ווײַל הײַנט איז די עלטער

משה לעמסטער

באַשאַפֿונג

גאָט האָט געשוועבט אין דער פֿינצטערער קעלט
און געזאָגט צו זיך:
— אַנו, לאָמיך באַשאַפֿן אַ שטראַלנדיקע וועלט, —
און אויסגערופֿן: זאָל ווערן ליכט!..

און איך בין אין ספּאַלניע צו מײַן ליבער אַרײַן,
געזאָגט צו זיך באַלד:
— אַנו, לאָמיך אַ מענטשן באַשאַפֿן הײַנט
לויט מײַן גלײַכעניש און אין מײַן געשטאַלט!

און איך האָב אויסגערופֿן: זאָל ווערן פֿינצטער!
פֿאַרלאָשן די ליכט, ס’צעשפּילט זיך דאָס בלוט,
מײַן ליבע האָט געשעפּטשעט גינציק:
אָ, מײַן גאָט! — ס’איז גוט. אָ, מײַן גאָט! ס’איז גוט…

דער האַרבסט אין האַרץ

אומזיסט, אומזיסט אַצינד איך וואַרט
כ’וועל זיך ניט פֿאַרליבן שוין, מסתּם…
יעדער טיילכל פֿון מײַן מידן האַרץ
איז אַ מאָל געווען פֿאַרליבט מיט פֿלאַם.

יעדער טיילכל מיט ליבע האָט געשײַנט
און אָפּגעברענט, ווי בלעטער אין האַרבסט.
איך קוק אויף מיידלעך און איך פֿיל, אַז הײַנט
איז ווי אַ געל בלעטל שוין אַליין דאָס האַרץ.

נאָר איך זינג ניט מיט טרויעריקע ווערטער
ס’איז מײַן גײַסט זאָרגלאָזיק און געזונט —
ווײַל אין די געלע, אָסענדיקע בלעטער
איז דאָך פֿאַראַן נאָך, פֿאַראַן אַזוי פֿיל זון…

דער אָנשפּאַרפּונקט

גיט מיר אַ אָנשפּאַרפּונקט, און איך וועל איבערקערן די ערד
אַרכימעדעס

גיט מיר אַן אָנשפּאַרפּונקט —
לייג איך אויף אים מײַן באַשערטע
און זאָל זיך איבערקערן די ערד,
וועל איך אַ נאַכט זי ליב האָבן און צערטלען.

גיט מיר אַן אָנשפּאַרפּונקט —
שטעל איך אויף אים אַ פֿעסל ווײַן
און זאָל זיך איבערקערן די ערד,
טרינק איך אויס דאָס פֿעסל מיט די פֿרײַנד.

גיט מיר אַן אָנשפּאַרפּונקט —
שטעל איך זיך אויף אים, ווי אויף אַ בינע
און זאָל זיך איבערקערן די ערד,
וועל איך לייענען אויף אַ קול מײַנע ליבעלידער…

הײַנט

איינעכטן מײַן קינדהייט — מײַן זוניק וועלטל…
נעכטן געבליט האָט שוין פֿילפֿאַרביק די יוגנט…
הײַנט זיך אײַנשטילט מײַנע לעבנס־וויוגעס —
ווײַל הײַנט איז די עלטער…

איינעכטן מײַן מאַמע — מײַן מלאך און העלדין…
נעכטן געקושט מיך שוין מײַן ווײַבל, מײַן ליבע…
הײַנט יזכּור אין שיל איך זאָג אויף יום־כּפּור —
ווײַל הײַנט איז די עלטער…

איינעכטן צוויי קינדער — טײַערער פֿון געלטער…
נעכטן דאָס זינדל שוין בײַ אַ טיש אַ רונדן…
הײַנט בין איך אַ זיידע פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט —
ווײַל הײַנט איז די עלטער…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s