אוי, דאָס פּינטעלע ייִד…

007-CAMISRA-F-2-SASSI-KESHET-EN-FANTASIA
לאה שלאַנגער
אַ שמועס מיט ססי קשתּ

אַנטקעגן וואָס שרײַב איך עס? אַנטקעגן דעם, אַז דאָס ייִדישע וואָרט, דער ייִדישער קלאַנג, די ייִדישע ליטעראַטור, די נגינה זײַנען טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם פֿאָלק; און קיינער — נישט קיין יחידים, נישט קיין פּאָליטיש-אידעאָלאָגישע שטראָמען קאָנען עס נישט אָפּשאַפֿן מיט קיין שום באַפֿעל.

אַ בײַשפּיל דערצו זײַנען אונדזערע סאַברעס, וואָס דערנענטערן זיך אַלץ מער און מער צו ייִדיש און אירע אוצרות.

איינער פֿון די בולטסטע פֿאָרשטייער פֿון זיי איז דער קינסטלערישער לייטער פֿונעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער ססי קשתּ (סאַסי קעשעט).

ססי קשתּ איז אַ באַוווּסטער העברעיִשער זינגער און אַקטיאָר. ער האָט פֿאַרנומען די ערשטע ערטער אויף פֿאַרשידענע פֿעסטיוואַלן: פֿון געזאַנג, חסידישע און מיזרחישע לידער, קינדער־פֿעסטיוואַלן, אַרויסגעגעבן DVD־אַלבאָמען, געוואָרן אויסגעצייכנט דורכן ראַדיאָ „קול ישׂראל‟ ווי דער בעסטער זינגער פֿון יאָר 1971. ער האָט געשפּילט אין אַ ריי פֿילמען, אויף דער טעלעוויזיע, אין מיוזיקלס — ס’איז נישט מעגלעך אויסרעכענען אַלע זײַנע דערגרייכונגען.

ססי קשתּ איז געבוירן געוואָרן אינעם קיבוץ „גליל־ים‟, בײַ עלטערן, וואָס זײַנען געקומען פֿון „דאָרטן‟, פֿון פּוילן. אין קיבוץ האָט מען דאַן נישט געטאָרט רעדן ייִדיש. איר קענט דאָס ווערטל: „עבֿרי דבר עבֿריתּ‟ — האָט מען מורא געהאַט אַרויסלאָזן אַ ייִדישן קלאַנג, מ’האָט געבויט אַ נײַע געזעלשאַפֿט, אָפּגעשיידט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, אָבער בשתּיקה האָבן די מענטשן אַרײַנגעכאַפּט אַ ייִדיש וואָרט.

sosi
ססי קשתּ אין דער פֿאָרשטעלונג „דער חזן פֿון ווילנע‟ אין „ייִדישפּיל‟־טעאַטער

און דאָס קינד ססי, וואָס האָט שוין פֿון קלענערהייט אָן געהאַט אַ גוטן געהער, האָט אויפֿגעכאַפּט יעדעס וואָרט. דערצו נאָך איז זײַן זיידע געווען אַ גבאַי אין אַ שיל אין תּל-אָבֿיבֿ, צו וועלכן ער פֿלעגט פֿאָרן און זיך אָנשעפּן מיט חסידישע ניגונים, וועלכע ססי האָט שפּעטער אויסגענוצט אין זײַן ראָלע אין דער פֿאָרשטעלונג „דער חזן פֿון ווילנע‟ אין „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. ייִדיש האָט אים פֿאַרכאַפּט: „כ’האָב דערפֿילט, —זאָגט ססי קשתּ, — אַז כ’האָב אַ חובֿ אָפּצוצאָלן. ייִדיש איז געוואָרן פֿאַר מיר אַן אויפֿגאַבע‟. ווען אין 2011 האָט אים דער דירעקטאָרן-קאָמיטעט פֿון טעאַטער פֿאָרגעלייגט צו ווערן דער דירעקטאָר און קינסטלערישער לייטער פֿון „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, האָט ער עס אָנגענומען מיט פֿרייד.

nostalgia
דאָס בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע קאָמפּאַקטל

ססי קשתּ איז פֿאַרהייראַט מיט דער באַקאַנטער העברעיִשער אַקטריסע יונה אליאן (יאָנאַ עליאַן). זיי האָבן 2 קינדער — אַריאל, אַ מוזיקער און מאי אַן אַקטריסע. ווי איר זעט, פֿאַלט דאָס עפּעלע נישט ווײַט פֿון ביימעלע. אויך יונה האָט געהאַלטן, אַז זי דאַרף אָפּגעבן דעם חובֿ אירע עלטערן, אָפּשטאַמיקע פֿון פּוילן. זי האָט זיך באַפֿרײַט אויף אַ צײַט פֿון איר טעטיקייט אין „בית ליסין‟־טעאַטער, וווּ זי אַרבעט, כּדי צו שפּילן „מירעלע אפֿרת‟ אויף ייִדיש אין „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, אַגבֿ זי האָט די ראָלע געשפּילט שוין פּריִער אויף העברעיִש.

„דער טעאַטער, — זאָגט ססי קשתּ, — האָט אַ חובֿ: ער מוז האָבן אַ ייִדישן רעפּערטואַר פֿון אָריגינעלע ייִדישע דראַמאַטורגן, ווי אויך שפּילן איבערגעזעצטע פּיעסן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש; העברעיִשע הײַנטצײַטיקע דראַמאַטורגיע אין דער ייִדישער איבערזעצונג. דער עולם בײַט זיך, עס קומען אַלץ מער מענטשן פֿונעם ייִנגערן דור. צווישן זיי אויך אַזעלכע, וואָס קענען קוים ייִדיש. דער עולם האָט נישט קיין כּוח צו שווערע דראַמעס, באַמיִען מיר זיך, — באַטאָנט ססי, — שפּילן פּיעסעס, וואָס זאָלן זײַן ליטעראַריש און גלײַכצײַטיק נישט ברענגען קיין מורא־שחורה. דער רעפּערטואַר איז פֿאַרשידנאַרטיק.‟

banditn
ענת עצמון און דורי ענגעל אין דער פֿאָרשטעלונג “ייִדישע באַנדיטן”

אינעם נײַעם סעזאָן וועט מען קאָנען זען אין „ייִדישפּיל‟ גאָלדפֿאַדענס „קאָלדוניע‟, „געוואַלד אונטערוועלט‟ — אַ פֿאָרשטעלונג פֿון לידער און מעשׂיות פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט, „הערצל און נאָרדאַו‟, „הייס און געשמאַק‟.

און דאָך אין דעם יערלעכן טעאַטער־פֿאַרמעסט, וווּ מ’האָט געטיילט אויסצייכענונגען פֿאַר דער בעסטער דראַמע, פֿאָרשטעלונג, פֿאַרן בעסטן אַקטיאָר, אַקטריסע, דעקאָראַציעס, קאָסטיומען און אַ. וו. — האָט דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער נישט אָנטייל גענומען גלײַך מיט אַנדערע העברעיִשע טעאַטערס אין לאַנד. דער קינסלערישער לייטער פֿון „ייִדישפּיל‟־טעאַטער האַלט עס נישט פֿאַר דיסקרימינאַציע; ער דערקלערט עס, ווי אַ פֿאָרמעלע זאַך, צוליב דער באַגרענעצטער צאָל, וואָס דער טעאַטער קאָן שפּילן אַ פֿאָרשטעלונג, מאַקסימום ביז 30 מאָל.

„דאַקעגן, — טרייסט ער זיך, — האָט דער טעאַטער אַ ריי פֿאָרשלאָגן צו שפּילן אין אויסלאַנד. שוין די טעג האָבן מיר באַקומען אײַנלאַדונגען צו קומען קיין רומעניע און פּוילן.‟

די כּוונה איז צו האָבן אַן אייגענעם טעאַטער־בנין, נישט צו וואַלגערן זיך פֿון איין אָרט צו אַן אַנדערן. די טרופּע ראַנגלט זיך אויך מיטן בודזשעט… אָבער לאָמיר אויך נישט פֿאַרגעסן, אַז ססי קשתּ אַליין איז אַ פּרעכטיקער זינגער און אַקטיאָר און האָט אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע משפּחה. איז דאָס פּאָרפֿאָלק קשתּ, צו די 40 יאָר פֿון זייער חתנה אַרויס מיט אַן אָוונט — „נאָך אַלץ פֿאַרהייראַט‟. זיי שפּילן עס מיט גרויס דערפֿאָלג.

לאָמיר ווינטשן ססי קשתּ, אַז דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער זאָל שטײַגן „נאָך העכער‟, און דאָס ייִדישע וואָרט, וואָס האָט שוין הײַנט נישט קיין קעגנער, זאָל זיך צעקלינגען איבערן גאַנצן לאַנד.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

w

Connecting to %s