דער רוסישער שרײַבער און איבערזעצער באָריס זאַכאָדער (1918־2000) איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבער שטעטל קאַהול. זײַן ייִחוס ציט ער פֿונעם ערשטן קאַזיאָנע רבֿ אין די רוסישע שטעט ניזשני נאָווגאָראָד און וולאַדימיר ברוך־בער זאַכאָדער. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז באָריס זאַכאָדער געווען גוט באַקאַנט ווי אַ שרײַבער פֿאַר קינדער. באַזונדערס פּאָפּולער האָבן אים געמאַכט די איבערזעצונגען פֿון די באַקאַנטע קינדער־ביכער: „מערי פּאָפּינס‟, „פּיטער פּען‟, „אַליסע אין וווּנדער־לאַנד‟, „וויני פּוך און אַלע, אַלע, אַלע‟.
איך לייג אײַך פֿאַר אַ קראַנץ סאַטירישע לידער, ווייניקער באַקאַנט דער רוסישער לייענערשאַפֿט.

באָריס זאַכאָדער
פֿון רוסיש — באָריס סאַנדלער
האַווקען הינטל ניט פֿאַרגעסט,
ווייסט אויף זיכער ס׳הינטל פֿעסט:
ווער ס׳וועט זאָגן העכער: „האַוו!‟ —
דער וועט זײַן גערעכט און בראַוו!
*
וואָס אָנגעאַרבעט האָבן סתּם נאַראָנים,
ניט צו פֿאַרגלײַכן, גלייבט מיר, מיט ענינים,
וואָס אָפּטאָן קאָן אַ גאַנצער חכם,
פֿון טיפֿן האַרץ מיט גוטער ברכה.
*
געפֿרעגט האָט מען פֿרעש:
— וווּ געפֿינט איר די נאָטע?
איר זיצט דאָך, זײַט מוחל,
אין זומפּיקער בלאָטע?
געזאָגט האָבן פֿרעש:
— מיר האָבן אַ קוואָטע,
צו זינגען און לויבן,
ווי ציכטיק ז׳די בלאָטע!
*
„הלמאַי ביסט שטעכלער שטעכיק?‟
„כ׳מײן, פֿאַר מיר אַזוי איז נייטיק.
שכנים — בעסער ניט צו הערן:
פֿוקסן, וועלף און בייזע בערן.‟
*
ביז ווערן וועסט אַ גענעראַל —
ניט ווייניק וועסט פֿאַרגיסן גאַל.
פֿאַרגיסן גאַל איז ניט רעאַל —
צו ווערן פֿאָרט אַ גענעראַל.
*
אַ שיידל זיך געקלאָגט פֿאַר שלעק:
— עס קומט מיר אויס צו עסן דרעק!
— אַ לעק פֿון דרעק איז אויך ניט שרעק,
פֿאָרט בעסער ווי אַן עק!
גערעדט די חבֿרה אָן איראָניע,
אַרום דער פֿראַגע — עקאָנאָמיע.
*
ניטאָ קיין גאָט! —
גערעכט זײַנען מאַרקסיסטן.
ווען אַנדערש וואָלט געגאַן דער שניט,
וואָלט אונדז דער אייבערשטער
פֿון די מאַרקסיסטן אָפּגעהיט.
*
כ׳וועל זײַן אײַך מוחל
מיט אַ תּנאַי —
פֿון אײַך כ׳זאָל הערן:
“אַ גוד בײַ!”
*
ווער ס׳דעם היימלאַנד
געטרײַ איז מיט בלוט
און געבאָט,
הייסן הייסט ער
געוויס — פּאַטריאָט!
נו, און יענער, —
פֿאַרגאָסן האָט אויך
בלוט און שווייס,
נאָר אַ ייִד, —
הייסן הייסט ער,
קאָסמאָפּאָליט?
*
וואָס מער וועסט צעקאַליעטשען מענטשן,
אַלץ העכער וועט דאָס פֿאָלק דיך בענטשן!
כ׳האָב מורא, בײַ מלוכה־פֿירער,
איז עס די גרעסטע בעסטע בחירה!
*
יעדע מאַלפּע מן־הסתּם
לײַדט פֿון אייגענעם אַ פּגם.
נאָר אַ מענטש פֿון מאַלפּעס שטאַם,
איז מיט זיך אַליין פֿאַרסמט.