אויטאָגראַף — קינדער זינגען

דעם 22סטן מײַ איז פֿאָרגעקומען דער שאַפֿערישער אָוונט פֿונעם שרײַבער באָריס סאַנדלער. מיר האָבן שוין וועגן דעם קאָנצערט געשריבן, און איצט האָט איר די געלעגנהייט צו זען אייניקע אויסצוגן פֿון אָט דער יוביליי־אונטערנעמונג. 

אַ באַזונדער אָרט פֿאַרנעמען אין דער שאַפֿונג פֿון ב. סאַנדלערן די ווערק פֿאַר קינדער, וואָס איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם:

דער יונגער קאָמפּאָזיטאָר Izzy Fox-Rosenזינגט זײַן ליד אויף ב. סאַנדלערס ווערטער „אַ לעכל אין שקאַרמוץ‟.

דינהלע סליפּאָוויטש זינגט צוויי לידער: „אַ שמייכל‟ (מוז. וו. שאַיִנסקי) און „אויפֿן טײַכל שלום‟ (מוזיק: ז. סליפּאָוויטש), קאָנצערטמײַסטער זיסל סליפּאָוויטש.

מוזיק — יעווגעני קיסין, ליברעטאָ — באָריס סאַנדלער. אַן אויסצוג פֿונעם מיוזיקל  „פֿייגעלע אַלף פֿון דעם אַלטן גראַמאָפֿאָן‟. 

העלפֿאַנד אלי— Lev Ginzburg

מאַלפּע מאַניאַ— Katerine Shor-Gorbatiuk

צוגעגרייט און קאָנפּאַנירט אויף דער פּיאַנע — Zoya Pilyavina

Leave a comment