וועלט־לידער

בערל קאָטלערמאַן

שוין לאַנג איז גרייט די תּליה,
איז הענגען גרייט דער קאַט.
„דער הויף־ייִד זיס איז שולדיק,
ער זאָגט זיך אָפּ פֿון שמד!‟

און הינטער אײַזן־גראַטעס,
באַהאַלטנדיק זײַן סוד,
דער הויף־ייִד לייענט קרישמע
פֿאַר אַלטן שטרענגן גאָט.