עמיל קאַלין
1
איך האָב זיך אויפֿגעוועקט אין מיטן דער נאַכט. אַ הייסע פֿײַכטקייט האָט זיך צעלייגט איבער מיר. אין דרויסן האָט געהאַווקעט אַ הונט אין דער וועלט אַרײַן. דער אָוונטדיקער שמועס האָט זיך ווידער דורכגעקײַקלט אין מײַן האַלב-פֿאַרשלאָפֿענעם מוח. די רייד זענען געווען נאָך לעבעדיקער, ווי בשעת דער דיסקוסיע.
איך האָב זיך געבייזער: „גאָט? וועלכער גאָט?! וואָס רעדסטו צו אים? בעט בעסער רחמים בײַ אַ חיה-רעה. זי וועט דיך בעסער פֿאַרשטיין. מיט וואָס העלפֿט ער אונדז, האַ? זאָג דו. גאָט איז שטום, טויב און אָפּהענטיק… — אַ ליימענער גולם. און אויב ער פֿירט די וועלט אַזוי ווי זי פֿירט זיך, און דאָס איז אַ ריין טעאָרעטישע היפּאָטעזע, ווײַל ער עקזיסטירט נישט, איז ער אַ רשע-מרושע, אַן עגאָ-מאַניאַק, אַ צעדרייטער מיט אַ שוידערלעכן חוש פֿאַר הומאָר. ער צווינגט די קרבנות, די געטראָפֿענע צו לויבן אים דרײַ מאָל אַ טאָג. אומזין!.‟
„רעד, רעד! פֿאַרוואָס טראָגסטו ווײַטער די יאַרמעלקע? נעם דײַן טלית-און-תּפֿילין און וואַרף זיי אַוועק. אָבער בײַ דיר איז אַלץ גלאַט רייד, און מיט מעשׂים האַלט עס שמאָל. רעדסט להכעיס. האָסט מער מורא פֿאַר דײַן מאַמען ווי פֿאַר גאָט.‟
„איך וועל וואַרפֿן! וועסט זען, איך וועל וואַרפֿן. ווי קען מען אָפּזיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט? די גאַנצע ייִדישקייט איז אַ הײַפֿל בויך-סבֿרות. נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן און נישט באַשאַפֿן….‟
איך בין געווען געפּלעפֿט פֿון די אייגענע ווערטער, פֿון דעם אייגענעם פֿאַרפֿלאַמטן פּנים, די הויכע טענער. ווי אַזוי איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אַ שמועס וועגן די פֿאַרשלעפּטע קרענק: אָפּקומענישן מיטן מיידעלע, די צווייפֿלהאַפֿטיקע געפֿילן, וואָס מיר האָבן איינער פֿאַרן צווייטן און אונדזערע שלאַבעריקע באַציִונגען אין אַ וויכּוח וועגן גאָט, געטלעכער גערעכטקייט, לוין און שטראָף? נו, אָבער עטרה איז אויכעט נישט געווען קיין גרויסע צדקת. זי האָט גלײַך גענומען שיטן פּעך און שוועבל, מיך אָנרופֿן מיט צונעמען. די דאָזיקע פֿרוי איז לחלוטין נישט קאַפּאַבל צו באַהאַנדלען אַ טעמע אָן שטעכיקע ווערטער. אַזאַ איז זי, צוליב איר מאַמעס דערציִונג. די שולד ליגט אויף די פּלייצעס פֿון דער דאָזיקער פֿאַרקנייטשטער קדושה, זאָל זי כאַפּן דער וואַטנמאַכער. איך בין ווידער אַנטשלאָפֿן געוואָרן.
אַז איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט צום לעצטן מאָל האָט שוין אין דרויסן געטאָגט. אַ חמימה האָט געהויערט איבער דער שטאָט פֿון סאַמע אינדערפֿרי. אַ העל-גרויע קאָלדרע פֿון וואָלקנס און קנוילן שטויב, האָט זיך איבערגעצויגן הויך איבער די מיאוסע בנינים, ענלעך איין בנין אויפֿן אַנדערן, ווי צוויי טראָפּנס בעטאָן. אין אַזעלכע בעטאָן-שטײַגן פֿאַברענגען אומצאָליקע ישׂראלדיקע משפּחות די שענסטע יאָרן זייערע, וואַרטנדיק אויף אַ מאָרגן, וואָס איז למעשׂה נישט בעסער פֿון דעם נעכטן און דעם הײַנט.
דאָס מיידעלע האָט געוויינט אַ גאַנצע נאַכט, און איצט איז עס געשלאָפֿן אומבאַוועגלעך. איך האָב אויסגעטרונקען מײַן קאַווע, שוין זײַענדיק אָנגעטאָן אין אַן אָנצוג. אַ גאָר וויכטיקע „פּערזענלעכקייט‟ האָט געזאָלט אָפּשטאַטן אַ וויזיט אין דעם ביוראָ און דער שעף האָט זיך אײַנגעעקשנט, אַז אונדזער באַקליידונג זאָל אויסזען ווי זי איז ערשט אַרויס פֿון אונטער דער נאָדל. מײַן איינציקער שניפּס, אַ דערמאָנונג פֿון אַן אַלטער שׂימחה, איז געהאָנגען קרום. עטרה האָט זיך אומגעדולדיק מיט אים געפּאָרעט מיט אַ קנאַפּער הצלחה. די סצענע איז ווי אַרויסגענומען געוואָרן פֿון אַ ראָמאַנטישן פֿילם, נאָר בײַ אונדז איז זי באַשטאַנען פֿון הוילער זאַכלעכקייט.
עטרה, אַ נישט אויסגעשלאָפֿענע, מיט אַ צעקנייטשט פּנים און אַרויסגעבאַלטע רויטע אויגן, האָט אויסגעזען עלטער מיט אַ יאָרצענדליק. זי האָט געמאַכט איין טריט צוריק און באַטראַכט איר שטיקל אַרבעט מיט מער ווי אַ שמץ זעלבסטצופֿרידנקייט.
„אָט, איצט ביסטו שיין!‟ — האָט זי זיך אָנגערופֿן און פֿאַרלייגט די הענט אויפֿן אויסגעדאַרטן בוזעם. די צעלאָזטע האָר אירע האָבן אויסגעזען שטײַף ווי דראָט.
„געוויינטלעך, בין איך מיאוס. נו, וואָס טוט מען נישט פֿאַרן געהאַסטן שעף?‟ — האָב איך געזאָגט און זיך גענומען פֿאַרשנירן די שיך. מײַנע פֿינגער האָבן מיך נישט געפֿאָלגט. עטרה איז געשטאַנען אין מיטן דער דירה, אָנגעטאָן אין אַן אַלטער, פֿאַרשמאַכטער פּיזשאַמע, וואָס שלאָגט אָפּ יעדן פֿאַרלאַנג אָנהייבן דעם טאָג אין בעט, און האָט באַטראַכט דעם אַרום מיט אַ בליק, וואָס האָט אויסגעדרוקט אַ באַזונדערע מידקייט.
„מיר דאַרפֿן רעדן. דער פּסיכאָלאָג האָט אונדז געגעבן היים-אַרבעט. געדענקסט?‟
„געוויס, מיר וועלן רעדן‟, — האָב איך זיך אָנגערופֿן פֿון הינטער דער פּלייצע און פֿאַרמאַכט נאָך זיך די טיר.
איך בין אַרײַנגעקומען אין דעם ביוראָ מיטן שילדל „אַדוואָקאַט מיכאל גאָלדמאַן און שותּפֿים‟, — און זיך גלײַך דערפֿילט קליין, אומבאַהאָלפֿן, הינטערשטעליק. דאָס ווײַסע ליכט פֿון די לענגלעכע לעמפּ, וועלכע האָבן זיך געצויגן לענגויס די ווענט, האָט מיר פֿאַרבלענדט די אויגן. די סעקרעטאַרשעס, ביידע פֿאַרפּוצט ביז צום עקסטרעם, האָבן גערעדט עפּעס צו הויך און צו גיך. זייערע ווערטער זענען פֿאַרבײַגעפֿלויגן מײַנע אויערן, ווי אַ זשום פֿון אַ טראַפֿיק. אַ פֿאַרשוויצטער מאַנסביל מיט כיטרע אויגן האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף זייער טיש און געשאָסן מיט וויצן. ביידע פֿרויען האָבן געלאַכט הויך, געהירזשעט, ווי שקאַפּעס.
אַדוואָקאַטן, קאָלעגעס, זענען אַרומגעגאַנגען און אַרומגעלאָפֿן פֿאַרסאַפּעטע צווישן די צימערן, די קראַוואַטן האָבן געפֿלאַטערט אין דער לופֿטן. איינער האָט פֿאַרשפּעטיקט אין געריכט. ער האָט האַלב גערעדט און האַלב געשריגן אויפֿן טעלעפֿאָן. די קליענטן זענען געזעסן אויף קליינע שטולן, איבערגעצויגענע מיט ברוינעם קינסטלעכן לעדער און האָבן אָנגעשטעלט פֿאַרחידושטע בליקן אויפֿן זשומיקן בינשטאָק.
אַלץ האָט דאָ אויסגעזען ווי ס׳וואָלט פֿאָרגעקומען ערגעץ־וווּ, אויף אַן אַנדער פּלאַנעט, וואָס האָט זיך אָפּגעריסן פֿון זײַן אַקס נאָך אין די אור־אוראַלטע צײַטן, און איצט שלאָגט ער זיך דורך אַ וועג אין דעם אָנסופֿיקן קאָסמאָס, אָן אַ צוועק און אָן אַ באַשטימטער ריכטונג.
איך בין אַרײַנגעגאַנגען אין מײַן צימער און פֿאַרמאַכט הינטער זיך די טיר. די קולות זענען געוואָרן טעמפּער. איך האָב זיך אַוועקגעזעצט בײַם טיש און אַ בלעטער געטאָן דעם אָפּמאַך, מיט וועלכן איך האָב זיך געפּאָרעט שוין אַ פּאָר וואָכן. איך האָב איבערגעלייענט דעם אָפּמאַך צוויי מאָל, נאָר די ווערטער האָבן זיך נישט צוגעקלעפּט. די זאַצן זענען געשוווּמען פֿאַר די אויגן… עטרה האָט געשיקט אַן אָנזאָגטעקסט, אין וועלכן זי האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז דאָס מיידעלע האָט אויסגעבראָכן… איך האָב אויסגעלייענט דעם אָפּמאַך און גלײַך פֿאַרגעסן אַלץ. עס האָט אָנגעהויבן קלינגען אין דעם לינקן אויער. איך האָב דערפֿילט אַ פּלוצעמדיקן נאָגנדיקן דאָרשט, אויך די אורין האָט געלאָזט פֿון זיך וויסן, דער בויך איז ווידער געוואָרן געשוואָלן און האַרט, ווי אַ פּויק. די דערקוטשענדיקע מחשבֿות וועגן אַלע סאָרטן ראַק, מיט וועלכע עס שטימען מײַנע איצטיקע סימפּטאָמען, גאָט באַהיט, האָבן מיך ווידער געפּלאָגט. איך האָב באַשלאָסן צו מאַכן אַ וויזיט אין טואַלעט.
דער געפּילדער אין טואַלעט האָט נישט אויפֿגעהערט אויף קיין מאָמענט: געלעכטער, שטיקער רייד, הוסטענישן, הויכע נאָז-אויסשנײַצן ווי שופֿר-בלאָזן; פֿון איין קראַן איז געלאָפֿן וואַסער, אַן אַנדערן האָט מען ערשט פֿאַרמאַכט. אַ סקריפּע האָט געלאָזט וויסן, אַז מע האָט אַרויסגעצויגן פּאַפּיר אָפּצוּווישן די הענט. אַ מכשיר אויף דער וואַנט האָט אַרויסגעבלאָזן הייסע לופֿט אויף די הענט מיט אַ צישעניש. טירן האָבן זיך געעפֿנט מיט אַ צעצויגענעם קרעכץ און זיך פֿאַרמאַכט מיט אַ האַרטן קלאַפּ. מענטשלעכע קולות האָבן גערעדט, שיך מיט אָפּצאַסן האָבן זיך געשאַרט און געקלאַפּט אויפֿן דיל מיט אַ גרילץ… קורץ מיט אַ געכליפּ איז געקומען דער ברויזנדיקן קלאַנג פֿון אַראָפּלאָזן וואַסער.
די טואַלעט-קאַבינע איז געווען מײַן איין-און-איינציקער מקום-מיקלט. דאָרט פֿלעג איך זיך באַהאַלטן פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. דאָרט האָב איך נישט געהאַט קיין פֿאַרפֿליכטונגען, קיינער האָט בײַ מיר גאָרנישט ניט געמאָנט, זיך נישט אײַנגעטענהט, פֿאָרגעוואָרפֿן. נאָר איך און דאָס ברעטל, וואָס האָט זיך דערוואַרעמט צוביסלעך. איך האָב געחלומט אויף דער וואָר:
מיכאל גאָלדמאַן דער שאַרלאַטאַן און אומפֿאַרשעמטער אויסניצער איז מיאוס אַרײַנגעפֿאַלן. איצט פֿוילט ער אין תּפֿיסה. ער האָט געמיינט, אַז קיינער וועט אים נישט פּאַקן, אָבער אַן אַנאָנימער אָרנטלעכער אָנגעשטעלטער האָט געכאַפּט דעם גאַנצן שמיי-דריי און ער ווערט באַלוינט דורך דעם מדינה־פּרעזידענט. אַן אומבאַקאַנטער פֿעטער איז געשטאָרבן אין קאַנאַדע און איבערגעלאָזט פֿאַר מיר אַ מאַיאָנטעק. עטרה איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין גאָר אַן אַנדער פֿרוי. די מאָגערע יאָרן פֿון סעקסועלער אָפּקילונג זענען אַוועק. מיר פֿאָרן אין אַ זאָרגלאָזער קוש-וואָך, אויף וועלכער מיר זענען קיינמאָל נישט געפֿאָרן. דאָס מיידעלע הערט אויף צו וויינען און רעדט סוף-כּל-סוף אַרויס אַ פּאָר פֿאַרשטענדלעכע ווערטער…
איך בין אַרויסגעקומען פֿון דער קאַבינע. דער שעף האָט זיך געוואַשן די הענט מיט אײַלעניש און אָנגעקוקט די אייגענע צורה אין שפּיגל. די ראַזירטע באַקן האָבן אים געגלאַנצט מיט אַ נישט-דאָיִקער שײַן.
„נו, הערש, וואָס מיינסטו וועגן דעם עסק מיטן שטיקל פּלאַץ אין פּתּח-תּקווה?‟
„דעם אמת געזאָגט, אונדזער קליענטין איז אַ ביין אין גאָרגל, אַ פֿאַרריסענע נאָז, וואָס האָט נאָר טענות. ס׳גייט איר אין לעבן אײַנרײַסן, צונעמען דעם ביסן בײַ יענעם.‟
„הערש, איך פֿרעג וועגן דעם אָפּמאַך אַליין. ריין יורידיש, מיינסט, אַז עס פֿעלט דאָרט עפּעס?‟
„איך מיין, ער איז כּמעט פֿאַרטיק. איך וואָלט איבערגעשריבן צוויי-דרײַ זאַכן, נישט קיין שווערע אַרבעט.‟
„גוט, גיב צו דאָס, וואָס דו האַלטסט פֿאַר נייטיק, און דערנאָך שיק דעם אָפּמאַכן תּמר, זי זאָל אײַנפֿירן די שינויים, מע וועט דעם אָפּמאַך שיקן דער קליענטין און אַ סוף זאָל עס שוין נעמען. זי כאַפּט אונדז בײַם גאָרגל, די דאָזיקע פֿרוי.‟
איך בין צוריק אין מײַן צימער, זיך אַוועקגעזעצט לעבן דעם טיש, נעם איך זיך ווידער באַטראַכטן דעם אָפּמאַך. אַ שנירל שווייס האָט זיך אַראָפּגעקײַקלט פּאַוואָליע איבער דעם רוקנביין. איין מאָמענט בין איך געווען אויסגעשעפּט און גלײַך דערנאָך איז צוגעקומען צו מיר אַ ביסל חיות. איך האָב געשריבן גיך, צוגעגעבן אַ פּאָר באַמערקונגען, אָבער דער קאָפּ איז נישט געלעגן בײַ דעם. איך האָב אַוועקגעלייגט דעם אָפּמאַכן, אַרויסגענומען פֿון שופֿלאָד מײַן העפֿט און אָנגעשריבן אויף אַ ליידיק זײַטל אַ פֿרישינקע דערציילונג, אין וועלכער די קלאַפֿטע, מיטן ליידיקן שטח אין פּתּח-תּקווה האָט געקראָגן אַ נײַעם נאָמען בישׂראל: „לילי‟:
„לילי און אירע צוויי ברידער האָבן געמיינט, אַז די מעשׂה מיטן פּלאַץ, אַ ירושה פֿון דעם זיידן, אַ שטיקל ליידיקער שטח אין פּתּח-תּקוה, באַוואַקסן מיט בוריאַנען און דערנער, וועט זיך אויסלאָזן גאַנץ גיך. עס איז נישט געגאַגנען קיין רייד וועגן גרויסע געלטער. קיין שום קונה האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין באַזונדערן אינטערעס צו באַהאָבן דעם שטח אין סאַמע עק שטאָט. און אָט איז אין אַ שיינעם טאָג געקומען אַ געפֿעפֿערטער בוי-אינוועסטאָר און האָט געוואָרפֿן די רעכטע באָמבע: ער וויל אָפּקויפֿן דעם פֿאַרנאַכלעסיקטן שטח פֿאַר אַ משוגענע סומע געלט. ווי עס פֿירט זיך אין אונדזערע מקומות, האָט זיך יעדער איינער פֿון די יורשים געווענדט צו אַן אַדוואָקאַט. דער אָפּמאַך אַליין איז געווען אַ קלייניקייט. מע האָט אים אָנגעשריבן אין אַ פּאָר טעג און באַשטימט אַ צײַט אונטערצושרײַבן. נאָר וואָס זשע טוט גאָט איבער נאַכט? ער פֿלאַנצט אײַן אַ נאָגנדיקן צווייפֿל אין ליליס האַרץ. מע האָט זי מיאוס באַשווינדלט, אַזוי האָט זי געטראַכט צו זיך. על-פּי יושר קומט איר אַ שענערער חלק. זי וועט אין קיין שום פֿאַל זיך נישט לאָזן אָפּנאַרן פֿון די כיטרע ברידער.
דאָס וואָס עס האָט אויסגעזען ערשט נעכטן ווי אַ קלייניקייט, איז זיך ממשותדיק צעוואַקסן איבער אַ נאַכט. די אַדוואָקאַטן האָבן געטאָן זייערס: אָנגעשאַרפֿט די פֿעדער, אָנגעשריבן שאַרפֿע בריוו איינער דעם אַנדערן, געוואָרנט, געסטראַשעט. לילי האָט געשלעפּט אַלעמען אין געריכטן. געמאַכט משוגע זיך און אַנדערע. די הוצאָות זענען געשטיגן, און זי האָט גענומען אַ נישט קליינע הלוואה.
אין אַ געוויסן מאָמענט האָט זיך בײַ די אַדוואָקאַטן אָפּגעשלאָגן דער חשק זיך אַמפּערן איבער דעם ליידיקן שטח, האָבן זיי פֿאַרקערעוועט דעם דישל: געוואָלט דערגיין אַ טאָלק. אַ ביסל מער דעם, אַ ביסל ווייניקער יענעם — אַבי ס׳זאָל זײַן שלום און צום עסק זאָל נעמען אַן עק. אויכעט דער אינוועסטאָר איז צוגעשטאַנען, מע זאָל שוין אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך — איין מאָל און פֿאַר אַלע מאָל.
דעמאָלט האָט גאָט באַשאַפֿן דאָס וואָרט „פּרינציפּ‟. פֿריִער האָט יעדער געוואָלט, פּראָסט און פּשוט, אָפּלעקן אַ ביינדל, אָבער איצט, אַז מע איז אויף מעסער-שטעך און מע האָט אײַנגעשטעלט אַזוי פֿיל צוליב דעם פּראָצעס, איז בײַ לילי (און אויך בײַ די ברידער אירע) אויסגעוואַקסן אַ פּרינציפּ. מיט איין וואָרט, דאָס מחלוקת מיט דער קאָנקרעטער לייזונג איז מגולגול געוואָרן אין רויע שׂינאה, ווײַל… יעדער האָט זײַן פּרינציפּ. קיין טראָט נישט צוריק! נישט צולאָזן יענעם! אַלץ האָט זיך געפֿירט לויט דער אוראַלטער חכמה: זיך אויסשטעכן איין אויגן, אַבי יענעם — ביידע.
יאָרן זענען אַוועק. די אַדוואָקאַטן איז דער ענין מיטן ליידיקן שטח רעכט אַרויסגעקראָכן פֿון אַלע לעכער, נאָר פֿאַרדינען דאָס שטיקל ברויט מוז מען דאָך. לילי איז שוין געווען אַלט און קראַנק. גאָט האָט צוגעזען איר צער און געטאָן זײַנס — זי איז געשטאָרבן. מע האָט געמיינט, אַז אפֿשר איצט וועט מען געפֿינען אַן אויסוועג, אָבער דעמאָלט זענען אַרײַן אין ביוראָ די געקריוודעטע קינדער פֿון דער געקריוודעטער לילי. קיין טראָט נישט צוריק! דאָס איז דאָך דער מאַמעס צוואה. איר אויסגעשפּראָכענער ווילן. דעריבער טאַקע מאַכט מען קינדער, אַז צו דער זאַך זאָל קיינמאָל נישט נעמען אַ סוף…‟
דער טעלעפֿאָן האָט זיך צעקלונגען. אַ דינינקע שטים האָט געפֿרעגט פֿון יענער זײַט ליניע:
„הערש גרינבערג?‟
„יאָ, דאָס בין איך.‟
„עס רעדט די סעקרעטאַרשע פֿון דאָקטער גרינבערג. איך וויל אײַך דערמאָנען, אַז איר האָט אַ ריי צוועלף אַזייגער.‟
כאָטש איך בין אַן אָפֿטער גאַסט בײַם דאָקטער ליזע גרינבערג, צוליב מײַנע אײַנרעדענישן און שטענדיקער מורא פֿאַר אַ ראַק, אַנדערע קרענק און ווייניק-אויסגעפֿאָרשטע אָנשיקענישן, האָב איך אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין דער הײַנטיקער ריי.
„יאָ, געוויס וועל איך קומען.‟ — האָב איך געענטפֿערט.
אַ בליק אויפֿן זייגער האָט קלאָרגעשטעלט, אַז כּדי צו זײַן אין צוויי שעה אַרום אין תּל-אָבֿיבֿ, בײַם דאָקטער ליזע גרינבערג, מוז איך זיך אָפּטראָגן פֿון „גאָלדמאַן און שותּפֿים‟ וואָס גיכער. איך בין אַרויס אין קאָרידאָר. לעבן דעם טיש פֿון די סעקרעטאַרשעס, האָט דער שעף דערלאַנגט אַ גלאָז קאַווע דער „וויכטיקער פּערזענלעכקייט‟, דער מכשפֿה מיט דעם ליידיקן שטח אין פּתּח-תּקווה. ער האָט זי באַדינט מיט אומגעלומפּערטער אונטערטעניקייט, ווי אַ דריט-ראַנגיקער משרת בײַ אַן אויפֿגעקומענעם עושר; דאָס אַלץ האָט ער געמאַכט מיט אַן אָפּשטויסנדיקן שמייכל. ער איז בוכשטעבלעך אויסער זיך, באַוואָרפֿט ער זי מיט חניפֿה. זאַפֿטן פֿונעם מאָגן האָבן אַ שלאָג געטאָן אַרויף צום אייבערשטן גומען.
איך האָב זיך אינסטינקטיוו, ווי אַ פֿאַריאָגטע חיה אין דער אַפֿריקאַנער סאַוואַנע, אויסגעדרייט צו זיי מיטן רוקן און זיי זענען פֿאַרבײַ, די פֿרישע מחותּנים. איך האָב געקענט באַשײַמפּערלעך דערשמעקן דעם שווייס פֿון מײַן שעף.
דאָס שטענדיקע קאָכעניש פֿון די תּל-אָבֿיבֿער גאַסן האָט אַרײַנגעדרונגען אין דאָקטער ליזע גרינבערגס קאַבינעט בלויז ווען עמעצער האָט אַן עפֿן געטאָן די דרויסנדיקע טיר. אַ חוץ דעם האָט דאָרט געהערשט אַ בעל־הבתּישע, מיושבֿדיקע שטילקייט. סײַ אין דאָקטער גרינבערגס צימער און סײַ אין דעם וואַרט-צימער האָט געשמעקט מיט צויבערקייט, אייראָפּעיִשקייט און דיסציפּלין — אַ שפּליטער פֿון אַ געקראַכטער ציוויליזאַציע.
די סעקרעטאַרשע מיטן דינינקן קול האָט זיך קוים אַרויסגעוויזן פֿון הינטער איר הויכן אויפֿנעם-טיש. זי האָט איבערהויפּט געשעפּטשעט. איך האָב געמוזט אָנשפּיצן די אויערן, כּדי אויפֿצוכאַפּן אירע רייד.
די פּאַציענטן, דאָס רובֿ אַלטע־לײַט, אייביקע נײַע עולים, האָבן זיך באַוועגט שטיל, לאַנגזאַם, געלאַסן, אַבי נישט שטערן יענעם, נישט שאַפֿן איבעריקע אומאָנגענעמקייטן. דאָקטער ליזעס באַטראַכטונגען האָבן זיך אָפֿט געצויגן איבער דער מאָס. יעדנפֿאַלס איז קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן צו פּראָטעסטירן, אַ קלאַפּ טאָן איבערן אויפֿנעם-טיש אָדער זידלען די סעקרעטאַרשע. די צײַט האָט ווי אָנגעוווירן איר באַטײַט.
איך בין אַרײַנגעגאַנגען אין דאָקטערס צימער און פֿאַרמאַכט די טיר הינטער זיך. דאָקטער ליזע, וואָס האָט ביז אַהער פֿאַרגלאָצט די קורצזיכטיקע אויגן אויף אַן אומבאַשטימטן פּונקט אויפֿן קאָמפּיוטער-עקראַן, האָט זיך איצט ווי אויפֿגעוועקט. „גרינבערג הערש, מײַן ליבער שוועסטערקינד, מיט וואָס קען איך באַהילפֿיק זײַן דאָס מאָל? האָט זי געזאָגט און געטאָן אַ רוק אַרויף די ברילן מיטן ברייטן רעמל איבער דער שנאָבלדיק-אַראָפּגעבויגענער נאָז.
ליזע גרינבערג, אַ קרובֿה פֿון טאַטנס צד, מיט וועלכער איך האָב זיך אָנגעקערט אויף אַ פֿאַרנעפּלטן אופֿן, פֿלעגט מיך רופֿן „שוועסטערקינד‟, און אַזוי האָב איך זי אויך גערופֿן. ליזעס משפּחה איז געקומען קיין ישׂראל פֿון טשערנאָוויץ היפּש שפּעטלעך האַרט אין די סוף אַכציקער יאָרן. מיר, די אַלטגעזעסענע גאָט-פֿאָרכטיקע ייִדן מיט צוויי אָפּגאַסן אין קיך — פֿאַר מילכיקס און פֿליישיקס, אַ טאַטע מיט אַ בעל-הביתּישער באָרד און פּיאות הינטער די אויערן, די מאַמע — אַ מאָל מיט אַ שייטל, אַ מאָל מיט אַ טיכל אויפֿן קאָפּ, לאַנגע אַרבל ביז די געלענקן, אַ קלייד, נישט פֿון קיין שרײַענדיקן קאָליר, וואָס גרייכט אַזש ביז די קנעכלען, — האָבן געקוקט קרום אויף די ערשט אויסגעזוכטע קרובֿים: ייִדן מיט בלויזע קעפּ, געגאָלטע מענער און פֿרויען „האַלב נאַקעטע‟ מיט צעלאָזטע האָר. זיך דערנענטערן צו זיי? חס-ושלום! אָבער פֿאָרט קרובֿים; צו פֿאַרשרײַבן אַ רעצעפּט — זענען זיי גוט.
איך האָב דערלאַנגט ליזען מײַן „קופּתּ-חולים‟־קאַרטל.
„קענסט מיר העלפֿן מיט עטלעכע זאַכן!‟ — האָב איך זיך אָנגערופֿן און אַרויסגעקראָגן אַ צונויפֿגעוויקלט בייגעלע פּאַפּיר פֿון דער אינווייניקסטער קעשענע אויפֿן אָנצוג.
„האָסט זיך אָנגעשריבן אַ גאַנץ צעטל?‟ — האָט זי פֿאַרשטעלט איר מויל מיט דער דלאָניע, אַראָפּשלינגענדיק אַ געלעכטער.
איך האָב אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ ווי אַ שולדיקער:
„ס׳טוט זיך בײַ מיר אויף טיש און אויף בענק… — כ׳האָב צוגעגעבן אַ טרוקענעם הוסט און געלייענט אויף אַ קול: — אַז איך שטיי אין דער פֿרי אויף, שטעלט זיך מיר אַ מאָדנע ביטערניש אין מויל. דער קאָפּ שווינדלט און איך דערפֿיל אַ שוואַכקייט אין די פֿיס. עס איז גאַנץ מעגלעך, אַז די לעבער הינקט אונטער אָדער דאָס בלוט-דרוק איז צו הויך. ווײַטער! די הענט ציטערן מיר, אַז איך גיס אָן קאַווע און עס האָט זיך בײַ מיר באַוויזן אַזאַ היקעניש. איך פֿאַרגעס ווערטער. דאָס קען באַצייכענען דעם אָנהייב פֿון פֿריצײַטיקער דעמענציע אָדער פּאַרקינסאָן. דער בויך איז אָפֿט געשוואָלן און האַרט. אַמאָל לײַד איך פֿון האַרטן מאָגן און אַ מאָל איז דער מאָגן לויז. איך שפּיר אויך אַ ווייטיק אין די נירן. טיילמאָל באַפֿאַלט מיך אַ מסוכּענער דאָרשט…‟
„הערש, איך האָב דיר שוין געזאָגט און איצט חזר איך עס איבער נאָך אַ מאָל: אין דעם אַלעמען זענען שולדיק די נערוון. דײַנע אָנגעצויגענע נערוון. די סימפּטאָמען, וועלכע דו באַשרײַבסט אַזוי פּרטימדיק, זענען אַ רעזולטאַט פֿון געוויסע אײַנריידענישן. ווידער, גיי צו אַ פּסיכיאַטער. ס׳איז דען אַ בושה אײַננעמען אַ פּיל? אַ שאָד זיך פֿאַרקירצן די יאָרן אומזיסט און אומנישט.‟
„גוט, איך וועל גיין‟, האָב איך אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ נאָך נידעריקער.
„זייער גוט, און וואָס הערט זיך בײַ טאַטע-מאַמע?‟
„זיי זענען אַלט און ווערן נאָך עלטער.‟
„ווער קען דאָס אויסמײַדן?‟
„דער טאַטע איז געוואָרן אַ שווײַגער. די מאַמע פֿאַררעדט זיך די ציין, שיט נײַן מאָס רייד. די שוועסטער, כּלומרשט אַ דערוואַקסענע, חזרט איבער אַלץ וואָס די מאַמע זאָגט.‟
„נו, און זי איז שוין צוריק אין ישׂראל?‟
„יאָ, אַראָפּגעבראַכט מיט זיך פֿון ניו-יאָרק אַ חתן, אַ תּכשיט, פֿײַוויש, הייסט ער, אַ נישט-טויגער, אַ פֿאַרמאַכטער קאָפּ, וויל פֿון גאָרנישט וויסן, אַבי ער איז אַ הייליק-שמעליק מיט לאַנגע פּיאות און שאָקלט זיך איבער דער גמרא. די שטותים וואָס צעשיטן זיך בײַ אים…‟
איך האָב געמאַכט אַ פּויזע אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם. דאָס האַרץ האָט ווילד געשלאָגן אין ברוסטקאַסטן.
„נו, איך פֿאַרשטיי, נערוון, טײַערער. נערוון…‟, האָט ליזע באַשטעטיקט ווידער און מיר אומגעקערט דאָס „קופּתּ-חולים‟־קאַרטל.
המשך קומט