דבֿורה (ווערע) כאָראָל (1894־1982)
דיכטער, געבוירן אין שטעטל אָכרימאָווע, אוקראַיִנע, אין דער שטוב פֿון איר זיידן,
דעם רײַכן אַלטן סוחר רפֿאַל בערגעלסאָן; אַ פּלימעניצע פֿון דוד בערגעלסאָן. אין דער שטוב איז די ייִדישער ליטעראַטור געווען אַ היימישע זאַך — מען האָט געלייענט שלום־עליכמס דערציילונגען, און זי האָט פֿאַרגעדענקט, אַז איר פֿעטער דוד בערגעלסאָן האָט פֿאַר די שטוביקע פֿאָרגעלייענט י. ל. פּרצעס ”אויב ניט נאָך העכער“ און ”צווישן צוויי בערג“. צו 14 יאָר האָט מען זי אָפּגעפֿירט קיין קיִעוו, וווּ זי האָט פֿאַרענדיקט אַ גימנאַזיע און איז אָנגעקומען זיך לערנען אויף דער נאַטור־וויסנשאַפֿטלעכער אָפּטיילונג פֿונעם אוניווערסיטעט. אין יאָר 1919 האָט זי געלערנט אין אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און פֿון 1920 געאַרבעט אין פֿאַרשיידענע קינדער־אַנשטאַלטן. סוף 1920ער יאָרן געווען אַ לערערין אין אַ ייִדישער שול אין פּאָדאָל, אַ געגנט אין קיִעוו. די ערשטע לידער פֿאַרעפֿנטלעכט אין נומ׳ 3 פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל ”שטראָם“. שפּעטער האָט זי זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע ייִדישע פּעדאַגאָגישע אויסגאַבעס. אין 1928 איז דערשינען איר ערשטע זאַמלונג ”לידער“. אין זעלבן יאָר האָבן זיך באַוויזן אירע לידער אין ע. קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע ”ייִדישע דיכטערינס“. באַזונדערס אויסגענומען האָט זי מיט אירע קינדער־לידער און אירע ביכלעך פֿאַר יונגוואַרג. אירע לידער פֿלעגן אײַנגעשלאָסן ווערן אין די כרעסטאָמאַטיעס פֿאַר דער אָנפֿאַנג־שול. לויטן פֿאַך אַ לערערין, האָט זי גוט געוווּסט די קינדערישע פּסיכאָלאָגיע. לידער פֿאַר קינדער האָט זי געשריבן ביזן לעצטן טאָג פֿון איר לעבן. אַ סך אירע קינדער־לידער זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש.
.

האַרבסט
קאַפּ, קאַפּ
אויפֿן שליאַך,
קאַפּ, קאַפּ,
אויפֿן דאַך.
אין די הויפֿן,
אויף די גאַסן
שטייען קאַליוזשעס
מיט וואַסער.
און אין קאַליוזשעס,
אין וואַסער,
שטייען ביימער,
פּלויטן נאַסע.
עפּעס שטייען זיי
פֿאַרקערט
קאָפּ אַראָפּ
איבערגעקערט.
אַלץ און אַלץ
מיט קאָפּ אַראָפּ
קאַליוזשעס
דאָ שפּיגלען אָפּ.
זע, די הענער
לויפֿן אויך
מיט די פֿיסלעך
אין דער הויך.
און די גרויסע
ווײַסע ציג
אין דער קאַליוזשע
זיך וויגט.
קוק זשע נאָך אַ מאָל
און ווידער
ווי דער קאָפּ
איז אין דער נידער.
און די פֿיס
און דער בויך,
פּונקט פֿאַרקערט,
אין דער הויך.
קאַפּ, קאַפּ,
נאַס, נאַס,
— קינדער, גייט אַרויס
אין גאַס.
— אוי, מיר ווילן ניט
אין גאַס,
דאָרט איז קאַלט,
דאָרט איז נאַס.
און דער רעגן
גיסט, גיסט
מירן אײַננעצן
די פֿיס.
מירן אײַננעצן
די שיך, —
ניין, מיר ווילן זײַן
אין קיך.
אַזוי פֿריילעך
דאָ און הענג,
ס׳טוט זיך דאָ
אויף טיש און בענק.
מאַמע און מומעס
מיט שאַרפֿע מעסערס
מע שאַטקעוועט קרויס
און מע וואַרפֿט אין די פֿעסער.
און אויך פּאָמידאָרן
און אוגערקעס גרינע
האָבן אין פֿעסלעך
אַן אָרט זיך געפֿונען.
זיי וועט דאָך ניט העלפֿן
קיין קעלער, קיין שײַער,
האָט מען פֿאַרזאַלצט זיי,
פֿאַרזאַלצט און פֿאַרזײַערט
און דו, עפּל־עפּעלע,
באַהאַלט אין קרויט דײַן קעפּעלע,
און פֿון קרויט זיך ווײַז זיך מער —
אַ קיסלעטשקעלע ווער.
ווינטער

איבער שליאַך
אין טיפֿן שניי,
פֿירט אַ פֿערד
אַ שליטן היי.
אין דער הייך
אַ פּויער פֿאָרט,
פֿיל מיט שנייעלעך
זײַן באָרד.
און אַהינטער
לויפֿן קינדער —
גרינער היי
אין ווײַסן ווינטער!
היי און שניי,
שניי און היי,
קינדער שרײַען:
„היי, היי!‟
אָפּ — דער פּויער,
אָפּ — דער פֿורן,
איבער שנייען
גרינע שפּורן.
יעדעס קינד
אויף גרינס אַ בעלן,
זוכן הייען.
שנייען פֿאַלן.
איבער היי
און איבער זיי
פֿאַלט אַ שניי,
אַ ווײַסער שניי.
כאַפּט אַ קינד
אַ הויפֿן היי,
בלײַבט דעם צווייטן
נאָר דער שניי.
ווערט אַ טומל
אַ געשלעג —
ווייניק היי דאָ
אויפֿן וועג.
ווייניק היי —
איז שניי דען קאַרג?
פֿליִען הויפֿנס שניי
אין קאַרק —
דעם אין אויער,
דעם אין נאָז.
האָבן קינדער
זיך געלאָזט
לויפֿן, יאָגן
האַסטיק, שטאַרק
מיט די שליטעלעך
צום באַרג.
קאָמאַר

פֿרידקע, מײַן פֿערדל,
מיך טראָגט איבער לאָנקע,
אַ וואַרעמער ווינט
אַנטקעגן בלאָזט,
זשומענדיק פֿליט
אַ קאָמאַר נאָך אונדז ביידן,
ער האָט זיך אַוועקגעזעצט
מיר אויף דער נאָז.
— היי, קאָמאַר,
לאַנגע פֿיס,
האָסט געגעבן
מיך אַ ביס!
דיר איז קאַרג?
דו ווילסט נאָך?
נאַ דיר מיט דער בײַטש
אַ פֿאָך.
דער קאָמאַר
פֿליט אַראָפּ,
זעצט זיך פֿרידקען
אויפֿן קאָפּ.
פֿרידקע דרייט
מיטן קאָפּ,
פֿרידקע פֿאָכעט
מיטן עק:
— היי, קאָמאַר,
טראָג זיך אַפּ!
היי, קאָמאַר,
פֿלי אַוועק!
דער קאָמאַר —
זשום, זשום, זשום,
אַ דערשראָקענער
פֿליט אום,
גיט אַ וואָרף זיך
און אַ ריס,
אָפּגעטראָגן קוים
די פֿיס.
מורעשקע

מורעשקע, מורעשקע,
דריי זיך אויס,
וועל איך אַ קוק טאָן
ווי דו ביסט גרויס.
ביסט אַזאַ שוואַרצינקע,
גלאַנצט אַזוי ווויל,
לאָז מיך אַ קוק טאָן
צי האָסטו אַ מויל.
פֿאַראַן בײַ דיר אויגן
און פֿיסלעך — פֿיר?
אָט לאָז מיך אַ צייל טאָן,
אַנטלויף ניט פֿון מיר.
וואָס האָסטו קיין צײַט ניט,
וואָס אײַלסטו אַזוי?
און שלעפּסט נאָך אויף זיך
אַזאַ גרויסע שטרוי?
דו ביסט ניט קיין פֿוילע,
דו האָרעוועסט שווער,
דײַן שטיבעלע, ווייס איך —
אַ בערגעלע ערד.
געבויט ווי אַ פּאַלאַץ,
מיט צימערן פֿיל,
מיט דורכגאַנגען לאַנגע,
מיט סטעליע און דיל.
ווער האָט דיך געלערנט,
מורעשקע, ווער,
וואָס דו ביסט געוואָרן
אַזאַ אינזשענער?