דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן (המשך)

עמיל קאַלין
„די מעשׂה איז אַזאַ… פֿאַרשטייסטו מיך? דערווײַל לעבן מיר. און איך פֿרעג מיך, וועמען אַרט עס, אויב מיר לעבן אַ גוטן טאָג? ביסט גערעכט, מיט אייניקלעך איז פֿאַרפֿאַלן. מיר האָבן ביידע פֿאַרפֿעלט די באַן. עס איז זייער מעגלעך, אַז דורך די יאָרן האָבן מיר פֿאַרפֿעלט נישט ווייניק באַנען…”

אַ טאַנץ אויף שפּליטערס (סוף)

מרדכי יושקאָווסקי
מע זעט גלייַך, אַז דו האָסט דאָ ניט געלעבט אין די אָנהייב נייַנציקער יאָרן. ס’איז דאָך געווען אַ תּקופֿה פֿון פֿולער הפֿקרות. האָסט פֿאַר אַ כאַבאַר געקאָנט קויפֿן יעדן טשינאָווניק מיט זייַן טאַטן און מאַמען און מיטן גאַנצן אמת. איך ווייס נישט אַפֿילו, וועמען און וויִאַזוי האָט לאַריסע אונטערגעקויפֿט, כּדי צו קריגן די נייטיקע פֿאַלשע צעטלעך…