אין די 18 יאָר פֿון רעדאַגירן דעם “פֿאָרווערטס” איז קיין עין־הרע אויפֿגעקומען אַ דור יונגע פּען־מענטשן; ס’רובֿ פֿון זיי האָבן ייִדיש אויסגעלערנט; זייער “מאַמע” איז געווען דאָס לערנבוך און דער שפּראַך־לערער גופֿא. צומאָל, בשעתן רעדן מיט אַ יונגער־מאַן אָדער אַ מיידל טרעף איך, לויטן אויסרעד, ווער איז געווען זייער ייִדיש־לערער. אַן אַנדער זאַך איז, ווען מע לייענט אַ טעקסט.
די הײַנטיקע יונגע ייִדישע מחברים קומען מערסטנס אַרויס פֿון די אוניווערסיטעטן אָדער זומער־פּראָגראַמען. דאָרט באַקומען זיי די שפּראַך־יסודות, אָבער נישט קיין פּראַקטישע געניטשאַפֿט, ווי אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל אָדער אַ נאָטיץ. דעריבער קומט, צום באַדויערן, זעלטן אויס צו לייענען אַ זאַפֿטיקע, פֿאַרביקע און קערנדיקע פּראָזע־שורה, כאָטש אָנגעשריבן איז עס בדרך־כּלל אַקוראַט און גראַמאַטיש אויסגעהאַלטן.
אין מײַנע נאָטיצן וויל איך נישט זײַן קיין מענטאָר; איך וועל זיך באַמיִען, אַז די וואָס וועלן אין זיי אַרײַנקוקן, זאָלן עס אויפֿנעמען ווי פֿרײַנדלעכע עצות פֿון אַן עלטערן חבֿר. איך וועל זיך אָפּשטעלן, קודם־כּל, אויף די טיפּישע פֿאַלן, וועלכע ס’איז מיר אויסגעקומען און קומט ווײַטער אויס צו “קלײַבן אויפֿן פֿעלד” פֿון די הײַנטיקע ייִדישע פּובליקאַציעס.
לויט מײַן אייגענער דערפֿאַרונג ווייס איך, אַז דער בעסטער וועג אויסצומײַדן סטיליסטישע פֿעלערן, איבערחזרונגען, אומגעלומפּערטקייט און צומאָל פּשוט אומזיניקייט, — איז נעמען אין באַטראַכט די פֿאַרריכטונגען, וואָס דער רעדאַקאַטאָר האָט געלאָזט אין דײַן טעקסט. עס זײַנען פֿאַראַן אַלגעמיינע כאַראַקטעריסטישע פּיטשעווקעס, שרײַבערישע סודותלעך און קונצן, וועלכע עס איז גוט זיי צו וויסן. דווקא אָט די “קלייניקייטן”, אָט די שפּראַכלעכע געווירצן גיבן צו דעם טעקסט אַ געשמאַקן טעם. לאָמיר אין זיי געדענקען און זיך מיט זיי באַניצן צום אָרט.
שיקט אַרײַן אײַערע פֿראַגעס און מאַכט קלאָר בײַ זיך מײַנע באַמערקונגען; און אויב איר זײַט נישט מסכּים מיט זיי, אָדער איר ווילט צו זיי עפּעס צוגעבן נאָך — אַדרבא, שעמט זיך נישט, זײַט אין דעם אַ שותּף.
1. קאַלקעס פֿון אַן אַנדער שפּראַך
מסתּמא די אָפֿטסטע סטיליסטישע אומפּינקטלעכקייטן, וועלכע טרעפֿן זיך הײַנט אין די ייִדישע טעקסטן, זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס מע שרײַבט דעם ייִדישן זאַץ “איבערגעזעצטערהייט”. דאָס הייסט, מע שטעלט דעם זאַץ צונויף (אין קאָפּ) אויף איין שפּראַך, און דערנאָך שרײַבט מען אים אָן אויף ייִדיש, איבערגעזעצט וואָרט בײַ וואָרט.
ריזיקירן און ריזיקע
איך וועל נישט ריזיקירן מײַן קינד.
אין ייִדיש, אַז מע ריזיקירט אָדער מע ריזיקירט נישט, טוט מען עס מיט עמעצן אַדער מיט עפּעס. דעריבער דאַרף זײַן אַזוי:
איך וועל נישט ריזיקירן מיט מײַן קינד (אָדער מיטן געלט).
דער זעלבער זינען פֿונעם געזאָגטן, וואָלט געקאָנט איבערגעגעבן ווערן נישט דורכן ווערב “ריזיקירן”, נאָר דורכן סובסטאַנטיוו “ריזיקע”.
איך וועל נישט דערלאָזן קיין מינדסטע ריזיקע אויף מײַן קינד.
צי איז דאָ אַן אונטערשייד צווישן די ביידע זאַצן?
דער ערשטער וואַריאַנט: “איך וועל נישט ריזיקירן מיט מײַן קינד” — קלינגט קורץ און שאַרף.
דער צווייטער וואַריאַנט: “איך וועל נישט דערלאָזן קיין מינדסטע ריזיקע אויף מײַן קינד” — קלינגט אויך קאַטעגאָריש, אָבער ער טראָג נאָך אין זיך אַ האַרציק מיטגעפֿיל, אַ זאָרג.
נאָך מער: דעם ערשטן וואַריאַנט וואָלט גיכער געפּאַסט, עס זאָל זאָגן אַ טאַטע; און דעם צווייטן וואַריאַנט — אַ מאַמע.
* * *
אינטערעס, אינטערעסירן זיך, פֿאַראינטערעסירן זיך
אַרום די דרײַ ווערטער, וואָס האָבן איין זין, און ווערן אָפֿט באַניצט, קומט כּסדר פֿאָר אַ פּלאָנטערניש. ריכטיקער דאָס פּלאָנטערניש קומט פֿאָר אַרום די פּרעפּאָזיציעס, מיט וועלכע די ווערטער פּאָרן זיך.
אָט לייען איך לעצטנס אַזאַ זאַץ:
איך האָב זיך שוין פֿון לאַנג פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ פּראָיעקט.
אויב “איך האָב” (ווי אַ פּאַרטיציפּ צום ווערב), מוז שטיין ווײַטער נישט “פֿאַראיניטערעסירט”, נאָר “זיך אינטערעסירט”, און פּאָרן זיך מיט דער פּרעפּאָזיציע “מיט”: איך האָב זיך שוין פֿון לאַנג אינטערעסירט מיט אַזאַ פּראָיעקט.
אָדער:
אויב זיך באַנוצן מיטן ווערב “פֿאַראינטערעסירט”, וואָס מאַכט דעם זאַץ אַקטיווער, — מוז דער זאַץ געבויט ווערן מיטן פּאַרטיציפּ “בין”: איך בין שוין לאַנג פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ פּראָיעקט.
אויב מע וויל אויסמײַדן ביידע ווערבן און זיך באַניצן מיטן סובסטאַנטיוו “אינטערעס”, וועט דער זאַץ זײַן אַזאַ: איך האָב שוין לאַנג אַן אינטערעס צו אַזאַ פּראָיעקט.
ווי מיר זעען: אַלע דרײַ ווערטער האָבן קאָנקרעטע פּרעפּאָזיציעס: אינטערעס צו, אינטערעסירן זיך מיט, זײַן פֿאַראינטערעסירט אין.
פֿאַרגעדענקט עס און ס’וועט נישט זײַן קיין פּלאָנטערניש.
מיט שטעכיקע גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס