אוקראַיִנישער עלעמענט אין דער ייִדישער שפּראַך
די ייִדישע ווערטער פֿון סלאַווישן אָפּשטאַם זײַנען געוואָרן אַן אָרגאַנישער טייל פֿון אונדזער שפּראַך און ליטעראַטור, שוין אָפּגערעדט, פֿונעם פֿאָלקלאָר. פֿון דעסטוועגן, אין תּוך פֿון די אַלגעמיין־סלאַווישע ווערטער פֿאַרנעמען די „אוקראַיִניזמען‟ אַ וויכטיקע פּאָזיציע. צו ענג און לאַנג איז אָנגעגאַנגען די שכנהשאַפֿט צווישן ייִדן און אוקראַיִנער, אַז ביידע שפּראַכן זאָלן נישט האָבן געהאַט געווירקט איינע אויף דער אַנדערער.

אין 2014 האָט דר׳ דמיטראָ טישטשענקאָ צונויפֿגעשטעלט אַ ייִדיש־אוקראַיִנישן ווערטערבוך, וואָס נעמט אַרײַן אַרום 30 טויזנט ווערטער.
ס׳איז גאָר נישט קיין נאָווענע, אַז ייִדיש איז זייער אַ סינאָנימישע שפּראַך, אָבער, ווי זאָגט מען, יעדעס וואָרט איז גוט אויף זײַן אָרט, צי ס׳איז פֿון אַ העברעיִשן ייִחוס, צי פֿון אַ דײַטשישן אָפּשטאַם, צי עס האָט אַ סלאַווישן סליד — אַלע האָט זיי אויסגעקײַקלט, ווי אַ צוקערקעלע, די ייִדישע צונג.
פֿון מײַנע ערשטע פֿאַרקילעכצן האָב איך געהערט ווי די באָבע הייסט מײַן מאַמען צו גיבן מיר טרינקען „אָקרעפּ מיט מילך‟. זודיקע וואַסער, קלינגט אויף אוקראַיִניש „אָקריפּ‟ אויך.
אויף דער גאַנצער וואַנט פֿון דער טאַטע־מאַמעס שלאָפֿצימער איז געהאָנגען אַ שיינער וואָלענער קיליעם. אַזוי ווי עס קלינגט אויף אוקראַיִניש „קילים‟. דאָס סינאָנימיש וואָרט „טעפּעך‟ האָב איך אויסגעלערנט אַ סך שפּעטער.
נישט זעלטן איז מיר אויסגעקומען צו הערן, אַז בײַ מיר אין קאָפּ „טוט זיך אַ גאַנצע מישענינע‟. ס׳האָט געזאָלט הייסן, אַז אין קאָפּ בײַ מיר האָט זיך אַלץ איבערגעמישט, אַ מיש־מאַש.
דאָס וואָרט „זאַבאָבאָנע‟, געדענק איך, פֿלעגט בײַ מיר אַרויסרופֿן אַ שרעק. ס׳האָט זיך מיר געהערט אין דעם אַ געוואָי פֿון אַ ווילדער חיה, באַזונדערס ווינטער. דער געוואָי האָט זיך געטראָגן דורכן קוימען, און ס׳האָט זיך געדאַכט, אַז אָט־אָט וועט אַ מין שרעקלעכע באַשעפֿעניש זיך אַרײַנרײַסן דורכן קוימען אין שטוב אַרײַן און מיך אויפֿפֿרעסן. דאָס וואָרט מיינט „אָבערגלויבעניש‟, אָבער דווקא אינעם אוקראַיִנישן קלאַנג מיט דרײַ אָפֿענע „וואָיענדיקע‟ וואָקאַלן — זאַ־באָ־באָ־נע טראָגט עס אַ מין מיסטישן נוסך.
אויפֿן סמך פֿון די אוקראַיִנישע ווערטער, וואָס זייער באַטײַט טראָגט דעם זין פֿון אַ פּראָדוציר־אָרט, זײַנען געשאַפֿן געוואָרן די ווערטער, ווי למשל: פּראַלניע (געוועש־אָרט), שלאָסאַרניע (וואַרשטאַט פֿון אַ שלאָסער), פּעקאַרניע (וווּ מע באַקט ברויט), גוראַלניע (וווּ מע מאַכט בראָנפֿן) וכדומה.
פֿון אוקראַיִניש איז געקומען דאָס וואָרט „כוואַליע‟, און אָט ווי אָרגאַניש פֿלעכט זיך עס אַרײַן אין אָשר שוואַרצמאַנס פֿאָעטישער שורה: „אַ שטראַל פֿון דער זון האָט די כוואַליע געקושט/ מיט ליפּן פֿון ריינעם גינגאָלד…‟
אָדער דאָס אַנדערע אוקראַיִניש־אָפּשטאַמיק וואָרט „כמאַרע‟. אויף ייִדיש זאָגט מען: אַ כמאַרע איז אַ וואָלקן, וואָס איז געוואָרן גרוי און בייז. אין אַנאַ מאַרגאָלינס ליד „מיר זײַנען געגאַנגען…‟ שאַפֿט דאָס וואָרט „כמאַרע‟ אַ שטימונג פֿון אָנגעשטרענגטקייט, ווי ערבֿ אַ שטורעם: „כמאַרע און ברייטקייט און טרוים איז געוועזן אין אונדזערע ווערטער…‟
און צום סוף — אַ ווערטער־שפּיל: דאָס וואָרט „קאַוויאַר‟, מיינט סײַ אויף אוקראַיִניש, סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש (caviar) רויג. ס׳איז גענוג אָבער צוגעבן דעם סופֿיקס „ניע‟, קאַוויאַרניע, מיינט עס שוין סײַ אויף אוקראַיִניש און סײַ אויף ייִדיש… ניין, נישט דאָס אָרט, וווּ מע מאַכט קאַוויאַר־רויג, נאָר וווּ מע טרינקט קאַווע, אַ קאַוועהויז.