די נאַכט ליגט מיר אױף די הענט

van_gog_9

שלום בערגער

שולדיק

דער שכנישער פֿויגל
שטעכט מיך מיטן אייגל:
כ’בין דאַכט זיך חוטא-בעגל.

די נאַכט ליגט מיר אױף די הענט

די נאַכט ליגט מיר אױף די הענט און זינגט.
צײַט שלאָפֿן גײן, בלוט־און־פֿלײש.
צײַט צומאַכן דעם געדאַנקען־געשעפֿט.
זײַ נאָר. זײַ.
די קאָלדרע
איז אַ צודעק
פֿאַר דײַן קאָכעדיקער פּושקע.
שטיל זײַ.

מײַן נאָמען בײַט זיך איבער נאַכט.
אױפֿגעשטאַנען, אין שפּיגל
איז מײַן געזיכט אַ לײדיקער נול.
זיסער נול,
עװעריטינג־בײגל,
קײַקל־צו צו מײַנע טרױמען
און בעט זײ לײגן זיך װי הינט.
איך װעל זײ גלעטן און גלעטן.

אַן עיגול

 די וועלט האָט מען צענומען און צונויפֿגעשטעלט
לויט אַן אַנדערן נוסח, בשעת דו שלאָפֿסט.
פֿאַרריכט די לעכער, אָנגעפֿילט װאָס ס’פֿעלט,
אָפּגעפֿאַרבט פֿילקאָליריק און באַנײַט די שטאָף.
דו שטייסט אויף אָבער ווי חוני המעגל:
איז דאָס חבֿרותא, צי גאָר דאָס צווייטע?
דו פּרוּווסט אָנצייכענען אַן עיגול. אַרויס זיגזאַגל.
דו ביסט וואַך צו בלאָנדזשעניש און ווייטיק.
נעמסט, ווי אין אַלטן פֿילם, אַ נײַעסבלאַט
באַשטעטיקן אַז אַלץ בײַם אַלטן בלײַבט.
כּנראה ביסט מיט פֿאַקט אויס פּאַני-בראַט
און דו זעסט נאָר עלטער, יאָרלאָז, אויפֿן לײַב.
די וועלט האָט זיך געביטן מיט אַ שינוי
ווי פֿאַבריק געפֿירט בלויז פֿון מאַשינען.

בלויז נימשל

איך רײַס אַראָפּ דעם דענקמאָל װאָס מיר האָבן געבױט
און דרינג אַרײַן אין דעם קרײַזל ליבשאַפֿט װאָס איר האָט בטעות געטרױט
בשעת מיר רעדן נישט און רירן זיך נישט אָן פֿאַר די הענט
און אַלץ איז אין יענעם, נישט אין זיך אַלײן געװענדט

שיכט אױף שיכט

פֿאַרלירט דאָס טאָג זײַן ליכט
און בלײַבט װי אַ לעבן אָן שׂכל
אַ טױט װאָס קײנער איז אים נישט מוחל.

אַזױ: די שטערן, די לבֿנה, די אַלטע העלדן
װאַרטן אױף דיר, זײ זאָלן דיר עפּעס מעלדן:
ביסט גרײט? דעם סוד װעל איך נישט אױסזאָגן.

תּפֿילה

אמהות, אָבֿות,
פֿעטערס, מומעס
איך בין שוין אַ מבֿין
אויף מײַנע פּגימות!
איך פֿרעג אײַך ווער
קען מתקן זײַן.
איידער איך וועל
אַ זקן זײַן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s