אלי שאַרפֿשטיין
אָנשטאָט אַן הקדמה
אַ מעשׂה מיט אַ שיקסע. איך זע שוין, ווי דער לייענער פֿאַרקרימט זײַן מויל און נאָז, ווי פֿרעגנדיק, ניט שוין זשע האָט דער מחבר זיך ניט געקענט באַגיין אָן דעם מיאוסן וואָרט „שיקסע‟? ס’קלינגט עפּעס ווי אַ קללה, ממש ניט שיין, ניט אײַנגענעם.
„אַ קללה‟, זאָגט איר? „ניט אײַנגענעם‟? וויל איך אײַך זאָגן, אַז איר האָט טאַקע אַ טעות! אַדרבא, בײַ אונדז האָט מען געזאָגט „שיקסע‟, רעדנדיק וועגן אַ יונגער און אַ ניט קיין מיאוסער, אַפֿילו אַ סימפּאַטישער גויקע, וואָס מ’האָט דערמאָנט זי, און ניט צום שלעכטן: „וואָס זאָגסטו וועגן די שיקסע?‟, „אַ שיינע שיקסע, אַ?‟. „די יונגע שיקסע איז שיין ווי די וועלט!‟
זעט איר שוין, אַז איך בין גערעכט. און אויב דאָס איז פֿאַר אײַך ניט גענוג, נאַט אײַך נאָך אַ בײַשפּיל. אונדזער א חבֿר, מאָסקע, האָט געהאַט אַ ווערטל: „נאַ שיקסעס מי אוטשימסיאַ‟, וואָס באַטײַט „אויף די שיקשעס לערן מיר זיך‟. און וואָס מיינט איר? ער האָט זיך געגט מיט זײַן ערשטן ווײַב, זיך פֿאַרליבט אין אַ גרימיאָרשע, אַ שיקסע פֿון לענינגראַד, געהאַט מיט איר חתונה און אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל. און זיי האָבן געלעבט, ווי מ’זאָגט: „אין יושר און עושר‟.
אַזוי אַרום, איז דאָס וואָרט „שיקסע‟ אַממערסטנס ניט קיין זידל־וואָרט.
I
זאָגן, אַז יאַדוויגאַ איז געווען אַ קראַסאַוויצע, אַ שיינקײט, איז אַ ביסל צו פֿיל. נאָר קיין מיאוסקײט איז זי אויך ניט געווען. ניט קיין הויכע, ניט קיין גראָבע און ניט קיין קרומע, מיט לאַנגע בלאָנדע האָר, אײַנגעפֿלאָכטענע אין שיינע לאַנגע צעפּ, האָט יאַדוויגאַ אויסגעזען דווקא אַ נישקשהדיקע מויד, אַ שיקסע, ווי אַלע שיקסעס.
איין חסרון האָט זי פֿאָרט געהאַט. ווי קליין זי איז געווען, אַזאַ גרויסע אַנטיסעמיטקע איז זי אויסגעוואַקסן. זי האָט פֿײַנט געהאַט ייִדן און שוין. איך בין זיכער, אַז דאָס האָט זי אײַנגעזאַפּט מיט איר מאַמעס מילך. און אויב אַזוי, וואָס האָט זי געטאָן אין דעם „אַטעליע מאָד‟, אַ שנײַדערײַ, פֿול מיט ייִדישע בעל־מלאָכות, וואָס האָבן גענייט קאָסטיומען און מאַנטלען פֿאַר מענער און פֿרויען? וואָס האָט זי געזוכט אין דעם דאָזיקן אָרט, און ווי אַזוי קען זיך פֿילן אַ פּוילישע מויד, הערנדיק אַ גאַנצן טאָג ייִדישע רייד, ייִדישע וויצן און אַ מאָל — אַ ייִדישע קללה אויכעט, און ניט פֿאַרשטיין קיין וואָרט? זי האָט זיך אַוודאי געפֿילט „ניט אין איר טעלער‟, נאָר קיין ברירה האָט זי ניט געהאַט — אַרבעטן און פֿאַרדינען אַ שטיקל ברויט מוז מען, און מיט אַרבעט וואַרפֿט מען זיך ניט. מ’האָט זי באַשעפֿטיקט אין דעם אַטעליע ווי אַ ראָמערקע, אַ ריין־מאַכערין. דרײַ מאָל אַ וואָך האָט זי געראַמט, געקערט, געוואַשן די פּאַדלאָגעס, האָט אַרויסגעוואָרפֿן דאָס מיסט. ווען זי האָט געהאַט אַ בעסערן געמיט, געקומען אויף דער אַרבעט אין אַ גוטער שטימונג, האָט זי אָפּגעווישט דעם שטויב פֿון מעבל און דאָס שפּינוועבס פֿון ווענט און סטעליעס. די אַרבעט האָט זי געקענט גאַנץ גוט, און די שנײַדערײַ איז געווען ריין און זויבער.
ניט ווײַט פֿון דעם אַטעליע האָט זיך געפֿונען אַ שערערײַ, וואָס בײַ אונדז האָט מען עס גערופֿן „אַ פּאַריקמאַכערסקע‟. דאָרטן האָבן געאַרבעט פֿינף אָדער זעקס ייִדישע שערערס. פֿאַר וואָס דערצייל איך אײַך וועגן דעם? ווײַל אונדזער שיקסע האָט משלים געווען די דרײַ געבליבענע אַרבעטס־טעג אין דער דאָזיקער פּאַריקמאַכערסקע. זעט איר שוין, אַז זי האָט ווידער געאַרבעט מיט ייִדן. אין ביידע פּלעצער האָט מען גערעדט אַ גאַנצן טאָג ייִדיש. סײַ אין דער שנײַדערײַ, סײַ אין דער שערערײַ האָט מען געשמועסט וועגן פֿוטבאָל און וועגן פּאָליטיק. אַלע האָבן געלויבט די מאָסקווער מאַנשאַפֿט „ספּאַרטאַק‟ און פֿײַנט געהאַט דעם מאָסקווער „דינאַמאָ‟. אַ סך שנײַדערס האָבן זיך געשאָרן אין דער פּאַריקמאַכערסקע, און די פּאַריקמאַכערס האָבן גענייט זייערע הויזן און מאַנטלען אין דעם אַטעליע.

II
און יעצט וויל איך אײַך באַקענען מיט די בעל־מלאָכות, וועלכע האָבן געאַרבעט אין די צוויי, קאָן מען זאָגן, ייִדישע אַרבעטס־פּלעצער. איך הייב אָן פֿון די שנײַדערס.
מײַן אָנקל יאָסל. אַ נידעריקער מיט ווײַס־גרויע האָר, וועלכע האָבן זיך געסטיעלעט [1] אויף זײַן קאָפּ, ווי כוואַליעס פֿונעם ים. ער איז געווען איינער פֿון די בעסטע מענער־שנײַדערס אין שטאָט. תּמיד מיט אַ שוואַרץ-גרויער זשילעטקע, אַ העל העמד, מיט ציכטיק אויסגעפּרעסטע הויזן און אויסגעפּוצטע שיך. אַמאָל מיט אַ פֿײַן געבונדענעם שניפּס. יאָסל איז געווען אַ רויִקער און אַ שטילער ייִד מיט שיינע מאַניערן. אַ רויִקער? געוויינטלעך. נאָר טאָמער האָט מען גערעדט וועגן פֿוטבאָל, און מע האָט חס־ושלום מרמז געווען מיט אַ שלעכט וואָרט זײַן „ספּאַרטאַק‟־מאַנשאַפֿט, האָט דער שטילער ייִד מיט אַ שעמעוודיקן שמייכל, זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ שטורעם. דער „ספּאַרטאַק‟־באַליידיקער האָט שוין אַרײַנגעכאַפּט אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן. די „שׂימחה‟ איז געווען נאָך גרעסער, ווען מ’האָט געשמועסט וועגן פּאָליטיק און מדינת־ישׂראל, און אַז מ’האָט די מדינה באַליידיקט אַפֿילו מיט אַ וווּנק, האָט יאָסל אַזוי געקאָכט, אַז זײַן פּנים פֿלעגט בײַטן די פֿאַרב און איז געוואָרן רויט, ווי אַ בוריק.
גאָטליב איז געווען אַ ספּעציאַליסט פֿון מענערישע הויזן. אַ וווילער ייִד מיט צעפֿלויגענע אויגן, וואָס איין אויג האָט געקוקט אויף מיזרח, און דאָס צווייטע — אויף מערבֿ. אויפֿן האַלדז איז בײַ אים שטענדיק געהאָנגען אַ סאַנטימעטער, אַ שנײַדערס־מעסטער. ווען ער האָט אַראָפּגענומען אַ מאָס אויפֿן קליענט, האָט זיך געדאַכט, אַז ער קען מיט איין בליק זען די צוויי עקן פֿונעם סאַנטימעטער. דאָס האָט אים ניט געשטערט צו זײַן אַ גוטער בעל־מלאָכה. ער איז געווען זייער פּאָפּולער צווישן די יונגע לײַט פֿאַר זײַן גרייטקײט נייען קליאָשעווע הויזן, לויט דער לעצטער מאָדע פֿון די זעכציקסטע יאָרן.
הירשקע, מײַן פֿאָטער, איז געווען אַ דאַמען־שנײַדער. ער איז געווען ייִנגער פֿון אַנדערע שנײַדערס, אָבער מיט אַ סך פּראַקטיק נאָך פֿון דער מלחמה־צײַט אָן. ער איז געווען אַ סאָלדאַט אין דער ליטווישער דיוויזיע, געקעמפֿט, געווען אַ פּאָר מאָל פֿאַרוווּנדעט, און האָט שיִער ניט פֿאַרלוירן זײַן לינקע האַנט. ווען מ’האָט אים באַפֿרײַט פֿון פֿראָנט, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ שנײַדער און גענייט שינעלן פֿאַר דער אַרמיי. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע און אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער היגער שנײַדערײַ.
אין דעם זעלבן אַטעליע האָבן געאַרבעט צוויי יאָסלס לײַבלעכע חבֿרים, צוויי דאַמען־שנײַדערס, שימקע דוואָרעץ און יהושקע יפֿה. זיי זענען ביידע געוואַקסן צוזאַמען, אַריבערגעשוווּמען ניט איין אָזערע און ניט איין טײַך, וועלכע האָבן אַרומגערינגלט זייער קליין שטעטל.
עס האָבן געאַרבעט נאָך ייִדן אין דעם אַטעליע: קראַסנאָפּאָלסקי, שײַמאַן, יהושקע גראַץ, אַבא קאָטקיס, די ברידער שלמה און מאָטל קאַנאָוויטש. ניט אַלעמען האָב איך געקענט און ניט אַלעמען געדענק איך. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳זענען געווען שנײַדערס ניט קיין ייִדן אויך, נאָר זיי זענען ניט שײך צו אונדזער מעשׂה.
פֿון איינעם אַ צושנײַדער מוז איך אײַך פֿאָרט דערציילן און אים באַשרײַבן. יענקל בערג האָט מען אים גערופֿן. ער איז אינגאַנצן ניט פֿאַרבונדן מיט אונדזער געשיכטע, נאָר ניט דערציילן וועגן אים איז פּשוט אַ ניוועץ. וועגן אים האָבן זיך אַרומגעדרייט פֿאַרשיידענע מעשׂיות מיט לעגענדעס, איבערהויפּט וועגן זײַן שאַרפֿער צונג. אָט האָט איר צוויי דוגמאות, פּונקט, ווי איך האָב זיי געהערט מיט מײַנע אייגענע אויערן. צי איז דאָס אמת? דער גאַנצער אמת? גענוי ווייס איך ניט, נאָר איך גלייב, אַז אַזוי איז עס טאַקע געווען.
יענקל בערג איז געווען ניט קיין שלעכטער בעל־מלאָכה, מ׳קען אַפֿילו זאָגן, אַ גאַנץ גוטער צושנײַדער. נאָר וואָס, ער איז אויך געווען זייער אַ היציקער, האָט זיך געקענט „אָנצינדן‟, ווי אַ שוועבעלע, אין אַ מינוט. ער האָט ניט געהאַט קיין געדולד צו די קליענטן, איבערהויפּט צו די נודניקעס, און אַזוינע האָבן ניט געפֿעלט. ווערנדיק בייז, האָט ער געקענט מאַכן אַ „פּאַמאַטערי‟, דאָס הייסט, שעלטן מיט שרעקלעכע רוסישע קללות, גלײַך אין פּנים אַרײַן.
איין מאָל איז געקומען אַ קונד, אַ דאַמע, אָפּצונעמען איר נײַ־גענייטן מאַנטל. זי איז געשטאַנען אַנטקעגן דעם שפּיגל און גוט באַקוקט די שנײַדערישע אַרבעט. פּלוצלינג האָט זי זיך געווענדט צו דעם צושנײַדער, צו יענקל בערג, מיט אַזאַ־אָ לשון:
— אַנטשולדיקט מיך זייער, נאָר איך מיין, און איך בין אַפֿילו זיכער, אַז דער ראַזרעז, דער שליץ פֿונעם מאַנטל, איז אַ ביסעלע בײַ דער זײַט, ניט אין סאַמע צענטער. און ער מוז דאָך זײַן אינמיטן, ניין? ווי מיינט איר?
יענקל האָט זי באַקוקט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס מיט אַ זויערער מינע, און געענטפֿערט אויף אַ פֿרעכן דײַטש: Im schnellen laufen ist das nicht merkbar! — וואָס הייסט אויף אונדזער לשון, אַז מ’לויפֿט גיך, זעט מען עס ניט!
נאָך אַ גרעסערע סכּנה איז געווען „אַרײַנפֿאַלן‟ אין יענקלס מויל. איינע אַ קליענטקע איז געקומען צו אים מעסטן אַ בגד, און געבראַכט מיט זיך אַ חבֿרטע, אַ „מומחה‟. ווען בערג האָט אָנגעטאָן דעם ניט געענדיקטן מאַנטל אויף דער פֿרויס קערפּער, צו מאַכן עטלעכע צײכונגען מיט קרײַד מ’זאָל וויסן, וואָס צו פֿאַרריכטן, האָט די „מומחה‟ ניט אויסגעהאַלטן און געמאַכט אַ פֿאַטאַלן פֿעלער — זי האָט אַרויסגעזאָגט איר מיינונג:
— טײַערער חבֿר צושנײַדער! — האָט זי געזאָגט און אַרײַנגעקוקט אים אין די אויגן, — די פּאָלעס פֿונעם מאַנטל זענען ניט די זעלבע לענג. די לינקע איז אויף אַ סאַנטיער קירצער ווי די רעכטע.
— און פֿאַר וואָס זשע מיינט איר אַזוי? — האָט יענקל געפֿרעגט, דערווײַל מיט אַ רויִקן טאָן.
— אוּ מעניאַ גלאַז! — האָט זי געפּסקנט אויף רוסיש, וואָס הייסט, „איך האָב אַן אויג!‟
מער האָט איר ניט געפֿעלט! יענקל בערג האָט איר געענטפֿערט מיט זײַנע רוסישע ווערטער:
— נאַסראַט מניע נאַ וואַש גלאַז! אוּ מעניאַ סאַנטימעטער!
אויב איר קענט ניט קיין רוסיש, זעץ איך עס אײַך איבער: „איך קאַק זיך אויס אויף אייַער אויג! איך מעסט מיטן סאַנטימעטער!‟
דער פֿרויס פּנים האָט זיך פֿאַרגאָסן מיט רויטער פֿאַרב און זי איז אַרויסגעפֿלויגן פֿון דעם אַטעליע, ווי מע וואָלט זי אַרויסגעשאָסן פֿון אַ האַרמאַט.

III
פֿינף פּאַריקמאַכערס האָבן געאַרבעט אין אונדזער שערערײַ. דער ערשטער און דער הויפּט־מײַסטער איז געווען מישע. אַ דזשענטלמען מיט אַ ברוינעם וועסטל, אַ קורצן און אַ זויבער־ווײַסן כאַלאַטיקל פֿון אויבן, פֿאַרשפּיליעוועט כּמעט ביזן האַלדז. אָבער נאָר כּמעט, מ’זאָל זען דעם שיינעם קאָלירטן שניפּס. פֿון דער אייבערשטער קעשענע האָט געבלישטשעט אַן אַלומינעווע קעמעלע. פּונקט ווי יאָסל, האָט ער געהאַט אַ פּריטשאָסקע, אַ פֿריזור, הייסט עס, פֿון ווײַסע וועלן אויפֿן קאָפּ, און האָט אויך געשיט „פּעך און שוועבל‟, ווען מ’האָט דערמאָנט „ספּאַרטאַק‟ אָדער ארץ־ישׂראל מיט אַ ניט לײַטיש וואָרט.
סאַשע, מישעס אַ ברודער, איז געווען א צניעותדיקער און אַ וווילער יאַט, אַ וווּנדערלעכער פּאַריקמאַכער, נאָר אָן די „קייסערישע‟ מאַניערן פֿון זײַן ברודער. מיט אַ בלאַס, מ’קאָן זאָגן, אַ קראַנק פּנים, נאָר תּמיד מיט אַ שמייכל, האָט ער געשערט און געגאָלט קליענטן פֿון דער גאַנצער שטאָט. ער האָט געשוירן קינדער אויכעט, און פֿאַר זיי איז בײַ אים געווען אַ ספּעציעל הילצערן ברעטל, וואָס ער פֿלעגט אַוועקגעלייגן אויפֿן פֿאָטעל, אַז דער „קליינער קונד‟ זאָל זיצן אַ ביסל העכער. וועגן סאַשען האָט מען געזאָגט, אַז ער איז אַ מענטש אָן אַ גאַל — קיינמאָל האָט מען ניט געהערט פֿון אים אַ גראָב וואָרט צי אַ קללה.
פּאַיס, אַ ייִד מיט אַ גרויסן פּליך, דינינקע וואָנצעס און קליינע גרויע שטעכעדיקע אויגן, וואָס האָבן געקוקט דורך די רונדע קורצזיכטיקע ברילן, איז געווען דער עלטסטער פֿון די פּאַריקמאַכערס. אַלע האָבן אים גערופֿן „דער אַלטער פּאַיס‟. מיט זײַן אויסזען האָט ער דערמאָנט אַ ייִדן פֿון אַ קליין שטעטל, נאָר אַנשטאָט אַ לאַנגער, שוואַרצער קאַפּאָטע, האָט ער געטראָגן אַ לאַנגן ווײַסן כאַלאַט מיט גרויסע קעשענעס בײַ די זײַטן. פֿון איין קעשענע האָט זיך אָנגעזען אַ שוואַרץ פּלאַסטמאַסע־קעמעלע, און פֿון דער צווייטער קעשענע — אַ בריטווע, אַ גאָלמעסערל. מײַן אָנקל יאָסל דער שנײַדער, האָט זיך שטענדיק געשערט בײַ פּאַיסן. ווען יאָסל איז אַרויס אויף פּענסיע, איז פּאַיס ניט פֿויל געווען צו קומען צו אים אַהיים און אים אָפּשערן, מאַכן אים זײַן באַליבסטע פּריטשאָסקע. פּאַיסעס טאָכטער נעמי (מיר האָבן זי גערופֿן „נוימי‟) איז געווען אין מײַן עלטער. ניט קיין הויכע, ניט קיין שיינע, מיט אַ לאַנגער נאָז, גרויסע בריסט און אויף דער אייבערשטער ליפּ —קליינע ווײַבערשע וואָנצעלעך. זי האָט זיך געלערנט אין אונדזער שול, אין אַ פּאַראַלעלן קלאַס.
לייבקע קנעל איז געווען ייִנגער פֿון זײַנע שוועסטערקינדער, מישע און סאַשע, אָדער ער האָט פּשוט אַזוי אויסגעזען. אַלע האָבן אים גערופֿן „דער געלער‟, צוליב זײַן קאָפּ, באַדעקט מיט געל־פֿײַערדיקע געלאָקטע האָר. ווען דער געלער האָט געשערט אָדער געגאָלט עמעצן, האָט ער ליב געהאַט צו מורמלען אַ מעלאָדיע, אַ ניגונדל. און אַזוי ווי קיין גרויסער זינגער איז ער ניט געווען, האָבן אים די פּאַריקמאַכערס אַ ביסל „פֿאַרשטאָפּט‟, געבעטן מורמלען שטילער. אַ פֿאַרשעמטער, איז אים זײַן פּנים געוואָרן טונקל־רויט, און, צוזאַמען מיט זײַנע פֿײַערדיקע האָר, האָט ער אָנגעהויבן אויסזען ווי יענער „רויטער ייִד‟ אויף שאַגאַלס בילד.
דעם פֿינפֿטן פּאַריקמאַכער האָט מען גערופֿן סימפֿאָניע. זײַן אמתן נאָמען האָב איך קיינמאָל ניט געהערט. אַ הויכער יונגער־מאַן מיט שוואַרצע געגרײַזלטע האָר און לאַכנדיקע אויגן. שטענדיק אין אַ גוטער שטימונג, שטענדיק מיט אַ הילכיקן געלעכטער. ער האָט גערעדט אַ בעסאַראַבער ייִדיש, וואָס פֿאַר מיר איז עס געווען אַ ביסל שווערלעך צו פֿאַרשטיין. דעם צונאָמען האָט ער געקראָגן צוליב זײַן זאָג: „איך וועל דיר מאַכן אַ פּריטשאָסקע, וועט עס זײַן אַ סימפֿאָניע!‟
אָט האָט איר שוין די גאַנצע קאָמפּאַניע פֿון ייִדישע מײַסטערס — שנײַדערס און שערערס.
IV
סײַ די פּאַריכמאַכערסקע, סײַ די שנײַדערײַ האָבן צוגעצויגן צו זיך ייִדן, מערסטנס עלטערע, וואָס האָבן זיך אַרומגעדרייט אין שטאָט און געזוכט, נעבעך, אַן אָרט צו אָפּרוען זיך, מאַכן אַן הפֿסקה אינמיטן העלן טאָג, אויסטרינקען אַ גלאָז קאַלט וואַסער אָדער אַ הייסע גלאָז טיי, און אַמאָל אַפֿילו אַ קאַווע מיט אַ ביסקוויט. זיי האָבן אויך געזוכט אַן אָרט צו כאַפּן אַ שמועס מיט ייִדן וועגן „ייִדישע ענינים‟. אַזוי האָט מען געקענט הערן אַ נײַעס, אַ נאָווינע. און אַמאָל האָבן די געסט אַליין דערציילט מעשׂיות און וווּנדערס, אַפֿילו אַזעלכע, וואָס האָבן קיין מאָל ניט פּאַסירט. כּמעט אַלע מאָל האָט זיך דער שמועס אויסגעלאָזט צום פֿוטבאָל, צו פּאָליטיק און „פֿאָרן אָדער ניט פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל‟. און דאָ האָט זיך די ריידערײַ אָפֿטלעך פֿאַרענדיקט מיט אַ שרײַערײַ, אַ וויכּוח מיט הענט־פֿלאַטערניש.
ניט אַלע קונדן פֿון דער פּאַריקמאַכערסקע זענען געווען ייִדן. פֿאַר די ניט ייִדישע באַזוכערס איז ייִדיש געווען פּונקט ווי כינעזיש. דערפֿון האָבן זיי ניט געקענט אָנטייל נעמען אין די „גרויסע דעבאַטן‟. נאָר ווען מ’האָט דיסקוטירט וועגן עפּעס אַ וויכטיקער זאַך, האָבן מישע און סימפֿאָניע זיי איבערגעזעצט דעם עיקר, וועגן וואָס האָט מען דאָ געשמועסט. כ’האָב געהערט וועגן אַלטע גוייִשע קונדן, וואָס האָבן שוין פֿאַרשטאַנען ייִדיש גאַנץ ניט שלעכט נאָך אַ סך יאָר פֿון שערן זיך און גאָלן זיך בײַ ייִדן. אַזוי אַרום, אַז די ייִדישע שערערס האָבן זיך געפֿילט פֿראַנק־און־פֿרײַ צו רעדן אויף מאַמע־לשון, און די ייִדישע שפּראַך האָט געשוועבט איבער די געשערטע קעפּ און אָפּגעגאָלטע פּנימער פֿון פֿאַרשיידענע קליענטן. און עס איז געווען אַ ניט קיין געשריבענער כּלל: ייִדן מעגן דערציילן אַנעקדאָטן און וויצן וועגן ייִדן. גויים — חס־ושלום! אַ „לא‟ מיט אַן „אַלף‟!
און וואָס איז אינטערעסאַנט, אַז די שיקסע יאַדוויגאַ, בשעתן ראַמען די שערערײַ, האָט קיין מאָל ניט אַרויסגערעדט קיין וואָרט; געווען שטום, ווי אַ געפּרעגלטע פֿיש. קען זײַן, אַז זי האָט געפֿילט אַ יראת־כּבֿוד צו די מײַסטערס? און אפֿשר דאָ, זײַענדיק צווישן אַלע ייִדן, האָט זי פּשוט מורא געהאַט זיך אַרויסכאַפּן מיט אַן איבעריק וואָרט?
V
די שנײַדערײַ איז געווען אינגאַצן אַן אַנדער „אָפּערע‟. אַלע שנײַדערס און צושנײַדערס האָבן געאַרבעט אין צוויי באַזונדערע זאַלן, אָפּגעטיילטע פֿונעם אויפֿנעם־צימער, וואָס מ’האָט אים גערופֿן „פּריִיאָמנע‟. דאָ זענען געשטאַנען אַ פּאָר פֿאָטעלן און שטולן פֿאַר קונדן און סתּם באַזוכערס. לעבן אַ קאָנטאָר־טיש איז געזעסן די סעקרעטאַרקע, אַ יונגע שיקסע מיט רויטע אָנגעפֿאַרבטע ליפּן, אָנגעטאָן אין אַ שיינעם טונקעלן קאָסטיום, מסתּמא אויפֿגענייט אין דעם זעלבן אַטעליע. די שנײַדערס זענען דורכגעגאַנגען דורך דעם אויפֿנעם־צימער, אַמאָל צו מאַכן פֿאַר זיך אַ גלאָז טיי אינעם קיכל, און אַמאָל כאַפּן אַ שמועס מיט דער סעקרעטאַרקע אָדער מיט אַ קונד.
ווי איך האָב שוין דערציילט, האָבן די עלטערע ייִדן זיך אַרומגעדרייט און געזוכט פֿאַר זיך אַן אָפּרו־אָרט. איינער איז אַרײַן אין דער פּאַריקמאַכערסקע, אַ צווייטער — אין דער שנײַדערײַ, און דער דריטער האָט זיך געלאָזט אין נאָך עפּעס אַ פּלאַץ, וווּ ס׳האָבן געאַרבעט ייִדן און ס’איז געווען ווער עס זאָל זיי אויסהערן. אונדזער אַטעליע האָט זייער אָפֿט באַזוכט איינער אַן אַלטיטשקער, אַ ייִד פֿון עטלעכע און זיבעציק יאָר, און אפֿשר די גאַנצע אַכציק. דער ייִד האָט געהאַט אַ געוווינהײט אַרײַנגיין בײַ טאָג, זיך אַוועקזעצן אויף אַ שטול און כֿאַפּן אַ דרעמל. זײַן נאָמען האָט קיינער ניט געוווּסט. מ’האָט דערציילט, אַז ער איז געווען דער איינציקער פֿון זײַן משפּחה, וואָס איז געבליבן לעבן נאָך דער גרויסער מלחמה. תּמיד אָנגעטאָן אין אַ ווײַסן קאָסטיום, ווײַסע פּאַרוסינענע שיך און אַ שטרויענעם קאַפּעליוש אויפֿן קאָפּ. אין דער האַנט האָט ער געהאַלטן אַ גראָבן שטעקן פֿון באַמבוק, אַ סימן, אַז קיין גרויסער גייער איז ער שוין ניט געווען. אַ שטילער, אַ רויִקער ייִד, וואָס האָט קיינעם ניט געשטערט. אַ חוץ „גוט מאָרגן‟, „וואָס הערט זיך?‟ און „דאַנקען גאָט‟, — האָט מען פֿון אים ניט געהערט קיין וואָרט. דער ייִד איז געזעסן און געדרעמלט און קיינעם האָט עס ניט געאַרט. קיינעם, אַ חוץ יאַדוויגאַ, אַ שיקסע אַ גזלנטע, דער טײַוול זאָל זי נעמען.
יאַדוויגאַ האָט אויסגעטראַכט פֿאַר זיך אַ „שפּיל‟. בעתן ראַמען און וואַשן די פּאָדלאָגע אין „פּריִיאָמנע‟, האָט זי זיך דורכגעשלעפּט מיטן נאַסן און שמוציקן קאָדער איבער די ווײַסע שיך און הויזן פֿון דעם אַלטיטשקן. די באַנדיטקע האָט געזען, אַז ער איז אַן אַלטער ייִד, אַ חסר־אוֹנים, האָט זי געפֿילט זיך פֿרײַ צו מאַכן חוזק פֿון אים און פֿון זײַן עלטער. דער אַלטיטשקער האָט עס אַפֿילו ניט געשפּירט; געכאַפּט אַ דרימל און צוגעסאָפּעט נעבעך… און די שיקסע? ס׳איז איר אויסגעגאַנגען דאָס חיות אָפּצוטאָן עפּעס אַ שפּיצל דעם אומבאַהאָלפֿענעם ייִד…
ווען הירשקע האָט צוערשט באַמערקט, אַז דעם ייִדנס בגדים זענען נאַס און שמוציק, האָט ער געמיינט, אַז די ראַמערקע האָט צופֿעליק, אָן אַ בייזער כּוונה באַשפּריצט דעם אַלטנס הויזן מיט שמוציק וואַסער. דעמאָלט איז ער צוגעגאַנגען צו דער שיקסע, און זי געבעטן צו זײַן מער פֿאָרזיכטיק מיט די בגדים פֿון קונדן און געסט, בשעת זי ראַמט אויף.
אַוועק אַ טאָג, צוויי, און דער ייִד איז ווידער אײַנגעשלאָפֿן אויף זײַן באַליבטן שטול. יאַדוויגאַ האָט זיך ניט געגעבן לאַנג וואַרטן, און האָט אים מכבד געווען מיט אַ פּאָרציע בלאָטיק וואַסער. על־פּי צופֿאַל האָט הירשקע דערזען וואָס ס׳איז געשען, און האָט געפֿאָדערט פֿון דער מויד, זי זאָל אויפֿהערן מיט אירע שטיק, און האָבן אַ ביסל אָפּשײַ צום אַלטן.
אָבער קיין זאַך האָט ניט געהאָלפֿן. דער ייִד איז ווײַטער אַרײַנגעקומען אין זײַן מקום־מנוחה, און יאַדוויגאַ האָט ווידער געשפּילט איר שמוציקע שפּילערײַ. נאָר צו אַלעמען, פֿריִער צי שפּעטער, קומט אַ סוף. אין אירע ערגסטע חלומות האָט יאַדוויגאַ ניט געחלומט, וואָס פֿאַר אַ שטראָף וועט זי קריגן פֿאַר איר שלעכטס…
VI
איין מאָל איז זי געקומען אויף דער אַרבעט אינמיטן טאָג, אָנגעטאָן לחלוטין ניט אין אַרבעטס־בגדים — אין אַ ווײַסער קרעפּ־דע־שינעווער קלייד, נײַע לאַקירטע שיך אויף הויכע קנאַפֿל און אויפֿן האַלדז — אַ פֿאַרביקע פֿאַטשיילקע. אירע בלאָנדע צעפּ זענען געווען באַקרוינט מיט געל־ווײַסע לעבעדיקע בלומען. בקיצור, אַ כּלה און שוין! ווען די סעקרעטאַרקע האָט זי געפֿרעגט, וואָס פֿאַר אַ חגא איז הײַנט, האָט יאַדוויגאַ געענטפֿערט, אַז גלײַך נאָך דער אַרבעט גייט זי אויף אַ חתונה פֿון אירער אַ חבֿרטע. זי דאַרף נאָר אויסוואַשן די פּאָדלאָגע און אַרויסוואַרפֿן דאָס מיסט, וועט זי קאָנען „אַנטלויפֿן‟ נעמען אַן אָנטייל אין איר חבֿרטעס שׂימחה. זי האָט אָנגעגאָסן אַ פֿולן עמער מיט וואַסער, אײַנגעטונקען דעם קאָדער און זיך גענומען צו דער מלאָכה. זי האָט זיך ניט געאײַלט, כּדי ניט פֿאַרשמוציקן איר נײַע קלייד און אירע לאַקירטע שיך.
נאָר אַ געוווינהייט איז פֿאָרט אַ געוווינהייט. דער אַלטיטשקער האָט שטיל געדרעמלט אין אַ זײַט, אויף זײַן שטול, און די שיקסע האָט זיך ניט געקענט אײַנהאַלטן, און ווי איר שטייגער איז געווען, ווידער „באַפּוצט‟ זײַן ווײַסן אָנטועכץ. און דאָס איז געווען איר גרעסטער טעות! הירשקע, וואָס איז שוין געווען גרייט צו אַזאַ־אָ געשעעניש, האָט עס דערזען און מיט איין שפּרונג געווען לעבן עמער. מיט איין באַוועגונג האָט ער דעם עמער אָנגעטאָן אויף דער ראַמערינס קאָפּ!
יאַדוויגאַ איז געשטאַנען און אומריינע ריטשקעלעך האָבן זיך געגאָסן פֿון אויבן אַראָפּ איבער איר ווײַס יום־טובֿדיק קלייד; אויף דער פּאָדלאָגע, אַרום אירע ווײַסע לאַקירטע שיך, איז זיך צעשוווּמען אַ גרויסע שוואַרצע קאַליוזשע. עס האָט זיך געהערט אַ שטיקנדיקער געוויין, אַ וואַרגנדיקער קוויטש פֿון אונטער דעם בלעכערנעם עמער. די אַרבעטער פֿון דער שנײַדערײַ זענען געשטאַנען צעטומלט און פֿאַרלוירן, ניט גלייבנדיק זייערע אייגענע אויגן. „שוין זשע האָט עס אָפּגעטאָן אונדזער שטילער הירשקע?‟ — האָבן זיי זיך אַליין געפֿרעגט און ניט געקראָגן קיין ענטפֿער.
אין „פּריִיאָמנע‟ איז געווען שטיל, ווי אויף אַ בית־עולם.
[1] סטיעלען זיך (געסטיעלעט) — שפּרייטן זיך, לייגן זיך
2022