מיכאל דונאַיעווסקי
געוועזענער ראַבינאַט-פֿאַרוואַלטער פֿון ק״ק פּראָג
פּראָג איז טאַקע אַ שיינע, חנעוודיקע און מעשׂהדיקע שטאָט. איך וווין דאָ.
איך וויל אָבער ניט ריידן פֿון פּראָג גופֿא, איך וויל ריידן פֿון דער ייִדישער שטאָט, דער געוועזענער געטאָ, פֿון דער ייִדישער קהילה, וואָס עקזיסטירט שוין אין דער שטאָט מסתּמא אַ 1000 יאָר.
מ׳זאָגט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פּאָפּולערע טוריסטישע ייִדישע ערטער, איז מען אין פּראָג באַזונדערס פֿעיִק ארויסצוציִען געלט פון די טוריסטן. טאַקע אַזוי? וויל איך אײַך ווײַזן די אַנדערע זײַט פֿון מטבע…
ווען מע דערציילט וועגן דער ייִדישער שטאָט, פּלאָנטערט מען איבער „דעם גאָלדענעם זאַוווּלעק‟ מיט דער ייִדישער פּראָג. די איין-און-איינציקע זאַך, וואָס פֿאַרבינדט דעם „זאַוווּלעק‟ מיט ייִדן, איז געווען דאָס אָרט, וווּ ס׳האָט געוווינט דער אַסימילירטער ייִד, וואָס האָט אין יאָר 1918 אָנגעשריבן דאָרט אַ נאָוועלע. זײַן נאָמען איז פֿראַנץ קאַפֿקאַ. דאָס איז אַלץ, אויב מע נעמט ניט אין באַטראַכט כּלערליי משוגענע מעשׂיות פֿון די טוריסטן-פֿירער, וועלכע דערציילן מיט אומגלייבלעכע פּרטי-פּרטים וועגן אַלכימיסטן, מהר״ל, רודאָלף דעם צווייטן און אַפֿילו דעם גולם אַליין! אַלצדינג געהערט צו דעם זשאַנער נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן!
פֿאַר וואָס זשע מוז מען באַצאָלן אַזוי פֿיל געלט, כּדי דורכצוגיין דעם זאַוווּלעק הײַנט? לאָמיר ניט פֿאַרגעסן, ווי לאַנג איז די טשעכישע מדינה אָנגעפֿירט געוואָרן דורך די קאָמוניסטן. זיי האָבן אין אַזעלכע פּלעצער ניט אינוועסטירט. איר מיינט, אַז געלט שאַפֿט זיך אַליין? וווּ נעמט מען געלט רעסטאַוורירן די אַלע פּרעכטיקע היסטאָרישע בנינים, דערצו נאָך לויט שטרענגע כּללים פֿון דעם קולטור-מיניסטעריום. אומעטום, וווּ מע מאַכט אַ רעמאָנט, רעסטאַווראַציע, מוז מען אַלץ מאַכן אויף דעם זעלבן אופֿן, מיט די מעטאָדעס און טעכנאָלאָגיעס פֿון דער צײַט, ווען דער בנין איז אויסגעבויט געוואָרן?! כ׳מיין, אַז קיינער וועט דאָ ניט טענהן, אַז די מיטל־עלטערישע טעכנאָלאָגיעס זענען ביליקער אין 21סטן יאָרהונדערט.
האָט מען געמוזט באָרגן געלט, מאַכן אַ שיינע רעסטאַוורירונג, אַז די טוריסטן זאָלן קענען האָבן פֿאַרגעניגן, אָבער, ליידער, שוין ניט אומזיסט. די חובֿות מוז מען אומקערן! די טשעכן האָבן 40 יאָר געלעבט אונטערן קאָמוניסטישן רעזשים און קיין איבעריק געלט צו אינוועסטירן ניט געהאַט אַפֿילו פֿאַר די אייגענע הײַזער, שוין אָפּגערעדט פון טוריסטישע „גאָלדענע געסלעך‟.
פֿון וואָס רעד איך אָבער? יאָ! פֿון דער ייִדישער שטאָט, דער ק״ק פּראָג!
אין טשעכיע (בעמען און מערן) פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט געלעבט אַ פּרעכטיקע ייִדישע קהילה — אַרום 177 טויזנט נפֿשות. צווישן זיי זענען געווען באַרימטע פֿילאָסאָפֿן, וויסנשאַפֿטלערס, דאָקטוירים, אַרכיטעקטן, קינסטלערס, שרײַבערס, פּאָעטן, אַדוואָקאַטן, פֿילאַנטראָפּן, גרויסע פֿאַבריקאַנטן, געשעפֿטס־לײַט און אזוי ווײַטער. הונדערטער און הונדערטער בליִענדיקע ייִדישע קהילות! יאַ, אַ סך פֿון די ייִדן זענען געווען אמתע באַנקירן מיט אייגענע בענק!
די ייִדן האָבן געבויט אויף אייגענע געלטער גאַנצע קוואַרטאַלן און צווישן זיי אויך שפּיטאָלן, שולן פֿאַר טויזנטער ייִדישע קינדער, שילן (אַפֿילו מיט 5 און 10 טויזנט ערטער אין איין שיל!), קהילה-בנינים, הקדשים, מושבֿ-זקנים אין יעדן קהל, געזאָרגט זיך וועגן הונדערטער בית-הקבֿרותן! ביז הײַנט צו טאָג קען מען זען די שפּורן פֿון די אַמאָליקע בלי־צײַטן…
וואָס זשע איז געשען? איך שרײַב אויף ייִדיש און די, וואָס לייענען ייִדיש, ווייסן זיכער, אַז ס׳הייסט, דער דריטער חורבן…
אָבער דאָס, וואָס די נאַציס האָבן ניט אויסגעראָטן, האָבן די קאָמוניסטן דערגאַנצט. דאָס גאַנצע ייִדישע האָב-און-גוטס איז נאָך דער אַריזאַציע אומגעקומען, אויסער אַ פּאָר קהלישע בנינים און שילן.
נאך דער רעוואָלוציע פֿון 1989 האָבן די שארית-הפּליטה און זייערע קינדער און קינדס קינדער געפּרוּווט אויפֿלעבן די ייִדישע קהילות בכלל און די פּראָגער ייִדישע קהילה בפֿרט. די ייִדישע קהילה האָט געפֿאָדערט אומצוקערן סײַ דאָס קהלישע און סײַ דאָס פּריוואַטע פֿאַרמעגן אין די הענט פֿון זייערע ייִדישע בעלי-בתּים. מ׳האָט צוריקגעגעבן דער קהילה בלויז אַרום 1 (!) פּראָצענט פֿון דעם גאַנצן פֿאַרמעגן, אויף וועלכן די ייִדישע קהילה האָט געהאַט פֿולע רעכט עס צו קריגן. זי האָט באַקומען אַ סך שילן, בית-עלמינס און אַ קליינע צאָל בנינים און דירה-הײַזער.
נאָר די ייִדישע קהילה אין פּראָג האָט מער ווי צוויי הונדערט בית-עלמינס, וועלכע זי מוז אין זיי אינוועסטירן אַ סך געלט, זיי זאָלן זיך ניט פֿאַנאַדערפֿאַלן! וויפֿל מוז מען פֿאַרדינען, כּדי אויסצוהאַלטן דאָס אַלץ?! וווּ זענען זיי, די ייִדישע באַנקירן, געשעפֿטס־לײַט, פֿילאַנטראָפּן?! פּשוט ניטא… און די טשעכישע מדינה האָט כּמעט קיין מאָל ניט געהאָלפֿן.
די יידישע קהילה אין פּראָג ציילט אַרום 1500 ייִדן, ס׳רובֿ — די שארית-הפּליטה.
די ייִדישע קהילה האָט געמוזט אויסגעפֿינען אומגלייבלעכע סומעס צו רעסטאַוורירן אַלע היסטאָרישע אָביעקטן, כּדי זיי מציל צו זײַן און זיי זאָלן אונדז העלפֿן צו דעקן די אויסגאַבן אויף רעמאָנטן און רעסטאַווריר־אַרבעטן פֿון אַנדערע אָביעקטן, וואָס צעפֿאַלן זיך שוין, ווי אויך פֿאַר דער עקזיסטענץ און פֿונקציאָנירונג פֿון דער קהילה גופֿא!
די קהילה האָט אויף ס׳נײַ אויפֿגעבויט און האַלט אויס די פֿאָלגנדיקע אָביעקטן: דער מושבֿ-זקנים פֿאַר די איבערגעבליבענע נאָכן חורבן, וואָס זענען שוין ניט מסוגל צו באַזאָרגן זייערע באַדערפֿענישן; נאָך אַ מושבֿ-זקנים פֿאַר זעלבשטענדיקע, אַ גימנאַזיע, אַ מיטלשול, עטלעכע קינדער־גערטנער און אַז״וו.
די פּראָגער ייִדישע קהילה האַלט אויף און רעסטאַוורירט הונדערטער אַנדערע ייִדישע אָביעקטן, וואָס זענען צעשפּרייט איבער גאַנץ טשעכיע. די טוריסטן זעען עס ניט. אָן דעם געלט פֿון ייִדישן טוריזם וואָלט געווען אַ סך שווערער צו פֿאַרריכטן דאָס צעבראָכענע. מיר אַלע לעבן פּשוט אויף שאַרבלעך פֿון דער אונטערגעגאַנגענער ייִדישער וועלט.
די היגע ייִדן זענען ניט שולדיק, אַז היטלער, ימח-שמו, האָט אויסגעקליבן דווקא פּראָג אויפֿצושטעלן דאָ אַ מוזיי פֿאַר דער אויסגעראָטענער ראַסע…
דער ייִדישער מוזיי פֿירט אַריבער ס׳רובֿ געלט, וואָס ווערט פֿאַרדינט, צו די אַלע אַנדערע ייִדישע קהילות אין טשעכיע, און אַ דאַנק דעם, קענען די קהילות עקזיסטירן…
מיכאל דונאַיעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין יאָר 1973. געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון ייִדיש אין טוראָ-קאָלעדזש אין מאָסקווע. אין 1993
איז ער עולה געווען קיין ישׂראל, וווּ בײַם אָנהייב האָט ער זיך געלערנט אין דער ישיבֿה אין אלון-שבות. געדינט אין צה״ל און דערנאָך שטודירט ייִדיש אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט (1997־2000). אין די זעלבע יאָרן האָט ער אָנטייל גענומען אין דער אַרבעט פֿונעם פּעריאָדיק-פּראָיעקט בײַם ייִדיש-אָפּטייל.פֿון יאָר 2000 וווינט דונאַיעווסקי אין פּראָג, טשעכיע, וווּ ער פֿאַרנעמט פֿאַרשידענע פּאָזיציעס סײַ ווי אַ ייִדיש־לערער און סײַ ווי אַ געלערנטער־העבראַיִסט. פֿון 2007 ביז 2014 האָט ער געאַרבעט אין דער פּראָגער ייִדישער קהילה און אין דער טשעכישער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות, ווי דער הויפּט-ראַבינאַט-פֿאַרוואַלטער.
אַן איבערזעצער פֿון און אויף רוסיש, העברעיִש, טשעכיש, ייִדיש.