פֿון אונדזער עזבֿון: אַלכּסנדר גובניצקי (1912־1974)
אַלכּסנדר גובניצקי
אין זײַנע סקיצן און דערציילונגען גיט ער אַ קינסטלערישע פֿאַרקערפּערונג פֿון אַקטועלע פּראָבלעמען, מיט וועלכע עס האָבן אין יענער צײַט געלעבט זײַנע העלדן — ייִדן און ניט־ייִדן, באַזונדערס פֿון דער שטאָטישער אַרבעטער־סבֿיבֿה. פֿאַר זײַן סטיל איז געווען כאַראַקטעריסטיש אַ זאַפֿטיקע פֿאָלקס־שפּראַך מיט אַ הומאָריסטישער באַפֿאַרבונג…