מישע כאַזין
איר זעט פֿאַר זיך צוויי בריוו, גענוג גענוי און פֿרײַנדלעך אָנגעשריבענע, און געשיקט פֿון בעסאַראַביע אין אַמעריקע, פֿון קעשענעוו קיין באָסטאָן. יאָ, ס׳איז צוויי פּערזענלעכע בריוו פֿון אַן אַלטן שרײַבער צו זײַן ייִנגערן פּען־ברודער. עס זײַנען אָבער צוויי טיפֿע שרײַבערישע שריפֿטן. ווען שרײַבמאַן האָט אָט די בריוו געשריבן, איז ער שוין געווען אַ מענטש פֿון איבער אַכציק, און אין זיי האָט ער זיך ווי אומגעקוקט אויף די דורכגעלעבטע יאָרן, וועלכע ער האָט אָפּגעגעבן לטובֿת ייִדיש; ציט אונטער אַ געוויסן סך־הכּל, און טיילט זיך מערסטן מיט זײַנע שאַפֿערישע אײַנפֿאַלן, פּלענער, פֿאַרבונדן מיט נײַע ביכער.
שרײַבמאַן איז באַקאַנט די לייענער נישט בלויז דערפֿאַר, ווײַל ער איז געווען אַ גאָט־געבענטשטער פּראָזאַיִקער, וועלכער האָט מיט אַן אויסערגעוויינטלעכן כּוח־היצירה, פֿאַרקערפּערט אין זײַנע ווערק די מיטצײַטלער; נישט בלויז דערפֿאַר, ווײַל ער האָט באמונה־שלמה געדינט זײַן שפּראַך און איז געווען אַן אָנערקענטער מומחה און קינסטלער. יחיאל שרײַבמאַן איז באַקאַנט נאָך דערפֿאַר, ווײַל ער איז געבליבן אין דער געשיכטע ווי דער לעצטער ממשותדיקער ייִדישער שרײַבער אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ עס האָבן אַמאָל געלעבט און געשאַפֿן אַ סך צענדליקער אַנדערע ייִדישע שריפֿטשטעלער; אַ לאַנד, וווּ דעם 12טן אויגוסט 1952 זײַנען דערשאָסן געוואָרן די בעסטע, דער שטאָלץ פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער קולטור; אַ לאַנד, וואָס איר דיקטאַטאָרישע מאַכט האָט פֿאַרשפּאַרט אין די לאַגערן און תּפֿיסות כּמעט אַלע ייִדישע שרײַבערס; אַ לאַנד, וואָס האָט שפּעטער אַרויסגעשטויסן די קוים פֿאַרבליבענע בײַם לעבן מענטשן אין עמיגראַציע; אַ לאַנד, וואָס איז אַליין געוואָרן אויס לאַנד און געבליבן אָן אַ ייִדיש קינסטלעריש וואָרט אין איר פֿאַרסמטן קיום. יחיאל שרײַבמאַן איז פֿאַרבליבן דער לעצטער אין דער טראַגישער רשימה פֿון ווירדיקע שרײַבערישע נעמען. דעם 9טן דעצעמבער 2005 אין קעשענעוו איז ער אַוועק אין דער אייביקייט אין דער עלטער פֿון 92 יאָר. ער איז באַלוינט געוואָרן מיט אַ ריי ליטעראַטור־פּרעמיעס סײַ בײַ זיך אין מאָלדאָווע און סײַ אין אויסלאַנד. ער האָט ליב געהאַט זיך אַ וויצלט טאָן, אַז זײַן חלום איז אַרויסצולאָזן אַ בוך אונטערן נאָמען „מיניאַטורן פֿון אַ בן־תּישעים‟.
מיט יחיאלן פֿאַרבינדט מיך אַ פֿרײַנדשאַפֿט פֿון פֿופֿציק יאָר. אָנגעהויבן האָט זי זיך אין די יאָרן פֿון דער אַזוי גערופֿענער „כרושטשאָוו־אָדליגע‟, ווען די פֿרײַע ווינטן האָבן לײַכט אַ בלאָז געטאָן אין דעם סאָוועטישן לאַנד. נאָך די שרעקלעכע רדיפֿות אויף דער ייִדישער קולטור און אירע באַשאַפֿערס, נאָך די „גוטע צײַטן‟ פֿון טאָטאַלער שווײַגעניש, האָט שרײַבמאַן נאָך אַ שווערער גײַסטיקער שלאַפֿקייט, צוביסלעך געקומען צו זיך. צום שרײַבטיש.
געשען איז עס אַזוי, אַז דווקא צו מיר, דעמאָלט אַ יונגן מחבר פֿון פּאָלעמישע אַרטיקלען, וועלכע האָבן אַרויסגערופֿן אַ קריטישן מבול אין דער אָרטיקער אָפֿיציעלער צײַטונג „סאָוויעטסקאַיאַ מאָלדאַוויאַ‟ (סאָוועטישע מאָלדאַוויע), — האָט שרײַבמאַן זיך באַצויגן מיט אָפּשײַ און צוטרוי. ווי אויך, זעט אויס, מיט אינטערעס צו מײַן ליטעראַטור־געשמאַק, מיינונג און צו מײַנע ווערק, וועלכע כ׳האָב אָנגעשריבן אין יענע יאָרן. מיר האָבן אָנגעהויבן זיך טרעפֿן און פֿאַרברענגען אַ סך צײַט צוזאַמען — שפּאַצירט אויף די גאַסן און פּאַרקן. דערנאָך פֿלעגן מיר קומען איינער צום אַנדערן צו גאַסט, אָפּמערקן משפּחותווײַז די חגאס און יום־טובֿים.
וועגן וואָס זײַנען געווען אונדזערע שמועסן? אַוודאי וועגן ליטעראַטור, וועגן דעם ווי סטאַלין און זײַן קליקע האָבן פֿאַרקריפּלט די גרויסע אידעע פֿון קאָמוניזם, וואָס שרײַבמאַן האָט זי עקשנותדיק הויך געשעצט. דעמאָלט האָט ער מיך אויך געבעטן אַ פּרוּוו טאָן איבערצוזעצן עטלעכע פֿון זײַנע מיניאַטורן אויף רוסיש. איך האָב געפּרוּווט און ס׳האָט זיך בײַ מיר באַקומען. זיי זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין פֿאַרשידענע פּעריאָדישע אויסגאַבעס. און ס׳איז אַוועק אַ לאַנגע שאַפֿערישע מיטאַרבעט צווישן שרײַבמאַנען און מיר.
בשעת־מעשׂה איז צוגעקומען שרײַבמאַנס פֿופֿציק־יאָריקער יוביליי (1963). יחיאל האָט זיך געוויצלט, אַז ער האָט ליב, ווען מע לויבט אים. אַזוי ווי ביז אַהער האָב איך אים געלויבט מינדלעך, האָט ער מיך איצט קלאָר געגעבן צו פֿאַרשטיין, כ׳זאָל עס טאָן שריפֿטלעך — אָנשרײַבן אַן אַרטיקל וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן, דער עיקר, אָבער זיך דערשלאָגן מע זאָל דעם אַרטיקל אָפּדרוקן אין דער רעפּובליקאַנער צײַטונג.
גרינג צו זאָגן — זיך דערשלאָגן. אַלע הויפּט־אויסגאַבעס פֿון יענע יאָרן זײַנען דאָך געווען פּאַרטיייִש־אַנגאַזשירטע, און אַ גוט וואָרט וועגן אַ ייִד האָט מען אויף די שפּאַלטן זעלטן ווען געקאָנט טרעפֿן. וואָס שייך יובילייען, פֿלעגט עס פֿאָרקומען בערך אויף אַזאַ אופֿן: אָנהייב חודש פֿלעגט יעדע רעדאַקציע באַקומען פֿון דער הויכער נאַטשאַלסטווע אַ ספּעציעלן קאַלענדאַר, וווּ ס׳איז קלאָר אָנגעוויזן געוואָרן, וועמענס יוביליי און ווי פֿײַערלעך (מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אָדער אָן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע) דאַרף דער יובילאַר זײַן „אונטערגעטראָגן‟.
צו טרעפֿן אין דעם דאָזיקן קאַלענדאַר האָט אונדזער בעל־יובֿל נישט געהאַט קיין שום שאַנס ניט! איז מיר געבליבן נאָר איין ברירה — זיך לאָזן, ווי עס לאָזט זיך. דערווײַל האָב איך אָנגעשריבן דעם אַרטיקל און עס אָנגערופֿן קורץ און שאַרף — „מײַסטער‟. כ׳בין מיט דעם אַרטיקל אַוועק צום הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „וועטשערני קישיניאָוו‟ (פֿאַרנאַטיקער קעשענעוו) איוואַן זשאָסול, וועלכן כ׳האָב פּערזענלעך געקענט און וואָס האָט זיך באַצויגן צו מײַן שרײַבן מיט אינטערעס. צום גליק, האָט נישט די העכסטע פּאַרטיי־שול, נישט די הויכע שטעלע זײַנען נישט מסוגל געווען אַרויסצושלאָגן פֿון דעם פּשוטן דאָרפֿישן מענטשן „זײַנע גוטע זיבן יאָר פֿון טאַטע־מאַמעס היים‟.
פֿון זשאָסול אַליין האָב איך זיך געוווּסט אַ פּרט פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע. דהײַנו: אין זײַן היימישן דאָרף, ווען ער האָט זיך געלערנט, איז קיין פֿולע מיטלשול נישט געווען. נאָר זיבן קלאַסן. האָט דער בחור געמוזט פֿאָרן זיך לערנען אין שטאָט אַרײַן. די עלטערן האָבן אים געדונגען אַ צימער בײַ אַ ייִדישער משפּחה. סײַ איוואַן און סײַ זײַנע עלטערן האָבן זיך מיט די ייִדישע באַלעבאַטים באַפֿרײַנדעט. ער האָט אַפֿילו גענאַשט פֿון זיי עטלעכע אויסדרוקן אין ייִדיש.
זשאָסול האָט אויסגעהערט וואָס כ׳האָב אים דערציילט וועגן שרײַבמאַנען, דורכגעלאָפֿן מיט די אויגן דעם טעקסט פֿון מײַן אַרטיקל און האַלב ערנסט געזאָגט: „כ׳מיין, מע וועט מיך נישט אויפֿהענגען, אַז כ׳וועל אָפּדרוקן דעם אַרטיקל? בפֿרט אַז ער איז אָנגעשריבן נישט ווי אַ לויבגעזאַנג צום יוביליי, נאָר ווי אַ מין רעצענזיע אויף אַ נײַ בוך.
איך בין מסכּים געווען, אַז קיין טויט־שטראָף וועט אים קיינער נישט אַרויסטראָגן.
— אויב אַזוי, — האָט זשאָסול באַשטעטיקט, — וועלן מיר דעם אַרטיקל וועגן שרײַבמאַנען אָפּדרוקן נאָך הײַנט!
אינעם זעלבן פֿאַרנאַכט איז דער אַרטיקל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. שרײַבמאַן איז געווען גליקלעך, ווי אַ חתן־בחור. אַזאַ מתּנה! נאָך די אַלע פֿינצטערע יאָרן פֿון שרעק און פּחד האָט ער צום ערשטן מאָל דערפֿילט, אַז אין זײַן שאַפֿן נייטיקן זיך מענטשן. אַז ער אַליין קאָן אָן דעם נישט לעבן.
אַוודאי האָט יחיאל פֿאַרשטאַנען ווי נישט פּשוט איז מיר אָנגעקומען דעם אַרטיקל, אין תּוך אַ תּמימותדיקן, „דורכשטופּן‟ אין דרוק אַרײַן. אַן אויפֿגערודערטער האָט ער מיר דעמאָלט געזאָגט: „איר האָט דאָס אוממעגלעכע געמאַכט פֿאַר מעגלעך!‟ ס׳איז אַוודאי געווען איבערגעטריבן, כ׳בין אָבער דערמיט געווען שטאָלץ.
נאָך מײַן עמיגרירן קיין אַמעריקע האָט זיך אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט נישט איבערגעריסן. מיר פֿלעגן זיך אָפֿט איבערשרײַבן, אויסטוישן מיט נײַע ביכער, שיקן איינער דעם אַנדערע אויסשניטן פֿון די אַרטיקלען אין דער פּעריאָדישער פּרעסע. און אַזוי איז אָנגעגאַנגען כּמעט ביז זײַנע לעצטע טעג.

קעשענעוו, 6טער אָקטאָבער, 1995
טײַערע מישע און ליודע כאַזין!
איך שרײַב מיט גרויסע אותיות, כּדי איר זאָלט גרינגער קענען לייענען.
אײַער בריוו, צו „שנה־טובֿה‟, האָבן מיר ערשט נעכטן באַקומען. איך ענטפֿער אײַך באַלד הײַנט, ווײַל איך וויל איר זאָלט באַקומען צו דער צײַט אונדזער באַגריסונג אײַך מיט אײַער געבוירן־טאָג — דעם 23סטן אָקטאָבער.
איך דערמאָן זיך, ווי מיר פֿלעגן אַלע יאָרן אין דעם טאָג אין איינעם פֿאַרברענגען — ס׳איז תּמיד געווען אַ גוטער טאָג מײַנער — און עס כאַפּט אָן אַ בענקשאַפֿט, אַ גרויסע בענקשאַפֿט…
זײַט זשע דאָסמאָל, פֿון דער ווײַטנס, אויך באַגריסט מיטן טאָג פֿון אײַער געבוירן, טײַערער מישע. פֿון טיפֿן האַרצן ווינטשן מיר אײַך אַלדאָס גוטס, אַ שיין גליקלעך לעבן אין איינעם מיט ליודען, שעפֿערישע הצלחה, און — די אייביקע ייִדישע ברכה: ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר!
אַ דאַנק אײַך פֿאַר דעם בריוו און פֿאַרן אַרטיקל, וואָס איר האָט מיר צוגעשיקט. ס׳האָט מיך געפֿרייט, וואָס איר פֿאַרגעסט אין מיר ניט. ס׳האָבן אונדז געפֿרייט אַלע גוטע נײַעס, וואָס איר שרײַבט וועגן אײַך און אײַער לעבן אין אַמעריקע.
כ׳האָב באַלד אָנגעקלונגען די אָלשעווסקיס (גערעדט מיט אַדען) [1] און איבערגעלאָזט אײַער גרוס.
בײַ אונדז זײַנען קיין איבעריקע נײַעס נישטאָ. זומער איז דאָ געווען אַ ייִדיש־סעמינאַר [2], אָנגעפֿירט פֿון אַ גרופּע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן און ייִדיש־שרײַבערס פֿון ישׂראל. אויפֿן סעמינאַר זענען געקומען בײַ די 60 צוהערער פֿון פֿאַרשידענע שטעט און געגנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איך האָב אויפֿן סעמינאַר געלייענט אַ ציקל פֿון 5 לעקציעס: „ייִדישע שרײַבער אין בעסאַראַביע‟.
אין חודש אויגוסט זענען מיר מיט מאַרינען [3] געווען אין סערגיעעווקע אין אַ סאַנאַטאָריום. ס׳האָט מיך דערמאָנט אין די אַמאָליקע שאַפֿונגס־הײַזער. אַ גוט צימער, גוט עסן און חוץ דעם — גוט צוגעהיילט זיך. נאָר דער עיקר: כ׳בין געזעסן, ווי אַמאָל, און געשריבן. אָנגעשריבן 3 נאָוועלן. פֿאַרענדיקט די נאָוועלע „משה‟ [4], איבער וועלכער כ׳האָב זיך די לעצטע פּאָר יאָר „געמוטשעט‟, ניט געקענט זי אויסלייגן אויף פּאַפּיר, ווי איר קומט, און ווי איך וואָלט געוואָלט.
ווי אַזוי די נײַע זאַכן האָבן זיך באַקומען — האָב איך איצטער ניט מישע כאַזינען, ער זאָל זיי דער ערשטער אויסהערן און ער זאָל מיר זאָגן „יאָ‟ צי „ניין‟. („ניין‟ האָט מישע קיין מאָל ניט געזאָגט — דאָס איז ניט אין זײַן טבֿע און אין זײַן באַציִונג צו מיר.).
כ׳דערמאָן זיך אָפֿט די אַלע זאַכן, און אַלצדינג, אַלצדינג גייט מיר דורך פֿאַר די אויגן, ווי, — ניט אויסגערעדט זאָל דאָס זײַן, — עס קומט פֿאָר אין די לעצטע רגעס פֿון אַ מענטשנס לעבן.
כ׳דערמאָן זיך אונדזער פֿאָרן אין איינעם אויף ליטעראַרישע אויסטרעטונגען; אונדזערע הונדערטער שמועסן; אונדזער זײַן אין איינעם אין מאַלייעווקע, אין יאַלטע, אין פּיצונדע [5]; אונדזער עצהן איינער דעם אַנדערן וועגן די סאַמע אינטימסטע איבערלעבענישן; און נאָך און נאָך… און עס גיסן זיך מיר אָן די אויגן.
נאָך אַלע „לעקציעס‟ און זיבעצן גליקן האָב איך ניט קיינעם, קיינעם מיט וועמען צו כאַפּן אַ געשמאַקן שמועס וועגן ליטעראַטור, און וועמען איבערצולייענען אַ נײַ זאַך מײַנע, ער זאָל זי פֿאַרשטיין ווי מישע כאַזין. און בכלל…
מילא. אַ דאַנק פֿאַר די גוטע וווּנטשן צום נײַעם יאָר. דאָס זעלבע ווינטשן מיר אײַך אויך. אין איינעם מיט אַלע אײַערע אייגענע און נאָענטע (באַזונדערס — ליודעס מוטער, ליודען און אײַער טאָכטער.)
מאַרינע גריסט אײַך פֿרײַנטלעך און ליבלעך. מיר נעמען אײַך ביידע אַרום.
אײַער יחיאל שרײַבמאַן
קעשענעוו, 27סטער מײַ, 1996
טײַערע פֿרײַנד מײַנע, מישע און ליודע כאַזין!
ווען איך בין אַ מענטש ניט קיין פֿוילער, וואָלט איך אײַך געדאַרפֿט ענטפֿערן באַלד ווי איך האָב באַקומען אײַער בריוו, אײַער באַגריסונג צו מײַן געבוירן־טאָג.
ווען איך בין אַ מענטש ניט קיין פֿוילער, וואָלט איך שוין ביז הײַנט געווען אָנגעשריבן כאָטש אַ דריטל פֿון דעם, וואָס איך האָב געוואָלט און געקענט אָנשרײַבן. און ניט קוים־קוים אַ פֿערטל צי אפֿשר טאַקע אַ צוואַנציקסטל, ווי איך האָב אָנגעשריבן.
נאָר דאָס איז ניט מײַן שולד. דאָס איז גאָטס זאַך, און אפֿשר איז עס די שולד פֿון מײַנע זיידעס און עלטערזיידעס.
אַזוי האָב איך אַלע יאָרן אָפּגעלייגט פֿון טאָג צו טאָג, און אַזוי האָב איך פֿון דעסטוועגן עפּעס וואָס געשאַפֿן און אַפֿילו עפּעס וואָס איבערגעלאָזט.
און אַזוי האָב איך מײַן ענטפֿער אײַך אויך אָפּגעלייגט פֿון אָנהייב מאַרט אַזש אויף סוף מײַ, און אַן ענטפֿער וועט פֿון דעסטוועגן זײַן. אָט שרײַב איך אײַך און אָט שיק איך אים אײַך. (אַפֿילו אויף דער שרײַב־מאַשינקע. מיט ניט ווייניק הנאה.)
אײַ, די עלטער איז ניט קיין פֿריילעך שטיקל צײַט אין מענטשנס לעבן. און מע דאַרף זיך נאָך אין דער צײַט ראַנגלען מיט איר, ניט לאָזן זי זאָל דיך אינגאַנצן צו נישט מאַכט. בפֿרט ווען די נשמה איז נאָך גאָר יונג.
ראַנגל איך זיך. גיי ניט תּמיד אַרויס אַ זיגער. נאָר דאַנקען גאָט דערפֿאַר.
כ׳האָב דאָס לעצטע יאָר אָנגעשריבן אַ גרעסערע דערציילונג פֿון מײַן ציקל „חומש־נאָוועלן‟, „משה‟. (דאַכט זיך, די בעסטע אין ציקל. דערמיט האָב איך דעם ציקל פֿאַרענדיקט.) אָפּגעשיקט די זאַך אין אָקספֿאָרדער ליטעראַרישן זשורנאַל „די פּען‟. כ׳האָב נאָך אָנגעשריבן אַ נאָוועלע „שווינדלשפּיל‟ (פֿאַרן מאָסקווער זשורנאַל „די ייִדישע גאַס‟), דרײַ ליטעראַרישע מיניאַטורן: „דער טיש‟, „אַלטקייט‟ און „רעדאַקטאָרס‟ (אָפּגעדרוקט אין „די פּען‟), אַ גרעסערע עסיי „נאָטע לוריע‟ (אָפּגעדרוקט אין אָדעסער ייִדישן אַלמאַנאַך „מאַמע־לשון‟), אַ קינדער־דערציילונג „אַ טרויעריק מעשׂהלע‟ (פֿאַרן קינדער־זשורנאַל „קינד־און־קייט‟. אַ נײַער זשורנאַל. אָנגעהויבן אַרויסגיין אין ירושלים. איך בין אײַנגעשלאָסן אין דער רעדקאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל. זייער אַ שיין־אילוסטרירטער זשורנאַל.)
איך פֿיר נאָך אַלץ דעם „ייִדיש־צענטער‟ אין דער ביבליאָטעק אויף מאַנגערס נאָמען. לייען, ווי פֿריִער, יעדן חודש אַ לעקציע וועגן ייִדישע שרײַבערס און ייִדישער ליטעראַטור. דעם לעצטן זונטיק געלייענט אַ לעקציע טאַקע אויף דער טעמע „נײַע ייִדישע זשורנאַלן אין דער וועלט‟. ס׳איז געווען אַ גאַנץ נקשהדיקער עולם. אויסגעהערט זייער וואַרעם און ליב.
אַ חוץ דעם. אין אַפּריל איז געוואָרן פּונקט 60 יאָר זינט כ׳האָב אָפּגעדרוקט מײַן ערשטע נאָוועלע און צוויי לידער אין ניו־יאָרקער זשורנאַל „סיגנאַל‟. (אַלץ אין איין נומער. דער נומער איז בײַ מיר דאָ.) די קעשענעווער ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט האָט געמאַכט אַ גרויסן אָוונט אין דער פֿילהאַרמאָניע, געווידמעט אי מײַן דאַטע, אי מישע לעמסטערס אַ ביכל לידער, וואָס איז ניט לאַנג אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ, אי זלאַטע טקאַטשס [6] אַ נײַעם אַלבאָם מיט ייִדישער מוזיק, אי לכּבֿוד סערגאָ בענגעלסדאָרפֿס יוביליי [7].
לאָמיך מיך באַרימען מיט נאָך אַ ביסעלע פֿרייד. די טעג האָב איך באַקומען פֿון ישׂראל צוויי אויסשניטן פֿון אַ רוסישער צײַטונג, וואָס גייט אַרויס אין ירושלים, איז דאָרט אין דער ליטעראַרישער בײַלאַגע אָפּגעדרוקט איין מאָל — מײַן דערציילונג „שלום־עליכמס געלעכטער‟ (מיט זייער אַ וואַרעמען קאָמענטאַר: די דערציילונג, זאָגן זיי, איז שוין אַלט פֿופֿציק יאָר און זעט אויס ווי נעכטן אָנגעשריבן) — אי צו שלום־עליכמס 80־יאָריקן יאָרצײַט, אי צום טאָג פֿון נצחון איבערן פֿאַשיזם. אין דער צווייטער בײַלאַגע — מײַן עסיי „יוסף באַלצאַן‟ [8], איבערגעזעצט פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל „די ייִדישע גאַס‟ פֿון דעם ציקל „שרײַבער־פּאָרטרעטן‟, וואָס האָט זיך דאָרט אָפּגעדרוקט. אין דעם ציקל איז אויך דאָ אײַער פּאָרטרעט. איר האָט, דאַכט זיך, ניט דעם זשורנאַל.
דאָס זענען מײַנע דערפֿאָלגן. זיי וואַרעמען מיך, פֿאַרשטייט זיך. נאָר ניט אינגאַנצן. קוים־קוים. מײַן בוך „זיבן יאָר מיט זיבן חדשים‟, וואָס האָט שוין געזאָלט אַרויסגיין אין „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, שוין געווען אין זאַץ, איז דערוואָרגן געוואָרן, זע איך, אויף תּמיד, עס וועט שוין די ליכטיקע שײַן ניט זען [9]. דאָס זעלבע וועט אויך זײַן מיט מײַן צווייט פֿאַרטיק ביכל „חומש־נאָוועלן‟ און מיטן דריטן ביכל מײַנס, וואָס האַלט זיך פּאַוואָלינקע אין אויספֿאַרטיקן „שרײַבער־פּאָרטרעטן‟ [10]. אויף אַרויסצוגעבן איצטער אַ ביכל דאַרף מען אָדער זײַן אַ גבֿיר, אָדער אויסטויגן זיך אָפּצוזוכן ספּאָנסאָרס. איך בין ניט דאָס און ניט יענץ. ניט קיין גבֿיר און ניט קיין אויסטויגער. און האָב ניט קיין ווילן צו זײַן דאָס און יענץ. מײַנע ניט אַרויסגעגעבענע ווערק וועלן שוין מוזן וואַרטן אויף בעסערע צײַטן נאָך מײַן טויט. לאָמיך אַוועקגיין פֿון דער וועלט אַ נאַר און בעל־בטחון, ווי כ׳בין מיינסטנס געווען בײַ מײַן לעבן.
כ׳וועל מיר ביזן סוף נאָך ניט קענען מוחל זײַן פֿאַרוואָס כ׳האָב דעם דאָזיקן געמיינעם יונג, וואָס האָט אויסגעטראַכט אויף מיר אַ שקר־בילבול און מיר פֿאַרשאַפֿן אָן אַ שיעור פּײַנענדיקע נעכט, געשוויגן, ניט אײַנגעגעבן אויף אים אין געריכט.
פֿרעגט מיך, וויאַזוי מע טוט עס, ווייס איך ניט. צו דעם דאַרף מען זיך אויך אויסטויגן. כ׳האָב דאָס אויך פֿון טאָג אויף טאָג אָפּגעלייגט.
שרײַבט מיר, כ׳בעט אײַך, וואָס עס הערט זיך בײַ אײַך. וויאַזוי לעבט זיך אײַך? האָט איר זיך שוין גוט אײַנגעלעבט מיט די נײַע באַקאַנטע, מיט די מענטשן און זיטן?
וואָס טוט ליודעס מוטער, חווה? וואָס טוען אײַערע אייגענע?
מאַרינע גריסט אײַך אַלע ליבלעך. מיר נעמען אײַך אַרום. מיר בענקען נאָך אײַך.
אײַער יחיאל שרײַבמאַן
דערקלערונגען:
[1] אָלשעווסקי, רודאָלף (1938־2003) — רוסישער פּאָעט און איבערזעצער; אַדע — זײַן פֿרוי
[2] געמיינט דעם ייִדיש־סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער. צווישן די באַטייליקטע זײַנען געווען פּראָפֿ׳ דובֿ נוי און דער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש.
[3] שרײַבמאַן, מאַרינאַ, שרײַבמאַנס צווייטע פֿרוי
[4] „משה‟ — אַ דערציילונג פֿון דעם ציקל „חומש־נאָוועלן‟, אײַנגעשלאָסן אינעם בוך „יצירה און ליבע‟, פֿאַרלאַג „רוקסאַנדראַ‟, קעשענעוו, 2000
[5] מאַלעיעווקע (אונטער מאָסקווע), יאַלטע (קרים), פּיצונדע (אַבכאַזיע) — די שרײַבער־הײַזער, וווּ די סאָוועטישע שרײַבערס פֿלעגן פֿאַרברענגען אַ חודש און שאַפֿן.
[6] טקאַטש, זלאַטע (1928־2006) — קאָמפּאָזיטאָר, פּעדאַגאָג
[7] בענגעלסדאָרף, סערגאָ (1937) — מוזיקער, זשורנאַליסט. דער זון פֿון דער ייִדישער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן און דעם ייִדישן אַקטיאָר משה בענגעלסדאָרף. געבוירן און געוואַקסן אין ביראָבידזשאַן.
[8] באַלצאַן, יעפֿעם (1923־1975) — מאָלדאַווישער פּאָעט
[9] דער ראָמאַן איז דערשינען אויף צוויי שפּראַכן — ייִדיש און רוסיש — אין קעשענעוו אין יאָר 2003 (נאָך בײַם לעבן).
[10] דערשינען אונטערן נאָמען „פּאָרטרעטן‟, ירושלים, 2015