
סוועטלאַנאַ באַרקאַן
אינעם טאָראָנטער צענטער „בערנאַרד בעטעל‟ איז לעצטנס דורכגעפֿירט געוואָרן אַן אינטערעסאַנטער אָוונט אויף דער טעמע „ייִדישע פּאָעזיע פֿאַר דערוואַקסענע און קינדער — מחברים און איבערזעצערס‟, צוגעגרייט פֿון דער איבערזעצערין און געזעלשאַפֿטלעכער טוערין זעלינאַ איסקאַנדעראָוו.
אין אָנהייב האָט זעלינאַ דערציילט וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון די באַקאַנטע ייִדישע דיכטערס, וואָס אַ וויכטיקן טייל פֿון זייער שאַפֿונג האָבן זיי געווידמעט די קינדער: לייב קוויטקאָ, שיקע דריז, איציק קיפּניס, קאַדי מאָלאָדאָווסקי, דאָרע כײַקין און אַנדערע. זיי האָבן דורכגעמאַכט אַ שווער און טראַגיש לעבן, איבערלאָזנדיק אַ קינדער־וועלט, פֿול מיט ליכט און קינדערישער קונדסערײַ. עס האָבן געקלונגען זייערע לידער און פֿראַגמענטן פֿון גרעסערע ווערק, איבערגעזעצט אין רוסיש.
זעלינאַ האָט באַטאָנט, אַז די ייִדישע פּאָעזיע, אין אונטערשייד פֿון זייערע מחברים, האָט געהאַט אַ בעסער מזל, דהײַנו, עס האָבן די לידער איבערגעזעצט די בעסטע רוסישע פּאָעטן, אַזעלכע ווי סאַמויִל מאַרשאַק און ניקאָלײַ זאַבאָלאָצקי, יעלענאַ בלאַגינאַ און סערגיי מיכאַלקאָוו, באָריס זאַכאָדער, וואַלענטין בערעסטאָוו און אַנדערע. איר געדענקט, אַוודאי, ווי עס באַלעבאַטעוועט לעמעק און וואָסערע ליאַלקעס קלײַבט זיך פֿאַרקויפֿן דער קליינער מוני, און ווי אַזוי די כעלמער חכמים באַטראַכטן אַן ענין — „אפֿשר יאָ, און אפֿשר, ניין!‟… וואָסער כּישוף ליגט אין שיקע דריזס „זיבן טינטערלעך‟:
וואָלט אַ פֿויגל דורכגעפֿלויגן,
שיק איך אים צום רעגנבויגן:
פֿויגל, פֿויגל,
ברענג געשווינד
זיבן טינטערלעך מיט טינט…
באַזונדערס האָט זעלינאַ דערציילט וועגן דעם גאָר נישט קיין פּשוטן לעבנסוועג און דער שאַפֿונג פֿונעם גרויסן פּוילישן דיכטער מיט אַ ייִדישן ייִחוס יוליאַן טובֿים. עס האָבן געקלונגען זײַנען לידער פֿאַר קינדער אין דער איבערזעצונג פֿון באָריס זאַכאָדער און סערגיי מיכאַלקאָוו.

אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם אָוונט האָט פֿאַרנומען די פּרעזענטאַציע פֿון באָריס סאַנדלערס בוך פֿאַר קינדער „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟, וואָס איז לעצטנס דערשינען אין רוסיש און ענגליש. זעלינאַ איז דאָ אויפֿגעטראָטן סײַ ווי די איבערזעצערין אויף רוסיש און סײַ ווי דער ספּאָנסאָר פֿון דער אויסגאַבע. אויף ענגליש האָט עס איבערגעזעצט מיכאל סאַוויקאָווסקי. עס זײַנען געלייענט געוואָרן נישט בלויז די חנעוודיקע, קלוגע צוויי־שורותלעך וועגן חיות און פֿייגל, נאָר אויך געקלונגען די פּרעכטיקע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אויף ייִדיש, אָנגעשריבן און געזונגען פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש ז״ל.
אַ בוך פֿאַר קינדער מוז האָבן אילוסטראַציעס. די ישׂראלדיקע מאָלערין איטעלאַ מאַסטבאַום האָט ממש אַרײַנגעאָטעמט אין אירע געמאָלטע חיות און פֿייגל אַ מענטשלעכע נשמה. אירע לעבעדיקע פֿאַרשיידנקאָליריקע בילדער, באַגלייט מיט וואָרט און מוזיק, שאַפֿן אַ פֿאַרגאַנצטן אימאַזש פֿון באַשעפֿענישן, אונדזערע שכנים, וואָס יעדער מענטש, פֿון קליינערהייט אָן, דאַרף זיך אויסלערנען פֿאַרשטיין זייער אויפֿפֿירונג און זייער אייגענעם „לעבנס־שטייגער‟. מיר נייטיקן זיך אין זיי, און זיי — אין אונדז. מיר באַזעצן איין וועלט!
גערירט פֿונעם דערהערטן האָבן די געסט אין זאַל לעבעדיק רעאַגירט אויף דעם, וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען פֿאַר זייערע אויגן. נאָכן אָוונט זײַנען אַ סך פֿונעם עולם צוגעגאַנגען צו די אָנטיילנעמער און זיי האַרציק באַדאַנקט. מענטשן האָבן באַטאָנט, אַז זיי האָבן זיך ממש אומגעקערט אין זייערע קינדער־יאָרן, אין די ליכטיקסטע און שענסטע דערמאָנונגען. אינעם צוגרייטן דעם אָוונט האָט זיך באַטייליקט די גאַנצע משפּחה איסקאַנדעראָוו — פֿון די דרײַ קליינע אייניקלעך — אַניע, נאַטאַלי און דניאל ביז זעלינאַס מאַן, אַלכּסנדר און זייער טאָכטער סוועטלאַנאַ.
אַ פֿאַרבינדונג צו די לידער פֿונעם ייִדישן בוך „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟
ווי אַזוי קען איך קויפן די ענגליש / רוסיש ווערסיעס אין ניו יארק?
LikeLike
אויב איר וווינט אין ניו־יאָרק, גיט א קוועטש DONATE באַצאָלט 20 דאָלאַר און ווײַזט אָן דעם אַדרעס, ווו צו שיקן דאָס בוך. אַ דאַנק
LikeLike
אַנטשולדיקט, כ׳האָב ערשט איצט דערזען אייער בליצבריוו. איר קענט דאָס בוך קויפֿן בײַ מיר. דאָס בוך קאָנסט 15ִ$ פּלוס דאָס שיקן. שיקט צו אײַר אַדרעס וועל איך אויסקלאָרן וויפֿל עס באַטרעפֿן די פּאָסט־אויסגאַבעס. אַ דאַנק.
שרײַבט מיר בעסער אויפֿן אימייל־אַדרעס.
borissandler50@gmail.com
LikeLike