בשעתן לייענען קיסינס בוך „דערמאָנונגען און מחשבֿות‟

IMG_0945

סערגאָ בענגעלסדאָרף

„אַלע מײַנע נאַטור־טאַלאַנטן האָב איך באַקומען פֿון מײַנע אָבֿות־אַבֿותינו, פֿון מײַן פֿאָלק, דערפֿאַר, ווען מע באַליידיקט מײַן פֿאָלק, האַלט איך פֿאַר נייטיק עס צו פֿאַרטיידיקן‟.

אַזוי הייבט זיך אָן דאָס ניט־גרויסע בוך מיט שיינע אילוסטראַציעס, אַרויסגעלאָזט אינעם מאָסקווער פֿאַרלאַג „אַרט וואָלכאָנקאַ‟. אָנגעשריבן אויף אַ היימישן רוסיש, אָן „קונצן‟, ווי דער מחבר וואָלט אויף אַ קול אַרומגעטראַכט זײַן אָנגעזעטיקט און אינטערעסאַנט לעבן, דערמאָנט ער באַגעגענישן מיט אַ סך מענטשן — אי באַוווּסטע, אי פּשוטע, מיט וועלכע דער גורל האָט אים צונויפֿגעפֿירט. דער נאָמען יעווגעני קיסין איז באַקאַנט איבער דער גאָרער וועלט. כ׳רוף בכּיוון נישט אָן דאָס וואָרט „פּיאַניסט‟, ווײַל אויב אָנצוּווײַזן עס, וועט עס טראָגן אין זיך זייער אַ שמאָלן באַגריף.

355127-evgeny-kissin

זײַן בוך האָט מיר, ווי אַ מתּנה, צוגעשיקט דער מחבר אַליין מיט אַן אונטערשריפֿט אויף ייִדיש: „פֿאַר סערגאָ בענגעלסדאָרפֿן מיט דרך־ארץ און סימפּאַטיע‟. וויל איך דווקא פֿון אָט דער ייִדישער דעדיקאַציע אָנהייבן מײַן שמועס וועגן דעם וווּנדערלעכן מענטש און זײַן בוך. מיט יעווגעני קיסין האָב איך זיך באַקענט פֿאַראַיאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן. אַוודאי, האָב איך וועגן דעם אוניקאַלן מוזיקער געהערט אַ סך פֿריִער. אין קעשענעוו, וווּ כ׳האָב אַפּגעלעבט אַ 50 יאָר, האָב איך געהאַט אַ סך פֿון זײַנע פּלאַטעס. צווישן זיי שפּילט דער וווּנדערקינד זשעניע קיסין שאָפּענס צוויי פּיאַנע־קאָנצערטן, באַגלייט מיטן מאָסקווער סימפֿאָנישן אָרקעסטער. ווען נישט דאָס בילד אויפֿן פּלאַטע־קאָנווערט, וווּ דאָס 12־יאָריק ייִנגעלע מיטן רויטן פּיאָנערישן האַלדזטוך טרעט אויף אינעם גרויסן זאַל פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע, וואָלט מען געקאָנט מיינען — לויט דער אָנגעזעטיקטקייט פֿון קלאַנג, פֿיליגראַנער מוזיקאַילישקייט און דער טיפֿקייט פֿון באַנעמען מוזיק, אַז עס שפּילט אַ געניטער רײַפֿער מוזיקער.

שאָפּען, אויסגעפֿירט פֿון זשעניען, איז פֿאַר מיר געווען אַן אַנטפּלעקונג. שפּעטער, בשעתן הערן זײַנע פּלאַטעס, בין איך שטענדיק נתפּעל געוואָרן פֿון דעם, ווי ער שפּילט זײַן באַליבטן שאָפּען.

פּונקט אַזאַ אַנטפּלעקונג איז געשען מיט יאָרן שפּעטער, בעת כ׳האָב זיך צוגעהערט צו קיסינס דעקלאַמירן לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן אויף דעם קאָמפּאַקטל „אויף די קלאַווישן פֿון ייִדישער פּאָעזיע‟, וואָס ס׳האָט מיר צוגעשיקט דער באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער באָריס סאַנדלער. די ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט ווייסן, אַוודאי, וועגן דעם פּאָעטישן קאָמפּאַקטל, וווּ קיסין לייענט אויף מאַמע־שלון די לידער פֿון די בעסטע ייִדישע פּאָעטן: פּרץ מאַרקיש, שמואל האַלקין, אַהרן ווערגעליס, משה קולבאַק, דוד האָפֿשטיין, אַבֿרהם סוצקעווער און אַנדערע.

20180223_104807

כ׳בין פּשוט פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון דער זאַפֿטיקער, געדיכטער באַס־שטימע. פֿאַרשטייט זיך, האָב איך דעמאָלט אַ טראַכט געטאָן, די מוזיקאַלישקייט פֿון זײַן רעציטאַציע קומט פֿון זײַן נאַטור; אָבער ווי קומט צו אים אַזאַ ייִדיש? אַזאַ אויסדרוקפֿולער, באַגײַסטערטער און דורכגעפֿילטער ייִדיש אין יעדער פּאַעטישער שורה?!

צו יענער צײַט האָב איך שוין געוווּסט, אַז קיסין, באַקענענדיק זיך מיט באָריס סאַנדלערן, וואָס האָט רעדאַגירט דעם „פֿאָרווערטס‟, האַלט מיט אים אונטער נאָענטע פֿאַרבינדונגען. קיסין דערמאָנט וועגן דעם אויך אין זײַן בוך, וווּ ער האַלט סאַנדלערן פֿאַר זײַן גורו, וואָס שייך ייִדיש און זײַן ליטעראַטור־לערער. פֿון קיסינס בוך האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ווי אַ קינד האָט זשעניע פֿאַרבראַכט די זומערן אונטער מאָסקווע אויף דער דאַטשע בײַ זײַנע באָבע־זיידע, רחל און אַהרן, וואָס האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש. „זינט דעמאָלט אָן איז אין מײַן נשמה עפּעס פֿאַרבליבן, און ווען כ׳בין אונטערגעוואַקסן, איז בײַ מיר אויפֿגעקומען דער חשק אויסצולערנען ייִדיש אויף אַן ערנסטן אופֿן. כ׳האָב עס געטאָן במשך פֿון לאַנגע יאָרן‟. (ז׳92)

פֿונען בוך האָב איך זיך אויך דערוווּסט, אַז זשעניע האָט זייער פֿרי ליב באַקומען צו דערקלאַמירן פּאָעזיע. דעם טאַלאַנט האָט ער געירשנט פֿון זײַן זיידע אַהרן. לויט קיסינס מיינונג, זײַנען די רעציטאַטאָרן אין זייער פֿאַך זייער נאָענט צו די מוזיק־סאָליסטן. אַזוי, למשל, האָט דער באַרימטער פֿראַנצייזישער אַקטיאָר זשעראַר דעפּאַרדיע, הערנדיק ווי קיסין דעקלאַמירט אויף רוסיש און ייִדיש, פֿאָרגעלייגט אים אויפֿצוטרערטן צוזאַמען. געשען איז עס אין די ראַמען פֿונעם זומער־פֿעסטיוואַל אין דער פֿראַצייזישער שטאָט מאָנפּעליע, ווען דעפּאַרדיע האָט געלייענט די איבערזעצונגען פֿון די רוסישע און ייִדישע לידער, וועלכע ס׳האָט דעקלאַמירט אין דעם אָוונט קיסין. דערבײַ שטרײַכט קיסין שטענדיק אונטער: „זאָל יעדן זײַן קלאָר, אַז מײַן פּראָפֿעסיע איז מוזיק, שפּילן פּיאַנע. לייענען לידער — איז מײַן האָבי, נישט מער‟. (ז׳27)

20160522_181035
פֿון רעכטס: יעווגעני קיסין, באָריס סאַנדלער און מיכאל קרוטיקאָוו אין ייִוואָ, נאָכן אָוונט, געווידמעט דעם 100סטן יאָרצײַט נאָך שלום־עליכם. 2016

אין די לעצטע יאָרן האָט קיסין אַליין אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש, און איך בין אַן עדות, ווי פֿאַראַיאָרן האָט ער אין „בית־לייוויק‟ געלייענט זײַנע וווּנדערלעכע לידער. באַזונדערס איז מיר געפֿעלן געוואָרן זײַן ליד „באָבע־לשון, וווּ דער פּאָעט באַזינגט זײַן ליבע צו באָבע־זיידע. זײַנע ערשטע לידער האָט קיסין געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ אין דער בײַלאַגע „פּענשאַפֿט‟; אויך דאָרט האָט קיסין שפּעטער געדרוקט זײַנע פּראָזע־ווערק. איצט, זינט עס דערשײַנט דער וועבזשורנאַל „ייִדיש־בראַנזשע‟, ווערט דאָ געדרוקט מיט המשכים זײַן ערשטע גרעסערע דערציילונג „אַ ייִדישער שייגעץ‟.

וואָס זשע מיינט טאַקע פֿאַר יעווגעני קיסין די ייִדישע ליטעראַטור — בלויז אַ האָבי, צי נאָך איין זײַט פֿון זײַן פֿילזײַטיקער שאַפֿערישער טעטיקייט?

יעווגעני קיסינס ייִדישקייט בכלל און זײַן ליבע צו ייִדיש בפֿרט איז אַ דערשײַנונג גאָר נישט קיין געוויינטלעכע אין אונדזער צײַט, באַזונדערס, ווען צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דער „זיגרײַכער‟ אַסימילאַציע אין די מערבֿ־לענדער, האָבן אַ סך ייִדן אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין זייערע וואָרצלען, אין זייער נאַציאָנאַלער שפּראַך. דעריבער איז די פּאָזיציע פֿונעם גרויסן מוזיקער, ווען ער פֿאַרטיידיקט די שפּראַך פֿון די אָנפֿאַלן „מצד די ייִדן, הײַנט רוסישע ליטעראַטן מיט פּראַוואָסלאַוונע צלמים אויפֿן האַלד‟, — רופֿט בײַ מיר אַרויס נאָר דרך־ארץ. „זיי האָבן דאָך קיין שום אַנונג נישט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישער געשיכטע, אָבער רעדן וועגן דעם מיט גרינגשעצונג…‟. און ווײַטער שרײַבט קיסין: „די ייִדישע פּאָעזיע — איז אַ גרויסע פּאָעזיע, וואָס געהערט צו די העכסטע מוסטערן פֿון דער וועלט־קולטור, און צו שאַפֿן אַזאַ פּאָעזיע קאָן מען נאָר אויף אַ זייער רײַכער און אויסדריקלעכער שפּראַך, וואָס טראָגט אין זיך אַ ריזיקן כּוח און פֿיייִקייט איבערצוגעבן די איידלסטע געדאַנגען און געפֿילן‟ (ז. 93)

די ייִדישע טעמע גייט דורך דורכן גאַנצן בוך „דערמאָנונגען און מחשבֿות‟. ווײַטער וואָלט איך געוואָלט ברענגען קיסינס ווערטער וועגן זײַן באַציִונג צו מדינת־ישׂראל.

„פֿאָלגנדיק דעם רוף פֿון מײַן נשמה, האָב איך זיך מיט עטלעכע יאָר צוריק געוואָנדן צו דער ישׂראל־רעגירונג מיט דער בקשה צו באַקומען די ישׂראל־בירגעשראַפֿט. אין מײַן בריוו האָב איך צווישן אַנדערש געשריבן: ׳איך האָב שטענדיק טיף פֿאַראַכט שאָוויניזם און קיין מאָל נישט געהאַלטן, אַז מײַן פֿאָלק איז העכער פֿון אַנדערע פֿעלקער… איך וויל אָבער, אַז אַלע מענטשן, וועלכע שאַצן מײַן קונסט, זאָלן וויסן, אַז איך בין אַ ייִד, אַז איך געהער צו עם־ישׂראל. דערפֿאַר פֿיל איך אַ נאַטירלעכע נטיה אַרומצופֿאָרן איבער דער וועלט מיט אַ ישׂראלדיקן פּאַס… במשך פֿון די לעצטע יאָרן האַלט איך אין פּובליקירן אויף מײַנע וועבזײַטן מאַטעריאַלן, אין וועלכע עס ווערט דערקלערט, וואָס עס קומט אין ישׂראל אין דער אמתן פֿאָר, ווײַל עס קומט מיר אָפֿט מאָל אָן זיך צונויפֿשטויסן מיט פֿאַרקריפּלטע מיינונגען אַרום דעם. אפֿשר קלינגט עס צו הויך, נאָר איצט פֿיל איך, אַז כ׳בין בפֿירוש ישׂראלס אַ סאָלדאַט אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿראָנט׳‟ (זז׳׳ 97־98).

און איצט וועגן אַן אַנדער לײטמאָטיוו פֿונעם בוך: יעווגעני קיסין דער מוזיקער. מע קאָן טאַקע מסכּים זײַן מיט קיסינס מיינונג, אַז דער נאַטור־טאַלאַנט קומט צו אים פֿון די אָבות־אַבֿותינו, אָבער בײַם פֿאַרענדיקן צו לייענען דאָס בוך, בין איך פֿון דעסטוועגן געקומען צום אויספֿיר, אַז די שאַפֿערישער אייגנאַרטיקייט וואַקסט אַרויס, קודם־כּל, פֿון דעם משפּחה־באָדן.

This slideshow requires JavaScript.

אין קיסינס היים האָט די פּיאַנע־מוזיק זיך געהערט כּסדר, „פֿון אַלע זײַטן‟. זײַן מאַמע עמיליאַ איז לאַנגע יאָרן געווען אַ לערערין אין אַ מאָסקווער מוזיק־שול; זײַן עלטערע שוועסטער אַלאַ האָט זיך געלערנט אין דער צענטראַלער מוזיק־שול בײַ דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע און איז געווען זייער אַ פֿיייִקע תּלמידה. און אָט, בײַ זײַנע 11 חדשים, האָט דער קליינער זשעניע פּלוצעם אָנגעהויבן זינגען די טעמע פֿון באַכס אַ פֿוגע, וואָס די שוועסטער האָט געהאַלטן בײַם אויסלערנען זיך שפּילן. זינט דעמאָלט האָט זשעניע געזונגען אַלץ, וואָס ער האָט געהערט אַרום זיך — אַלאַס רעפּערטואַר, די ווערק, געשפּילט פֿון זײַן מאַמעס תּלמידים און אַפֿילו די לידעלעך, וועלכע ער האָט געהערט אויף דעם ראַדיאָ. צו צוויי יאָר און צוויי חדשים האָט זשעניע אַליין אָנגעהויבן שפּילן אָן נאָטן די אַלע שטיקלעך, וואָס ער האָט פֿריִער געזונגען. בלי ספֿק, אַז דעם וווּנדערקינד האָט צוגעשפּילט דאָס מזל — זײַן ערשטע און איינציקע פּיאַנע־לערערין אויפֿן גאַנצן לעבן איז געוואָרן אַנאַ פּאַוולאָוונאַ קאַנטאָר.

ווי קיסין אַליין דערמאָנט זיך, האָט זי גענומען אים, נאָך גאָר אַ קינד, אין איר קלאַס בײַ דער מיטלשול אויף מיכאל גנעסינס נאָמען. „אַנאַ פּאַוולאָוונאַ האָט מיך נישט נאָר אויסגעלערנט דעם אַלעמען, וואָס איך קען טאָן אויפֿן אינסטרומענט; זי האָט שטענדיק געזאָרגט, כ׳זאָל וואַקסן אַן ערלעכער מענטש. פֿאַר די אַלע יאָרן פֿון מײַן לערנען זיך אין גנעסין־שול האָט אונדזער משפּחה זיך זייער דערנענטערט צו איר. ווען זי איז געבליבן אַליין, האָבן מיר זי פֿאַרבעטן צו וווינען מיט אונדז צוזאַמען… די הויפּט־ציל פֿון אַנאַ פּאַוולאָוונאַ אין איר אַרבעט איז געווען קודם־כּל צו אַנטפּלעקן, פֿאַרהיטן און אַנטוויקלען די אינדיווידועלקייט פֿון יעדן תּלמיד. דעריבער האָבן אירע תּלמידים, אין אונטערשייד פֿון אַנדערע, תּמיד געשפּילט פֿאַרשיידנאַרטיק. נישט ענלעך איינער צום אַנדערן. זי האָט אַליין קיין מאָל נישט געוויזן אויפֿן אינסטרומענט, ווי אַזוי מע דאַרף שפּילן דעם אָדער יענעם אויסצוג פֿונעם ווערק. זי האָט עס געטאָן בכּיוון, מיר זאָלן איר נישט נאָכמאַכן. זי פֿלעגט עס דערלקערן נאָר מיט ווערטער, כּדי אויפֿצוּוועקן אונדזער פֿאַנטאַזיע‟ (זז׳׳ 46־47).

CROPKissin
פֿון רעכטס: יעווגעני קיסין, דמיטרי קיטאַיענקאָ (דיריגענט) און אַנאַ פּאַוולאָוונאַ קאַנטאָר

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ חוץ אַנאַ פּאַוולאָוונען און דער אַלגעמיינער מוזיקאַלישער אַטמאָספֿער אין שטוב, האָבן אויף קיסינען געהאַט אַ השפּעה אויך אַנדערע „גוטע מענטשן, וועלכע האָבן עס מיר געהאָלפֿן צו דערגרייכן‟. ער דערמאָנט זיי מיט גרויס רעספּעקט: די לערער פֿון דער שול און שפּעטער אינעם גנעסין־אינסטיטוט, די גרויסע סאָוועטישע און מערבֿדיקע מוזיקער, אַרטיסטן, שרײַבער און דיכטער, פּאָליטישע טוער און סתּם אומבאַקאַנטע מענטשן. ס׳איז פֿאַקטיש אוממעגלעך אָנצורופֿן אַלעמען, מיט וועלכע יעווגעני האָט זיך באַגעגנט אין זײַן לעבן און דערמאָנט זיי אין זײַן בוך.

classical-superstars-bashmet-kissin-at-the-adrienne-arsht-center-photo-by-rodrigo-gaya-for-worldredeye
יעווגעני קיסין און יורי באַשמעט (אַלט)

וועגן אים קען מען נישט זאָגן, אַז ער שפּילט פּיאַנע. ער שאַפֿט מוזיקאַלישע געשטאַלטן, ווי אַ קינסטלער, וואָס מאָלט זײַנע לײַוונטן מיט זאַפֿטיקע פֿאַרבן. קיסין מאָלט זײַנע בילדער מיט קלאַנגען. בשעת ער מוזיצירט, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ער שפּילט נישט עפּעס אַזוינס, אָנגעשריבן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר מיט לאַנגע יאָרן צוריק; די מוזיק ווערט געבוירן אונטער זײַנע פֿינגער אָט־די מינוט אויף אײַערע אויגן.

כ׳וועל קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן זײַן אויפֿטריט אין תּל־אָבֿיבֿ מיט אַ יאָר צוריק, אינעם זאַל פֿון דער ישׂראל־פֿילהאַרמאָניע. קיסין האָט אויסגעפֿילט מיטן סימפֿאָנישן אָרקעסטער, בראָש מיט זובין מעטאַ, דעם 2טן קאָנצערט פֿון סערגיי ראַכמאַנינאָוו. אין מײַן לאַנג לעבן איז מיר שוין אויסגעקומען צו הערן דאָס ווערק פֿון אַ סך גרויסע פּיאַניסטן, אָבער כ׳דערמאָן זיך נישט, אַז עמעצער פֿון זיי זאָל געווען אַרויסשלאָגן פֿון מיר טרערן. כ׳האָב זיי נישט געקאָנט אָפּשטעלן ביז די געטלעכע מוזיק, געשפּילט פֿון קיסינען, האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט.

pasport-2
נתן שטשאַראַנסקי און סאָפֿאַ לאַנדווער באַגריסן יעווגעני קיסינען נאָכן באַקומען די ישׂראל־בירגערשאַפֿט

פֿון קיסינס בוך קאָן מען זיך אַ סך דערוויסן מכּוח זײַן שאַפֿערישער לאַבאָראַטאָריע, אַסאָציאַטיוון דענקען. אַזוי, למשל, געפֿינט קיסין אַ פֿאַרבינדונג צווישן ערשטן קאָנצערט פֿון בראַמס מיט מגילת־אסתר. אינעם פֿינאַל פֿון שובערטס סאָנאַטע D-dur קומט בײַ קיסינען אַרויס די געשטאַלט פֿון „אַן אַלטן, וווילן ווינער ייִדישן זייגערמאַכער, וואָס זינגט זײַן טעכטערל אַ לידעלע אויף שובערטס מעלאָדיע: ׳אַך, טעכטערל, מײַן טעכטערל, איך האָב דיך ליב אַזוי!׳‟. און אָט וואָס ס׳האָט געזאָגט אַנאַ פּאַוולאָוונאַ קאַנטאָר, ווען זשעניע האָט איר צום ערשטן מאָל געשפּילט דאָס מוזיקאַלישע בילדל „צוויי ייִדן: אַ רײַכער און אַן אָרעמער‟ פֿון מוסאָרגסקיס פֿאָרטעפּיאַנע־ציקל „בילדער פֿון אַן אויסשטעלונג‟: „דײַן רײַכער ייִד זעט בײַ דיר אויס ווי אַ גרויסער פּאַסקודניאַק!‟

לויט מײַן מיינונג איז דאָס בוך „דערמאָנונגען און מחשבֿות‟ אינטערעסאַנט סײַ פֿאַר אַ ברייטערן עולם, סײַ פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, און סײַ פֿאַר די מבֿינים פֿון הויכער קונסט — מוזיק, ליטעראַטור, ייִדן און נישט ייִדן, מיט איין וואָרט, פֿאַר אַלע, ווער ס׳האָט ליב די שאַפֿונג פֿון יעווגעני קיסין — דעם גרויסן מוזיקער און געטרײַען זון פֿון זײַן פֿאָלק.

Leave a comment