדאַגירט און שאַפֿט מוזיק פֿאַר טעאַטערס און ליטעראַרישע אָוונטן. דורי האָט איבערגעזעצט אַ סך פּיעסן פֿון באַקאַנטע וועלט־דראַמאַטורגן. מע האַלט בײַ אונדז, אַז ער איז צווישן די בעסטע איבערזעצערס פֿון וויליאַם שייקספּירס פּיעסן. ער האָט אויך רעדאַגירט דאָס בוך וועגן „הבימה‟, וואָס איז אַרויס צום 80סטן יוביליי פֿונעם טעאַטער.
זײַן אַרבעט אין פֿאַרשיידענע געביטן איז נישט איין מאָל באַלוינט געוואָרן מיט פּרעמיעס און אויסצייכענונגען.
דורי פּרנס איז אַ מענטש, וואָס פֿאָרשט און זוכט כּסדר צווישן ביכער. ביכער איז זײַן שוואַכקייט. נאָך אין אַ גאָר יונגן עלטער פֿלעגט דורי גיין איבער די ביכער־קראָמען און אויסזוכן דאָרט מציאות.
„אויף אַזאַ אופֿן האָב איך זיך באַקענט מיט אַהרון קושניר ז”ל, אַ ייִד פֿון ליטע, וואָס האָט געהאַט אַ ביכער־געשעפֿט פּונקט אינעם זעלבן הויז, וווּ איך האָב געוווינט, — דערמאָנט זיך פּרנס, — אַזוי האָט זיך פֿאַרקניפּט אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט…‟.
ס׳איז געווען, קאָן מען זאָגן, אַ באַשערטע טרעפֿונג. אַהרון קושניר, אַליין אַ בוך־מענטש, האָט געלעבט אויך אין דער ייִדיש־וועלט און אים צוגעשטעלט ייִדישע ביכער. דורי איז דערצויגן געוואָרן אין קושנירס ביכער־געשעפֿט. דער אמת איז, זאָגט דורי, אַז מיט ייִדיש האָט ער זיך באַקענט, אַ דאַנק זײַן פֿרײַנד אַהרון קושניר ז”ל.
„ס’איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק, — זאָגט דורי, — צו באַקענען זיך מיט ייִדיש. האָב איך געבעטן אַהרונען, ער זאָל מיך אויסלערנען די שפּראַך. כ’האָב געקויפֿט ווײַנרײַכס בוך און פֿון דאַן אָן פֿלעג איך קומען צו אים פֿיר מאָל אין דער וואָך. מיר פֿלעגן לייענען ביכער נישט לויט אַ געוויסער סיסטעם, נישט אַקאַדעמיש, נאָר דורכן לייענען ליטעראַטור. ער האָט מיר געגעבן צו לייענען י. ל. פּרצן, שלום־עליכמען, י. י. זינגערן, איציק מאַנגערן און דוד בערגעלסאָנען, אויך פּיעסן… מיר פֿלעגן פֿאַרברענגען אין איינעם שעהען לאַנג‟.
דורי דערציילט, אַז ער האָט אַנטדעקט אַן אוצר און איז פֿון דעם אַליין נתּפּעל געוואָרן.
דורי איז געווען דער ערשטער פּיאַנע־באַגלייטער אויף מײַנע קאָנצערטן, און ס’איז אוממעגלעך איבערצוגעבן מיט וואָס פֿאַראַ כּבֿוד, ליבשאַפֿט, קענטעניש און פֿאַרשטענדעניש רעדט ער וועגן דעם ייִדישן קולטור־אוצר. ער פֿרעגט זיך אַליין: ווי איז דאָס מעגלעך, אַז ער האָט עס נישט אַנטדעקט פֿריִער, נישט באַקענט זיך מיט דער רײַכער ייִדישער קלאַסיק, מיט די ייִדישע שרײַבערס, דיכטערס, מיט דער קולטור בכלל, וואָס איז סײַ פֿאָלקסטימלעך און סײַ מאָדערן, מיטן ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט.
פֿאַראַיאָרן האָט דורי פּרנס איבערגעזעצט אויף העברעיִש פּרצעס 40 קורצע דערציילונגען, וואָס זײַנען אַרויס אין אַ בוך־פֿאָרעם. די לעצטע צײַט האָט ער זיך גענומען איבערזעצן פּרצעס פּיעסן, כאָטש, ווי ער זאָגט, איז אַ ספֿק צי עמעצער וועט עס אַרײַננעמען אין זײַן טעאַטער־רעפּערטואַר.
„די פּיעסן זײַנען אויסערגעווענטלעך אינטערעסאַנט, — זאָגט ער, — ׳אין פּאָליש אויף דער קייט׳, למשל, האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף אַנ־סקיס ׳דיבוק׳. ער האָט פֿון דאָרט געשעפּט אַ סך זאַכן.‟
אויף מײַן פֿראַגע, צי האָט ער אַ דערקלערונג, הלמאַי שפּילט מען נישט אין אונדזערע טעאַטערס פּיעסן פֿון ייִדישע שרײַבערס, האָט ער געענטפֿערט, אַז דער מצבֿ בײַט זיך צום גוטן; עס איז אַ דערוואַכונג אַן אויפֿלעב אויף דער גאַנצער וועלט פֿון יוגנטלעכע און נישט נאָר ייִדן.
דורי האָט אנגעהויבן שרײַבן מוזיק צו מאַנגערס און פּרצעס לידער. די ווערק וועט מען זינגען אויף ייִדיש, באַגלייט מיט אַן אָרקעסטער. ער האָט אויך בדעה צו מאַכן עפּעס אויף ייִדיש וועגן דער דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין און איר אינטערעסאַנט לעבן.
„זייער שפּאַנענדיק זעט מיר אויס דאָס ייִדיש לעבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה…‟
ער האַלט, אַז ס׳וואָלט געווען זייער וויכטיק מע זאָל וואָס מער איבערזעצן אויף העברעיִש פֿון ייִדיש, „כּדי צו באַקענען די מענטשן מיטן ייִדישן קולטור־אוצר — מיט פּאָעזיע, פּראָזע מיט שרײַבער, דיכטער, און נישט נאָר מיט פּיעסן. מ’דאַרף עס מאַכן צוטריטלעך צו דער ישׂראלדיקער יוגנט.
„ווי עס זעט אויס די צוקונפֿט פֿון ייִדיש איז מיר שווער פֿאַרויסצוזאָגן. ייִדיש לעבט הײַנט בײַ די חרדים, אָבער דער ליטעראַטור־אוצר וועט בלײַבן. מ’דאַרף געפֿינען דעם וועג, ווי אַזוי דערגיין צום עולם.‟
פּראָפֿ׳ נתּי כּהן
נתּי כּהן איז הײַנט דער אָנפֿירער פֿון צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים בײַם בר-אילן־אוניווערסיטעט, וועלכער עקזיסטירט שוין 30 יאָר. זײַן דאָקטאָראַט האָט ער געמאַכט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, געווען דער לעצטער סטודענט, וואָס פּרופֿ׳ חנא שמערוק איז געווען זײַן מדריך. די טעמע פֿונעם דאָקטאָראַט איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור אין וואַרשע צווישן ביידע וועלט־מלחמות, וווּ עס ווערט אַ ביסל אויך באַהאַנדלט דער חורבן. דער צענטראַלער טייל פֿון דער אַרבעט איז געווען די ייִדיש-ייִדישע קולטור, (וואָס אַ קליינעם טייל דערפֿון איז געווען אויך די העברעיִשע קולטור, און די ייִדישע קולטור אויף פּויליש, ס’הייסט, די ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן, וואָס האָבן געשריבן אויף פּויליש וועגן ייִדן)
פֿונעם פֿאָטערס צד איז נתּי דער 6טער דור אַ ירושלמי. ער קומט פֿון אַ טראַדיציאָנעלער היים, וווּ מ’האָט גערעדט עבֿריתּ, אָבער מיט די קרובֿים און מיט דער באָבען — אויף ייִדיש. ס’הייסט, אַז נתּי האָט געהערט ייִדיש פֿון קליינערהייט אָן. מ’קאָן זאָגן, אַז ייִדיש איז פֿאַר אים קיינמאָל נישט געווען אַ פֿרעמדע שפּראַך.
בײַ זײַנע 16 יאָר האָט ער צום ערשטן מאָל באַזוכט „שבֿוע ספֿר‟, די וואָך פֿון בוך. דעמאָלט איז דאָס ייִדישע בוך פֿאָרגעשטעלט געוואָרן בלויז מיט איין סטענד פֿון י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג. ס’האָט אים געצויגן אַהין, דערמאָנט זיך כּהן, — „וואָס איז דאָס עפּעס אַזוינס?‟. אַהיים האָט ער זיך אומגעקערט מיט אַ בוך פֿון פּרצעס חסידישע מעשׂיות. מיט אַ יאָר שפּעטער, בעת דער קומענדיקער בוך־וואָך האָט ער שוין געקויפֿט שלום־עליכמס אַ בוך. ס’איז אים געווען נישט לײַכט צו לייענען און צו פֿאַרשטייען, ס׳האָט נאָך אָבער געלעבט זײַן באָבע. שפּעטער מיט אַ יאָר האָט ער געזאָגט אַלעמען, אַז ווען ער וועט זײַן גרויס, וויל ער לערנען אין אוניווערסיטעט ייִדיש, ליטעראַטור און קולטור.
ווי געזאָגט, פֿירט כּהן הײַנט אָן מיטן ייִדיש־צענטער אין בר-אילן־אוניווערסיטעט, גיט לעקציעס — אַ טייל אויף עבֿריתּ און אַ טייל אויף ייִדיש. אויף די ייִדישע לעקציעס איז דער דורכשניטלעכער עלטער פֿון זײַנע תּלמידים 70 פּלוס. דאָס זײַנען פֿרײַע סטודענטן, אָבער פֿיייִקע. צו די לימודים קומען זיי מיט אַן אינטערעס, עס אינטערעסירט זיי די ליטעראַטור און קולטור, ווייניקער — די שפּראַך. זייער ווילן צו לערנען זיך אין זייער עלטער, קומט פֿון אַ בענקשאַפֿט נאָך דעם, וואָס זיי האָבן נישט באַקומען אין דער יוגנט. די טאַטע־מאַמע האָבן גערעדט ענגליש אָדער פֿראַנצייזיש, אָדער עבֿריתּ, כּדי צו פֿאַרגעסן די גלות־שפּראַך, אָבער צווישן זיך האָט מען דאָך יאָ גערעדט ייִדיש. וואָס זשע איז עס עפּעס אַ סודותדיקע שפּראַך אַזאַ? וווּ שטעקט דער סוד? קומען זיי צו אַנטדעקן דעם דאָזיקן סוד, און נישט מיט אַ געוויסן ציל. די פּראָבלעם איז, אַז זיי זײַנען נישט גענוג יונג, כּדי אָנצוהייבן אַן אַקאַדעמישע קאַריערע, זאָגט פּראָפֿ׳ כּהן.
אין יאָר 1984 האָט דער וואַרשעווער אוניווערסיטעט צום ערשטן מאָל אָפֿיציעל אײַנגעלאַדן אַ גרופּע פּראָפֿעסאָרן פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט. אַ חוץ די פּראָפֿעסאָרן, זײַנען אויך געפֿאָרן עטלעכע סטודענטן. דעמאָלט האָט פּראָפֿ׳ שמערוק רעקאָמענדירט פֿאַר דער נסיעה זײַן סטודענט נתּי כּהן. דאָס באַזוכן פּוילן איז פֿאַר אים געווען ממש אַ קולטורעלער שאָק, דערציילט נתּי, אָבער ס׳האָט אים אויך אָנגעוויזן אַ וועג צו זײַן מײַסטער־דיפּלאָם אויף דער טעמע „טאָגביכער, וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש אין ליטע בעתן חורבן, — דערקלערט כּהן, — ווי אויך טאָגביכער, כּתבֿ־ידן און ביכער, וואָס זײַנען אַרויס גלײַך נאָך דער מלחמה — אַ טייל אָריגינעל אויף ייִדיש און אַ טייל איבערגעזעצט פֿון ייִדיש.‟
אין בר-אילן אוניווערסיטעט איז דאָ אַן אָפּטיילונג פֿון ליטעראַטור בײַם ייִדישן פֿאָלק, ס׳רובֿ איז פֿאַרשטייט זיך, עבֿריתּ, אָבער עס נעמט אַרײַן אויך ייִדיש און לאַדינאָ; ס’איז דאָ אויך אַ קורס וועגן דער ליטעראַטור אויף אַראַביש אין מיטל־עלטער…
פּראָפֿ׳ נתּי כּהן גלייבט, אַז ייִדיש וועט בלײַבן מערסטן טייל אין דער אַקאַדעמיע, אויך צווישן די ליבהאָבערס, אין טעאַטער און קאָנצערט־פּראָגראַמען; ס’וועט האָבן אַ ברייטערן פֿאָלקלאָריסטישן אויסדרוק. ער גלייב נישט, אַז אַ מענטש וועט פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען אויף ייִדיש אין באַנק און נישט אין סופּער-מאַרקעט; אָבער ס’וועט אויך, חלילה, נישט זײַן אַזאַ באַציִונג צו ייִדיש, ווי ס׳איז געווען אין ישׂראל אין די 1950ער און 1960ער יאָרן.
יוני אילת
יוני איז אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר, זינגער; ער זעצט איבער אויף ייִדיש לידער פֿון העברעיִש פֿאַר זײַנע קאָנצערטן. געבוירן אין טיבֿעון, האָט ייִדיש גערעדט נאָר די באָבע פֿון זײַן מוטערס צד, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון אוקראַיִנע. יוני איז געווען זייער נאָענט מיט איר, זי האָט גערעדט ייִדיש בסוד, אַז דאָס קינד זאָל נישט פֿאַרשטיין. זײַן פֿאַרכאַפּט ווערן מיט ייִדיש האָט יוני צו באַדאַנקען דער זינגערין חוה אַלבערשטיין. ער איז געגאַנגען אויף אירע קאָנצערטן, אין וועלכע זי האָט אַרײַנגעפֿלאָכטן אויך ייִדישע לידער. אויף איינעם אַזאַ קאָנצערט האָט עמעצער פֿונעם עולם אויסגעשריִען: „גענוג שוין מיט ייִדיש!‟. זינט דעמאָלט האָט אים פֿאַראינטערעסירט דער גאַנצער קאַמף צווישן העברעיִש און ייִדיש.
טעאַטער האָט יוני געלערנט אין איינער פֿון אונדזערע טעאַטער־שולן. די באָבע איז בפֿירוש נישט געווען נתפּעל פֿון איר אייניקלס אויסוואַל. „נו גוט, — האָט זי אים דערקלערט, — אָבער אַקטיאָר איז נישט קיין פֿאַך און בינע איז נישט פּרנסה… דערצו נאָך ייִדיש‟. ווען זי האָט שוין געוווינט אין הויז פֿאַר אַלטע-לײַט, איז זי געקומען אויף זײַן קאָנצערט מיט אַ חבֿרטע. נאָכן קאָנצערט האָט די חבֿרטע צעפּויקט וועגן דעם קאָנצערט אַלע אירע חבֿרטעס. איז שוין צום צווייטן קאָנצערט געקומען דאָס גאַנצע עלטער־הויז…
יוני האָט לכּבֿוד זײַן מוטער און באָבע אַרויסגעלאָזט דעם דיסק זײַנעם „ציגײַנער־נשמה‟, לידער אויף ייִדיש. ער אַליין זאָגט: „פֿאַר מיר איז ייִדיש געוואָרן אַ רעטונג. אַ דאַנק ייִדיש, בין איך אויפֿגעטראָטן אין פֿיל לענדער. ייִדיש האָט מיר געבראַכט אַ ברכה און פּרנסה. יוני האָט 13 יאָר געשפּילט אין „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, אויך רעזשיסירט דאָרט 3 דערפֿאָלגרײַכע פֿאָרשטעלונגען מיט ייִדישע לידער און טעקסטן אויף העברעיִש. „אַ דאַנק ייִדיש, — זאָגט ער, — האָב איך געמאַכט אַ טעאַטער־קאַריערע. הײַנט איז ייִדיש אַ צענטראַלער חלק פֿון מײַן וועזן. ייִדיש האָט מיך צוריק געבראַכט צו די פּערזענלעכע און היסטאָרישע וואָרצלען.‟
יאָ, וואָס קאָן מען דאָ זאָגן: פֿאַר איינעם איז ייִדיש פּרנסה, פֿאַר אַ צווייטן — אַ גײַסטיקע דערפֿינדונג, און פֿאַר אַ דריטן — ווער ווייסט וואָס נאָך. די צוקונפֿט וועט עס מעגלעך אַנטפּלעקן. ווי עס זאָל נישט זײַן, זײַנען די עטלעכע סאַברעס, מיט וועלכע כ׳האָב אײַך באַקענט, בלויז אַ קליינער טייל פֿון די הי־געבוירענע יונגע־לײַט, וואָס זײַנען פֿאַרכּישופֿט געוואָרן מיטן סוד פֿון ייִדיש.