אַ בליק פֿון אַ ישׂראלדיקער טוריסטקע
סאָפֿע רובינשטיין
פּראָג איז נישט פּשוט אַ שיינע און מעשׂהדיקע שטאָט. פּראָג איז זייער אַ ראָמאַנטישע שטאָט. אָבער נישט נאָר מיט ייִדישע לעגענדעס זײַנען רײַך די אַלטע קוואַרטאַלן און געסעלעך.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פּאָפּולערע טוריסטישע ייִדישע ערטער, איז פּראָג באמת מער פֿרײַנדלעך צו אירע געסט. כ׳פֿאַרשטיי, אַוודאי, אַז די פֿראַגע פֿון אײַנדרוקן איז אַ סוביעקטיווע זאַך, און זיך טשעפּען צו קלייניקייט וויל זיך נישט — עס האָט נישט קיין זין. פֿון דעסטוועגן, איז פֿאַראַן אַן אַספּעקט, וואָס מיך פּערזענלעך לאָזט ער נישט בלײַבן גלײַכגילטיק. כ׳מיין, די שיטה צו פֿאַרדינען געלט אויף אַלץ, וווּ עס לאָזט זיך.

למשל: דורכגיין דורך דעם באַוווּסטן „גאָלדענעם זאַוווּלעק‟ — ווי ווײַט היסטאָריש און מיסטיש דאָס אָרט זאָל נישט זײַן — מוז מען באַצאָלן 50 שקל. וועט איר פֿרעגן: נאָר פֿאַרן דורכגיין דעם זאַוווּלעק? חס־וחילה, איר קאָנט דאָרט אַרײַנקוקן אין אַן אָרט, וווּהין אַפֿילו דער אימפּעראַטאָר פֿלעגט גיין צופֿוס… אָבער איך האָב עס נישט געדאַרפֿט! דערצו בין איך שוין דאָרט אַ מאָל געווען און ווייס די געשיכטע פֿון יעדן הויז. אַוודאי, גייט עס נישט אין געלט. דאָס מאָל איז מיר געגאַנגען אינעם פּרינציפּ! כ׳האָב פּרינציפּיעל נישט געוואָלט באַזוכט דעם „גאָלדענעם זאַוווּלעק‟.
די ייִדישע געטאָ… הײַנט טראָגט דאָס היסטאָריש אָרט דעם נאָמען „יאָזעף‟, לכּבֿוד דעם אימפּעראַטאָר, וואָס האָט געגעבן די ייִדן בירגער־רעכט באַגלײַך מיט די אַלטגעזעסענע תּושבֿים. אָבער אַ סך פֿון די אײַנוווינער רופֿן עס נאָך ביז הײַנט „זשידאָווסקיע מניעסטאָ‟. אַגבֿ, האָט זיך די געטאָ אין פּראָג באַוויזן אַ סך פֿריִער ווי אין ווענעציע. האָב איך אַרײַנגעקוקט אין דער אינטערנעץ־זײַט און זיך אָנגעשטויסן אין אַ גאַנצער דיסקוסיע אויף דער טעמע, ווי אַזוי מע פֿאַרדינט געלט אויף די פֿאַרשוווּנדענע (פּינקטלעכער געזאָגט, אומגעבראַכטע) ייִדן. בשעתן לייענען, האָב איך געטראַכט: מילא, פֿאַרדינט מען, אָבער די ערטער היט מען דאָך אָפּ!
מײַן אַנטוישונג האָט אין גיכן געגעבן אין זיך צו וויסן, ווען כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז נישט פֿאַראַן קיין איין (!) אָביעקט, וואָס מע קאָן אים באַזוכן בחינם, בתוכם דער בית־עולם. אויך אין פֿלאָרענץ וועט איר אָן אַן אָפּצאָל ניט אין שיל און ניט אויפֿן בית־עולם נישט אַרײַנגיין. אַן אַנדער זאַך — אין פּאָרטוגאַל. דאָרט האַלט שוין אַ סך יאָרן אויס די גרויסע שיל אַ ייִדישע משפּחה. צו באַזוכן די פּרעכטיקע שיל קאָסט נישט קיין געלט, סײַדן איר ווילט געבן אַ נדבֿה. און איך מיט מײַן מאַן האָבן עס געטאָן פֿונעם גאַנצן האַרץ.
דעריבער קריכן אַלץ מער אין קאָפּ אַרײַן די אויסדרוקן פֿון יענער אינטערנעץ־פּאָלעמיק: „דער לעצטער ייִד‟ אָדער „די ייִדן האָט מען פֿאַרניכטעט און פֿון די ערטער, וווּ זיי האָבן געפֿירט זייער קיום, האָט מען געמאַכט אַ רעזערוואַט און מע פֿאַרדינט אויף דעם געלט.‟ נישט קיין גוטע געדאַנקען, אָבער — אַ פֿאַקט!

איך באַשולדיק, חלילה, נישט די טשעכן, כאָטש די געשיכטע פֿון זייערע באַציִונגען מיט די ייִדישע שכנים איז אַ לאַנגע און נישט תּמיד געווען אַ פֿריילעכע. כ׳זע אָבער אויך נישט קיין סיבה צו דערהייבן זייערע פֿאַרדינסטן אין דעם, וואָס דער ייִדישער קוואַרטאַל, מיט זײַנע אוניקאַלע עקספּאָנאַטן, האָט זיך פֿאַרהיט ביז אונדזערע טעג. „שולדיק‟ איז אין דעם היטלער, ימח־שמו. דאָס האָט ער געוואָלט שאַפֿן אין פּראָג אַ מין עקזאָטישן מוזיי פֿון אַן אויסגעראָטענער ראַסע, און צוליב דעם צונויפֿגעפֿירט אין פּראָג פֿאַרשיידענע עקספּאָנאַטן פֿון גאַנץ אייראָפּע.
מיט אַלע כּוחות טרײַב איך פֿון זיך אָפּ די געדאַנקען, אַז די טשעכן, ניט־ווילנדיק און נישט גענוג אַרײַנטראַכטנדיק זיך אין דעם, האָבן אין זייער וווּנדער־שיינער שטאָט פֿאָרט רעאַליזירט דעם טײַוולאָנישן פּלאַן פֿון די נאַציס. יעדנפֿאַלס, אויף דער טראַגעדיע פֿון די טשעכישע ייִדן פֿאַרדינען הײַנט די טשעכן נישט ווייניק געלט. יעדער געשיכטע־לימוד האָט, אַ פּנים, זײַן פּרײַז. מיר זעט עס אויס זייער פֿאַרדריסלעך און ווייטיקלעך. צי דען, טראַכט איך, איז די מלוכה שוין אַזוי באַדלותט, אַז זי קאָן נישט אויסהאַלטן געציילטע היסטאָרישע אָביעקטן פֿון אַזאַ גרויסער וויכטיקייט?! שוין זשע איז מען אַזוי נידעריק געפֿאַלן, אַז מע דאַרף נעמען געלט פֿאַרן באַזוכן די מאָלערײַ־עקספּאָזיציע, געמאַכט פֿון די קינדער אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזינשטאַדט?! שוין זשע דאַרף טשעכיע נישט זײַן פֿאַראינטערעסירט אין דעם, אַז וואָס מער מענטשן זאָלן זען די „פּירות‟ פֿון האַס און ראַסיזם?!
פֿון דעסטוועגן, זײַנען פֿאָרט פֿאַראַן בײַשפּילן פֿון אַן אַנדער באַציִונג צו אומבאַקוועמע און פֿילעוודיקע פֿראַגן.

איך דערמאָן זיך אינעם שילדל לעבן דעם ליפֿט פֿונעם קלויסטער „סאַגראַדאַ פֿאַמיליאַ‟ אין באַרסעלאָנע, מיט אַן אַטשולדיקונג, הלמאַי מע מוז נעמען אָפּצאָלגעלט פֿאַרן נוצן זיך מיטן ליפֿט, ווײַל עס פֿעלן אויס מיטלען צו פֿאַרענדיקן די בויוּנג.
אין פּראָג האָב איך אַפֿילו קיין אָנדײַט אויף אַזאַ שילדל נישט געזען. צוריק גערעדט, הלוואַי וואָלט מען כאָטש פֿאַרגעדענקט, אַז די אַלע מענטשלעכע קרבנות און אַלע געלטער זײַנען באַצאָלט געוואָרן נישט אומזיסט; אַז נאָך דעם איז די וועלט געוואָרן אַ ביסעלע גלײַכער.

אָבער די ייִדן גייען און באַזוכן די ערטער, און עס טרייסט, אַז נישט נאָר די ייִדן. איך האָף, אַז מענטשן ווילן זיך דערוויסן דעם אמת וועגן חורבן.
בשעתן לייענען די אינטערנעץ־דיסקוסיעס, האָב איך אָנגעטראָפֿן אויך אויף מיינונגען, אַז פֿון אַלע ערטער אין פּראָג זײַנען די בילעטן צו באַזוכן די ייִדישע אָביעקטן די טײַערסטע, דאָס הייסט, אַז די אָרטיקע ייִדן פֿאַרדינען גרויסע געלטער אויפֿן אינטערעס פֿון נאַיִווע מענטשן.
אמת, זינט דעם 1טן אָקטאָבער 1994 האָט מען דעם ייִדישן מוזיי — בנינים, קונסט־ און רעליגיעזע־חפֿצים — אומגעקערט דער פּראָגער קהילה, וועלכע רעסטאַוורירט און פֿירט אָן מיטן מוזיי ווי אַ ניט־מלוכישע געזעלשאַפֿטלעכע אַסאָציאַציע. שטעלט זיך די פֿראַגע: אויב אַזוי, פֿאַר וואָס זשע פֿאָדערט מען אײַנטריטגעלט פֿאַרן באַזוכן די פֿונקציאָנירנדיקע סטאַראָנאָווע שיל? צי מיינט עס אויך, אַז אַ געוויסן חלק פֿון דעם געלט נעמט פֿאַר זיך די קהילה?..
* * *
בײַ אונדז אין שטוב הענגט אַ גראַוויור פֿון דער סטאַראָנאָווער שיל, וואָס מיר האָבן געקויפֿט בײַ אַ קינסטלער מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק. די דאָזיקע גראַוויור איז באמת פֿול מיט סודותדיקייט און מיסטיטיזם — אַזאַ האָב איך די שיל דערזען און אַזאַ האָב איך זי פֿאַרגעדענקט.

מיר האָבן דעמאָלט געוווינט גאָר נאָענט פֿון דער שיל און עטלעכע מאָל אין טאָג פֿאַרבײַ איר דורכגעגאַנגען. די שיל איז געווען זייער אַן אַלטע, אַ חרובֿדיקע, אָבער אַ לעבעדיקע אין דער זעלבער צײַט. זי האָט געהאַט איר אייגן פּנים, וואָס דער אויסדרוק פֿלעגט זיך שטענדיק בײַטן, לויט איר און אויך מײַן שטימונג. זי איז תּמיד געווען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע. צו מאָל פֿלעגט זיך דאַכטן, אַז גולמס טריט קאָן מען נישט בלויז זיך פֿאָרשטעלן, נאָר ממש הערן, ס׳איז גענוג אָנשטעלן די אויערן… מע קאָן אַפֿילו דערזען, אויב נישט אים אַליין, איז כאָטש זײַן שאָטן — ערגעץ אויפֿן ראָג אָדער הינטער אַ דאַך־שפּיץ.
בעת מײַן איצטיקן באַזוכן פּראָג, האָב איך די סטאַראָנאָווע שיל אַפֿילו נישט פֿאָטאָגראַפֿירט. זי האָט מיר אויסגעזען אָפּגעפֿרעמדט. כ׳בין זי אַרומגעגאַנגען פֿון אַלע זײַטן, אַרײַנגעקוקט אין יעדן ווינקל, זיך אײַנגעהערט — אפֿשר וויל זי מיר עפּעס דערציילן, פֿאַרטרויען… זי האָט געשוויגן, קיין פּיפּס נישט אַרויסגעלאָזט.
דער גולם, זעט אויס, האָט דאָרט קיין מאָל נישט געוווינט. דאָס פּנים פֿון דער שיל האָט אויסגעזען גאָר אַנדערש: באַפּוצט און באַפֿאַרבט געפֿעלן צו ווערן די טוריסטן.
צוריק גערעדט, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: און אפֿשר האָט אָט די גאָר אַלטע שיל אונדז פּשוט נישט דערקענט, אָדער זיך געמאַכט ניט־וויסנדיק. מיר זײַנען דאָך אויך געוואָרן עלטער מיט עטלעכע און צוואַנציק יאָר…
באר־שבֿע, יוני 2018