אַ מאָל בין איך אויך געווען גאָט

משה לעמסטער

ליבע־ליד אין פּראָזע

איבערמאָרגן וועט זי קומען! אַהערצו, אין מאָלדאַווישן דאָרף, וווּ איך פֿאַרברענג די זומער־קאַניקולן, בײַ מײַנע קרובֿים. דאָס מיידל וווינט מיט אירע עלטערן אין שטאָט און איז נאָך קיין מאָל ניט געווען אין אַ מאָלדאַווישן דאָרף. אונדזערע מאַמעס האָבן זיך צונויפֿגערעדט, אַז זי, דאָס מיידל, זאָל קומען אין דאָרף אַרײַן, צו גאַסט אויף אַ וואָך, אין אויגוסט. מיר האָבן זיך מיט איר געלערנט אין איין קלאַס. ווען איך האָב זי געזען דאָס ערשטע מאָל, האָבן זיך מיר געלאָזט טרערן פֿון די אויגן. איך האָב זיך שטיל צעוויינט. תּמיד, ווען איך זע עפּעס גאָר אַ שיינס, אַ וווּנדערשיינס, רינען בײַ מיר טרערן. צי זאָל עס זײַן אַ שיינער מענטש, צי אַן אַלטער פּאַלאַץ, צי אַ שעדעווער־בילד פֿון אַ קינסטלער, צי אַ פֿריִיִקער, זוניקער פּייזאַזש. אַזוי רעאַגירן מײַנע געפֿילן אויף דער אַרומיקער שיינקייט פֿון דער וועלט.

און אָט, איבערמאָרגן וועט דאָס שענסטע מיידל פֿון אונדזער קלאַס קומען אַהערצו, צו מיר אין דאָרף אַרײַן. איך וועל קוקן אויף איר און טרערן וועלן רינען אויף מײַנע באַקן, טרערן, אין וועלכע ס׳וועט זיך אָפּשפּיגלען איר וווּנדערלעך פּנים, אירע שוואַרצע, סודותפֿולע אויגן, איר דינע גריכישע נאָז, אירע פּוכקע ליפּן… נאָר מע דאַרף זיך דאָך צוגרייטן צו איר קומען! ס’איז מיר געבליבן בלויז איין טאָג, כּדי צו בײַטן דעם אַרום, אַז אַלץ זאָל זיך קאָנען פֿאַרגלײַכן מיט איר שיינקייט!

און האָט איז געקומען דער מאָרגן — די צײַט צו נעמען זיך פֿאַר דער אַרבעט. מיר דאַרפֿן זיך טרעפֿן בײַם אַרײַנפֿאָר אין דאָרף אַרײַן, ווײַל דער אויטאָבוס פֿאָרט ניט אַרײַן אין דאָרף, ער פֿאָרט ווײַטער, אין די שכנישע דערפֿער. הייסט עס, אַז כ׳וועל אָנהייבן פֿונעם אַרײַנפֿאָר.

u793_3240_romashki

איך האָב פֿאַרמאַכט די אויגן און מיט אַ האַרט קול געזאָגט: „זאָל פֿון דער רעכטער זײַט וועג זיך שפּרייטן אַ גרינע לאָנקע און אויף דער לאָנקע זאָל בליִען אַ ים פֿון ראָמאַשקעס, אויף די ראָמאַשקעס זאָלן שטראַלן, ווי קליינע זונעלעך טראָפּנדלעך טוי, און פֿילקאָלירטע פֿלאַטערלעך זאָלן פֿלאַטערן אַרום זיי. זאָל יעדער ראָמאַשקע האָבן נאָר צו 5, 7, 9 בלימלבלעטלעך, אַז אויב דאָס מיידל וועט וועלן טרעפֿן אויף דער ראָמאַשקע, אָפּרײַסנדיק די בלימלבלעטלעך מיט די ווערטער: „ליב‟, „ניט ליב‟, זאָל שטענדיק אויספֿאַלן — „ליב!‟, „ליב!‟, „ ליב!..‟

און פֿון דער רעכטער זײַט פֿונעם וועג האָט זיך צעשפּרייט אַ גרינע לאָנקע אויף וועלכער עס האָט געבליט אַ ים מיט ראָמאַשקעס מיט זונעלעך פֿון טראָפּנדלעך טוי. אַרום די בלימעלעך האָבן געטאַנצט פֿילקאָלירטע פֿלאַטערלעך. און אויף יעדער ראָמאַשקע זענען געווען צו 5, 7, 9 בלימלבלעטלעך.

און איך האָב געזען, אַז דאָס איז שיין!

bez

פֿאָרט האָב איך פֿאָרגעזעצט ווײַטער: „זאָל פֿון דער לינקער זײַט וועג, ביז צו אונדזער היים, אויסוואַקסן און בליִען הימלבלויער, ראָזער און ווײַסער בעז, די ריחות פֿון וועלכן זאָלן פֿאַרשיכּורן און פֿאַרכּישופֿן; און זאָל אויף יעדער בלימעלע פֿונעם בעז זײַן צו 5, 7, 9 בלימלבלעטלעך, אַז אויב דאָס מיידל וועט וועלן פֿאַרפֿירן די שפּיל „ליב‟־„ניט ליב‟, זאָל שטענדיק זיך באַקומען — „ליב!‟, „ליב!‟, „ליב!..‟

און עס האָט זיך צעבליט דער בעז, זײַנע ריחות האָבן פֿאַרשיכּורט און פֿאַרכּישופֿט. און אויף יעדער בלימעלע פֿונעם בעז זײַנען געווען צו 5, 7, 9, בלימלבלעטלעך…

איך האָב געזען, אַז דאָס איז שיין!

און אָט איז שוין אונדזער שטוב און סאָד. אויף אייניקע ביימער האָבן זיך שוין אָנגעצונדן די געלע לעמפּעלעך פֿון דעם קומענדיקן אָסיען. קיין פֿרוכטן זענען שוין כּמעט ניט געווען. האָב איך געזאָגט: ”זאָל זיך צעבליִען יעדער בוים אין סאָד מיט וועסנעצוויט!‟ און עס האָבן זיך צעבליט די ביימער פֿון קאַרשן, ווײַנשל, עפּל, באַרן, פֿלוימען… עס האָט זיך געדאַכט, אַז יעדער בוים האָט אָנגעטאָן אויף זיך אַ חתונה־קליידל. וווּנדערלעכע ריחות האָבן אָנגעפֿולט דעם סאָד.

איך האָב געזען, אַז דאָס איז שיין!

מע דאַרף זיך אַ ביסל אָפּרוען. ווען עס האָט שוין אָנגעהויבן טונקל צו ווערן, האָב איך געזאָגט: „זאָלן יעדן אָוונט אין סאָד די נאַכטיגאַלן זינגען זייערע סאַמע צאַרטע ליבעלידער! און שפּעטער, ווען ס׳וועט שוין ווערן פֿינצטער, זאָל פֿאַלן אויפֿן סאָד אַ שטערן־רעגן; און אויב דאָס מיידל וועט נעמען אין די הענט אַ שטערנדל, וואָס וועט פֿאַלן לעבן איר און וועט אַ צייל טאָן זײַנע שטראַלעכלעך, אָנגייענדיק ווײַטער מיט איר שפּיל: „ליב‟־„ניט ליב‟, — זאָל זיך שטענדיק באַקומען: „ליב!‟, „ליב!‟, „ליב!..‟

און עס האָבן זיך צעזינגען אין סאָד, מיט די סאַמע צאַרטע ליבעלידער די נאַכטיגאַלן און אַ שטערן־רעגן איז געפֿאַלן אויף די צעבליטע ביימער…

אַ גאַנצע נאַכט האָב איך זיך געדרייט און ניט געקאָנט אַנטשלאָפֿן ווערן. אויב איך פֿלעג שוין כאַפּן אַ דרעמל, איז מײַן חלום געווען אויסגעוועבט פֿון בלומען, שטערן און נאַכטיגאַל־ליבעלידער. און אָט האָט זיך צעבליט דער פֿרימאָרגן. איך בין געלאָפֿן צום אַרײַנפֿאָר אין דאָרף, כאָטש ביז צום קומען פֿונעם אויטאָבוס זענען נאָך געבליבן גוטע עטלעכע שעה. נענטער צום מיטטאָג האָט זיך געוויזן דער אויטאָבוס. נאָר דאָס מיידל איז אין אים ניט געווען. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין אַלע זײַנע פֿענצטער, געפֿרעגט דעם שאָפֿער וועגן אַ שיין מיידל פֿון דער שטאָט. ער האָט געזאָגט, אַז אַזאַ מיידל איז אין אויטאָבוס ניט געווען. זי איז ניט געקומען אויפֿן צווייטן, דריטן… זיבעטן טאָג.

shtern

איך בין געגאַנגען אַהיים און פֿון דער רעכטער זײַט וועג האָט געבליט אַ ים ראָמאַשקעס, אויף וועלכע עס האָבן געשטראַלט, ווי קליינע זונעלעך טראָפּנדלעך טוי, און אַרום זיי האָבן געפֿלאַטערט פֿילקאָלירטע פֿלאַטערלעך. פֿון לינקס האָט פֿאַרשיכּורט און פֿאַרכּישופֿט מיט זײַנע ריחות דער הימלבלויער, ראָזער און ווײַסער בעז. אין סאָד האָבן געבליט אַלע ביימער און דאָס בליִען זייערס איז געווען ענלעך צו אַ חתונה־קליידל. אין אָוונט האָבן געזונגען אין סאָד זייערע סאַמע צאַרטע ליבעלידער די נאַכטיגאַלן און פֿון אויבן אויף די צעבליטע ביימער איז געפֿאַלן, געפֿאַלן אַ שטערן־רעגן… איך האָב געקוקט אויף דער וווּנדערלעכער שיינקייט, באַשאַפֿן פֿון מיר און שטיל געוויינט…

איך האָב אַ טראַכט געטאָן, אפֿשר האָט דער באַשעפֿער אויך אַ מאָל באַשאַפֿן די וועלט צוליב זײַנער אַ ליבער געטין, וואָס האָט געדאַרפֿט קומען צו פֿליִען צו אים, נאָר זי איז ניט געקומען… ער האָָט געוואַרט אויף איר אין זײַן הימלישן סאָד און, באַנעמענדיק די שיינקייט, וועלכע ער האָט באַשאַפֿן, שטיל געוויינט און די טרערן זײַנע, ווי שטערן־רעגן, זענען געפֿאַלן, געפֿאַלן און געפֿאַלן אַראָפּ…

דאָך, לעבן זאָל יענע, אַ דאַנק וועלכער איך בין אויך אַ מאָל געווען אַ באַשעפֿער! נאָר… מע קאָן דען זײַן צוויי מאָל גאָט? מע קאָן דען צוויי מאָל באַשאַפֿן די וועלט? מע קאָן זיך נאָר דערמאָנען אין יענער שיינער צײַט, אין יענע וווּנדערלעכע רגעס, ווען ביסט געווען אַ באַשעפֿער. פֿרייען זיך מיט דער אַ מאָל באַשאַפֿענער פּראַכט פֿאַר דער ליבער, פֿרייען זיך און וויינען; דערמאָנען זיך אין יענער צײַט, ווען אַלץ אַרום — די בלומען, די פֿייגל, די שטערן האָבן זיך פֿאַר איר, פֿאַר מײַן געטין, דערקלערט אין מײַן ליבע: „ליב!‟, „ליב!‟, „ליב!..‟

אַ מאָל בין איך אויך געווען גאָט…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s