
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש יולי האָבן מיך דערפֿרייט צוויי טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען, אויפֿגעפֿירט פֿון די ניו־יאָרקער טעאַטערס — די „פֿאָלקסבינע‟ און דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟.
דער פֿידלער אויפֿן דאַך
די „פֿאָלקסבינע‟ האַלט זיך געטרײַ בײַ איר שאַפֿערישן קרעדאָ; איר רעפּערטואַר באַשטייט, בדרך־כּלל, פֿון מוזיקאַלישע אויפֿפֿירונגען. דערמיט ציט דער טעאַטער ווײַטער דעם פֿאָדעם פֿונעם קלאַסישן ייִדישן טעאַטער נוסח גאָלדפֿאַדען, פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט דער טעאַטער אַרויס אַ נטיה זיך האַלטן בײַ דער טראַדיציע פֿון בראָדוויי־מיוזיקלען.
אין דער פֿאָרשטעלונג „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟ זײַנען זיך די צוויי שאַפֿערישע גרונט־ליניעס צונויפֿגעגאַנגען.
דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך לכתּחילה באַצויגן סקעפּטיש, הערנדיק, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ גייט שטעלן „דעם פֿידלער‟. וואָס קאָן שוין זײַן מער פֿאַרשלעפּט און איבערגעניצעוועט, ווי אָט דער בראָדוויי־מיוזיקל. דאַכט זיך, אַז די ניו־יאָרקער וואָראָבייטשיקלעך טשיריקען דזשערי באָקס „ווען איך בין אַ ראָטשילד‟. אמת, מע וועט עס אויפֿפֿירן אויף ייִדיש. שטעלט זיך די פֿראַגע: וויפֿל מענטשן אין זאַל וועלן עס פֿאַרשטיין?..

נישט מיט גרויס חשק בין איך צו דער פֿאָרשטעלונג געגאַנגען; מער צוליבן פֿאַרפֿעסטיקן מײַן מיינונג און יוצא זײַן פֿאַר מײַן פֿרוי.
אײַ, ווי כ׳האָב זיך טועה געווען! אַלע מײַנע ניכטערע השערות, וועלכע האָבן מיך באַגלייט ביז דער שוועל פֿונעם טעאַטער, זײַנען אינעם גאַנג פֿון דער פֿאָרשטעלונג צעשטערט געוואָרן. איך ווייס נישט, וואָס דער אויפֿפֿירער פֿון דער פֿאָרשטעלונג (יואל גריי) האָט מיט מיר אַזוינס געטאָן, עס זעט אָבער אויס, אַז אמתע קונסט — סײַ וואָס שייך דעם מיוזיקל אַליין און סײַ דער גאַנצער טרופּע מיטן אָרקעסטער אין איינעם — האָבן געטאָן נסים. יאָ, ס׳איז געשען אַ נס־מין־הטעאַטער.
דווקא דאָס אומקערן די אַנאַטעווקער ייִדן זייער טאָג־טעגלעכע שפּראַך נאָך איבער פֿופֿציק יאָר, זינט דער מיוזיקל האָט זיך באַוויזן, האָט אויפֿגעהויבן דעם „פֿידלעך‟ אויב נישט נאָך העכער אַלע דעכער, בתוכם דעם שפּיץ פֿון ניו־יאָרקער Empire State Building. די מוזיק אַליין, צוזאַמען מיט די ייִדישע טעקסטן, האָט אָנגעהויבן קלינגען מער אויטענטיש, פֿאָלקסטימלעכער, וואָלט איך געזאָגט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן דער גלענצנדיקער איבערזעצונג פֿון שראַגע פֿרידמאַן — סײַ די ווערטער צו די זינגלידער און סײַ דעם גאַנצן ליברעטאָ — וואָלט די פֿאָרשטעלונג נישט געקאָנט קומען צו אַזאַ מײַסטערישער הייך.

דער נײַער ייִדישער מלבוש פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז בפֿירוש אָפּגעשאַצט געוואָרן מצד דעם עולם. מע גייט דאָך אין אַן אָפּערע־טעאַטער, געשפּילט אויף איטאַליעניש אָדער פֿראַנצייזיש, מע פֿאַרשטייט נישט קיין וואָרט, אָבער הנאה קריגט מען, מחמת ס׳איז אַ קונסט־ווערק. און אַז די „פֿאָלקסבינע‟ האָט געשאַפֿן אַן עכט קונסט־ווערק איז קיין צווייפֿל בײַ מיר נישט געבליבן!
די זונה פֿון אָהײַאָ
דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ פֿירט זײַן טעאַטראַלע טראַדיציע מער פֿון יעקבֿ גאָרדינס דראַמאַטישן טעאַטער. ווי כ׳האָב שוין פֿריִער געשריבן אין מײַנע נאָטיצן (נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 4), איז די טענדענץ פֿונעם רעפּערטואַר־טעאַטער צו שטעלן וועלט־באַקאַנטע פּיעסעס, איבערגעזעצט אין ייִדיש פֿון אַנדערע שפּראַכן. ביז אַהער איז עס געווען פֿון ענגליש, פֿראַנצייזיש און לעצטנס פֿון עבֿרית.

חנוך לוינס שאַפֿונג, באַזונדערס זײַנע דראַמאַטורגישע ווערק האָבן כּמעט שטענדיק אַרויסגערופֿן אין ישׂראל אַ סקאַנדאַל. אַ „שטעכיקע‟ פּערזענלעכקייט און דערצו נאָך אַ קאָמוניסט האָט זײַן פּראָוואָקאַטיווער קוק אויף דער קאַפּיטאַליסטישער וועלט בכלל און דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט בפֿרט, דערמעגלעכט בולטער צו אַנטפּלעקן די נעגאַטיווע דערשײַנונגען סײַ פֿון דער געזעלשאַפֿט און סײַ פֿון אירע בירגער.
דער הויפּט־פּערסאָנאַזש (דוד מאַנדעלבאַום) פֿון דער פּיעסע „די זונה פֿון אָהײַאָ‟, אַ זיביציק־יאָריקער ישׂראלי, האָט זיך אײַנגערעדט אַ חלום, אַז דווקא אין אָהײַאָ, וווּ אין אַ פּרעכטיקן פּאַלאַץ וווינען די שענסטע זונות, וועט ער פֿאַרברענגען זײַנע לעצטע טעג. דערווײַל אָבער, ביז ער וועט אָנקומען קיין אָהײַאָ, זוכט ער אָפּ אין אַ הויף אַ ביליקע פּראָסטיטוטקע (מאַשע פֿאָגעל). אויף אַזאַ אופֿן פֿאַרשאַפֿט ער זיך אַליין אַ מתּנה צו זײַן געבורסטאָג. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט דער „זיידע‟ דעם „האָנאָראַר‟ אויסגעצאָלט, אָבער צו פֿאַרשאַפֿן זיך אַ ביסל פֿאַרגעניגן באַקומט זיך שוין בײַ אים נישט. דעמאָלט קומט אים צו הילף זײַן זון (אלי ראָזען). דאָס געלט טאָר דאָך נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן.

חנוך לוין חוזקט אין דער פּיעסע אָפּ דעם „קליינבירגערלעכן ישׂראלי‟, וואָס אין תּוך איז ער פֿאַרבליבן דער זעלבער „קליינשטעטלדיקער ייִד‟, אַ קליין מענטשעלע; זײַן שענסטער חלום, נישט געקוקט דערויף, וואָס ער האָט שוין אָפּגעשפּאָרט אַן אייגענע מדינה, איז געבליבן — „אַמעריטשקע‟, וווּ אַפֿילו זונות וווינען אין קיניגלעכע פּאַלאַצן.
גאָר נישט קיין לײַכטע אויפֿגאַבע האָט פֿאַר זיך געשטעלט דער טעאַטער, בפֿרט אַז דער טעקסט פֿון דער פּיעסע איז אָנגעפּיקעוועט מיט ניבֿול־פּה, מיט שמוציקע קללות, וואָס פֿאַרן ייִדיש־אויער קלינגט עס באמת שאָקירנדיק. און איך באַגריס דעם איבערזעצער פֿון דער פּיעסע, אלי ראָזען, וואָס האָט געקאָנט אין ייִדיש געפֿינען אַ שפּראַכלעכן עקוויוואַלענט צו חנוך לוינס ניט־נאָרמאַטיוון עבֿרית.

אפֿשר קלינגט עס מאָדנע, אָבער דווקא דער ייִדישער נוסח פֿון דער פּיעסע האָט די פּיעסע באַפֿרײַט פֿון די ישׂראלדיקע דלתּ אַמות, פֿון דער אָרטיקער ווירקלעכקייט, און זי געמאַכט אַלמענטשלעך, כ׳וואָלט אַפֿילו געזאָגט, אַלוועלטלעך. די „טרויקע‟ העלדן ווערן שוין נישט באַטראַכט בלויז ווי ישׂראל־טיפּן; נאָר ווי פּאַרשוינען, וואָס טרעפֿן זיך גאָר אָפֿט בײַ אַנדערע פֿעלקער אויך.
צו דערגרייכן אַזאַ טעאַטראַלן עפֿעקט האָבן צוגעלייגט זייער טאַלאַנט און מײַסטערשאַפֿט אַלע דרײַ אַקטיאָרן.
דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟, צום גרויסן באַדויערן, האָט נישט זײַן אייגענע סצענע, און כּדי צו פֿאַרגרעסערן זייער רעפּערטואַר מיט נײַע פֿאָרשטעלונגען, האָט מען געמוזט צופּאַסן זייער סטודיאָ צו אַ מין טעאַטער. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז בעסער פֿון גאָרנישט; די 33 מענטשן, וואָס די סטודיאָ דערמעגלעכט אַרײַנצונעמען, איז אויך אַן עולם. אַ געטרײַער עולם! אָבער אַזאַ זאַל וואָלט, לויט מײַן מיינונג, מער געפּאַסט פֿאַר ליטעראַרישע ליינונגען, וואָס איז אַגבֿ זייער וויכטיק פֿאַר זיך אַליין.
דער טעאַטראַלער ניו־יאָרק קאָן זיך באַרימען מיט צוויי פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע טעאַטערס. זיי וואַרטן אויף אונדז און נייטיקן זיך אין אונדזער „בראַוואָ‟! — און מער ממשותדיקע זאַכן.
יולי 2018