נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 65

„ייִדישע ראָמאַשקע‟ פֿון גריגאָרי קאַנאָוויטשן ז״ל

פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען אַ טרויעריקע ידיעה: אין עלטער פֿון 93 יאָר איז אַוועק אין דער אייביקייט דער שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש. אַלע זײַנע ביכער האָט ער אָנגעשריבן אויף רוסיש, און זיך האַרט געהאַלטן פֿאַר אַ רוסישן שרײַבער, הגם ייִדיש איז געווען זײַן מאַמע־לשון. נישט נאָר די שפּראַך — אַלע זײַנע ביכער זײַנען געווען אײַנגעטונקען, ווי אין אַ מיקווה, אינעם ייִדישן שטייגער און לעבנס־גאַנג פֿון זײַנע בני־עיר, דעם ליטווישן ייִדנטום, די אַזוי גערופֿענע „ליטטוואַקעס‟.

ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל יאַנאָווע, אין אַ משפּחה פֿון אַ שנײַדער. מעגלעך, אַז הירש־יעקבֿ וואָלט ווײַטער געצויגן דעם פֿאָדעם פֿון שנײַדערײַ, ווען נישט צוויי גורלדיקע געשעענישן, וואָס האָבן איבערגעקערט די געשיכטע סײַ פֿון זײַנע בני־עיר און סײַ פֿון זײַן משפּחה. ערשטנס, די „ברידערלעכע‟ אַנעקסיע פֿון ליטע מצד דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1940, און צווייטנס, די מלחמה. די סאָוועטישע מאַכט האָט דערמעגלעכט דעם ייִדישן בחור צו באַקומען אין ליטע די הויכע אוניווערסיטעט־בילדונג און ווערן אַ שרײַבער; די מלחמה און דער אומקום פֿון ליטווישן ייִדנטום איז געוואָרן די הויפּט־טעמע פֿון זײַן שאַפֿונג.

דווקא אין דער סאָוועטישער ליטע, וווּ נישט ווייניק ליטווינער האָבן זיך בעת דער מלחמה אַקטיוו באַטייליקט אינעם אויסשעכטן זייערע ייִדישע שכנים; וווּ די שׂינאה צו דער קאָמוניסטישער מאַכט איז נישט אויסגעלאָשן געוואָרן נאָך דער מלחמה אויך, און וווּ דער ליטווישער נאַציאָנאַליזם האָט געטליִעט במשך פֿון צענדליקער יאָרן, ביזן אויפֿברויז אין 1991, — האָט דער ייִד קאַנאָוויטש געקאָנט פֿרײַ שרײַבן אויף רוסיש און אַרויסלאָזן זײַנע ראָמאַנען, אין וועלכע ער זאָגט קדיש נאָך די פֿאַרברענטע ייִדישע שטעטלעך אין ליטע. גראָד אין ווילנע איז אויפֿגעקומען און האָט מיט דערפֿאָלג געשפּילט דער איינציקער אין לאַנד ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער; און פֿון דער ליטווישער מלוכישער פֿילהאַרמאָניע איז אַרויסגעפֿלויגן און זיך צעזונגען מיט אַ ייִדישן ניגון און ליד די באַקאַנטע זינגערין נחמה ליפֿשיצײַטע…

די נאָך־מלחמהדיקע ליטווישע הויפּטשטאָט ווילניוס איז ביז די 70ער יאָרן געווען דער אומאָפֿיציעלער ייִדישער קולטור־צענטער אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

איך וועל זיך נישט גיין איצט אַרײַנלאָזן אינעם באַטראַכטן דעם פּאַראַדאָקס, הלמאַי איז עס אַזוי פֿאָרגעקומען; דער פֿאַקט איז, אַז די ליטעראַרישע טעטיקייט פֿונעם שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש איז אויפֿגעוואַקסן אויפֿן ליטוויש־אַנטיסעמיטישן מיסט און פֿון דאָרט איז זי אַרויס און זיך פֿאַרשפּרייט איבער דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין דער לאַנגער רשימה מציאות צו קריגן זיי אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די ביכער פֿון קאַנאָוויטשן פֿאַרנומען אַ באַזונדער אָרט. אין די אָנהייב 1980ער בעת מײַן לערנען זיך אין מאָסקווע אויף די העכסטע ליטעראַטור־קורסן, האָט אַהרן ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, פֿאָרגעלייגט אונדז, די פֿינף צוהערער פֿון דער ייִדיש־גרופּע, איבערלייענען און אָפּשאַצן דעם כּתבֿ־יד פֿונעם ראָמאַן „טרערן און תּפֿילות פֿון משוגעים‟. דער מחבר פֿונעם ראָמאַן, אָנגעשריבן אויף רוסיש, איז געווען גריגאָרי קאַנאָוויטש; די ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט דער באַקאַנטער ייִדישער פּראָזאַיִקער פֿון ליטע בער האַלפּערין.

דעמאָלט, אין 1981, האָב איך דורך ייִדיש צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט קאַנאָוויטשס פּראָזע. דעם אמת געזאָגט, וועדליק כ׳האָב פֿריִער געהערט מיינונגען וועגן זײַן שאַפֿונג, בין איך פֿון דעם ראָמאַן נתפּעל נישט געוואָרן. בשעתן לייענען אים האָב איך געהאַט אַן אײַנדרוק, אַז דער מחבר חוזקט אָפּ פֿון זײַנע העלדן, שטעלט זיי אַרויס פֿאַר נאַראָנים און משוגעים, אַז זײַן אופֿן פֿון שילדערן ייִדן שפּילט צו די אַנטיסעמיטן…

גאָר אַנדערש האָב איך אויפֿגענומען דעם ראָמאַן אין אָריגינאַל. כּמעט אַלע מײַנע טענות האָבן זיך מיטאַמאָל אויסגעלאָזט אין עכטע מעלות. יאָ, האַלפּערין האָט טאַקע פּרעכטיק איבערגעזעצט דאָס ווערק; ער האָט אַרײַנגעלייגט אין מויל פֿון די העלדן זייער אייגענע שפּראַך, ער האָט זיי אָנגעטאָן אין ייִדישע היימישע מלבשים… ער האָט זיי אָבער אָפּגעפֿרעמדט פֿונעם שרײַבערס קינסטלערישער שילדערונג, פֿון זײַן אייגנאַרטיקן סטיל, פֿון דעם בילדערישן געמעל, וואָס עס ברענגט מיט זיך די שפּראַך. די רוסישע שפּראַך פֿונעם שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש.

ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבערס, מחברים פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ האָבן קאַנאָוויטשס אופֿן פֿון שילדערן די „ייִדישע וועלט‟ נישט אָנערקענט. מעגלעך דערפֿאַר, ווײַל דאָס ביסל „קינאת־סופֿרים‟, וואָס איז זיי פֿאַרבליבן נאָכן גרויסן חורבן, נאָך די סטאַליניסטישע רדיפֿות אויף דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט יעדער פֿון זיי געלאָזט פֿאַר זיך. קאַנאָוויטש האָט זיך נישט אויסגעקענט אין די „קליינע אותיותלעך‟; ער איז נישט געווען קיין אויפֿזעער פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן לײַכט־טורעם פֿאַר ליטעראַטור… ער האָט געטראָגן אין זיך די ליבשאַפֿט צו ייִדיש ווי אַן אָנדענק נאָך זײַנע טאַטע־מאַמע, זײַן קינדשאַפֿט, אַן אָנדענק נאָך דעם אונטערגעגאַנגענעם ייִדישן שבֿט, וואָס איז געבליבן ליגן אין דער ליטווישער ערד, באַגראָבן צוזאַמען מיט די גײַסטיקע אוצרות. צו די לעבעדיקע ייִדישע שרײַבערס און צו זייערע שאַפֿונגען האָט קאַנאָוויטש זיך באַצויגן גרויסלעך. שפּעטער, שוין אין ישׂראל, האָבן אַזאַ באַציִונג צו זיך געפֿילט די רוסישע שרײַבערס־עולים מצד דעם פֿאַראיין פֿון די סאַמעראָדנע עבֿרית־סופֿרים.

גריגאָרי קאַנאָוויטש האָט באַשאַפֿן זײַן אייגענעם קלויז, וווּ ער האָט געדאַוונט און געזאָגט תּפֿילה אויף רוסיש פֿאַר זײַן רוסיש־רעדנדיקער קהילה. און זיי האָבן אים פֿאַרשטאַנען און געשאַצט.

אין די סוף 1980ער, ערבֿ דער „גרויסער עליה‟, האָט זיך אין דעם אונטערגייענדיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, הויך דערהערט דאָס קול פֿונעם שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש, וועלכער האָט זיך געווענדט צו די סאָוועטישע ייִדן, צו זײַנע לייענער מיטן פּאַמפֿלעט „ייִדישע ראָמאַשקע‟; געוואָנדן זיך, ווי עס פּאַסט אַ רוסישן שרײַבער, אויף רוסיש און דורך אַ רוסישער מעטאַפֿאָרע: אָפּרײַסן די בליומען־בלעטלעך פֿון אַ ראָמאַשקע און פּרוּוון טרעפֿן — ליב צי ניט ליב? — אין יענער צײַט האָבן עס די ייִדן פֿאַרטײַטשט ווי „פֿאָרן צי ניט פֿאָרן?‟. דעם ענטפֿער האָבן זיי שוין געפֿינען אין ישׂראל ווי נײַע עולים, באַקרוינט מיטן צונאָמען „רוסים‟!

אין 1993 איז אויך גריגאָרי קאַנאָוויטש עולה געווען קיין ישׂראל.

כּבֿוד זײַן אָנדענק!

יאַנואַר 27, 2023, דירפֿילד ביטש

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s