תּורה בכּתבֿ


דוד צבֿי קלמן
פֿון ענגליש — שלום בערגער

האָט דער האַר געזאָגט צו משה רבינו, אַזױ צו זאָגן: „גוט! ביסט שױן דאָ. איך האָב אַלץ שױן אַװעקגעשטעלט, דאָס גאַנצע פּעקל, װי צוגעזאָגט. װאָס יאָ, איך דאַרף דיר איבערגעבן אינסטרוקציעס װי צו דערגײן פֿון אַנטװיקלונג צו פּראָדוצירונג, און פֿאַראַן פֿאַרװיקלטע טײלן װי דו קענסט זיך פֿאָרשטעלן. דאָס גאַנצע איז פֿאַרטראַכט װי אַ היפּער־פּראָגרעסיװע ביאָלאָגישע לאַטעראַליזירטע אַלגאָריטמישער מאַניפֿאָלד. װײסט װאָס דאָס איז?“

„נײן, מײַן האַר…“, — האָט געזאָגט משה רבינו.

„ס׳איז אַ ביסל פּראָסט, נאָר קענסט טראַכטן װעגן דעם װי װעגן זײער אַ גרױסער װערסיע פֿון אַ רעלאַציאָנאַלער דאַטן־באַזע. װײסט דאָך, װאָס ס׳איז אַ רעלאַציאָנאַלע דאַטן־באַזע?“

„אַנטשולדיק, מײַן האַר…“, — האָט געזאָגט משה רבינו.

„ס׳איז אַזאַ אופֿן פֿון אָרגאַניזירן דאַטן. װײסט, װאָס דאַטן זײַנען?“

„מײַן האַר, דײַן קלוגשאַפֿט און פֿאַרשטאַנד זײַנען טאַקע אין־לשער“, — האָט געזאָגט משה רבינו, װאָס דאָס איז געװען אַ לאַנגע אופֿן צו זאָגן, „נײן.“

„גוט, לאָמיר מאַכן אַן איבעררײַס אױף אַ רגע“, — האָט געזאָגט דער אײבערשטער, און געקװעטשט זײַן מעכטיקן נאָזרוקן אין זײַנע מעכטיקע פֿינגער. „דאָס װעט זײַן שװערער װי איך האָב זיך געריכט. אפֿשר זאָל איך אָנהײבן נאָר מיטן פֿאַרשטײן, מיט װאָס פֿאַר אַ האַרטװאַרג און װײכװאַרג דו באַניצט זיך. קענסט זיך אױס אױף קאָמפּיוטערס? אױף האַרטװאַרג און מוחוואַרג?“

„נײן…“, — האָט משה רבינו געזאָגט. 

„װאָס איז מיט אױטאָמאַטיזירונג בכלל? דזשאַקאַרד־װעבשטולן? מעכאַנישע זײגערס?“

„איך װײס, װאָס ס׳איז אַ װעבשטול“, — האָט אַ זאָג געטאָן משה רבינו, מיט האָפֿענונג.

„קענסטו פּראָגראַמירן אַ װעבשטול צו רעפּליקירן אַ געװיסן מוסטער אָן דעם, אַ מענטש זאָל אינטערװענירן?“

„המממם… איך מײן, אַז נישט…“ — האָט געזאָגט משה רבינו.

„איז װי אַזױ זשע פֿאַרשפּרײטסטו אינפֿאָרמאַציע? שױן זשע האַלטסטו אַלץ פּשוט אױף פּאַפּיר?“

„װאָס איז ׳פּאַפּיר׳?“ — האָט געפֿרעגט משה רבינו.

און דער האַר האָט געשװיגן אַ גוטע דרײַסיק סעקונדעס.

„װײסט דאָך, משה“, — האָט געזאָגט דער אײבערשטער. — „לאָמיר אָנהײבן פֿון דעם, אַז דו וועסט מיר זאָגן, װאָס דו האָסט יאָ. לאָמיר זאָגן, אַז דו װילסט פֿאַרגעדענקען עפּעס זײער גוט, דו זאָלסט דאָס קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן אָדער צופֿעליק בײַטן. װאָס װאָלטסטו געטאָן?“

„דאַכט זיך, אַז איך װאָלט דאָס פֿיל מאָל איבערגעחזרט…“, — האָט געזאָגט משה רבינו, — „און איך װאָלט דאָס מיט עמעצן אײַנגעקנעלט. און מסתּמא װאָלט איך דאָס אױך פֿאַרשריבן.“

„און װאָס וואָלט געשען, ווען דאָס, װאָס דו פּרוּװסט פֿאַרשרײַבן, איז אומגעהײַער קאָמפּליצירט, לאָמיר זאָגן, ס׳װאָלט געװען אַ רײ געזעצן, װאָס באַרירן כּסדר קעגנזײַטיק אײנס דאָס אַנדערע, װוּ צו יעדן געזעץ זײַנען דאָ אַ סך אױסנאַמען?“

„אפֿשר װאָלט איך געבעטן אַ סך מענטשן אױסלערנען אויף אױסנװײניק שטיקלעך דערפֿון?“

„ס׳איז פֿײַן זיך אױסצולערנען אויף אױסנװײניק“, — האָט געזאָגט גאָט, — „נאָר די פּראָבלעם שטעקט אין דעם, װאָס די שטיקלעך זײַנען געקניפּט און געבונדן. לאָמיר זאָגן, אַז דו האָסט אַ מיריאַד מענטשן, דאָס מײנט, צען טױזנט, און יעדער פֿון זײ לערנט זיך אױס אויף אױסנװײניק אײן־מיריאַדסטל פֿון דער גאַנצער זאַך. איצט איז דאָ אַזאַ געזעץ, װאָס פֿאָדערט, אַז דער מענטש 16 זאָל רעדן מיטן מענטש 5015, און אַ צװייטנס, װאָס עס פֿאָדערט זיך, אַז מענטש 440 זאָל רעדן מיט די מענטשן פֿון 8000 ביז 8006. צי װױנען זײ אַלע צוזאַמען? און װאָס געשעט, אױב אײנס פֿון זײ שטאַרבט אַװעק?“

„אפֿשר קענען מיר דאָס פֿאַרשרײַבן?“ — פֿרעגט משה רבינו.

„אפֿשר, נאָר דאָס איז אַ סך צו פֿאַרשרײַבן. האָסטו אױף װאָס צו שרײַבן?“

„פּאַפּירוס און פּאַרמעט…“ — האָט געזאָגט משה רבינו.

„אױ, אַ גליק האָט מיך געטראָפֿן“, — האָט געזאָגט גאָט אונטער דער נאָז. — „זײ זײַנען דאָך טײַער, משהלע. און מע װעט דאָך מאַכן טעותן, אויב מע וועט פּרוּװט דאָס איבערקאָפּירן, װײַל איך נעם אָן, אַז אױך דרוקן קענט איר נישט. דער מאַטעריאַל אַנטװילט זיך דאָך אױך מיט דער צײַט. אַ ריכטיקע קאַשע האָבן מיר דאָ פֿאַרקאָכט.“

„אַ… קאַשע, מײַן האַר?“

„גאָטעניו“, — האָט געזאָגט גאָט. — „איז קוק. מיר װעלן דאָס מוזן רופֿן אַ פּראָיעקט אין גאַנט, אָקײ? אַ טײל װעל איך דיר איבערגעבן איצט, נאָר דו װעסט דאַרפֿן כּסדר צוריקקומען. ס׳װעט זײַן אַ באַלאַגאַן, זאָגט מיר שױן אונטער דאָס האַרץ, נאָר קײן אַנדער ברירה זע איך נישט, און מע האָט דאָך צוגעזאָגט.“

„פֿאַרשטײט זיך, מײַן האַר“, — האָט צוגעבאָמקעט משה רבינו. 

„איך װעל דיקטירן. ברענג אַרױס דײַן טײַערן פּאַפּירוס און מיר װעלן זען װיפֿל מיר קענען דעקן. לאָמיר אָנהײבן.“

„קײן פּאַפּירוס האָב איך נישט געבראַכט…“, — האָט משה רבינו געזאָגט.

„האָסט דאָך געזאָגט, אַז דו האָסט פּאַפּירוס“, — האָט געזאָגט גאָט, פֿאַרזשמורענדיק די אױגן.

„יאָ…“, — האָט געזאָגט משה רבינו. — „װי אַ געזעלשאַפֿט. נאָר גראָד איצט האָב איך בײַ זיך גאָר נישט.“

„פּאַרמעט האָסטו געבראַכט?“

„נײן…“, — האָט געזאָגט משה רבינו. — „גאָרנישט האָב איך נישט מיטגעבראַכט.“

„משהלע, װי אַזױ זשע האָסטו געמײנט, אַז דאָס װעט צו שטאַנד קומען?“

„בטחון האָב איך געהאַט…“, — האָט משה רבינו געזאָגט. — „איך האָב געמײנט, דאָס איז גענוג.“

גאָט האָט געגעבן אַ זיפֿץ: „נו, מיר זײַנען אױף אַ באַרג. זעסט דאָרט יענע פּלאַטעס שטײן?“

„יאָ, נײַן האַר,“ האָט געענטפֿערט משה רבינו.

„איך װעל רעדן פּאַמעלעך…“, — האָט געזאָגט גאָט. — „פּרוּװ מיטצוהאַלטן.“

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s