מיט חווה לאַפּין האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין ייִוואָ. צוויי מאָל אין דער וואָך גייט זי אַהין צו אַרבעטן פֿרײַוויליק אינעם אַרכיוו. די גלאָז מיט קאַווע האָט זי געהאַלטן אין איין האַנט, און מיט דער אַנדערער האָנט האָט זי מיר אָנגעוויזן דעם וועג, וווּ צו גיין אין די פֿאַרדרייטע „הינטער־קאָרידאָרן‟ פֿונעם בנין, וואָס האָבן אונדז, סוף־כּל־סוף, געבראַכט אין אַרכיוו. דאָרט האָבן זיך שוין געפּאָרפּלט אין די קאַרטאָטעק־קאַרטלעך עטלעכע עלטערע פֿרויען און אַ מאַן, וואָס חווה האָט זיי מיר באַלד פֿאָרגעשטעלט.
פֿאַר זיי זײַנען די אַרכיוו־מאַטעריאַלן נישט סתּם אָפּגעבליאַקעוועטע פּאַפּירן און פֿאַרגעלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס; זיי אַליין האָבן מיט זייער לעבן און ייִדיש־טעטיקייט, יעדער אויף זײַן אייגענעם אופֿן, בײַגעטראָגן צו דעם, וואָס הייסט הײַנט ייִוואָ־אַרכיוו.
חווה לאַפּין איז גוט באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס איבער דער וועלט, ווי אַ געניטע לערערין און קולטור־טוערין פֿון ייִדיש. אין משך פֿון לאַנגע יאָרן האָט זי אָנגעפֿירט בײַם „אַרבעטער־רינג‟ מיט ייִדישער דערציִונג, און נישט איין זומער געקנעלט מיט סטודענטן דעם לימוד־ייִדיש בעת די סעמינאַרן און פּראָגראַמען אין אייראָפּע און אַמעריקע.
ווי זאָגט מען אויף ייִדיש: אויף אַ וואָרט איז חווה נישט קאַרג. אַן אַנדער זאַך, ווען מע קומט איר צו דערקוטשען מיט שאלות פֿון איר אייגענעם לעבן. אָבער, ווי חווה זאָל זיך נישט געווען אָפּפֿאָכען פֿון מיר, בין איך פֿאָרט געבליבן אַ נודניק און אָפּגעריסן פֿון איר ייִוואָ־אַרבעט אַ שעה צײַט.

איר פֿרעגט וועגן מײַן היים? איז אַזוי: דער טאַטע מײַנער איז געווען אַ וואַרשעווער געבוירענער. געהייסן האָט ער הענעך פּיעטרושקאַ. געווען איז ער צווישן די ייִנגסטע קינדער אין דער היים, אָבער די עלטסטע זײַנען געבוירן געוואָרן אין פּוילן, אין אָסטראָווע, אָסטראָוו־מאַזאָוויעצק. די באָבע איז געווען אַ בראָקערין און נחום סטוטשקאָוו האָט זי געדענקט. בעת איך בין איין מאָל געקומען צו אים, האָט ער זיך נאָכגעפֿרעגט און געזאָגט: „מוזסטו זײַן חיה־דינהס אַן אייניקל — דו פֿאַרמאָגסט דעם זעלבן מענה־לשון‟. דער זיידע איז געווען אַן אָסטראָווער. די מאַמע איז געווען פֿונעם שטעטל קאָסאָווע, נישט יענעם קאָסאָוו אין אוקראַיִנע, וואָס מע זינגט וועגן דעם, נאָר אין קאָסאָוו־ליאַצקי, אין דער שעדליצער געגנט, דרײַ פּויליש מײַל פֿון טרעבלינקע.
דער טאַטע איז געקומען קיין קאַנאַדע אין 1926 און די מאַמע מיט אַ יאָר שפּעטער. אייגנטלעך, האָבן זיי חתונה געהאַט נאָך אין פּוילן, אָבער די קאַנאַדער רעגירונג האָט דעמאָלט נישט אַרײַנגעלאָזט קיין משפּחות, ס’זאָל נישט פֿאַלן צו לאַסט אויף דער רעגירונג, ווײַל ס’איז נישט געווען דעמאָלט קיין שום סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג. אַפֿילו דער „האַיאַס‟ פֿלעגט טאָן אַ גרויסע טובֿה, אויב זיי האָבן זיך אָפּגערופֿן מיט עפּעס אַ שטיצע. געקומען איז דער טאַטע צו אַ ברודער, וואָס האָט זיך שוין געהאַט פֿריִער באַזעצט אין מאָנטרעאָל. די מאַמע איז געווען די ערשטע פֿון איר צד און זי האָט שוין שפּעטער אַריבערגעבראַכט איר שוועסטער און צוויי ברידער, אַזוי אַז די שטוב איז געווען אַן עמיגראַנטישע היים.
וועט איר דאָך פֿרעגן: וואָס פֿאַר אַ דערציִונג זיי האָבן געהאַט? דער טאַטע, געבוירן אין 1901, איז געגאַנגען אין חדר ביז אַ יאָר דרײַצן. דערנאָך איז אויסגעבראָכן די מלחמה, איז געוואָרן אויס חדר. די משפּחה האָט געהאַט אַ קרעמל, האָט ער געמוזט אַרויסהעלפֿן אינעם קרעמל, ווײַל די עלטערע ברידער זײַנען אָדער אַוועק אין פּריזיוו, אָדער אַנטלאָפֿן פֿון פּריזיוו. האָט ער געלערנט פֿאַר זיך. ער איז געווען פֿון די לעצטע תּלמידים פֿון ר’ מנחם באָמזע, וואָס איז געווען אַ לעגענדאַרער למדן אין וואַרשע און, אויב איר דאַרפֿט נאָך אַ שטיקל ייִחוס, איז מײַנער אַ פֿעטער, דעם טאַטנס אַ ברודער, געווען שׂימחה פּיעטרושקאַ.
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דער טאַטע געווען אַ פֿײַערדיקער למדן; מ’האָט אָפּגעהיט דאָס לערנען. ס’איז געווען עפּעס אַ דרך־ארץ פֿאַרן לערנען, פֿאַרן קענען. און בײַ אַלע קינדער, צי זיי זײַנען געווען סאָציאַליסטן, קאָמוניסטן, מיזרחיסטן — וואָס פֿאַר אַ לעבנס־שטייגער זיי האָבן זיך אויסגעקליבן — איז מיטגעגאַנגען דער תּוך, דער עיקר, אַז מע דאַרף לערנען, מע דאַרף זיך אָנשעפּן מיט וויסן פֿון אַלע קוואַלן.
די מאַמע האָט זיך אויסגעלערנט לייענען בײַ אַ רביצין, דאַכט זיך. איין מאָל צי צוויי מאָל איז זי צו איר געגאַנגען, האָט מען זי אויסגעלערנט צונויפֿצולייגן און כּפֿלען — און פֿאַרטיק! מער איז זי נישט געגאַנגען אין קיין שום שקאָלעס. פֿון דעסטוועגן, האָט זי געקענט לייענען אויף פֿיר שפּראַכן אַ בוך. און טאָמער האָט זי נישט דערקענט אַ וואָרט, האָט זי זיך געקאָנט אַן עצה געבן מיט אַ ווערטערבוך. בײַ הײַנטיקע צײַטן, אַז מע פֿאַרענדיקט צוועלף קלאַסן, מיינט מען, אַז מ’האָט נאָך גאָרנישט דערגרייכט.
און וואָס איז געווען אײַער דערציִונג? וויפֿל קינדער זײַנען געווען בײַ אײַערע עלטערן?

איך בין געווען אַ בת־יחידה. אַן איין און איינציקע. איין בלימעלע אין גאָרטן, האָט דער טאַטע געזאָגט. מיך האָט מען פֿאַרשריבן אין דער ייִדישער טאָג־טעגלעכער פֿאָלקשול. אין 1939 בין איך אַרײַן אין קינדער־גאָרטן, דערנאָך זיך געלערנט ביזן זיבעטן קלאַס, ביז ס’האָט זיך פֿאַרענדיקט די עלעמענטאַר־שול; נאָך דעם — אַ יאָר אָוונט־קלאַסן אין דער מיטלשול און אַ יאָר „העכערע קורסן‟ ,און דעמאָלט איז זיך צעגאַנגען די גאַנצע אָוונט־פּראָגראַם .אין 1948 איז נאָך געבליבן אַן עלעמענטאַרע אָוונטשול, אָבער די ווײַטערדיקע קלאַסן זײַנען שוין געשלאָסן געוואָרן. הייסט עס, אַז צו 14—15 יאָר האָט זיך אויסגעלאָזט מײַן פֿאָרמעלע ייִדישע אויסבילדונג.
די פּרץ־שולן האָבן אויך געפֿירט אַ טאָגשול. מיט יאָרן שפּעטער האָבן זיך די צוויי טאָגשולן פֿאַראייניקט און געעפֿנט אַ בשותּפֿותדיקע טאָג־מיטלשול, די ביאַליק־שול.
און די מלוכה האָט דעמאָלט די נאַציאָנאַלע שולן נישט געשטיצט?
ניין, אַוודאי נישט. דאָס שטיצן האָט זיך אָנגעהויבן שפּעטער, וואָס איז אַרויסגעקומען פֿונעם אויפֿגעוואַכטן נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן בײַ דער פֿראַנצייזיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג.
קען מען זאָגן, אַז אַ דאַנק די פֿראַנצויזן, האָבן די ייִדן אין קאַנאַדע אויך אָפּגעלעקט אַ ביינדל…
אפֿשר יאָ. צוליב דעם קוויבעקער פֿראַנצייזישן נאַציאָנאַליזם, האָט מען געדאַרפֿט אָנערקענען אַנדערע גרופּעס, וואָס פֿאָדערן אויך אָנערקענונג פֿאַר זיך אַליין.
פֿאַר וואָס זשע איז די ייִדישע דערציִונג אונטערגעגאַנגען?
ערשטנס, איז עס שוין געווען נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דעמאָלט איז געווען אַ צײַט, ווען די שטאָט, די פּראָווינץ, דאָס לאַנד האָבן זיך צעוואַקסן. די עקאָנאָמיע האָט גענומען בליִען. חוץ דער ייִדישער עלעמענטאַר־שול, איז געווען אַ העברעיִשע טאָגשול, די „תּלמוד־תּורה‟. די ייִדישע שולן האָבן נאָך נישט געהאַט קיין טאָג־מיטלשול, אָבער די תּלמוד־תּורה האָט געעפֿנט אַ צוויי־יאָריקע מיטלשול, איז דאָרטן געווען אַ ברירה. שפּעטער האָבן זיך געעפֿנט אַנדערע לערן־אַנשטאַלטן: שערי־ציון האָט געהאַט אַ טאָגשול און עדת־ישׂראל — אַ טאָגשול, ביידע העברעיִשע. גאָר גיך האָט זיך אָנגעהויבן דער פּראָצעס פֿון אַריבערקלײַבן זיך פֿון דער פֿריִערדיקער אײַנגעזעסענער געגנט אין די נײַע געגנטן; און די שולן האָבן נישט געקאָנט נאָכלויפֿן. ס’האָבן זיך באַוויזן נײַע אינטערעסן. די סאָלדאַטן האָבן זיך אומגעקערט פֿון דער מלחמה, מ’האָט געוואָלט אויפֿשטעלן אַ משפּחה־לעבן, ס’איז אויפֿגעקומען אַ נײַער דור…
דאָס הייסט, ס’האָט זיך געשאַפֿן אַ פּאַראַדאָקסאַלע סיטואַציע: וואָס בעסער מ’האָט אָנגעהויבן לעבן, אַלץ ווייניקער האָט מען זיך אינטערעסירט מיט נאַציאָנאַלע גײַסטלעכע ווערטן. אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו די ייִדישע לימודים. וואָס האָט מען געלערנט אין דער ייִדישער טאָגשול?
די ייִדישע פֿאָלקשולן זײַנען געווען די נאַציאָנאַליסטישע שולן. ערשטנס, האָט מען זיך אָפּגעגעבן מיט ארץ־ישׂראל, מיטן אַרבעטער־ציוניזם. געלערנט האָט מען אויף ייִדיש, ווײַל די שפּראַך גופֿא האָט מען געקענט פֿון דער היים. געשיכטע האָט מען געלערנט אויף ייִדיש. די העברעיִשע שפּראַך, העברעיִשע ליטעראַטור, דיקדוק, אַפֿילו חומש און תּנך — אַלץ האָט מען געלערנט פֿון מקור און איבערגעזעצט אויף ייִדיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַלגעמיינע לימודים האָט מען געלערנט אויף ענגליש. פֿראַנצייזיש האָט מען אין מײַן צײַט אָנגעהויבן לערנען אין דריטן קלאַס.
פֿאַר וואָס פֿרעג איך עס, ווײַל הײַנט זאָגט מען ,אַז מע פֿאַרקלאַפּט די קינדער דעם קאָפּ!
אַ נעכטיקער טאָג! קינדער רעדן די שפּראַכן וואָס מע לערנט זיי. דאָס ערגסטע איז, וואָס די פּסיכאָלאָגן זיצן נישט אין קלאַס, נאָר ערגעץ אין אַ קאַמער און טראַכטן אין דער לופֿטן. דערנאָך קומען זיי אַרויס מיט אַ קאָדעקס — דאָס מעג מען און דאָס טאָר מען נישט!
אָבער פֿאַר אײַער לעבנסוועג האָט איר אויסגעקליבן אַן אַלגעמיינע פּראָפֿעסיע…

יאָ, כ’האָב צוריקגעקוקט אויף מײַנע לערערס, וואָס זײַנען געווען מענטשן געלערנטע, נישט חס־ושלום זיך געלערנט אין די אוניווערסיטעטן: יוסף קאַזשדאַן, י. י. סיגאַל, וואָלף כײַטמאַן, שמשון דונסקי, שלמה ווײַסמאַן, יונה בראַווערמאַן… דער איין און איינציקער פֿון זיי, שלמה ווײַסמאַן, האָט געענדיקט דעם אוניווערסיטעט, שוין זײַענדיק אין אַמעריקע. געלערנט האָט מען פֿון זיך אַליין. מ’איז געגאַנגען ייִנגלווײַז אין די ישיבֿות און מ’האָט געהאַט דעם זעלביקן דראַנג זיך אַליין צו פֿאַרפֿולקומען.
בײַם הײַנטיקן טאָג וואָלטן די מענטשן געווען פּראָפֿעסאָרן. אין יענער צײַט איז נישט געווען אַפֿילו צו קלערן וועגן דעם. אין מעקגיל־אוניווערסיטעט האָט מען געקענט ציילן, מסתּמא, אויף איין האַנט, די ייִדן פּראָפֿעסאָרן. מ’האָט פּשוט נישט צוגעלאָזט!
בין איך אַוועק אויף ביאָכעמיע, כאָטש ס’איז שוין דעמאָלט געווען אַ נײַער ייִדישער לערער־סעמינאַר, וואָס האָט ווײַטער עקזיסטירט אַ יאָר זיבן־אַכט… כ’געדענק נישט ווי לאַנג, ווײַל כ’בין שוין דעמאָלט געהאַט אַוועקגעפֿאָרן פֿון מאָנטרעאָל. כ’האָב טאַקע געמאַכט אַן אַנדער קאַריערע, אָבער כ’האָב ייִדש קיין מאָל נישט אָפּגעלאָזט: געלייענט, געוואָלט וויסן מער און געלעבט אַ ייִדישן לעבנס־שטייגער.
וואָס מיינט איר, ווען איר זאָגט, אַ ייִדישער לעבנס־שטייגער?
אין מײַן היים אין ניו־יאָרק איז שבת געווען שבת, און יאָן־טובֿ איז געווען יום־טובֿ. ס’איז געווען טראַדיציאָנעל, נאָר נישט משוגע פֿרום!

חתונה געהאַט האָבן איך שוין דאָ, אין ניו־יאָרק, און אײַנגעאָרדנט אַ היים מיט שמואלן, וואָס איז, צום באַדוערן, פֿרי געשטאָרבן. ער איז געווען אַ גראַדואַנט פֿון די ניו־יאָרקער שלום־עליכם־שולן. און ער איז געווען אויך אַן אויסגעדינטער סאָלדאַט. מ’האָט אים נישט געשיקט קיין קאָרעע, איז ער געבליבן אין אַמעריקע צוויי יאָר… אינטערעסאַנט, אַז ס’זײַנען געווען דרײַ חבֿרה אין איין גאַרניזאָן: שמואל, לויד אַלטמאַן און מרדכי שעכטער. שמואל און לויד האָבן געאַרבעט פֿאַר דער רעליגיעזער אָפּטיילונג אין פֿאָרט־דיקס. זײַנען געווען משרתים, אַזוי צו זאָגן. האָבן זיי אַלע דרײַ געשאַפֿן אַ שול, אַ מין סעמינאַר פֿאַר ייִדישע זעלנער. מרדכי שעכטער האָט געלערנט ייִדיש, לויד אַלטמאַן האָט געלערנט העברעיִש, און שמואל האָט געלערנט געשיכטע. אַזוי אַז דאָס גאַנצע לעבן איז געווען אײַנגעוויקלט אין ייִדישן המשך, אין ייִדישן באַוווּסטזײַן.
אַ שטוב? בײַ מיר איז געווען אַ כּשרע שטוב. מײַנע דרײַ קינדער זײַנען אויסגעוואַקסן אויף ייִדיש. זיי האָבן צווישן זיך גערעדט ייִדיש. וואָס שייך ענגליש, האָבן זיי אויפֿן אָרט געקענט ענגליש. אַפֿילו שפּעטער, ווען זיי זײַנען שוין עלטער געוואָרן, האָבן די עלטערע ברידערלעך גערעדט מיטן קליינטשיקן ייִדיש. ביזן הײַנטיקן טאָג קענען זיי ייִדיש. כ’וועל אײַך נישט זאָגן, אַז הײַנט קענען זיי זיך אויפֿשטעלן און האַלטן אַ דרשה אַ האַלבע שעה צײַט. אָבער ווען מע גיט זיי אַ טיאָכקע, טאָמער מע דאַרף צוויי וואָכן רעדן ייִדיש, וואָלטן זיי עס געטאָן. זיי זײַנען קיין מאָל נישט געגאַנגען אין קיין ייִדישער שול. נישט בלויז ווײַל ס’איז שוין נישט געווען, נאָר אויך, ווײַל מיר האָבן זיי פֿאַרשריבן אין טראַדיציאָנעלע טאָגשולן, ישיבֿה הייסט עס, אין הײַנטיקן לשון. און אַלע דרײַ האָבן געענדיקט ביזן סוף, אין אוניווערסיטעט אַרײַן, געלייענט און געשריבן קורצע בריוולעך אויף ייִדיש צו די באָבעס.
אָבער וואָס האָט אײַך, פֿון דעסטוועגן, געבראַכט צוריק אויף די ייִדישע פֿעלדער?
דעם אמת געזאָגט, בין איך צוריק קיין מאָל נישט געקומען, ווײַל כ’בין קיין מאָל נישט אַוועק. כ’האָב אַ מאָל געלערנט אַ ייִדיש־קלאַס בײַ אונדז אין שיל, אין די אָוונטן — מ’האָט קאָפּירט בויגנס, געשריבן אַלץ אין טראַנסליטעראַציע… בין איך בײַ עמעצן צו גאַסט, און יאָסל לאַנדיס זאָגט מיר, אַז ער דאַרף אַ ייִדיש־לערער אין „קווינס־קאָלעדזש.‟ כ’מוז קומען לערנען ייִדיש. און דאָ בין איך געוואָרן אַן אַלמנה מיט דרײַ קינדער. ערשט מיט דרײַ יאָר פֿריִער געהאַט אַרויס צו דער אַרבעט, ווי אַ כעמיקערין. געווען ווידער אַ מאָל אַ נאָך־דאָקטאָראַנט; מיט איין וואָרט, געאַרבעט אויף אַלע פֿראָנטן. זאָג איך אים: וואָס רעדסטו אַזוינס?! איך פֿאָר איצט אין יאַפּאַן אויף צוויי קאָנפֿערענצן, כ’דאַרף אָפּגעבן צוויי אַרבעטן ,דערצו וועל איך נישט זײַן ביזן 11טן סעפּטעמבער… ענטפֿערט ער מיר: „זאָרג זיך נישט, איך וועל באַזאָרגן דײַנע צוויי קלאַסן די ערשטע צוויי וואָכן… וועסטו אָנהייבן לערנען!‟ כ’מוז אײַך זאָגן דעם גאַנצן אמת — יענעם זומער האָב איך געאַרבעט, ווי אַ ביבער. כ’האָב גענומען ווײַנרײַכס „קאָלעדזש־ייִדיש‟, און דאָס ערשטע מאָל אין לעבן, האָב איך געדאַרפֿט אַ קוק טאָן, וואָס עס הייסט, ייִדישע גראַמאַטיק.
ס’האָט בײַ מיר קיין מאָל נישט געשפּילט קיין ראָלע אָרגאַניזירטע גראַמאַטיק. דאָס הייסט, ווי מע לערנט סטודענטן צונויפֿשטעלן אַ זאַץ, צי ווי עס הייסט יעדער חלק פֿון אַ זאַץ, ווי מע רופֿט אָן אַ פּראָפּאָזיציע — אוי, וויי צו מיר נישט — אין גאַנצן אַ פֿרישער לערער! ווען כ’בין אַרײַנגעגאַנגען אין קלאַס, האָב איך זיך מער געשראָקן פֿאַר די סטודענטן, ווי זיי פֿאַר מיר. און די קלאַסן זײַנען דעמאָלט געווען זייער גרויסע. אין די פֿאַרנאַכטן זײַנען געווען פֿולע קלאַסן מיט מאַטריקולירנדיקע סטודענטן, וואָס האָבן נישט געקאָנט באַווײַזן בײַ טאָג זיך צו יאַווען אויף אַ קלאַס; אָדער אַנדערע, וואָס האָבן געזאַמלט קרעדיטן אויף עפּעס אַנדערש — גרויסע קלאַסן צו עטלעכע און צוואַנציק מענטשן. און אַזוי צוויי מאָל אין דער וואָך. כ’האָב געמוזט נאָך יעדער סעסיע אַהיימנעמען זייערע העפֿטן און קאָרעגירן — ס’איז געווען יענע אַרבעט. נאָר אַ דאַנק דעם צופֿאַל, האָב איך זיך אויסגעלערנט לערערײַ.
שפּעטער האָט מיר וואָלף יונין אָנגעזאָגט, אַז אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט דאַרף מען אַ לערער פֿון ייִדיש אויף די זומערקלאַסן פֿון ייִוואָ. האָב איך אים ווידער געענטפֿערט, אַז כ’האָב אַפֿילו נישט קיין שטיקל פּאַפּיר, אַז כ’קען זײַן אַ לערערין. האָט גאָט געהאָלפֿן, כ’האָב געהאַט דורכגעמאַכט איין אַוואַנסירטן סעמעסטער העברעיִש אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, און געקראָגן דאָרט עפּעס אַ פּאַפּירל. אָט דאָס שטיקל פּאַפּיר האָט מיך געראַטעוועט, ווײַל ס’האָט מיר געהאָלפֿן צו באַווײַזן אין קאָלאָמביע, אַז כ’בין נישט קיין בעזגראַמאָטנע, אַז כ’קען עפּעס. און כ’האָב אָנגעהויבן דאָרט לערנען אין 1974 אויף די זומער־פּראָגראַמען .האָט מען דעמאָלט געלערנט נײַן וואָכן צײַט, פֿיר שעה אַ פֿרימאָרגן מיט די אָנהייבערס. דערנאָך ערשט בין איך געגאַנגען אין דער לאַבאָראַטאָריע און געאַרבעט ביז זיבן אַ זייגער אין אָוונט .די קינדער, דאַנקען גאָט, זײַנען געווען אין זומער־קעמפּ, האָב איך געקענט צעשפּרייטן די הענט. אַזוי בין איך פֿאַרבליבן אַ ייִדיש־לערערקע.
כ’האָב געכאַפּט דעם טעם, און ס’איז געגאַנגען ווײַטער, וואָס אַ מאָל בעסער. ביז כ’האָב גענומען לערנען שפּראַך און ליטעראַטור מיט אַוואַנסירטע. כ’האָב געמוזט ווידער אַליין דורכנישטערן די עסייען, די דערציילונגען ,די ביכער, וואָס כ’האָב געשלונגען ווי אַ קינד. זייער אַ סך געלייענט, און איך לייען אויף ייִדיש פּונקט אַזוי גיך, ווי כ’לייען אויף ענגליש.
און ווען האָט איר אָנגעהויבן אײַער טעטיקייט אין „אַרבעטער־רינג‟?

דאָס איז אויך געווען אַ צופֿאַל. איך האָב געאַרבעט ווי אַ פֿאָרשערין אין אַ לאַבאָראַטאָריע מיט עלף קאָלעגן, אָבער דער סוף איז געווען, אַז מ’האָט צוריקגעצויגן די פֿאָנדן אין די שפּעטע 1980ער יאָרן, און די סובסידיע־געלטער זײַנען אויסגעגאַנגען. מיט איין וואָרט, כ’האָב געמוזט זוכן אַן אַנדער פּאָסטן. דעמאָלט האָט מיר גאָט צוגעשיקט יאָסל מלאָטעקן, וואָס האָט מיר פֿאָרגעלייגט צו אַרבעטן אין „אַרבעטער־רינג‟. בין איך אין 1989 אַרײַן אין „אַרבעטער־רינג‟, ווידער ווי אַ „גרינע‟.
ווען איך בין אַהין אָנגעקומען, זײַנען בײַם אַרבעטער־רינג נאָך געווען 11־12 שולן ( און אין מײַן צײַט האָט מען אַפֿילו פֿאַרלייגט נאָך צוויי), ס’רובֿ אין דער ניו־יאָרקער געגנט, אָבער אויך איבערן לאַנד. נאָר אויך דאָ איז געווען די זעלביקע זאַך — זיי האָבן שוין אונטערגעהונקען. כּל־זמן ס’זײַנען נאָך געווען די עלטערן, וואָס האָבן זיך אַ מאָל געהאַט געלערנט אין אַ ייִדישער שול, וואָס האָבן נאָך געהאַט אַ סימפּאַטיע, אָדער אַ געפֿיל פֿון טראַדיציע און אויך די, וועלכע האָבן נישט געוואָלט, אַז זייערע קינדער זאָלן זיך לערנען אין די רעליגיעזע שולן — האָבן זיי געהאַט אַן אינטערעס אײַנצושטעלן און אויסצוהאַלטן אַ שול, וואָס זאָל דינען זייערע קינדער ווי אַן אָרט פֿאַר אַ ייִדישער דערציִונג. דערנאָך האָט זיך דער דור איבערגעוויקלט. און פֿאַרטיק!
דעמאָלט איז געגאַנגען די רייד וועגן אַ טאָג־טעגלעכער ייִדישער שול. ווי האַלט איר, ס’וואָלט אַזאַ שול געקאָנט עקזיסטירן?
ווען מע זאָל האָבן געהאַט געגרינדעט אַזאַ שול אין די 1930ער, אָדער אַפֿילו אין די 1940ער יאָרן, וואָלטן אַוודאי אַרויסגעוואָקסן וואָרצלען און ס’וואָלט זיך געקענט אַנטוויקלען. אין די 1970ער יאָרן האָט מאָטל גילדין מיט זײַנע חבֿרים אַרײַנגעלייגט אַ מאַיאָנטיק געלט, מי און כּוח, און האָפֿענונג אין אַזאַ מין וועלטלעכער טאָגשול אויף דער 12טער גאַס. דאַכט זיך, ס’האָט געהייסן די „בענקסטריט־שול‟. אָבער ס’איז שוין דעמאָלט נישט געווען מיט וועמען צו גיין צום טיש. דער פֿרומער עולם, וואָס האָט געזוכט אַ תּוכיקע דערציִונג, וואָלט אַהין נישט געשיקט די קינדער. דערצו איז נאָך געווען שטאַרק דער גײַסט פֿונעם „שמעלצטאָפּ‟, אַז אַלע דאַרפֿן זיך אויסשמעלצן און אויסמישן, צו ווערן גוטע אַמעריקאַנער. און דאָס ערגסטע איז געווען, וואָס אין „אַרבעטער־רינג‟ האָט געשפּילט זייער אַ שטאַרקע ראָלע די לערער־יוניאָן. אַ סך וויכטיקע טוערס פֿון דער לערער־יוניאָן, האָבן געציטערט פֿאַר אַ טאָגשול…
פֿאָר וואָס?
ווײַל אַ פּריוואַטע שול, אויסגעהאַלטן פֿון די עלטערן און פֿון דער געזעלשאַפֿט, וואָלט זיי אונטערגעהאַקט די פֿיס. און זיי, די יוניאָן־אַקטיוויסטן, זײַנען געווען פֿאַרברענטע אַלגעמייניסטן. זיי האָבן זיך געהאַלטן בײַ זייערע בענעפֿיטן, ווי פֿון גאָט געגעבן — אויס הויכע אידעען, אויס סאָציאַליזם. די יוניאָן האָט טאַקע אָפּגעהיט די רעכט פֿון אירע לערערס, פֿון איין זײַט, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זי אונטערגעהאַקט דעם כּוח פֿון וווּקס פֿאַר אַנטוויקלונג און העכערן די צילן.
הײַנט מאַכט מען באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ פֿאַראיין פֿון ייִדיש־לערער פֿונעם ייִנגערן דור…
די צרה איז, ס’איז נישטאָ קיין שטענדיקע לערערשאַפֿט; אַז קיינער קען נישט פֿאַרדינען קיין פּרנסה דערמיט. ווען ס’וואָלטן געווען אויסזיכטן אויף פּרנסה, וואָלטן אויך געווען קוואַליפֿיצירטע ייִדישע לערערס. דערצו זײַנען אַ היפּשע צאָל פֿון די הײַנטיקע ייִדיש־לערער זייער פּאַרטאַטשנע: זיי קענען ווייניק און זיי ווייסן נאָך ווייניקער… זיי קענען אַ ביסל פּלאַפּלען ייִדיש — אַ שיינעם דאַנק! אָבער אַחוץ עלעמענטאַר לשון און אַחוץ „ווען מע נוצט דעם אַקוזאַטיוו‟, און אַחוץ „עטעלע־בעטעלע‟, דאַרף מען עפּעס קענען, וואָס איז טיפֿער.
מע דאַרף האָבן פֿולע אַרבל מיט ייִדיש וויסן, כּדי אויסצוברייטערן בײַם סטודענט סײַ די קענטעניש, סײַ דעם שטח ,ער זאָל נישט מיינען, אַז ייִדיש איז אין אַ ביכל און דאָס וואָס מע לערנט איז אין אַ ביכל. ייִדיש איז אַ לעבנס־שטייגער, אַ פֿילאָסאָפֿיע, ס’איז אַ חלום, אַז מע קען אויסבויען עפּעס, וואָס איז ייִדישלעך אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס, מיינט איר, זײַנען די חסידים ביז אַ מאָס ייִדיש־רעדערס? מחמת אידעאָלאָגיע? ניין! דערפֿאַר וואָס בײַ זיי איז דאָס ייִדיש־רעדן אַ מיטל צו פֿאַרשטאַרקן דאָס ייִדישקייט. הײַנט מיינט מען, אַז מיטן זינגען אַ לידל אויף ייִדיש איז מען יוצא און מיט עסן פֿון צײַט צו צײַט אַ בייגל מיט לאַקס האָט מען שוין אָפּגעגעבן דעם חובֿ, אויפֿן גאַנצן יאָר פֿון ייִדישקייט. ייִדישקייט — איז קלעזמער, גאַסטראָנאָמיע און אַ ייִדישע „האָפּקע‟. וואָס? ווען? ייִדישקייט איז אָדער אַ פֿאַרנעם! קענען ייִדיש קען מען נאָר פֿון שלינגען ביכער, פֿון רעדן, פֿון שרײַבן — נישט קיין פּאָעזיע, וווּ מע שטוקעוועט צונויף דרײַ ווערטער אַזעלכע און פֿיר ווערטער אַנדערע. זאָל מען אָנשרײַבן דרײַ זאַצן פּראָזע!
ווי מיינט איר, פֿון וואַנען נעמט זיך, באַזונדערס לעצטנס, און בײַ דער דזשויִשער עסטאַבלישמענט בפֿרט אַזאַ אומחן צו ייִדיש? ס’איז דאָך נישט קיין סוד, אַז ס’רובֿ פֿון זיי קענען אַפֿילו נישט אָנרופֿן דרײַ נעמען פֿון ייִדישע שרײַבערס?
עס שטאַמט פֿון עטלעכע קוואַלן::ערשטנס, האָט די השׂכּלה אונטערגעהאַקט ייִדיש, און ס’איז אַרײַן אין דער אינטעליגענץ, ממש אויף אַ גענעטישן אופֿן, אַז ס’איז שטעטלדיק, ס’שמעקט מיט זויערע אוגערקעס. צווייטנס, האָט מען ייִדיש געמאַכט פֿאַר אַ פֿאָן און פֿאַר אַ ביקס אין דער סאָציאַליסטישער און קאָמוניסטישער באַוועגונג. ייִדיש איז געוואָרן אַ געווער. ס’איז אויפֿגעקומען דער לאָזונג — ייִדיש איז וועלטלעכקייט…
ווער זײַנען הײַנט די אָנפֿירער פֿון דער געזעלשאַפֿט? די וואָס האָבן כּוח, השפּעה און געלט. קוקט מען אויף דעם מהות פֿון ייִדיש מיט פּראַקטישע אויגן: ווער דאַרף ייִדיש? מע דאַרף אַ גוטע פֿאַך, פּרנסה! און דאָס וויכטיקסטע איז דאָך צו ווערן אַן אַמעריקאַנער, כאַפּט עס די גוטע יאָר! און אַז אַ סטודענט קומט שוין הײַנט יאָ, לערנט מען אַ סעמעסטער, מע לערנט צוויי זמנים —און מ’האָט יוצא געווען.
דאָס עם־הארצות בײַ דער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס שייך דער אייגענער קולטור, איז געווען גרויס נאָך מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, אַפֿילו בײַ יענע מענטשן, וואָס זײַנען געווען גראַדויִרטע פֿון די ייִדיש־שולן, וווּ מ’האָט געלערנט פֿינף טעג אַ וואָך. ווער רעדט שוין פֿון הײַנטיקן שפּיץ־מעסער לערנען? פֿאַרשטייט זיך, עס זײַנען געבליבן פֿון יענעם דור געציילטע, וואָס קענען נאָך לייענען און שרײַבן. אָבער צו וואָס זאָל מען זיך מוטשען און לייענען שלום־עליכמען אויף ייִדיש, אַז מע קאָן דאָס באַווײַזן אויף ענגליש.
מע וויל זיך נישט אָנשטרענגען, חלילה! מע דאַרף לערנען הײַנט און שאַפֿן ענטוזיאַזם, התלהבֿות, כּדי פֿון די מיטל־מדרגה קענערס זאָלן זיך אויסשיילן די, וואָס האָבן עס אַזוי ליב און פֿאַרשטייען זיך אין דעם איין. זיי זאָלן זיך קאָנצענטרירן, אויסצייכענען און ממשיך זײַן, אַז פֿון צווישן זיי זאָלן אויסוואַקסן געניטע קענערס, מומחים. אָפּלאָזן טאָר מען עס נישט — מע לאָזט דעמאָלט אָפּ אויף הפֿקר אַ יאָרטויזנט ייִדיש־לעבן. ייִדיש איז ווי אַ בוקעט, וואָס מע דאַרף אים לאָזן זיך צעוואַקסן אין האַרצן, און האָפֿן, אַז פֿון דעם בוקעט וועלן זיך שאַפֿן וואָרצלען און זריעה, קערנדלעך אויף ווײַטער.
דעם שמועס האָט געפֿירט באָריס סאַנדלער