דאָס מאַריענבאַדער טאָגבוך

יעווגעני קיסין

אױגוסט 12


הײַנט האָט זיך מיר געחלומט, אַז איך באַטײליק זיך אין אַ דעמאָנסטראַציע אָדער אַ בונט קעגן פּוטינען. מיט אַ המון יונגע־לײַט בין איך צוגעגאַנגען צום רױטן פּלאַץ. פּלוצעם איז צו אונדז אַנטקעגן אַרױסגעגאַנגען פּעסקאָװ [1]. ער האָט אַרױסגערופֿן אײנע אַן אַקטיװיסטקע, כּדי דורכצופֿירן מיט איר אונטערהאַנדלונגען אין לענין–מאַװזאָלײ. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז פּוטין איז גרײט צו טרעפֿן זיך מיט אונדז אין דעצעמבער און… איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט און פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז געװען ניט פּעסקאָװ, װײַל פּעסקאָװ זעט אױס גאָר אַנדערש…

סײַ אין פּראָג, סײַ אין אָנהייב װעג פֿון פּראָג קײן מאַריאַנסקע לאַזנע, איז הײַנט געװען כמאַרנע און ס׳האָט גערעגנט. מיט 67 יאָר צוריק איז אין דער זעלבער צײַט אין מאָסקווע געשטאַנען אַ געװײנטלעכער זומערדיקער טאָג, און קײנער, אַ חוץ די תּליונים, האָבן ניט געװוּסט, װאָס איז געשען אין יענעם טאָג… [2] און במשך פֿון נאָך עטלעכע יאָר האָבן אַפֿילו די קרובֿים פֿון די קרבנות גאָרנישט ניט געװוּסט.

אױפֿן װעג האָבן מיר געהערט סמעכאָװס [3] רעקאָרדירונג פֿון „די צװעלף בענקלעך‟ [4]. אַ מין שעדעװער איז עס פֿאָרט! יעדער זאַץ — אַ פּערל!

נו, האָפֿנטלעך, דאָ, אין מאַריאַנסקע לאַזנע, װעט זיך מיר כאָטש אױף אַ װאָסער–ניט–איז צײַט אײַנגעבן ברענגען מײַן שלאָף אין אָרדענונג, װי מיט אַ יאָר צוריק אין לאַ באָל… [5] ס׳גלײבט זיך אַפֿילו ניט, אַז ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַ גאַנץ יאָר…

װי נאָר מיר זײַנען צוגעפֿאָרן צום האָטעל, זײַנען פֿון דאָרטן אַרױס צװיי באַיאָרטע רוסיש–רײדנדיקע ייִדישע פּאָרלעך. אין גיכן זײַנען זײ װידער אַרײַן אַהינצו, און בעת מע האָט אונדז רעגיסטרירט, זײַנען זײ געזעסן/געשטאַנען אינעם װעסטיביול און געשמועסט. אינעם רעסטאָראַן בײַ דער װעטשערע און אין דרויסן זײַנען אױך געװען אַ סך רוסן, בתוכם ייִדן (אײנע אַ פֿרױ, דערזען מיך, האָט געזאָגט אױף רוסיש: „װי אָנגענעם איז צו טרעפֿן דאָ װעלט–באַרימטע פּערזענלעכקײטן!‟. אינטערעסאַנט, צי די דאָזיקע ייִדן װײסן, װאָס פֿאַר אַ דאַטע איז הײַנט…

gete
צוזאַמען מיט געטע

דער האָטעל אונדזערער געפֿינט זיך אױפֿן פּלאַץ, װוּ געטע האָט זיך באַקענט מיט אולריקען. די לופֿט איז דאָ זייער פֿריש, װוּנדערשײנע אַלטע בנינים, גרױסע פּאַרקן… דאָס שטעטל איז אָבער אין גאַנצן געבערגלט. װי אַזױ זשע װעט אַנע פּאַװלאָװנאַ [6] דאָ קאָנען שפּאַצירן? מ׳װעט דאַרפֿן געפֿינען פֿאַר איר אַ „פּאַסיקן‟ מאַרשרוט. דערװײַל איז זי גאָר צופֿרידן. אַבי די מאַמע זאָל דאָ קאָנען כאָטש אַ ביסל זיך אָפּרוען; הײַנט האָט זי נעבעך די גאַנצע נאַכט ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן…

נאָך דער װעטשערע האָט זיך מיר עפּעס פֿאַרגלוסט זיך צולייגן, און כאָטש ס׳איז נאָך ניט געװען 8 אַזײגער, בין איך אױף אַ פּאָר מינוט אײַנגעשלאָפֿן. נאָך דעם זײַנען מיר מיט קאַרינאָטשקען [7] און דער מאַמען געגאַנגען אױף אַ שפּאַציר. געזען דאָס הויז, װוּ שאָפּען האָט געהאַט געװױנט אין יאָר 1836, דעם „זינגענדיקן פֿאָנטאַן‟…

װען מיר האָבן זיך אומגעקערט צוריק אין האָטעל, איז צו אונדז צוגעגאַנגען אַ פֿרױ פֿון די מיטעלע יאָרן און געזאָגט, אַז זי האָט זיך געהאַט געלערנט בײַ יעװגעני יאַקאָװלעװיטשן [8] און געדענקט קאַרינאָטשקען װי אַ קלײן מײדעלע (זי האָט זיך אױך אָפּגעשטעלט אין אונדזער האָטעל)!

הײַנט לײענט מען דבֿרים 22:38. „אױך אױף מיר האָט גאָט געצערנט איבער אײַך, אַזױ צו זאָגן: אױך דו װעסט אַהין ניט קומען…‟. אין די סאָנטשינאָ־קאָמענטאַרן װערט עס דערקלערט דערמיט, װאָס משה, זײַענדיק דער פֿירער פֿונעם פֿאָלק, האָט עס ניט אױפֿגעהױבן אױף דער געהעריקער גײַסטיקער הײך, כּדי עס זאָל זיך לאָזן אָן ספֿקות קײן ארץ־ישׂראל; און דער פֿירער איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר די חסרונות פֿון זײַן פֿאָלק. רש״י אָבער האָט קײן דערקלערונגען ניט געגעבן. הײסט עס, אַז אַזש ביזן מיט־20טן יאָרהונדערט איז עס ניט אײַנגעפֿאַלן די פֿרומע (װאָס ביזן 19סטן יאָרהונדערט זײַנען זײ געװען די מערהײט) צו פֿאַרטראַכטן זיך: פֿאַר װאָס זשע איז משה געװען שולדיק, אַז דער דערבאַרעמדיקער גאָט זאָל אים געווען באַשטראָפֿט פֿאַר דער זינד פֿון זײַן פֿאָלק? װען האָבן די גלױביקע קריסטן אָנגעהױבן זיך פֿאַרטראַכטן װעגן דעם — װײס איך ניט. צוריק גערעדט, אַ סך פֿון זיי, װי באַװוּסט, איגנאָרירן שױן לאַנג „דעם אַלטן טעסטאַמענט‟ בכלל, גלײַך װי ער וואָלט צו זיי קײן שײַכות ניט געהאַט, — כאָטש לױט דער אידעע, איז ער פֿאַר די קריסטן אױך אַ הייליקע שריפֿט…

אויגוסט 13

נעכטן האָב איך זיך געלײגט 10.20, געשלאָפֿן אַ ביסעלע, אױפֿגעכאַפּט זיך און דערנאָך ניט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן. האַלבע נאַכט אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל — און קאַרינאָטשקע האָט מיך אױפֿגעװאַכט 1.30 בײַ טאָג! בעת איך בין געשלאָפֿן, איז זי געגאַנגען צום דאָקטער, דערקלערט אים מײַנע פּראָבלעמען, און מ׳האָט מיר צוגעשריבן פֿאַרשײדענע פּראָצעדורן. 5.30 אױף דער נאַכט בין איך געגאַנגען אױף הידראָמאַסאַזש: אָנגענעם, נאָר דעם אמת געזאָגט, בין איך ניט זיכער, אַז עס ברענגט װעזנטלעכע נוץ דעם געזונט, סײַדן פֿאַר אַלטע מענטשן (כאָטש איך האָב געבעטן, מע זאָל עס מאַכן שטאַרקער). פֿאַר דעם זײַנען מיר מיט קאַרינאָטשקען געגאַנגען באַרג־אַרױף אין װאַלד. װי שײן איז דאָרטן! אַ חוץ די בײמער, זײַנען דאָ אַ סך זײער בילדערישע שטײנער. נאָכן מאַסאַזש בין איך גלאַט געפֿאַלן אױף דער בעט און געשלאָפֿן אַ ביסעלע… אַזױנס איז מיט מיר נאָך קײן מאָל ניט געװען. אפֿשר איז פֿון מיר אַרויס מײַן גאַנצע מידקײט, װאָס האָט זיך אָנגעזאַמלט פֿאַרן פֿאָריקן יאָר.

אין אָװנט האָבן מיר מיט קאַרינאָטשקען שפּאַצירט איבער דער שטאָט. בײַ דער מאַמען האָט אָנגעהויבן װײ טאָן די מילץ, דעריבער איז זי ניט געגאַנגען מיט אונדז; זי האָט שפּאַצירט אַלײן בײַ טאָג. די מאַמע האָט אױך געהאַט אַ הידראָמאַסאַזש, און איר איז עס זײער געפֿעלן געװאָרן. אַנע פּאַװלאָװנאַ איז צופֿרידן און דערװײַל ווײַזט ניט אַרױס קײן חשק אַרױסצוגײן פֿונעם האָטעל. אַלאָטשקען [9], דוכט זיך, איז דאָ אױך גוט.

יאָ, מיר רוען דאָ אָפּ — און אין מאָסקװע שלאָגן פּאָליציאַנטן די פֿרױען אין ברוסט… אין עטלעכע טעג אַרום װעט זײַן דער יאָרטאָג פֿון דער אױגוסט־רעװאָלוציע. אױף דער לעצטער דעמאָנסטראַציע אין מאָסקװע זײַנען אַרױסגעגאַנגען כּמעט 50 טויזנט מענטשן (לױט Daily Mail — אַפֿילו בײַ 60 טויזנט) — שױן אַ סך מער, װי פֿריִער. אַבי נאָר דער מאַכטס אַכזריותן זאָלן ניט אָפּנעמען בײַ זיי דעם מוט, נאָר פֿאַרקערט, דערמונטערן און צוגעבן זיי נאָך מער חשק צו קעמפֿן!

יורע [10] האָט צעשיקט זײַן נײַעם אַרטיקל װעגן „דעם 5טן אינטערנאַציִאָנאַל‟, פּוטינס פֿאַשיסטישן אינטערנאַציאָנאַל. איך האָב אים געבעטן, ער זאָל אָנשרײַבן װעגן דעם אױף ענגליש, כּדי איך זאָל קאָנען צעשיקן עס צו מענטשן, װאָס פֿאַרשטײען נאָך ניט, װי ערנסט און סכּנותדיק איז די מאַכט אין רוסלאַנד.

ד. האָט צעשיקט זײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע (בתוכם מיר) זײַן נאָטיץ, פֿון װעלכער ס׳איז קלאָר, אַז ער איז קעגן דעם אַרויסגיין אַפֿילו פֿון סיני און דרום–לבֿנון. ער האָט געבעטן, מ׳זאָל שרײַבן קאָמענטאַרן. מיר האָט זיך זײער געװאָלט אים אָנשרײַבן, נאָר כ׳האָב עס ניט געטאָן. צו װאָס? עס װעט אים סײַ װי ניט איבערצײַגן. ער װױנט אין ישׂראל שױן אַרום פֿערציק יאָר, און דאָס, װאָס ער איז אַ סך רעכטער פֿונעם ישׂראלדיקן מײנסטרים, ברענגט אים ניט אַרײַן אין פֿאַרלעגנהײט. אײנער פֿון זײער פֿיל טיפּישע „רוסן‟…

Newsweek האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײער אַ גוטן אַרטיקל פֿונעם ישׂראלדיקן מולטימעדיאַ דעם היסטאָריקער מאַרק שולמאַן „חשובֿע פֿאָרשטײער טלאַיִב און אָמאַר: װען איר װעט באַזוכן ישׂראל, רעדט אױך מיט ישׂראלים […]. די אַראַבער און ייִדן האָבן באמת געלעבט בשכנות און בשלום — װי זײ לעבן הײַנט אין חיפֿה, תּל–אָבֿיבֿ און אין אַנדערע ערטער. נאָר די געשיכטע פֿונעם קאָנפֿליקט איז אַ קאָמפּליצירטע און איז אָפֿט מאָל אַ מעשׂה פֿון אײן צד, װאָס איז געװען גרײט אײַנצוגײן אױף קאָמפּראָמיסן, בעת דער אַנדער צד, האָט כּסדר ניט געװאָלט עס טאָן […]. מיר האָבן אױך עקסטרעמיסטן, אײניקע פֿון זײ געפֿינען זיך אין אונדזער רעגירונג, און זײ גלייבן, אַז אײַנהאַלטן דעם גאַנצן ארץ־ישׂראל איז װיכטיקער, װי דערגרײכן שלום […] נאָר װען די ישׂראלים װאָלטן געגלײבט, אַז ס׳איז דאָ אַן אמתע מעגלעכקײט פֿון שלום, װאָלטן די דאָזיקע עקסטרעמיסטן אין גיכן מאַרגינאַליזירט געװאָרן[…]. ס׳רובֿ ישׂראלים װילן ניט אָקופּירן אַן אַנדער פֿאָלק. זײ װײסן פּשוט ניט, װי אַזױ צו מאַכן אַ סוף צו דער אָקופּאַציע אָן שטעלן אין סכּנה זײער לעבן און דאָס לעבן פֿון זײערע קינדער…‟ דװקא אַזױ! און טראַמפּ װיל, מע זאָל ניט אַרײַנלאָזן טלאַיִב און אָמאַר אין ישׂראל! נו, אַ שיינע מעשׂה! ער וויל, אַפּנים, װײַזן, אַז ער איז אַ גרעסערער קאַטױל, װי דער פּױפּסט אַלײן.

אױגוסט 14

געשלאָפֿן בערך צװײ–דרײַ שעה, אױפֿגעכאַפּט זיך און ניט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן, ביז כ׳האָב ניט אײַנגענומען אַ פּיל מעלאַטאָנין. בײַם סוף פֿון יענעם קורצן שלאָף האָב איך אין מײַן חלום פֿאַנטאַזירט װעגן דעם, װי מיר, אַ המון רעװאָלוציאָנערן װאָלטן צוגעגאַנגען צום „רױטן פּלאַץ‟. אַ מחנה סאָלדאַטן מיט ביקסן װאָלט אונדז געגאַנגען אַנטקעגן, און איך װאָלט זיך געװאָנדן צו זיי: „ברידער! מיר אַלע, סײַ איר סײַ מיר, זײַנען דאָך דאָס רוסלענדישע פֿאָלק! שיסט ניט אין אײַערע ברידער! קומט מיט אונדז!‟ — און אַזױ װײַטער. נאָכן אײַננעמען מעלאַטאָנין בין איך געשלאָפֿן ביז 11.50. נאָר די מאַמע, נעבעך, האָט זיך װידער, װי נעכטן, אױפֿגעװאַכט פֿינף אַ זײגער אין דער פֿרי…

אין דער פֿרי איז קאַרינאָטשקע אַװעק קײן פּראָג: װאַליע [11] האָט זײער געבעטן, זי זאָל קומען, כאָטש געװײנטלעך שטרעבט ער צו פֿאַרברענגען װאָס מער צײַט מיט די קינדער.

הײַנט האָב איך געהאַט דרײַ פּראָצעדורן: אינטערפֿערענציאָנעלע שטראָמען (אינטערעסאַנט, צי דאָס דאָזיקע װאָרט איז פֿריִער באַניצט געװאָרן אין ייִדיש!), גאַז–איניעקציעס און אַ מינעראַל–װאַנע. צוערשט, האָט מען מיר צוגעשריבן אַ פּאַראַפֿין–קאָמפּרעס, נאָר אי קאַרינאָטשקע, אי די מאַמע האָבן מיר געזאָגט, אַז ס׳איז אַ נאַרישקײט: פּשוט האַלטן די הענט אין פּאַראַפֿין (אַלאָטשקע האָט עס שױן געהאַט). איך האָב געבעטן, מע זאָל עס פֿאַרבײַטן אױף עפּעס אַנדערש, און אָנשטאָט פּאַראַפֿין האָט מען מיך געלײגט אונטער שטראָמען (איבער די אַקסלבלעטער) אױף צען מינוט. די איניעקציעס זײַנען געװען גאַנץ װײטיקלעכע, כאָטש אױף אַ קורצער רגע, װײַל מע האָט געשטאָכן גלײַך אין די װײטיק–פּונקטן: צװײ אינעם נאַקן, צװײ אין די קריזשעס און צװײ אין די קניִעס. נאָך דעם בין איך געזעסן במשך פֿון צװאַנציק מינוט אין אַ מינעראַל–װאַנע, הערנדיק אַ שטילע, „אַנטשפּאַנענדיקע‟ מוזיק און קוקנדיק אױף מײַנע האָר אױפֿן בױך, װאָס האָבן אַרויסגעשטעקט פֿונעם בולבענדיקן װאַסער, װי עפּעס עקזאָטישע געװיקסן. דערנאָך איז די מעדיצינישע שװעסטער אַרײַן און האָט מיר געהײסן לײגן זיך נאָך דער װאַנע אױף אַ ספּעציעלן טיש זיך אָפּצורוען צען מינוט. „אױפֿן רוקן?‟ — האָב איך געפֿרעגט, — „װי איר װילט,‟ — איז געווען איר ענטפֿער. דערבײַ האָט זי אַפֿילו ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק אָפּצוקערעװען זיך — און איך, גאָר אַ נאַקעטער, בין אַרױס פֿונעם װאַסער גלײַך פֿאַר אירע אױגן און האָב זיך גיך געלײגט אױפֿן טיש אױפֿן בױך. זי האָט מיך באַדעקט און איז אַרױסגעגאַנגען פֿונעם צימער. „זײערע זיטן!‟ — פֿלעג מען זאָגן אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

נאָך די פּראָצעדורן האָב איך „אױסשפּאַצירט‟ די מאַמע. אױף דער הױפּט–גאַס האָבן מיר געטראָפֿן רובען אַגאַראָניאַנען [12] מיט זײַן פֿרױ. ער האָט אױסגעזען ניט גוט, אַפּנים איבערגעטראָגן עפּעס אַ קראַנקהײט (צום לעצטן מאָל האָב איך אים געזען אין דעצעמבער 2017 אין טביליסי, און דעמאָלט האָט ער אױסגעזען אַ סך בעסער). שפּעטער האָבן מיך אױף דער זעלבער גאַס דערקענט עטלעכע אומבאַקאַנטע מענטשן. אײנער פֿון זיי, אַ ייִד מיט אַ שקיפּער–בערדעלע, האָט מיך באַגריסט מיטן הױכן רײטינג. „איר זײַט דער צװײטער נאָך מאַרטע אַרגעריך!‟ — האָט ער מיך אינפֿאָרמירט. „טאַקע? און װער האָט געמאַכט דעם רײטינג?‟ — בין איך פֿאַראינטערעסירט געװאָרן. „די חבֿרה, װאָס מאַכן עס…‟ — „און װוּ?‟ — „אױף דער אינטערנעץ.‟ — „נאָר װוּ אױף דער אינטערנעץ, אױף װאָסער װעבזײַט?‟ — „נו, טוט אַ קוק top classical pianists. איר האָט ניט געװוּסט װעגן דעם?‟ — „נײן…‟ — „איז אַ טאָפּלטן מזל–טובֿ אײַך!‟. יאָ, אײניקע קוראָרטניקעס דאָ זײַנען ממש פּערסאָנאַזשן פֿאַר שלום–עליכמען!

דערנאָך בין איך געגאַנגען אַלײן אױפֿן זעלבן באַרג הינטער אונדזער האָטעל, װוּ מיר זײַנען נעכטן געווען מיט קאַרינאָטשקען. אין אָװנט בין איך אַרומגעגאַנגען כּמעט די גאַנצע שטאָט אַרום, געזען אַ דענקמאָל געטען און אולריקען (דער דיכטער קוקט פֿאָרױס און האַלט אַ בױגן פּאַפּיר אין די הענט, די געליבטע זײַנע קוקט אױפֿן פּאַפּיר); אַ פּראַװאָסלאַװנע קירך (בפֿירוש ניט קײן אַלטע, כאָטש אױפֿגעבױט, אין אַלגעמײן, אין אַן אַלטן סטיל) און אַנדערע זאַכן. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די שטאָט דאָ איז אַרומגערינגלט מיט בערג, באַדעקט מיט װעלדער. אומעטום איז אַזױ שײן! דערצו איז הײַנט אַ פֿולע לבֿנה…

אַ סך ידיעות פֿון רוסלאַנד, פֿון ישׂראל, װי אױך די, װאָס האָבן אַ שײַכות צו ישׂראל. גאָרנישט איז נײַ אונטער דער זון: אומעטום ראַנגלט זיך דאָס גוטס מיטן שלעכטס, ערגעץ–װוּ באַקומט די אױבערהאַנט דאָס גוטס, ערגעץ–װוּ דאָס שלעכטס — און אַלץ איז איבערגענגלעך, און דער קאַמף ענדיקט זיך קײן מאָל ניט…

אינטערעסאַנט, לױט װעלכן פּרינציפּ האָט מען באַשטעטיקט די פּסוקים פֿאַר יעדן טאָג. נעכטן האָט מען געלײענט בלױז 9 פּסוקים, און הײַנט — אַזש 29.

רש״י דערצײלט, פֿאַררופֿנדיק זיך אױפֿן תּלמוד, אַז גאָט האָט פֿאַרװערט די ייִדן בלױז פֿאַרפֿירן אַ מלחמה מיט מואבֿ, נאָר זיי האָבן געמעגט סטראַשען מואבֿ מיט געװער און פֿלעגן פֿאַרכאַפּן זאַק–רױב בײַ זײ. װאָס שייך אָבער די קינדער פֿון עמון, האָט גאָט פֿאַרװערט די ייִדן ניט בלױז פֿאַרפֿירן מיט זײ אַ מלחמה, נאָר בכלל אַפֿילו „אָנהייבן מיט זיי‟. דאָס איז געװען אַ באַלױנונג פֿאַר דער באַשײדנקײט פֿון זײער אורמוטער, לוטס ייִנגערער טאָכטער, װאָס האָט ניט פֿאַרשפּרײט דעם מיאוסן שם װעגן איר פֿאָטער, אין אונטערשײד פֿון איר עלטערער שװעסטער, װאָס האָט אָנגערופֿן איר זון מואבֿ (פֿונעם פֿאָטער). נו יאָ, סײַ מיט 2000, סײַ מיט 1000 יאָר צוריק (און אױך שפּעטער) איז עס געװען אַ נאָרמע אין אַלע אמונות צו מײנען, אַז דער באַשעפֿער פֿון דער אַלװעלט באַגײט זיך מיט מענטשן און פֿעלקער לױט די מעשׂים פֿון זײערע אָבֿות. נאָר אױב אַזױ שטײט אין תּלמוד, הײסט עס, אַז אונדזערע פֿרומע גלײבן אין דעם עד–היום?

װען מיט עפּעס און דרײַסיק יאָר צוריק האָט אַסטאַפֿיעװ [13] געמאָלדן אײדעלמאַנען [14], אַז יענעמס טאַטע איז געזעסן אין לאַגער לױט אַ באַפֿעל פֿונעם „העכסטן ריכטער‟ דערפֿאַר, װײַל דער ייִד יוראָװסקי האָט געהאַט אָנגעפֿירט מיטן צעשיסן ניקאָלײַ דעם 2טן און זײַן פֿאַמיליע, — האָט אײדעלמאַן עס אָנגערופֿן „מײַן קאַמפּפֿס לאָגיק‟.

„אָבער סיחון דער מלך פֿון חשבון האָט אונדז ניט געװאָלט דורכלאָזן דורך אים, װײַל יהוה דײַן גאָט האָט האַרט געמאַכט זײַן געמיט, און פֿעסט געמאַכט זײַן האַרץ, כּדי אים צו געבן אין דײַן האַנט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.‟ דאָ אין סאָנטשינאָ װערט ציטירט עפּעס אײנער אַ האַרפּער: „דער אייבערשטער מאַכט קיין מאָל ניט פֿעסט די הערצער פֿון גוטע מענטשן. דאָס געשעט בלױז מיט יענע, װאָס האָבן געטאָן אַ סך שלעכטס.‟ אינטערעסאַנט, װער איז אָט דער האַרפּער געװען (אַ קריסטלעכער טעאָלאָג? דער נאָמען זײַנער קלינגט גאָר ניט ייִדישלעך…) און װען ער האָט געלעבט. יעדנפֿאַלס איז עס אַ מער איבערצײַגעװדיקע דערקלערונג, װי יענע װעגן דער זעלבער פּאַסירונג מיט פּרעהן (שמות 3:21). דאָרטן ציטירט דער מחבר פֿון די סאָנטשינאָ־קאָמענטאַרן קײנעם ניט און גיט זײַן אײגענע דערקלערונג, אַ לאַנגע און ביז גאָר אַ פֿאַרנעפּלטע.

[1] פּעסקאָװ, דמיטרי — פּרעסע־סעקרעטאַר בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט וו. פּוטין
[2] 12טער אויגוסט, 1952 — די דאַטע פֿון דערשיסן 13 מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט
[3] סמעכאָװ, בנימין (1940) — סאָוועטישער, רוסלענדישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר
[4] „די צװעלף בענקלעך‟ — באַקאַנט סאַטיריש פּראָזע־ווערק פֿון די סאָוועטישע שרײַבערס אילף און פּיעטראָוו
[5] לאַ באָל (La Baule) — אַ קוראָרט אין פֿראַנקרײַך
[6] אַנע פּאַװלאָװנאַ קאַנטאָר — קיסינס פּיאַנע־לערערין
[7] קאַרינאָטשקע (קאַרינע) — קיסינס פֿרוי
[8] יעװגעני יאַקאָװלעװיטש ליבערמאַן — קאַרינעס טאַטע
[9] אַלאָטשקע — קיסינס עלטערע שוועסטער
[10] יורע פֿעלשטינסקי — אַ באַרימטער היסטאָריקער
[11] וואַליע — קאַרינעס ערשטער מאַן.
[12] רובען אַגאַראָניאַן — אַ פֿידלער, דער ערשטער פֿידלער פֿונעם באָראָדין־קװאַרטעט
[13] וויקטאָר אַסטאַפֿיעװ (1924־2001) — סאָוועטישער שרײַבער


[14] נתן אײדעלמאַן (1930־1989) — ליטעראַטור־היסטאָריקער, שרײַבער

המשך קומט

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s