דער סטייסי-ענין

עמיל קאַלין

חיים ראָטאַרו איז געזעסן בײַם טיש, אָנגעטאָן אין אַ העלן כּמו-יום-טובֿדיקן אָנצוג. פֿון זײַן האַלדז איז אַראָפּגעהאָנגען אַ ברייטער קראַוואַט פֿון שרײַענדיקע קאָלירן. ער האָט זיך לײַכט געהוידעט, דערמאָנענדיק דעם עולם אין זײַן עקזיסטענץ מיט יעדער באַוועגונג פֿונעם באַלעבאָס.

חיים האָט געגעסן דאָס עוף מיט די הענט, באַלעקנדיק זיך די קלעפּיקע פֿינגער יעדע קורצע ווײַל. ער האָט ווויל געוווּסט, אַז דאָ, אין דער „גאָלדענער מדינה‟, איז דאָס נישט ניצן קיין גאָפּל-מעסער ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ גרויסע עבֿירה. וויפֿל יאָר וווינט ער שוין אין אַמעריקע? ער אַליין האַלט זיך שוין פֿאַר אַן אײַנגעזעסענעם. דאָך, קען ער נישט פּועל בײַ זיך צו עסן ווי אַ ציוויליזירטער מענטש.

אנטקעגן אים איז געזעסן זײַן זון, שלמהלע, ווי חיים ראָטאַרו האָט אים נאָך אַלץ עקשנותדיק גערופֿן; די אַלע איבעריקע קענען אים ווי סטיוו.

זינט זײַן טאַטע-מאַמע זענען מיט אים געזעסן דאָס לעצטע מאָל, האָט ער באַקומען גאָר אַן אַנדער פּנים. דורך די יאָרן, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אינעם אוניווערסיטעט, איז ער געוואָרן העכער, אָפּגעברוינט, דער רוקן האָט זיך אים אויסגעגלײַכט, אויף די אַמאָליקע דאַרע אָרעמס זענען געוואַקסן קײַלעכדיקע מוסקלען.

שלמהלע האָט געשלונגען גאַנצע שטיקער עוף און דערבײַ גערעדט וועגן זײַנע פּלענער. ער האָט בדעה צו פֿאַרלאָזן דעם שפּיטאָל אין אָרעגאָן. מיט זײַנע צייכנס דאַרף נישט זײַן שווער צו געפֿינען אַ בעסערן דשזאָב אין קאַליפֿאָרניע. דאָרט געפֿינען זיך די „גרויסע נעמען‟ און דאָרט קען מען פֿאַרדינען שענער.

חיים, בשעתן קײַען און הערן, האָט אַ מאָל אַרײַנגעוואָרפֿן אַ „יאָ‟ און אַ „געוויס‟, כּדי דעם זונס מאָנאָלאָג זאָל קלינגען אַ ביסל מער ווי אַ שמועס. לעבן שלמהלע איז געזעסן סטייסי, אַ שטילע פֿרוי, וואָס האָט געהאַלטן אין איין שמייכלען, אַפֿילו בײַם קײַען. שלמהלע האָט זי אַראָפּגעבראַכט פֿון אָרעגאָן צוזאַמען מיט דעם דאָקטער־דיפּלאָם.

די גאַנצע פּרשה האָט זיך אָנגעהויבן פֿונעם אומדערוואַרטן בליץ־בריוול פֿון שלמהלען: „טאַטע, מאַמע, איך שרײַב אײַך, כּדי איר זאָלט וויסן, אַז איך און סטייסי פּלאַנירן אַראָפּצוקומען צו אײַך מיט אַ קורצן וויזיט. מיר ווילן טיילן מיט אײַך אונדזערע געפֿילן, וואָס מיר טראָגן איינער צום אַנדערן. איך בין זיכער, אַז מיר וועלן גוט פֿאַרברענגען צוזאַמען. סטיוו.‟

נאָכן איבערלייענען דאָס בליץ־בריוול דאָס צווייטע מאָל האָט חיים אויסגעטאָן די דיקע ברילן, אָפּגעווישט דעם פּליך און געשמייכלט צו זיך אַליין אַ צופֿרידענער.
עלען האָט צוגעזשמורעט די קורצזיכטיקע אויגן און אָנגעוויזן איר לאַקירטן נאָגל אויף דעם פֿרוייִשן נאָמען — „סטייסי — אַ זי. אַ פֿרוי…‟

די טעמע „זיווג‟ איז געווען אַן אָנגעווייטיקטע אין זייער משפּחה. שלמהלע, דער שווײַגנדיקער, צוריקגעצויגענער „הײַסקול‟־שילער, האָט פֿאַרשאַפֿן זײַנע טאַטע־מאַמע נישט ווייניק האַרץ-קלעמעניש. אַ קאָפּ צום לערנען האָט ער קיין עין-הרע געהאַט אַ גוטן, נאָר ער האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין מידנסטן אינטערעס צו אַ לעבעדיקער באַשעפֿעניש. די עלטערן האָבן שוין געהאַט געקלערט, אַז אפֿשר וואָלט געווען אַ פּלאַן צו גיין מיט אים צום דאָקטער. אַ סעקסאָפּאַטאָלאָג…

זיי האָב פֿרײַ אָפּגעאָטעמט נאָך דעם ווי עלען האָט געפֿונען בײַם זון אַ פּאָרנאָגראַפֿישן זשורנאַל. זי האָט אים אַ בלעטער געגעבן און אויסגערופֿן: „אַ זי… אַ פֿרוי!‟

חיימען איז „סטייסי‟ שטאַרק געפֿעלן. זײַן כּוח-הדמיון האָט אים געטראָגן העט ווײַט.
ער האָט זיך שוין געזען שפּילן די ראָלע פֿון אַ שטאָלצן זיידע: ער האַלט דאָס מלאכל בײַם ברית-מילה, דעקט צו דעם בר-מיצווה בחור מיטן טלית, האַלט אַ שטענגל בײַ דער חופּה…

נאָר פּלוצעם זענען אויפֿגעשוווּמען די פֿראַגע-צייכנס: ס׳דאָ ייִדן אין אָרעגאָן? דער גולם האָט נישט געקענט צוגעבן איין וואָרט — אַן אונדזעריקע? ס׳איז שווער? פֿאַר וואָס ציט ער מיך בײַ דער נשמה?

„עלען, עס זענען דאָ ייִדן אין אָרעגאָן?‟ — האָט ער זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ זײַן ווײַב.
עלען איז אים באַפֿאַלן ווי אַ רויב-פֿויגל:
„אַוודאַי! וואָס דען? נישטאָ קיין ייִדן?‟
„סטייסי איז נישט קיין ייִדישער נאָמען!‟.

געמישטע חתונות זענען נישט קיין נאָווינע, אָבער תּמיד האָט דאָס געטראָפֿן בײַ יענעם און נישט בײַ אים. איצט, דאַכט זיך, איז געקומען זײַן ריי — זײַנע אייניקלעך וועלן זײַן גויים.

ער האָט געוואָלט אָפּטרייסלען פֿון זיך די מחשבֿה, אַ מענטש איז דאָך אַ מענטש. בײַ גאָט זענען אַלע גלײַך — נישטאָ קיין חילוק ווער האָט דיך געבוירן. נאָר די מחשבֿה איז נישט פֿאַרשווינדן, זיך אײַנגעקלאַמערט, אַרײַנגעשטעקט די „נעגל‟, וואָס אַ מאָל טיפֿער.

רעדן מיט עלען האָט נישט געהאַט קיין זינען: זי וואָלט אים גלײַך גענומען רופֿן מיט נעמען — „פּרימיטיוו, ראַסיסט, יחסן‟, זאָגן מוסר — „דאָס איז וואָס די נאַציס האָבן אונדז געטאָן!‟. ער איז געווען אָפּהענטיק פֿון אַזעלכע טענות.

האָט חיים דערציילט דעם פּסיכאָלאָג וועגן דעם ענין מיט „סטייסי, אָבער נישט דערמאַנט קיין וואָרט ניט וועגן דעם „נישט-ייִדישקייט ענין‟. דער פּסיכאָלאָג האָט געהאַלטן, אַז די אַנגסטן ציִען זיך פֿון די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען וואָס ער, חיים, האָט געהאַט מיט דער מאַמען. כּדי אים צוריקשטעלן אויף די פֿיס, האָט ער אים צוגעשריבן „ציפּרעלאַקס‟.

איצט האָבן די פּילן אויפֿגעהערט אַרבעטן. חיים איז געווען פֿול מיט ירגזון אויף זײַן ווײַב: וווּ איז זי אַהינגעקומען? זי פּאָרעט זיך צו לאַנג אין קיך. וואָס טוט זי דאָרט צו אַלדי שוואַרצע יאָר? אַ פּנים האָט זי… זי האָט אים איבערגעלאָזט אַליין אויפֿן פֿראָנט בשעת זי טראַסקעט דאָרט מיט די טעפּ.

עס האָט זיך אים געשטעלט אַ קנויל אין האַלדז. ער האָט אָפּגעלאָזט דאָס עוף און אויסגעשטרעקט די האַנט צו דעם געגאַרטן מאכל: שאָקאָלאַד־אײַזקרעם. זײַן עזר-כּנגדו, וואָס האָט דאָס אַלץ צוגעזען פֿון קיך, האָט גיך אָפּגעווישט די הענט און איז צוגעגאַנגען צו איר מאַן אָפּצושטעלן זײַן לײַכטיזיקן טאַט.

„חיימעלע, דײַן צוקער איז צו הויך, דער דאָקטער זאָגט…‟
„זאָג דײַן דאָקטער, — האָט ער געשמייכלט קרום, — אַז עס איז כּלו כּל הקיצין!‟ — און צוגעטראָגן צו זײַן מויל דעם לעפֿל, איבערגעפֿולט מיט דער געפֿערלעכער ברוינקייט.

דאָס אײַזקרעם-בערגל האָט זיך געוואַקלט אַהין-אַהער און לסוף זיך אַראָפּגעקײַקלט, אַ שמיר געגעבן דעם שרײַענדיקן קראַוואַט און פֿאַרענדיקט דעם וועג אויף די יום-טובֿדיקע הויזן.

חיים האָט געוואָרפֿן אַ זײַטיקן בליק אויף סטייסי. דער שמייכל, מיט וועלכן זי איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער דירה, האָט זיך נישט אָפּגעווישט פֿון איר פּנים און איז נישט אָפּגעבליאַקעוועט געוואָרן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s